באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 5:33 pm
מחותן האט געשריבן:ייש"כ געלעגער,
___
א דאנק פרעדידענט אבאמא און די פארפוילטע דעמעקראטן
Florida Drivers Shelling Out Nearly $6 A Gallon At Some Gas Stations
Talk about pain at the pump! Some Florida drivers are spending nearly $6 a gallon to fill up their gas tanks.
ווען בוש איז געווען פרעזידענט האט די מידיא געהאמערט יעדן טאג איבער די געז פרייזען, און אז בוש - טשעני זענענן שולדיג דערויף, יעצט הערט מען נישט אז אבאמא איז שולדיג דערויף
אין ענגליש רופט זיך עס CHUTZPAH
אבאמא באשולדיגט די רעפובליקאנער פארן שפילן פאליטיק מיט די געז פרייזן.
http://thehill.com/blogs/e2-wire/e2-wir ... gas-prices
Advertisement
פרייטאג פבואר 24, 2012 3:53 am
געהערט אנ אינטערעסאנטע נייעס היינט אז מען האט געטראפען א נייע מין ווארים דמתקריא קעטטערפיללער וואס האט ליעב שארדאנעי, קאבערנעי סאוויניאן און מוסקאט טרויבען און מאכט אהן חרבונות אין די כרמים...
פרייטאג פבואר 24, 2012 12:14 pm
די לאנד לעבט זיך,
עי פי האט פארגאנגענע וואך אויפגעדעקט אז די ניו יארקע פאליציי דיפארטמענט האבן געהאט אין 2007 א געהיימע יוניט פון אפיצירן וואס פלעגן עמטליך ארום גיין שפיאנירן אויף מוסעלמענע יוגענטליכע פון די ניו יארקע און ניו ג'ערסי געגנט. די פראיעקט איז געווען אזא געהיים אז די ניו ג'ערסי מעיאר האט ניטאמאל געוואוסט דערפון, יעצט שומפט ער און באבעלט ווי א פעסל הייסע פעך אז אזא זאך האט געקענט אנגיין אונטער זיין רוקן אן זיין וויסן. בלומבערג איז היינט ארויסגעקומען און פארטיידיגט זיינע אפיצירן, זאגענדיג אז דאס איז געווען לעגאל. געוויסע סענעטארן ברויזן געפערליך און זיי האבן גערופן פאר עריק האלדער די אמעריקאנע אטוירני דזשענעראל אריין צו קוקן דערין. די טשיקאגאו מעיאר אבאמא'ס געוועזענע טשיף אף סטעף דער ביגאט ראם אמנועל וואס האט אנגעגרופן מענטשען אין מקוה, האט אויך געהאט גוטע ווערטער אריין צו ווארפן, ער זאגט אז ביי אים אין טשיקאגאו וועט דאס קיינמאל נישט פאסירן, מיר שפיאנירן נישט אויף קיין ציוויליע..
איך דארף אבאכט געבן וואס איך שרייב, די וואך האט מען ארעסטירט א בלאגער אין ניו יארק פארן שרייבן אויף א בלאג קעגן דעם פאליציי קאמישענער רעימאנד קעלי. אלזא דארף מען אבאכט געבן.
אז מען רעדט שוין פון פאליציי און בלאגסץ נעבעך, מ'האט היינט אראפ געזעצט א פאליציי אפיציר נאכדעם וואס איינער האט געשיקט א בילד אויף טוויטער ווי דער אפיציר כאפט א זיסע דרימעל אויף א טרעין ביים ארבעט. חח, יעצט וועט ער קענען כאפן א געזונטע לאנגע דרימל.
*
א טאטע אין סטענפארד קט איז ארעסטירט געווארן ווייל ער האט געשלאגן זיין קינד פארן נישט אויסהערן דעם פרעזידענטס סטעיט אוו יוניאן דרשה. די טאטע האט אריין געשליידערט א קאווע גלאז אין דאס קינד'ס פנים פארן זיך פארקלאצן אינמיטן די דרשה.
איינער האט ד. פעלדמאן'ס נאמבער? אקעי, נעווער מיינד, יענער איז נישט קיין איד.
*
לעצטענס האט זיך ווידער אנגעפאנגען די אלטע מעשיות. אפאר סענעטארן האבן באקומען פארדעכטיגע פעקלעך אויף די פאסט וואס ענהאלט אין זיך שטויב.. די פאליציי ברעכן זיך קאפ אויסצוגעפונען ווער דער שיקער איז, און פון וואו ער ווייסט ווער די סענעטארן זענען.
א גוט שבת, פון די געלעגער טישל.
פרייטאג פבואר 24, 2012 12:37 pm
חחחחח, ביי די לעצטע האב איך אויסגעשאסן!
פליז קיפ איט אפ!
פרייטאג פבואר 24, 2012 12:38 pm
ישר כח געלעגער
געלעגער האט געשריבן:די פראיעקט איז געווען אזא געהיים אז די ניו ג'ערסי מעיאר האט ניטאמאל געוואוסט דערפון, יעצט שומפט ער און באבעלט ווי א פעסל הייסע פעך אז אזא זאך האט געקענט אנגיין אונטער זיין רוקן אן זיין וויסן. בלומבערג איז היינט ארויסגעקומען און פארטיידיגט זיינע אפיצירן, זאגענדיג אז דאס איז געווען לעגאל
די ניו דזשערסי מ. גאווערנאר האט געהאט אונטערגעשריבן אן עקזיוטיוו ארדער נאך די לאנדאנע סאבוועי טעראר אטאקעס אז די ען.ווי.פי.די. זאל קענען נאכגיין טעראר טיפס אין ניו דזשערסי, אויף דעם ארויף זאגט מעיאר בלומבערג אז די אפערעישאן איז געווען לעגאל.
אבער די געוועזענע נ.דזש. גאווערנער טענה'ט אז די שפיאנירן איז שוין אריבער די גרעניץ פון וואס די ארדער ערלויבט.
שבת פבואר 25, 2012 9:20 pm
קענעדיס שוין ווידער אין די
נייעס. א זון פונעם געוועזענעם אטוירני דזשענעראל און נעפיו פונעם פרעזידענט האט זיך צואמפערט מיט נוירסעס אין וועסט-טשעסטער ווען זיי האבן אים נישט געלאזט ארויסטראגן זיין ניי געבוירן קינד. ווייזט אויס אז ער האט נישט געהאט די בענד. ער האט זיי דערלאנגט, און איצט שטייט ער אויס קלאגעס.
שבת פבואר 25, 2012 10:25 pm
היינט האט די פאקיסטאנע רעגירונג אנגעהויבן איינווארפן די פאלאץ ווי דער מייסטער טעראריסט אסאמא בין לאדין האט זיך אויסבאהאלטן און אומגעברענגט געוווארן אין א געלונגענע אקציע דורך די נעיווי סיעלס.
זונטאג פבואר 26, 2012 12:40 am
גאווערנאר קאומאו האט פרייטאג געבעטן זיין יונגערע ברודער וואס פארמאגט א מיליאן נאכפאלגערס אויף טוייטער אז ער זאל אים מזכיר זיין אזוי אז די חסידים זאלן זעען און אים אויף נאכפאלגן. ענטאני ווינער האט נישט געקאמענט דעראויף.
*
די קוראן מעשה ווערט נאר מער היציג. צוויי מארינען זענען דערשאסן געווארן דעם שבת, און טאליבאן האט גענומען קרעידט דעארויף זאגענדיג אז דאס איז זייער ענטפער אויף די קוראן. פון אונזער בוזעם פריינט איראן האבן מיר אויך געהערט ב"ה וואס ער האט צו זאגן. אן איראנע גענעראל האט געזאגט אז די ענטפער אויפן פאברענען די קוראן דארף זיין 'אונטערצינדען דאס ווייסע הויז!' "נאר דאס וועט אונז בארואיגן."
ווען ראן פאול האט עס געהערט האט ער זיך אנגערופן "איך שטום צו, אבער זיי זאלן עס טון נאכדעם וואס איך פארלאז די ווייסע הויז"
*
ווידער איז א פילאט-לאזע פליגער געגאנגען אויף אראפ אנשטאט פארן גראד. דאס מאל איז עס געווען אין פאקיסטאן. טאליבאנע זאגן אז זיי האבן עס אראפגעשאסן און זיי גייען מארגען ארויסשטעלן בילדער, די אמעריקאנע זאגן אז דאס האט פשוט אראפגעקראכט. אין אנדערע נייעס האט פאקיסטאן אנגעפאנגען צו צוווארפן די בנינים וואו בין לאדין האט געוואוינט.און איך האב אייביג געגלייבט אז פאקיסטאן ווייסט נישט ווער בין לאדין איז..
*
צוויי ניו יארקע קאנגרעס לייט וואס זענען ארום געפארן אין די ירושלים'ע אומגעגענט דעם פרייטאג זענען באשאסן געווארן מיט שטיינער דורך אראבישע יונגענטליכע. די חידוש פון די מעשה איז אז דוב הייקינד איז נישט דארט געווען.
זונטאג פבואר 26, 2012 12:53 pm
גגעעללעעגגעערר...
מיט אזעלכע נייעס ווער דארף דזשאוקס?
זונטאג פבואר 26, 2012 1:21 pm
טענקס געלעגער קיפ איט אפ!!
זונטאג פבואר 26, 2012 1:43 pm
אויפריכטיג האט געשריבן:טענקס געלעגער קיפ איט אפ!!
זונטאג פבואר 26, 2012 4:11 pm
איי איי איי, ווי נעמט מען דוב ווען מדארף אים?
זונטאג פבואר 26, 2012 6:02 pm
אין א לעצטערע אנטוויקלונג אין די אידישע וועלט קורצע נייעס אפטיילונג איז אנצומערקן די אנוווענהייט פון א געוויסן שרייבער וועלכער רופט זיך מיטן פענ-נאמען הנקרא ניק "געלעגער" און דער עולם באלעקט זיך די פינגער!
שר'קויעך געלעגער!
זונטאג פבואר 26, 2012 8:39 pm
שאאאאא האט נחום מיט זיין גראבע טראמבאן שטימע געדונערט, שטיל זאל זיין, מיט זיינע פלייישיגע האנט פלאך האט ער געבאכעט אויף די בימה, ער האט זיך געווישט די שווייס, פיר מאל ארויפגעריקט די דאבל ברידזש גלעזער, ארויסגעשלעפט די געלע צעטלען וואס ער האט זיך פארגעשריבן, געגעבן א קוועטש אראפ די די ריקארד מיט די פלעי באטען אויף זיין שיק באקס רעקארדער, כארכלט זיך אונטער אויסצוקלארן זיין באסאווע שטימע, פארציהט זיך דאס היט, קראצט זיך די קופערנע בארד, און הייבט אן.
געלעגער איך האב שוין נישט קיין געדולד איבערצוזאגן יעצט זיין גאנצע דרשה, די באטאם ליין איז אז ער האט געוואלט ארויסברענגען אין מיין נאמען אז מיר האבן זייער הנאה פון דיינע באריכטן פונעם פראנט, און איך האף אז די וועסט ווייטער אנהאלטן, ש'קיין חילוק צו איך האב יא צייט צו מגיב זיין צו נישט.
מאנטאג פבואר 27, 2012 9:08 am
די רוסען טענה'ן אז טעראריסטען האבען געוואלט הרג'נען וולאדימיר פוטין אין אוקריינא
מאנטאג פבואר 27, 2012 10:54 am
msp האט געשריבן:די רוסען טענה'ן אז טעראריסטען האבען געוואלט הרג'נען וולאדימיר פוטין אין אוקריינא
איך האב ארבעטער אין אוקריינע זיי זאגן אז פריער אדער שפעטער וועט זיין א מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע
מאנטאג פבואר 27, 2012 11:32 am
מיר האט געדאכט אז דאס איז א שפיצעל ארויף צו שטופען די פאפולאריטעט פון פוטין
מאנטאג פבואר 27, 2012 11:54 am
לעצטענס איז געווען אין די נייעס וועגן די פאליציי וואס שפיאנירט אויף מוסלימענער סטודענטן. די פאוסט האט געלייגט לעצטן פרייטאג די געשמאקע קארטון:
די ארגענעזאציע "CAIR" (C'ouncil on A'merican 'Islamic R'elationship) אדער ווי אנדערער רופן עס C'ouncil on A'rab I'nfidel R'elationship האט גערופן אויף פאוסט זיך צו אנטשולדיגן פאר די "אנטיסעמיטישע" קארטון.
האפענטליך וועט די פאוסט זיך נישט צוהערן צו דעי טעראריסטישע "ארגענעזאציע.
מאנטאג פבואר 27, 2012 2:13 pm
ברוקלין ניו יארק.
די פאליציי אין ברוקלין האבן ארעסטירט צוויי יוגענטליכע די פארגאנגענע וואך. די צוויי האבן בארויבט אן איין און אכציג יעריגער און אוועק גענומען זיין איי-פאון, ווען ער האט פראבירט עס צוריק צו כאפן האבן זיי אים אראפגעשטיפט די פלאטפארם ארויף אויף די טרעקס. די צוויי זענען אנטלאפן אבער שפעטער האט מען זיי ארעסטירט. מיין זיידע איז אקעי ב"ה
*
און יעצט אן ערענסטע שטיקל נייעס.
אין נארט קאיאריע האט זיך געעפענט א נייע געשעפט. די חידוש פון די סופערמארקעט איז אז יעדער גייט קענען אנרירן די חפץ וואס מ'קויפט פארן באצאלן דערפאר. נישט ווי ביז היינט וואס מ'האט נישט געקענט אנרירן אדער זעען וואס מ'קויפט פאר מ'באצאלט דערפאר. וואס לאכט איר??? נאכמער, די געשעפט האט זיך געדארפט עפנען אפאר חדשים צוריק, אבער ווייל קים דזשאנג איל איז געשטארבן האט עס אויפגעהאלטן דאס עפענען. יעצט ב"ה האט זיך דער עולם עטוואס בארואיגט און די געשעפט איז געעפענט געווארן בשעה טובה.
*
ווען מען האט געפרעגט ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי צו ער וואלט אנגענומען די וויצע פרעזידענט שאפט אויב ראמני שלאגט עס אים פאר האט ער געענטפערט אז יא.
קריס קריסטי איז זייער באקאנט מיט זיין לויזע צונג ווען עס קומט צו עסן און צו רעדן. פארגאנגענע וואך האט ער געזאגט אויף ווארען באפעט "שרייב דיין טשעקל און פארשליס דיין פיסק". ווען מען האט געפרעגט ראמני צו ער וואלט גענומען קריס האט ער געענטפערט "איך ווייס נישט צו איך דארף די גאנצע.."
*
צענדליגע טויזענעטער זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן אין רוסלאנד קעגן וולאדעמיר פוטין. פוטין האט צוריק פארשמעקט דאס בענקל און ער לויפט אין די קומענדע וואלן און ווען ער געוואונט (ס'איז נישט קיין שאלה פון אויב) וועט ער זיין פרעזידענט פאר נאך זעקס יאר. צענדליגע טויזענטער זענען ארויסגעקומען שרייען אז זיי דארפן אים נישט פאר נאך זעקס יאר. ווען פוטין האט געהערט אז זיי שרייען ניין פאר נאך זעקס יאר האט ער זיך אנגערופן מיט א קרעכץ "איך וואלט אויך געוואלט נאך אכט יאר, וואס זאל איך טון אז די קאנסטעטוציע לאזט דאס נישט צו"
*
ראמני'ס שטאב האבן אים געדרוקט צום וואנט אז ער מוז זיך מער אראפלאזן צו די וויילער און רעדן וועגן די הויכע געזאלין פרייזן וואס פלאגן דאס לאנד. ביי די נעקסטע דרשה האט ראמני זיך צווויינט "איר ווייסט וואס געז ס'קאסט מיך צאם פאר מיינע פאר קעדילעקס וואס איך מיט מיין בני בית דרייוון?"
*
סענטורעם גייט באקומען סיקרעט סערוויס שיץ. ס'איז צום שטוינען ווי פארדרייט פאליטיק איז, ווען מ'זאל מיר זאגן אז מ'דארף מיך שיצן ווייל איינער וויל מיך שיסן, וואלט איך געציטערט אין די הויזן. ביי פאליטיקס אויב איינער וויל דיך שיסן ווייזט דאס אויף געלונגענקייט.
מאנטאג פבואר 27, 2012 3:15 pm
ראמני מיט קריסטי איז א גוטס. אייגנס?
מאנטאג פבואר 27, 2012 4:09 pm
יישר כח געלעגער. אויסערגעווענליך ווי אלעמאל!
מאנטאג פבואר 27, 2012 4:11 pm
קרעמער האט געשריבן:ראמני מיט קריסטי איז א גוטס. אייגנס?
יא ב"ה.
מאנטאג פבואר 27, 2012 4:41 pm
געלעגער האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:ראמני מיט קריסטי איז א גוטס. אייגנס?
יא ב"ה.
דוד לעדערמאן וויל דיין נומער.
מאנטאג פבואר 27, 2012 4:45 pm
קרעמער האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:ראמני מיט קריסטי איז א גוטס. אייגנס?
יא ב"ה.
דוד לעדערמאן וויל דיין נומער.
געטראכט די זעלבע, נאר פין לענא (מער זיין סטייל), אין אמת'ן האבעך געמיינט אז ער שריייבט פון זיי, דער איז גיט דער געלעגער!
מאנטאג פבואר 27, 2012 5:00 pm
א-חוץ די פרענק וואס ער האט געהייסן זיינע צוהערער טשעפענען מיט די קינדער ביי די קראצמעך חגא, און אפכאפן די רעאקציע און ארויף לייגן אויף זיין סייט. הער איך אים קיינמאל נישט אויס