באריכטן און אנאליזן
מיטוואך פבואר 22, 2012 1:09 pm
ייש"כ געלעגער,
___
א דאנק פרעדידענט אבאמא און די פארפוילטע דעמעקראטן
Florida Drivers Shelling Out Nearly $6 A Gallon At Some Gas Stations
Talk about pain at the pump! Some Florida drivers are spending nearly $6 a gallon to fill up their gas tanks.
ווען בוש איז געווען פרעזידענט האט די מידיא געהאמערט יעדן טאג איבער די געז פרייזען, און אז בוש - טשעני זענענן שולדיג דערויף, יעצט הערט מען נישט אז אבאמא איז שולדיג דערויף
Advertisement
מיטוואך פבואר 22, 2012 1:19 pm
א שרעקליכע עקסידענט האט פאסירט היינט ציפרי אין ארגענטענע ווען א פול געפאקטע טרעין האט אריינגעקראכט איו די פלאט פארעם, ניין אין פערציג מענטשען זענען געשטארבן מער פין 600 פארוואנדערט,
עס איז די ערגסטע עקסידענט אין דרייסיג יאר.
מיטוואך פבואר 22, 2012 1:26 pm
מחותן האט געשריבן:א דאנק פרעזידענט אבאמא און די פארפוילטע דעמאקראטן:
Florida Drivers Shelling Out Nearly $6 A Gallon At Some Gas Stations
Talk about pain at the pump! Some Florida drivers are spending nearly $6 a gallon to fill up their gas tanks
ווען בוש איז געווען פרעזידענט האט די מידיא געהאמערט יעדן טאג איבער די געז פרייזן, און אז בוש / טשעני זענען שולדיג דערויף; יעצט הערט מען נישט אז אבאמא איז שולדיג דערויף!
גינגריטש קאמפיינט יעצט אז אויב ער וועט זיין פרעזידענט, וועט מען דרילן אזויפיל אויל אין אמעריקע, אז פרייזן וועלן פאלן צו א עוורידזש פון 2 דאלאר א גאלאן... נו, וואו איז דער קנעפל צו וואוטן? איך וואוט שוין מיט פארמאכטע אויגן!!
די עקספערטן זאגן אז ס'האט נישט בלויז מיטן דרילן אין אמעריקע, נאר מיט די פאררוקטע "שפאקולאנטן" וואס זייער הארץ קלאפט ווען איראן סטראשעט.
רבותי, איך לויף פאר א "שפאקולאנט"! שטימט פאר מיר, ס'וועט זיך אייך אלע לוינען!!!.....
מיטוואך פבואר 22, 2012 1:40 pm
שמעק_טאביק האט געשריבן:די עקספערטן זאגן אז ס'האט נישט בלויז מיטן דרילן אין אמעריקע, נאר מיט די פאררוקטע "שפאקולאנטן" וואס זייער הארץ קלאפט ווען איראן סטראשעט
זייער הארץ קלאפט פאר שמחה אז מען קען שפאקעלירען און מאכען א אנשטעל כאילו עס גייט זיין ווייניג אויל און אריינריקען אפאר דאלער,
___
דרך אגב, ווער געדענקט ווען קלינטן האט זיך געהאמערט מיט דו רפובליקאנער איבער גראבען דא און אמעריקע פאר אויל, קלינטן האט דאן געזאגט אז גראבען אויל דא אין אמעריקא איז א זאך וואס וועט נאר העלפן פאר 15 יאר ארום דערפאר האט ער עס נישט צוגעלאזט ער האט געזאגט אז ער זיכט א שנעלע לעזונוג פטר טייערע אויל פרייזען,
יעצו איז שוין 15 יאר שפעטער, און מען וויל ווייטער נישט גראבען ווייל עס נעמט 15 יאר ביז מען זעט די פירות דערפון,
מיטוואך פבואר 22, 2012 1:50 pm
גיבט מיר נאר א שמעק טאביק ביטע.
מיטוואך פבואר 22, 2012 3:14 pm
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771ווי אזוי זענענן די פרייזען ביי ענק??
ד"א, די מילך קיקט אויס צו זיין זייער ביליג
מיטוואך פבואר 22, 2012 6:35 pm
אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די קוראן פארברענען אין אפגאניסטאן.
היינט איז די פראטעסט אביסל ארויס פון קאנטראל און דריי מענטשען זענען געהארגעט געווארן ביי די פראטעסט נאכדעם וואס איינער האט ארויסגענומען א גאן אין זיך גענומען שיסן אויף די מאסן. ווען בוש האט געהערט די נייעס האט ער זיך אנגערופן "ווען איך ווייס ווען, שלעפ איך נישט אריין די וועלט אין א מלחמה מיט אפגאניסטאן, איך פארלאנג ווען אז מ'זאל פארברענען א קוראן און פון דארט וועלן די אפגאנער טון די איבריגע"
.
*
נעכטן האט רויטערס באריכטעט אז ס'זעהט זיך אן א שטיקל טויש אין רוסלאנד און אין טשיינע איבער זייער שטעלונג בנוגע סיריע. די גוים שמעקן אויך אז ס'איז א שלום וואך די וואך..
*
עפל גוגל עמעזאן הפ מייקראסאפט און רים האבן היינט זיך צוגעשטעלט צו די פארלאנג פון די קאלעפארניע אטורני גענערל וועגן די פריוואטקייט פון עפפס אויף די מאביל דיווייסעס, וואס די פארלאנג איז ווייס איך נישט. מיר האט געכאפט די נייעס אז רים איז נאך אויך צווישן די אויסגערעכענטע..
מיטוואך פבואר 22, 2012 6:46 pm
געלעגער דו ביסט זיסער ווי צוקער (און ספלענדא)... שיינע נייעס מלא טעם, מיט דיינע זיסע קאמענטס.....
(איך מיין אז "דער שטערן" מעג זיך קומען לערנען ביי דיר וואס "די גוטזאגער זאגן"....)
מיטוואך פבואר 22, 2012 7:03 pm
זיס פיסקל.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:04 am
שכוח געלעגער,
דיינע נייעסער שטימען נאך די מערסטע מיטן קעפל פונעם אשכול.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:48 am
אה געלעגער, מיי פעיוואריט!
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 3:46 am
ברוך השם גלעגער איז בעק, יעדן טאג קומט עפעס א גוטס, אוי ס'איז גאונות, געוואלדיג.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 11:09 am
געלעגער געלעגער, מיר ווילקאמען אייך אויף קריק. דיינע נייעס זענען שוין גארנישט קיין נייעס, יעדעס ווארט געגאסן צוקער מיט האניג...
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 11:42 am
געלעגער האט זיך אוטערגעהויבן פונעם געלעגער, און געלעגער'ט נייעס אין אונזער געלעג... אאפס.. אין אונזער וועלטל.
טענק יו געלעגער
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:45 pm
נעכטן ביי די דעבאטע האט ראמני געפרעגט סענטורעם מיט שפאז "פיר יאר צוריק האסטו געזאגט אז איך בין א שטארקע קאנסערוועטיוו, וואס איז דאס יעצט אז דו האלטס שוין נישט אזוי?" ווי איראניש איז דאס צו הערן פון ראמני אזא שאלה, ווען מ'זאל ווען אויסרעכנען אלע זאכן וואס ראמני האט געטוישט פון פיר יאר צוריק וואלט מען נאך יעצט געהאלטן אינמיטן די דעבאטע..
*
דער בעל הבית פון מעגע אפלאודס וועב זייטל איז ארויס אויף בעיל אין ניו זילענד, ער זאגט אז ער גייט זיך אויסשלאגן אז מ'זאל אים נישט טרענספערן קיין אמעריקע וואס דא ווארט אים אויך קלאגעס. מיט טרערן אין די אויגן האט ער זיך אפגערעדט " זיי ווילן מיך מעגע, אפלאודן קיין אמעריקע, איך וועל דאס נישט צולאזן. (פאר ווער עס קיין זיין רעקל סייז)
*
נעכטן האט מען ארעסטירט אבאמא אויף א פליגער ווייל ער האט זיך צעזינגען געזאנגען וואס האבן ארויסגעהויבן אסאמא בין לאדין... איין רגע וואס רעד איך דא? איך מיש צוויי נייעסער, לאמיר נאכאמאל אנפאנגען.
א סאודיע יוגענטליכע איז ארעסטירט געווארן ווען ער האט זיך נישט געקענט האלטן דאס פיסק און זיך גענומען זינגען לטובת אסאמא, ער איז ברוגז געווארן נאכדעם וואס מען האט אים געהייסן פארלעשן זיין עלעקטעראנישע ציגערעטל. און אין אנדערע נייעס האט אבאמא זיך געלאזט הערן זיין קול'כעל ביי א טיי אווענט ביי זיך אינדערהיים. ער האט געזונגען וועגן זיין היים שטאט טשיקאגאו וואס ער גלייכט אזוי.
מיין אנטשולדיגונג פאר מישן די נייעס.
*
די ניו יארקע טעקסי און לימעזין קאמאסיע זאגט אז זיי גייען דורך פירן א באסט פאר אלע נישט לעגאלע טעקסי און קאר סערוויס וואס דרייען זיך אויף די גאסן אן די ריכטיגע פערמיטס.
רוסלאנד האט דאס שטארק פארדאמט.
*
אין ווייטערדיגע נייעס איבער די שלום וואך, אפגאניסטאנע אויסערן מיניסטער האט היינט געזאגט אז ער האט געקריגן א בריוו פון אבאמא, ווי ער אנטשולדיגט זיך אין די קוראן פארברענען. די אויפברויז איז גרויס אין אפגאניסטאן, זיי האבן די נאכט דערשאסן צוויי סאלדאטן, און נאך זיבן זענען שוין אומגעקומען.
*
פערצן מענטשען זענען היינט ארעסטירט געווארן אין מאנהעטען און אין בראנקס. זייער חטא איז אז זיי האבן פאבראצירט פאלשע פארקינג פערמיטס צו קענען פארקן אויף פלעצער וואס נאר אויטעראזירטע מעגן פארקן. בלומבערג האט גלייך אריין גערופן די שטאטישע בוכהאלטער און אים געבעטן אויסרעכענען וויפיל דאס וועט אריין ברענגן פאר די שטאט מיט די פארמערטע צאל טיקעטס וואס מען וועט קענען טיילן. אויף דראדזש לייינט זיך די העדליין "פערצן פארקינג פלעצער צוגעקומען אין ברוקלין אומגעגענט"
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:49 pm
געוואלדיג! האלט אן ביטע.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:54 pm
יישר כח געלעגער, גוט צולייגט
האמיר שוין א נייעס דערציילער פאר'ן אידישן ראדיאו סטעישאן
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:56 pm
קרעמער, עס איז געלעגער, נישט גיוואלדיג
געלעגער! קיפ איט אפ (האלט אן בלע"ז)
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:57 pm
געלעגער האט געשריבן:נעכטן ביי די דעבאטע האט ראמני געפרעגט סענטורעם מיט שפאז "פיר יאר צוריק האסטו געזאגט אז איך בין א שטארקע קאנסערוועטיוו, וואס איז דאס יעצט אז דו האלטס שוין נישט אזוי?" ווי איראניש איז דאס צו הערן פון ראמני אזא שאלה, ווען מ'זאל ווען אויסרעכנען אלע זאכן וואס ראמני האט געטוישט פון פיר יאר צוריק וואלט מען נאך יעצט געהאלטן אינמיטן די דעבאטע..
פארוואס איראניש ? ראמני האט עס געפרעגט לשיטת סנטארם וואס איז דאך נישט קיין פליפ-פלאפער.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 1:02 pm
געלעגער, האלט ווייטער אן, און באזוך קיינמאל נישט דיין געלעגער!
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:16 pm
געלעגער!!! איך האב הנאה פון יעדע באריכט עקסטער. קיפ אן!
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:26 pm
דזשעב 012 האט געשריבן:קרעמער, עס איז געלעגער, נישט גיוואלדיג
געלעגער! קיפ איט אפ (האלט אן בלע"ז)
ווען געלעגער איז גיוואלדיג, דאן איז לית טב...
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:46 pm
געלעגער האט געשריבן:נעכטן ביי די דעבאטע האט ראמני געפרעגט סענטורעם מיט שפאז "פיר יאר צוריק האסטו געזאגט אז איך בין א שטארקע קאנסערוועטיוו, וואס איז דאס יעצט אז דו האלטס שוין נישט אזוי?" ווי איראניש איז דאס צו הערן פון ראמני אזא שאלה, ווען מ'זאל ווען אויסרעכנען אלע זאכן וואס ראמני האט געטוישט פון פיר יאר צוריק וואלט מען נאך יעצט געהאלטן אינמיטן די דעבאטע..
*
דער בעל הבית פון מעגע אפלאודס וועב זייטל איז ארויס אויף בעיל אין ניו זילענד, ער זאגט אז ער גייט זיך אויסשלאגן אז מ'זאל אים נישט טרענספערן קיין אמעריקע וואס דא ווארט אים אויך קלאגעס. מיט טרערן אין די אויגן האט ער זיך אפגערעדט " זיי ווילן מיך מעגע, אפלאודן קיין אמעריקע, איך וועל דאס נישט צולאזן. (פאר ווער עס קיין זיין רעקל סייז)
*
נעכטן האט מען ארעסטירט אבאמא אויף א פליגער ווייל ער האט זיך צעזינגען געזאנגען וואס האבן ארויסגעהויבן אסאמא בין לאדין... איין רגע וואס רעד איך דא? איך מיש צוויי נייעסער, לאמיר נאכאמאל אנפאנגען.
א סאודיע יוגענטליכע איז ארעסטירט געווארן ווען ער האט זיך נישט געקענט האלטן דאס פיסק און זיך גענומען זינגען לטובת אסאמא, ער איז ברוגז געווארן נאכדעם וואס מען האט אים געהייסן פארלעשן זיין עלעקטעראנישע ציגערעטל. און אין אנדערע נייעס האט אבאמא זיך געלאזט הערן זיין קול'כעל ביי א טיי אווענט ביי זיך אינדערהיים. ער האט געזונגען וועגן זיין היים שטאט טשיקאגאו וואס ער גלייכט אזוי.
מיין אנטשולדיגונג פאר מישן די נייעס.
*
די ניו יארקע טעקסי און לימעזין קאמאסיע זאגט אז זיי גייען דורך פירן א באסט פאר אלע נישט לעגאלע טעקסי און קאר סערוויס וואס דרייען זיך אויף די גאסן אן די ריכטיגע פערמיטס.
רוסלאנד האט דאס שטארק פארדאמט.
*
אין ווייטערדיגע נייעס איבער די שלום וואך, אפגאניסטאנע אויסערן מיניסטער האט היינט געזאגט אז ער האט געקריגן א בריוו פון אבאמא, ווי ער אנטשולדיגט זיך אין די קוראן פארברענען. די אויפברויז איז גרויס אין אפגאניסטאן, זיי האבן די נאכט דערשאסן צוויי סאלדאטן, און נאך זיבן זענען שוין אומגעקומען.
*
פערצן מענטשען זענען היינט ארעסטירט געווארן אין מאנהעטען און אין בראנקס. זייער חטא איז אז זיי האבן פאבראצירט פאלשע פארקינג פערמיטס צו קענען פארקן אויף פלעצער וואס נאר אויטעראזירטע מעגן פארקן. בלומבערג האט גלייך אריין גערופן די שטאטישע בוכהאלטער און אים געבעטן אויסרעכענען וויפיל דאס וועט אריין ברענגן פאר די שטאט מיט די פארמערטע צאל טיקעטס וואס מען וועט קענען טיילן. אויף דראדזש לייינט זיך די העדליין "פערצן פארקינג פלעצער צוגעקומען אין ברוקלין אומגעגענט"
פון די צוויי גאר שטארק געלאכט.
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 3:33 pm
געלעגער, אז ס'איז גוט, איזעס גוט!!
דאנערשטאג פבואר 23, 2012 5:06 pm
געלעגער, יור דע מען!!!