בלאט 122 פון 286
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2012 11:29 pm
דורך נאר נייעס
בין איך אבער געבלאגט פון די אלגעמיינע וועב
אין איך וואלט געקענט באשטיין צי וויסן די נייעס
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:33 am
דורך פעדער
די רוסישע באאמטע איבער די ארכיוון אפטיילונגען האבן ווידעראמאל פארשפראכן אז זיי וועלן נאכאמאל אריינקוקן אינעם קעיס פון ראול וואלענבורג און דעם מיסטעריע וואס נעמט אים ארום.
ראול וואלענבורג א שוועדישע בירגער איז באקאנט אלס איינע פון די חסידי אומות העולם פארן ראטעוווען טויזנטע אידן דורכאויס דעם קריג, וואו ער האט אין בודאפעסט דיסטרוביוטעד און געדרוקט פאלשע שוועדישע פאפירן און אזוי געהאלפן טויזנטע אידן זיך ארויסשמוגלען צו זייער פרייהייט, און ווי אויך פלעג ער באהאלטן אידן אין בונקערס און אין פארזיכערטע געהיימע הייזער. ביים ענדע פון קריג איז ער ארעסטירט געווארן דורך די סאוויעטן און זינט דאן האט מען מער נישט געהערט פון אים.
וויפיהל היסטאריקער, און גריבלער האבן שוין פרובירט נאכצוזוכן און נאכאקערן זיינע שפורן איז אלעס געווען אן ערפאלג, די רוסישע האבן נאכן קריג אפגעלייקנט אין געזאלט האבן אים ארעסטירט אבער האבן שפעטער אין 1957 מודה געווען אז ער איז געשטארבן אין א רוסישע טורמע פון א הארץ אטאקע אין 1947. אבער האבן נאך אלץ ביז היינט נישט ארויסגעגעבן און צוגעלאזט די איבריגע וועלט צו זייערע ארכיוון - ווארשיינליך צוליב די בושות וואס זיי וועלן איינעמען דערפון (כאטש רוסלאנד ווארפט אפ די חשדות אין זיך פארכטן אויף וואס די וועלט וועט זאגן דערצו אויפווייזנדיג אז זי האט אסאך גרעסערע סודות אנטפלעקט אין די פארגאגנהייט) - א זאך וואס וועט לויט אלע עקספערטן פיהל ארויסהעלפן צו קענען ארויסבאקומען א קלארערן בילד וואס מיט עם האט פאסירט.
פארשידענע קלאנגען קורסירן ארום איבער אים. און כאטש רוסלאנד האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן פון איר אפיציעלע ווערסיע האבן אבער פארשידענע באאמטע אין די רעגירונגע געוואוסט צו זאגן אז וואלענבורג איז ערמארדעט געווארן אין איינע פון די רוסישע טורמעס אין יאר 2000.
גלייכצייטיג האט רוסלאנד אין דעם זעלבן יאר פובליצירט א סטעיטמענט זאגנדיג אז וואלענבורג איז אומזיסט באשולדיגט און באשטראפט געווארן דורך די סאוויעטישע אויטאריטעטן, ריינוואשנדיג דערמיט זיין נאמען, יעצט אז ער איז שוין געשטארבן.
און ס'איז פאר יעדעם קלאר אז די אומרעכט איז געווען א רעזולטאט פון א קארופטירטע און אונטערדריקנדע פירערשאפט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:35 am
דורך פעדער
טערקיי.
א טערקישע געריכט האט דעם פארגאנגענעם מאנטיג אריינגעגעבן א אנקלאגע אנטקעגן עטליכע סאלדאטן פון די איזראעלישע מיליטער פארן אנגרייפן און אומברענגען 9 פערזאנען אין פארלויף פון א איבערפאל אויף זייערס א שיף מיט אקטיוויסטן וואס האבן פרובירט צו ברעכן די איזראעלישע בלאקאדע אויף עזה אין יאר 2010, האט א רעגירונגס קאנטראלירטע נייעס אגענטור געמאלדן.
די געריכט האט איינשטימיג געוועהלט אריינצוגעבן באשילדוגונגען קעגן ישראל'ס געוועזענע ארמיי טשיף, גבי אשכנזי, צוזאמען מיט די הויכראנגיקע פירער פון די איבריגע אפטיילונגען ווי די נעווי אדמיראלן, לופט כוחות, און אויסשפיר אגענטור, די טערקישע ווארטזאגער באריכטן, אז א ענדגילטיגע באשילדוגונג קען באדייטן פאר די ספעציפישע סאלדאטן יעדן באזונדער, 9 רציפות'דיגע לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען אויפן גרונט, פון אנרייצן כדי דערנאך צו קענען הארגענען, און צוגאב צו די פייניגונגען וואס די אקטיוויסטן זענען אדורך.
ס'איז שווער צוגלייבן, אז ישראל וועט ארויסגעבן די סאלדאטן זיי זאלן אויסשטיין די קלאגעס אין א טערקישע געריכט, זינט ישראל איז נישט ביי דעם מיינונג אז זיי זענען באגאנגען וועלכעס אומרעכט, און זענען דעריבער נישט בינדענד אין וואס די טערקן באשטימען. אבער אפילו אין פאל זיי קומען ארויס שולדיג אין א פראצעדור וואס קען זיך ציעהן מאנאטן אויב נישט יארן, זעלבסטפארשטענדליך אין זייער אפוועזנהייט, קען די טערקישע רעגירונג ארויסגעבן אן ארעסט באפעל וואס וועט אבער דינען מער אלץ סימבאלישע אקט, און נישט עפעס וואס וועט פירן צו וועלכעס שריט.
די איזראעלישע באאמטע האבן מיט גארנישט רעאגירט. די שריט קומט אפאר טאג איידער עס דערנענטערט זיך די צווייטע יארטאג פון דעם איבערפאל, אויפן שיף וואס איז געווען א טייל פון א פלאטע שיפן, רייזנדיג מיטן ציהל צו עזה כדי צו פראטעסטירן איזראעל'ס בלאקאדע.
ווי אויך האט די געריכט איינשטימיג מסכים געווען צו אריינגיבן קלאגעס אנטקעגן עטליכע זעלנער וואס האבן רעוויזירט און זיך איינגעבראכן אויפן שיף. אבער קיין געריכט-דאטום איז נאך דערווייל נישט באשטימט געווארן. טערקיי האט אן ערפאלג אנגעווענדעט אלע מיטלען אז ישראל זאל זיך אנטשולדיגן פאר די אטאקע, און צאלן אנטשעדיגונג פאר די פאמיליעס פון די געהארגעטע, נוצנדיג דאס אלס תנאי קודם למעשה איינצושטעלן פריש באנייטע באציהאונגען צווישן די צוויי לענדער. אויף וואס ישראל האט בלויז אויסגעדרוקט מיטלייד אויף די פארלוירענע לעבנס.
איזראעל טענה'ט אז זיי האבן נאר געעפנט פייער נאכוואס זיי זענען געקומען אונטער אטאקע פון די ציווילדעוועטע אקטיוויסטן וואס האבן אנגעהויבן ווארפן אייזנס, אביעקטן, מעסערס, און מעטאלענע שטעקנס. זי זאגט אז אין אנהויב האבן זיי זיך בלויז באנוצט מיט געפארלאזע וואפן ווי פעינטבול געווער. אבער האבן געמוזט באנוצן די געהעריגע ביקסן נאכן פיזיש אטאקירט ווערן, און שפירנדיג אז זייער לעבן איז אין א סכנה.
ווידעראום די באשילדוגונג טענה'ט אז די סאלדאטן האבן בכוונה געעפנט פייער מיט א בייזוויליגקייט אומצוברענגען. אפווארפנדיג דעם תירוץ פון זעלבסט פארטיידיגונג, זאגנדיג אז דאס קומט נישט אין באטראכט, נאכוואס דאס איז איינמאל קלאר, אז די פאסאזשירן אויפן שיף זענען בלויז געווען באוואפנט מיט שטעקנס, לעפלעך און גאפלעך...
די ליסטע פון אנקלאגעס אנטקעגן די איזראלעישע זעלענער איז א לאנגע, אריינגערעכנט,
קארן קאנספיקירונג
פרייוויליגע מאסן-שחיטה
פראוו אומצוברענגען
אטאקירן, און אנמאכנדיג שאדן פאר די שיף
א יונייטעד נעישן קאמיטע אויספארשונג רעזאלוציע האט בארעכטיגט די איזראלעישע אקציע אלץ לעגעטימע סעקיוריטי שריטן, אבער האט פארדאמט דאס אומברענגען אכט טערקישע אקטיוויסטן, און איין טערקיש-אמעריקאנער, באהויפטנדיג אז אזעלכע אקטן זענען אומאננעמבאר. טערקיי האט אפגעוארפן די טרעפונגען פון דעם רעפארט, זאגנדיג איזראעל האט קיין רעכט געהאט צו איבערפאלן די שיף אין אינטערנאציאנעלע וואסערן, און וועט דעריבער קיינמאל אנערקענען די לעגיטימאציע פון די עזה בלאקאדע.
ווי אויך האט טערקיי אין א רייע פרעסק נקמה גענומען, מיטן ארויפלייגן סאנקציעס אויף ישראל – א לאנד וואס איז אין די פארגאנגנהייט געווען פון די העכסטע אויף די ליסטע טוענדיג מסחר מיט טערקיי. די שריט האט אריינגערעכנט ארויסווארפנדיג איזראעלישע דיפלאמאטן פון לאנד, און אויך פארשפרעכנדיג צו אונטערשטיצן א פאלאסטיניער אפשטימונג אנבאלאנגט זייער פארלאנג אויף א לאנד אין די יונייטעד נעישנס.
איזראעל האט באלקאדירט עזה זינט די כאמאס טעראר גרופע האט איבערגענומען קאנטראל פון קאסטאל ראיאן, פון די קריגערישע צד שכנגד 'פאטאח' אין יאר 2007, אבער לאזן אריין עסן און הילף פראדוקטן אין גאזא, דורך לאנד-גרעניצן, נאכן גוט איבערקוקן פאר וואפן און דאס גלייכן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:36 am
דורך פעדער
טשעכיי רעפובליק
א פונקטליכע איבערגעמאכטע קאנצערטראציע לאגער איז אויפגעשטעלט געווארן אין צענטראל פראג, פאריגע זונטאג אפצוצייכענען די זיבעציגסטע יארטאג פון דעם אטענטאט אויף די נאצי גענעראל ריינהארד היידריך דורך א טשעכישע הונטערגרונט באנדע, טרענירט אין בריטאניע.
אין מאי 27 1942 האט א פארשוין געווארפן א באמבע אויף היידריך'ס קאר אין די שטאט פראג, א אקט וואס האט אויפגעשאקלט און געברענגט פרעצעדענטלאזע נקמה – אבלאוועס און רעוויזיעס וואס האבן ענדיגילטיג געפירט צו די ארעסטן, מארדן, און דעפארטירונגען צו קאנצערטראציע לאגערן, פון א סך הכול איבער 15,000 מענטשן.
היידריך, נאצי דייטשלאנד'ס העכסטע באאמטער, אין די באהעמיע און מארעוויע פראווינצן (היינט א טייל פון טשעכישע טערטאריע) איז געשטארבן פון זיינע וואונדן די פערטע פון יוני 1942. ער איז געווען פון די הויפט מייסטער-קעפ און אויסטרעפער פונעם האלאוקאוסט.
לאכטס אלע . ענק האבן א ביהמ"ד? אונז האבן א שיעור!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:41 am
דורך פעדער
אליעזר ליפמאן.
א גמרא שיעור אין סאוט לאנדאן וואס גייט שוין אן נאך פונווען די קעניגן איז געקרוינט געווארן, האט יעצט אפגעצייכנט 50 יאר זינט איר גרינדונג און האט באקומען די גראטולירונג פון איר מאיעסטעט די קעניגן אליין.
ארום 50 געוועזענע און יעצטיגע מיטגלידערס פון די שיעור צוזאמן מיט אנדערע געהויבענע געסט, האבן זיך צוזאמגענומען דעם פארגאנגענעם זינטאג אין סאוט לאנדאן סינעגאג אין סטרעטהעם, פייערנדיג א יובל זינט דער שיעור האט זיך אנגעפאנגען, ערהאלטנדיג דערביי א בריוו פון די הויכגעשעצטע קעניגן עליזאבעט די צווייט, געשריבן געווארן דורך איר פערזענליכע טשיף קלוירק, ווי פאלגנד: "די קעניגן האט מיך געבעטן אייך צו שיקן אירע בעסטע וואונטשן צו אלע באטייליגטע אין אט די אממיינסטנס געדענקפולע און פרייליכע צוזאמקום".
די בריוו איז פארגעלייענט געווארן דורכן שוהל-פרעזידענט, דזשעפערי העריס, וואו דערין האט די קעניגן אויסגעדרוקט צופרידנהייט צו האבן קענען געלערנט אז די שיעור וועט יעצט אפצייכענען איר פופציגסטן יארטאג, אינאיינעם מיט א סיום אויף מסכת ברכות. (וואס איז מסתמא אויך אנגעפאנגען געווארן מיט 50 יאר צוריק )
זינט די קרוינונג פונעם קעניגן אין יאר 1952 האבן די מעמבערס פון די קהילה יעדן מאנטאג פארנאכטס נעמנדיג אנטייל אין די שיעור השבוע ווערנדיג פארגעלערנט אין די 'שאטיג' שוהל וואס איז אונטער די אויטאריטעט פונעם רב הרב ר' פיליפ גינסבורי שליט"א וואס האט איבערגענומען דעם שיעור פון די פריערדיגע רב און דיין הרב שטיינבערג ז"ל אין יאר 1966 ווערנדיג די רב פון בריקסטאן סינאגאג.
מר רובין טורנער די אורח הכבוד, א לאנגיעריגע געוועזענע מעמבער נאך אין די ערשטע יארן אין די 1950’s האט אביסל מיטגעטיילט מיטן ציבור זיינע זכרונות..
די גאסט רעדנער מר נארמאן טורנער, א זוהן פון דעם אורח הכבוד רובין טורנער און אויך א געוועזענע מעמבער פון די שיעור, האט פיהל ארומגערעדט איבער זיינע זיסע זכרונות פון די יוגנט, ווען ער איז אויפגעצויגן אין די בריקסטאן קעהילה אונטער די פירערשאפט קודם פון דיין שטיינבערג וואס האט מייסד געווען דעם שיעור און שפעטער נאכן איבערגענומען ווערן דורך הרב גינסבורג, און באוואנדערט די פיהלע כוחות וואס ער לייגט אריין צוזאמצוהאלטן די קהילה..
דערנאך האט אויפגעטרעטן נאך עטליכע רעדנערס, צווישן זיי הרב ניסים דאבוב, פון סאוט לאנדאן א לאנגיעריגע פריינד און שטיצער פון די שיעור.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:44 am
דורך אויפריכטיג
שלום עליכם הער פעדער. מיר גלייכן זייער אייער פעדער, אבער ביטע הייבט אויף דעם פעדער נאך יעדן פאראגראף און שפרינגט איבער א שורה איידער איר לייגט ווידער אראפ דעם פעדער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:46 am
דורך פעדער
ביטע ווער ס'האט צייט זאל עס פאררעכטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:51 am
דורך מאנ-יימער
פעדער אין א באריכט פון זיין אייגן נייעס טישל
שיינע קלארע דעטאלירטע באריכטן
יישר כח פעדער פאר'ן אריבער ברענגן דיין פעדער
פרעג דיך נאך ביי לכתחילה, ער האט א אפענינג פאר דיר
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:53 am
דורך פעדער
אויב קען ער זיך אנטראגן צו צאלן מער ווי מיינע איצטיגע ארבעטס געבער, איז דא פונוואס צו רעדן .

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:58 am
דורך צייטליך
וועלקאם בעק רב פעדער. ס'איז א פארגעניגן צו ליינען, גיי אן ווייטער!
פעדער האט געשריבן:ביטע ווער ס'האט צייט זאל עס פאררעכטן.
פאראכטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 12:15 pm
דורך ווינקל
פעדער האט געשריבן:די רוסישע באאמטע איבער די ארכיוון אפטיילונגען האבן ווידעראמאל פארשפראכן אז זיי וועלן נאכאמאל אריינקוקן אינעם קעיס פון ראול וואלענבורג און דעם מיסטעריע וואס נעמט אים ארום.
אין די קאמיוניטי קאנעקשאנס - מאנסי איז געווען לעצטענס באשריבן א הערליכע באשרייבונג מיט אלע פרטים ארום די ראול וואלענבורג פרשה דורך ט. יצחקי.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 1:25 pm
דורך לכתחילה אריבער
פעדער האט געשריבן:אויב קען ער זיך אנטראגן צו צאלן מער ווי מיינע איצטיגע ארבעטס געבער, איז דא פונוואס צו רעדן .

הער אויס, קודם יעדעס ווארט דיינע איז מתוק מדבש, ישר כח פאר די באריכטען.
יעצט בנוגע די צייטונג וואס מיר גייען אנהייבן ארויסצוגעבן איז אזוי, אנהייב גייען די שרייבער שרייבן אין די פרייע צייט וואלענטיר, און מיט די צייט גייט עס ווערן אזא אויפגעכאפטע צייטונג, אז דו וועסט פשוט נישט האבן גענוג צייט צו ציילן די געלט, זה קוק דיך שוין יעצט ארום פאר א גוטע סעקרעטאר, וואס זאל זיין דיין בוק-קיפער.
איין פראבלעם האבעך נאך, כ'זיך א פרינטינג וואס וועט קענען פרינטען אזוי פיל שטיקלעך ווי די פארלאנג וועט זיין! (כ'טראכט אז העכסטענס וועלמער עפענען א פרינטינג אויך)
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 1:40 pm
דורך אויפריכטיג
וואו האב איך פארפאסט די מעלדונג אז לכתחילה עפענט א צייטונג?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 1:45 pm
דורך מאנ-יימער
לכתחילה, לאז מיר וויסן ווען די גייסט פאבליק, איך קויף די ערשטע הונדערט שעירס
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 1:46 pm
דורך שנאפס
מחותן האט געשריבן:מיין מיינוג: נישט אלע נייעס'ען באלאנגט דא, פאר סיבה זענענן מיר אפגעטיילט פון די גאס, ווער עס זיכט אזוינע נייעס קען עס ליינען אויף די אלגעמיינע וועב, איך האלט אז מען זאל עס אויסמעקן,
גם אני מצרף לבקשה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 1:48 pm
דורך דער קוטשער
א גרויסן שכוח רב פעדער פאר די נייעס,
איין זאך נאר כ'אפ נישט וויזוי פון 1952 ביז יעצט איז 50 יאר, און וויזוי 1966 איז פאר 1952.
צוריק צום פעדער.
לז"נ הניק קרעמער.
-
וואס גייט דא פאר, אזאנס צו האקן אינמיטן טאג?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 2:16 pm
דורך פעדער
טאקע א טעות . ס'איז 60 . ווייל איבערצוטייטשן Diamond Jubilee (וואס די קעניגן האט געפייערט פאר איר 60 יאר ) האב איך גענוצט א היברו דיק' וואס האט געזאגט "היהלומים היובל" איז פארוואס מאכן א גאנצע בראטל, ווען יעדער חדר אינגל ווייסט אז אפ' דער צולעכערטע אויער גייט ארויס ביי יובל, ווען עס קלאפט פופציג יאר.?! מיינענדיג אז יובל טייטשט 50. זעהסטו וועגן דעם דארף מען טאקע א עדיטער. און יעצט האט שוין 'לכתחילה' אזאנס. דער עיקר איז אבער, אז כאטש זעה איך ב"ה איינער האט עס געלייענט.
(מיינסט טאקע כ'האב אויסגערעכנט די יארן? נישט אז ס'איז שווער! נאר פשוט מ'קען מיינען.... וויפיהל איך באקום באצאלט דא אויף אייוועלט..
אבער ווייטער פארשטיי איך נישט וואס איז שלעכט
זינט די קרוינונג פונעם קעניגן אין יאר 1952 האבן די מעמבערס פון די קהילה יעדן מאנטאג פארנאכטס נעמנדיג אנטייל אין די שיעור השבוע ווערנדיג פארגעלערנט אין די 'שאטיג' שוהל וואס איז
(היינט צוטאגס) אונטער די אויטאריטעט פונעם רב הרב ר' פיליפ גינסבורי שליט"א וואס האט
שפעטער איבערגענומען דעם שיעור פון די פריערדיגע רב און דיין הרב שטיינבערג ז"ל
(וועלכער האט געגרינדעט די שוהל/שיעור און בשעתו פון 1952 ביז 1966 עס פארגעלערנט ) אין יאר 1966 ווערנדיג די רב פון בריקסטאן סינאגאג.
מ'דארף דיר טאקע אלעס צוגעבן מיט א גאפל?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 3:21 pm
דורך דער קוטשער
אוי אוי אוי,
אויף דעם האבעך מיך נישט געראכטן,
איז יעצט זאלעך מיך מסביר זיין?
קודם האבעך מיך באדאנקט פאר'ן שרייבן,
דערנאך האבעך מיך דערמאנט אז קרעמער פלעגט (!) כסדר אנמערקן אויף נאמבער'ס כזה, האבעך אים געוואלט דערמאנען.
און ווייטער ביים שיקען דעם פאוסט, בין איך 3 מאל איבערגעהאקט געווארן.
אקעי, צוריק צו די ארבעט און סארי פאר אלל פראסטרעשן.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 5:00 pm
דורך שנאפס
טענקס פעדער, ביטע קום אביסל אפטער
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 9:17 pm
דורך שטייסטענישט
The more outgoing and optimistic you are, the longer you may live, a new study suggests. Researchers have found that personality traits like being outgoing, optimistic, easygoing, and enjoying laughter as well as staying engaged in activities may be an important part of the longevity genes mix.
"When I started working with centenarians, I thought we'd find that they survived so long in part because they were mean and ornery," study researcher Nir Barzilai, of the Albert Einstein College of Medicine, said in a statement. "But when we assessed the personalities of these 243 centenarians, we found qualities that clearly reflect a positive attitude towards life."
Advertise | AdChoices
The study is a part of the Albert Einstein College of Medicine's Longevity Genes Project,
which includes more than 500 Ashkenazi Jews ages 95 and older, and 700 of their kids. This small subset of Eastern European Jews is genetically very similar to each other. In addition, some members of the population are extremely long-lived, so it's easy to compare their genes to the genetics of members of the population who don't fall into that category.
http://bodyodd.msnbc.msn.com/_news/2012 ... gests?lite
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 30, 2012 10:02 pm
דורך leiby
פעדער דיינע תגובות זענען ווערד א אשכול פאר זיך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:47 am
דורך שטייסטענישט
ס'איז דאס ערשטע מאל זינט די ניורעמבערג טרייעלס וואס א אינטערנאציאנאלע קארט פאראורטיילט א געוועזענעם לאנד פירער. טשארלס טעילאר - געוועזענער פרעזידענט פון לייביריע - איז פאראורטיילט געווארן דארעכען אינטערנעשאנעל קארט אין די האג צו 50 יאר תפיסה פאר זיינע פארברעכן אין די ציווילע קריג מיט'ן שכן סיערע ליאן אין די 1990'ס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:44 am
דורך מכטי1
פעדער אסאך דערציילען נייעס אבער נישט מיט די היסטאריע וואס די ווארפסט אריין, שכוח, און קיפ איט אפ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:31 pm
דורך שטייסטענישט
א מהפיכה טוט זיך אפ מיט'ן ארץ ישראלדיגן צייטונג יתד נאמן , איינער זאל שרייבן מער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 2:04 pm
דורך אויפריכטיג
איך הער אז עס איז אונטערגעגאנגען אונטער די השפעה פון הרב שטיינמאן שליט"א