Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מאי 07, 2012 3:55 pm

געלעגער האט געשריבן:פוטן איז צוריק ביי די מאכט.

געלעגער איז צוריק ביים ניוז דעסק.

Advertisement

מאנטאג מאי 07, 2012 6:42 pm

קיינער באריכט עס נישטא עליך מוזן נעמען דעם פעדער.

א מעידזשאר טעראר אטאקע איז פארמיטן געווערן דורך די סי איי עי און אין די זעלבע צייט דערזעהט מען זיך מיט א נייעם פראבלעם מיט וואס מ'דארף זיך ספראווענען. אויב איר געדענקט האט מען פאר א 3 יאר צוריק געהאט גרויס מזל ווען א שיך באמבער אויף א פליגער האט געטרייעט אויפצורייסן זיין באמבע, צום מזל האט עס מעלפאנקשענט און די פאסאנדזשירן האבן זיך געשטארקט אויף אים. אויב וואלט געלונגען פאר יענעם על קאידא'ניק וואלט עס געווען דער גרעסטער טעראריסטישע אטאקע אויף אמעריקא זינט 911.

יענער באמבע מאכער (אריסי איז זיין נאמען) איז פון על קאידא'ס בעסטע קעפ און איז פון על קאידא'ס אראב פענינסעלע סטאנציאנירט אין תימן. ער איז נישט געגאנגען שלאפן,- און 3 יאר שפעטער האט ער אהערגעשטעלט א באמבע פילפאכיג בעסער, און אן קיין "מעטאל-אייזן" !! ד.מ. אז ס'וואלט אדורך די סעקיוריטי פון א מערהייט לופטפעלדער ארום די וועלט!

דער וואס האט געדארפט צו זיין דער זעלבסמערדער האט שוין באקומען א באפעל צו קויפן א טיקעט אויף אן אמעריקען-באונד פלייט.

די סי איי עי פאלאוד שוין דעי באמבעלע א שטיק צייט און זיי האבן געלייגט א האנט דערויף! די באמבא געפינט זיך יעצט אין ווירדזשיניע וואו די באמבע עקספערטן אנאלאזירן עס. פאנעטע זאגט אז קיין אמעריקאנער איז נישט געווען אין דעינדזשער.

דינסטאג מאי 08, 2012 1:12 am

מאדנע זאך איז אז די סי איי עי האט שוין די באמבעלע א וואך צייט אבער אונזער פרעזידענט האט היינט געבראכען די נייעס מיטן גראטולירן די סי איי עי כדאי דער עולם זאל רעדן פון דעם און נישט פון די נייעס וואס איז היינט ארויסגעקומען אז דער חכם פרעזידענט מיט זיין אדמיניסטראציע האבן געפירט סיקרעט שמועסן מיט די טאליבאן און זיי האבן געהאט א פראגרעם ארויסצולאזען טאליבאןס (טעראריסטן) אבי צו געווינען אביסל ציטרוי ביי זיי. און פארשטייט זיך אז די מעשה האט געמאכט אן איבערדרייעניש און ס׳איז געווארען אביסל אומבאקוועהם אינעם אוועל אפיס האט מען באשלאסען היינט צו ברעכן די נייעס פון די באמבעלע.

דינסטאג מאי 08, 2012 4:55 am

לא יאומן כי יסופר
אפשר האבען די דינאזאורען אויך געגעסען טשאלענט?
http://news.nationalgeographic.com/news ... latulence/

מיטוואך מאי 09, 2012 9:08 am

יעדע פון אונז געדענק אודאי די שרעקעדיגע טאג "סעפטעמבער עלעווען" ווען די הארץ האט געצאפעלט זעענדיג ווי מ'שניידט אריין אין אונז, טויזענטער טויטע, טויזענטער פארוואונדעטע, ס'האט שטארק געציפט, די פחד איז געווען גרויס.

יעצט איז געקומען די צייט צו פייערן זיג, נישט פארגעסן חלילה פאר איין רגע אז ס'איז דא א באשעפער וואס היט און וויאזוי ער וויל און באפעלט אזוי געשעהט, אבער פונקט ווי ווען עס גייט נישט גוט זעט מען א פחד אויף יעדעם, איז ווען זאכן גייען בעסער איז צייט צו שמייכלען אביסל.

 

זיצט איימאן אל זאווהירי אין זיין בונקער ערגעץ ווי פארשטופט אין פאקיסטאן, די מוט זיינע איז ווייט פון גוט זינט די פירער בין לאדין איז אראפ פון דעם ערד קיגל און ער זיצט יעצט מיט די פיש אין ים און פלאנירט דארט זיינע אקציעס. עפעס די לעצטערע יארן פון דעם פירערס טויט איז אויך נישט געווען אזוי סוקסעספול. עפעס יעדע צווייטע באמבע האט פריצייטיג אויפגעריסן אדער אנדעקט געווארן פאר די צייט. אבער יעצט זינט די פירער איז שוין נישט דא, לאכט די וועלט פון מיר אין פנים. איך דארף זיי איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז אל-קאידא איז נאך אלס שטארק און נישט פשוט שטארק, נאר שטערקער ווי קיינמאל בעפאר.

על זאווהירי פאריפט א מיטינג מיט די העכסטע שמאטע קעפ און די לענגסטע בערד וואס ער האט, זיי מוזן אויפקומען מיט עפעס א גוטס וואס זאל אויפשאקלען אמעריקע אויף די יאר טאג פונעם פירערס טויט. "עפעס א מעכטיגס מוז אויסגעפירט ווערן אז אמעריקע זאל זיך שאקלען פאר פחד, אז די וועלט זאל דינערן פאר שרעק" האט על זאווהירי ארויסגעזידט פון זיינע קרומע ציין.

 

 

נאך אפאר טעג איז מען זיך צוריק צוזאמגעקומען און איינער האט פארגעשלאגן א פלאן, אפשר זאל מען נאכאמאל פראבירן אראפצוברענגען א פליגער איבער א באוואוינטע געגענט. אבער מיר האבן דאס שוין פראבירט און דערווייל האט עס געמאכט פראבלעמען און ס'האט נישט אויפגעריסן ווי עס ברויך צו זיין. האבן אלע צוריק געשריגן. יא יא, דאס איז געווען דעמאלטס אבער היינט מיט די טעכנעלאגיע קען מען מאכן איינס וואס וועט זיכער ארבעטן. און נאכמער, מיר האבן איינעם אין תימן וואס איז גרייט דאס צו צושטעלן און מיר האבן איינעם וואס איז גרייט עס אויסצופירן. אלעס איז גרייט מיר דארפן נאר די באשטעטיגונג פון אייך. על זאווהירי האט מיט א שמייכל אויף זיין בארד געגעבן זיין צושטימונג און נישט פארגעסן אריין צואווארפן אז ער טוט עס פארן באשעפערס וועגן (עפ"ל)

 

 

זאכן האבן זיך גענומען ריקן, די באמבע האט באקומען הענט און פיס, מ'איז געגאנגען קויפן נייע הויזן אז די באמבע זאל שיין זיצן דערין. ווען אלעס איז געווען פארטיג האט מען עס איבער געגעבן פאר דעם אויפרייסער און געוואונטשן אסאך הצלחה און צוגעזאגט אז אין גן עדן וועט ער זיצן אויבן אן מיט א שטענדער זייער נאנט צו די פירער וואס איז דערווייל פארנומען מיט די פיש אין וואסער אבער איינמאל ער איז פארטיג דארט קומעט ער ארויף צו זיינע תלמידים.

 ‫על זאווהירי האט זיך אראפגעזעצט אויף די קאלטע ערד און אונטער געהויבן זיין נאכט העמעד. ער האט אנגעצידן די טעלעוויזיע און געווארט צו הערן די גוטע נייעס אז א פליגער האט געקראכט און ס'איז דא הונדערטער פארוואונדעטע... ער האט זיך שוין גע'משל'ט אין קאפ ווי ער שטייט פארענט פון א גרויסע גרויע ליילעך מיט אן אלטע 'עי קעי 47' און ער ערקלערט אז דאס איז נאר די אנהייב פון א נייע עפאכע.‬ 

 

צו זיין אנטוישונג איז די נייעס געווען אז א פילאט לאזע פליגער האט באמבעדירט א געגענט אין תימן... זעענדיג פון וועלכע געגענט מען רעדט איז אים שלעכט געווארן.. דאס איז דאך די זעלבע געגענט ווי מ'האט געמאכט די באמבע. אבער זיינע מענטשען האבן אים פארזיכערט אז די באמבע איז שוין נישט דארט און דער וואס דארף עס אויספירן איז שוין אויפן וועג צום שטן און ביז געציילטע טעג וועט זיין גוטע נייעס.

      

‫אבער אנשטאט גוטע נייעס איז געקומען די ביטערע נייעס פאר אים אז דער וואס האט עס געדארפט אויספירן איז גאר געווען א סי-איי-עי אגענט און די באמבע ליגט ביי זיי אין באזיס. און נאך מער דער וואס האט עס געדארפט אויספירן האט גאר צוגעוויזן פאר די אמעריקאנע וואו די באמבע איז געמאכט געווארן און אזוי האבן זיי געוואוסט וואו צו באמבעדירן.‬ 

אוטש דאס ציפט.

 

זאווהירי שפרינגט פאר כעס, שוימט ווי א אויפגעשאקעלטע ווישי וואסער קאנע. חוץ געבן באמבאסטישע רעדעס און זיך רעגן און שרייען און ווארענען און סטראשען האט ער נאך גארנישט געטון פארן שטן. איך וואלט אים גע'עצה'ט אריין צו גיין אין מדבר נעמען א פאסיק און שרייען אללא אכבאר און שלעפן די בענדל, ער האט נישט וואס מורא צו האבן, לויט די שלימזל וואס ער איז וועט די פאסיק זיך נישט אויפרייסן. ס'איז צייט ער זאל איינזען אז די קאמף איז פארטיג און ער קען גיין טוישן זיין דאסטער.

 

איין גוטע זאך וואס איז ארויס געקומען דערפון, קריס קריסטי באקומט די הויזן וואס די אויפרייסער האט געזאלט טראגן.

 

מיטוואך מאי 09, 2012 9:15 am

ביסט אזאנס גוט אז נישט פשוט ;l;p- ;l;p- :lol:

מיטוואך מאי 09, 2012 9:37 am

ווינקל האט געשריבן:ביסט אזאנס גוט אז נישט פשוט ;l;p- ;l;p- :lol:

מיטוואך מאי 09, 2012 10:23 am

גייט דעס אויך אריין אין כלל פין "טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס"?? איך ווייס נישט? אבער ביז דערווייל נעם צוויי ;l;p- ;l;p-

מיטוואך מאי 09, 2012 10:49 am

געלעכטער, ישר כח.

מיטוואך מאי 09, 2012 11:08 am

farshlufen האט געשריבן:געלעכטער, ישר כח.

he nailed it

מיטוואך מאי 09, 2012 12:16 pm

farshlufen האט געשריבן:געלעכטער, ישר כח.

מיטוואך מאי 09, 2012 2:06 pm

דאס איז פיינע נייעס, כמשמעו וכמדרשו!

געלעגער איז דע מען!

מיטוואך מאי 09, 2012 2:45 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס איז פיינע נייעס, כמשמעו וכמדרשו!

געלעגער איז דע מען!

דאנערשטאג מאי 10, 2012 3:08 am

עס איז היינט א שעה צוריק געווען גרויסע עקספלאזשענס אין דרום דמשק
אסאך טויטע ל~ע
עס איז נאך נישט באוואוסט ווער עס שטייט אונטער דעם

דאנערשטאג מאי 10, 2012 4:09 pm

דאס איז א שטארקע דורפאל פאר אבאמא


Moscow - Putin Pulls Out Of US Summit, Meeting With Obama


- The White House says Russian President Vladimir Putin is skipping a planned visit to the United States this month for an economic summit and a much-anticipated meeting with President Barack Obama.

The White House says Obama and Putin spoke by phone Wednesday. The Russian leader told Obama that he needs to finish work setting up his new Cabinet. Putin took power this month, returning after six years to a post he had previously held. Putinprotege Dmitri Medvedev (dih-MEE’-tree med-VYEH’-dyev) will attend the G-8 meeting instead.

The Obama administration had moved the G-8 gathering to the Camp David retreat instead of the planned venue in Chicago, partly to accommodate Putin

דאנערשטאג מאי 10, 2012 5:08 pm

ווינקל האט געשריבן:ביסט אזאנס גוט אז נישט פשוט ;l;p- ;l;p- :lol:

פרייטאג מאי 11, 2012 5:16 am

טשעיס באנק האט געמאלדען פארלוסטען פון בערך צוויי ביליאן דאללער

פרייטאג מאי 11, 2012 10:24 am

אמממ, פיינע נייעס....

פרייטאג מאי 11, 2012 3:25 pm

msp האט געשריבן:עס איז היינט א שעה צוריק געווען גרויסע עקספלאזשענס אין דרום דמשק
אסאך טויטע ל~ע
עס איז נאך נישט באוואוסט ווער עס שטייט אונטער דעם


עס האלט יעצט ביי איבער 50 געהארגעטע און איבער 170 פארוואונדעטע. פארשטייט זיך אז די סיריע רעגירונג האט תיכף באשולדיגט די "אויסלענדישע טעראריסטן וואס זייען אן כאאס אין לאנד". און די אפאזיציע טענה'ט אז די רעגירונג האט דאס אליין אונטערגעשטעלט. סיי וויאזוי. איז דער פייערשטילשטאנד לכאורה אווער דארט(פאר ווער עס ווייסט נישט: ביז יעצט איז אפיציעל געווען אזאנס....)

אגב. איך מיין אז מען קען שוין אפשטויבן די
רעוואלוציע אין סיריע אשכול. די רעוואלוציע איז אין פולן קראפט!

זונטאג מאי 13, 2012 3:37 am

דאכטזעך מער אז היינט האט "פאנעטא" געזאגט אז ער ווייסט אז אל קאידע האט זעך סטאנציאנירט אין סיריע און זיי פרובירן אויסצופירן אטאקעס

דינסטאג מאי 15, 2012 5:19 am

:roll: הענרי קיסינדזשער דער וואס האט אמאל געדרייעט א וועלט, געוועזן טעגליך אין די נייעס און געווינען דעם נאבל שלום פרייז איז זייענדיג צוגעבינדן צו א רעדער בענקל געווארן פולשטענדיג אונטערזיכט דורך די [מובן מאליו] חכמי הטי עס עי, ירהבו נער בזקן.

מיר האפן אז ער האט כאטש אריינגעכאפט צו זאגן ראה עניי וכו' זאל אים עס גערעכנט ווערן אלס כפרת עוונות.

http://en.wikipedia.org/wiki/Henry_Kissinger

דינסטאג מאי 15, 2012 6:09 am

גוטע נייעס פאר אונזערע חשובער ים רויבער
אין דייטשלאנד האט א נייער פארטיי די פיראטען-פארטיי געווינען עטליכע ניינצען מאנדאטען....

דינסטאג מאי 15, 2012 8:21 am

farshlufen האט געשריבן::roll: הענרי קיסינדזשער דער וואס האט אמאל געדרייעט א וועלט, געוועזן טעגליך אין די נייעס און געווינען דעם נאבל שלום פרייז איז זייענדיג צוגעבינדן צו א רעדער בענקל געווארן פולשטענדיג אונטערזיכט דורך די [מובן מאליו] חכמי הטי עס עי, ירהבו נער בזקן.

מיר האפן אז ער האט כאטש אריינגעכאפט צו זאגן ראה עניי וכו' זאל אים עס גערעכנט ווערן אלס כפרת עוונות.

http://en.wikipedia.org/wiki/Henry_Kissinger

קישען וועמען???? (קרעדיט : זעמל/לעצטע געדאנק)

דינסטאג מאי 15, 2012 9:49 am

Newark, NJ - NJ Airport: Security Supervisor Used Dead Man's ID For 20 Years

Newark, NJ - A Nigerian man used the identity of a murder victim to hide his status as an illegal immigrant while working undetected for decades as a security guard and then a security supervisor at one of the United States’ busiest airports, authorities said Monday in announcing his arrest.

Oyewole, 54, worked at the airport, starting in 1992, under the name of Jerry Thomas, who was killed that year in New York City. He was arrested, after an anonymous tip, at his home in Elizabeth on Monday and faced charges including identity theft, authorities said. It wasn’t immediately known how Thomas’ personal information was acquired.

די עיקר אז מען זאל ארויפגיין אן וואסער אויפן פליגער, אלע אנדערע זאכען זענענן נישט וויכטיג,

דינסטאג מאי 15, 2012 9:51 am

איראן:
די סטעיט טעלעוויזיע אין איראן האט געמאלדן היינט דינסטאג אז זיי האבן אויסגעפירט דעם טויט שטראף אורטייל אויף מאדזשיד דשאמאלי פאשי, וועלעכע ווערט באשולדיגט צו זיין א שפיאן און ארבייטן פאר די 'מוסד' אגענטור. פאשי ווערט באשולדיגט אין די מארד פון איינער פון איראן'ס נוקלארע סייענטיסטן וועלעכע איז אומגעברענגט געווארן אין טעהעראן אים יונאר '10.
--

פלארידע:
היינט דינסטאג פארטאגסט זענען געפינען געווארן 5 טויטע קערפער אין א היים אין פלארידא. די SWAT זענען אריינגעריפן געווארן דורך שכינים וועלעכע האבן געהערט שיסערייען, נאך עטליכע שעה'ן נישט וועלענדיג זיך אונטערגעבן האבן זיך די SWAT אריינגעריסן אין די הויז היינט צופרי. זיי האבן געפינען 4 קערפער אין די הויז אין איינעם אויפן פעלד אינדרויסן. דער שיסער איז צווישן די טויטע.
--

לאס אנג'לעס:
א זיכעריי גייט היינט אריין אונעם 5'טן טאג נאך א פארלוירענער FBI אגענט, דערווייל מיט ווייניג רעזולטאטן. ספעציעלער אגענט סטעפאן איוואנס וועלעכע ארבייט אין די קאנטער-טעראריזם דעפט. איז לעצט געזעהן געווארן מיטוואך ווען ער איז פארלוירן געגאנען און אזוי אויך איז זיין סערווויס רעוואלווער פארלוירן געגאנען מיט אים, דאס מיינט אז ער איז א באוואפענט. ספעציעלע אינוועסטיגעיטאר'ס, וואלאנטירן, לאקאלע פאליציי און ארום 50 FBI אגענטן זענען אנגעשלאסן אונעם זיכעריי וועלעכע האט דערווייל נישט געברענגט קיינע רעזולטאטן.
--

ניו יארק:
פאליציי אין אפסטעיט ניו יארק האבן ארעסטירט דעם 25 יעריגן דשאן מאסאו נאכדעם וואס ער איז איינגעגאנגען אויף זיין חבר'ס בקשה און אים געשאסן אין פיס.. זיין חבר האט אים אין די לעצטע צייט עטליכע מאל געבעטן אז ער וויל שפירן וויאזוי מ'שפירט ווען מ'ווערט געשאסן.. מאסאו איז נעתר געווען לבקשתו און ער האט געשאסן זיין חבר אין פיס. ער איז עקספעקטעט צו מאכן א פולער ערהוילונג אבער דער שיסער ווערט ערהאלטן אונטער גראטעס.
--

מער נייעס נאך די עדווערטייזמענט.
שרייב א תגובה

Advertisement