Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:22 pm

פאנדיט, דיינע ווערטער זענען זייער וואר. און ווי שטענדיג הערליך ארויסגעברענגט.

Advertisement

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:26 pm

קרעמער האט געשריבן:א העלישע פייער האט די נאכט אויסגעבראכן אין א לייכט-באוואכטע טורמע אין האנדוראס, ברענגענדיג דערצו אז נאנט צו 300 ארעסטאנטן זאלן פארברענט ווערן צום טויט ל"ע. דערווייל איז אומבאקאנט אויב די פייער האט זיך אנגעהויבן פון א צובראכענע ווייער, אדער פון אן ארעסטאנט וואס האט אונטערגעצינדן א מאטראץ א.ד.ג.

בערך 272 קערפער זענען שוין אפגעפונען געווארן, און איבער 100 פעלן נאך. מען גלייבט אז אסאך זענען אנטלאפן.

די צאל טויטע איז געשטעלט געווארן ביי 358! די ערגסטע טורמע פייער אין די לעצטע הונדערט יאר איבער די גאנצע וועלט.

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:28 pm

אז מען רעדט שוין יא - לאמיר אריינכאפן בעפאר די מנהלים קומען... - א קורפיו איז באמת יא ארויפגעשטעלט געווארן! טאקע נישט אויף פארהייראטע, אבער אין סקול איז שטרענג אנגעזאגט אז מען טאר זיך נישט דרייען אין די גאסן נאך 10 אזייגער אין אווענט, בלויז מיט א באגלייטער. איך געדענק זייער גוט ווען די תקנה איז אריין אין קראפט [אומגעפער זיבן-אכט יאר צוריק], און זינט דאן האב איך שוין עטליכע מאל געדארפט אהיימבאגלייטן א שוועסטער א.ד.ג. אויב עס איז געווארן צו שפעט.

אבער די אנדערע שטותים וואס אנארטאדאקס רעדט זענען מבהיל על הרעיון, צב"ש זי רופט זיך מאדערן-ארטאדאקס אבער עסט חזיר. כ'מיין קאם-אן. [אויסער די אנדערע זאכן וואס מען קען נישט שרייבן אין פובליק, וואס הייבן נישט אן צו מאכן סענטס כידוע].

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:48 am

אין צפון קארעא האט מען געפייערט דער יום הבהיר דער יום הולדת פון לעצטער נשיא

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 8:09 am

derech eretz האט געשריבן:ביי די אויבנדערמאנטע אפרא שאו זעט מען אז גוים קענען יא פארשטיין אונזער לעבן,
מ'דארף נאר רעדן צום זאך,
האסט געהערט ווי זי זאגט איבער אז א אידישע פרוי איז נישט דער בעסמענט פון די הויז, נאר די פונדאמענט פון די הויז??
זי זאגט עטליכע מאל אז זי איז זייער קלאר געווארן איבער די VEALUE פון די אידישע לעבן



עס איז כדאי אנצומערקן אן אינטערעסאנטע שטיקל פונעם אינטערוויא, ווי זי פרעגט:
הלמאי די מענער גייען אזוי טראדיציאנעל ווי אין די אלטע צייטן,
ווידער די פרויען זענען העכסט אפ-טו-דעיט, אז זיי דארפן זיך בכלל נישט שעמען זיך צו דרייען אין מאנהעטן וכדו' ווייל זיי זעהען נישט אויס צופיל אנדערש ווי די המון עם...

און זיי פרובירן צו ענטפערן, דרייענדיג מיט די צונג...

אוי לאותה בושה...

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 9:41 am

איך האב עס געקוקט (אינאיינעם מיט די ב"ב), און איך האלט אז עס איז פשוט עקלדיג. ארויסגעבן און ארויספאקן דאס הייליגסטע און די צניעות'דיגע ענינים, און גיין פארשטיין געבן דעם גוי ברטנורא... מיינסט טאקע אז זיי פארשטייען? זיי ווייסן וואס עס מיינט "מען פילט מען קאנעקט זיך צו ג-ט"? אסאך זאכן איז אפשר אינטערעסאנט, אבער עס איז נישט שיין זיי זאלן זיך דרייען אין אונזערע קושקעס און דאס מפרסם זיין על פני תבל.

אויב יא עפעס, וואלט מען מער געדארפט ארומרעדן פון די געוואלדיגע חסד וואס עס איז פאראן ביי אידישע קינדער, ווי מען לערנט פון יונגווייז אן אז מען דארף זיך אוועקגעבן צו טאן א טובה פאר א צווייטן, דאס איז עפעס וואס זיי וואלטן בעסער פארשטאנען און אפרישיעטעד, נאך אלעם זענען זיי דאך אויך א בשר-ודם און זיי פארשטייען דאס, (נישט די חלק המצוה שבו, נאר די חלק הגשמי), אזוי אויך אז מיר קוקן נישט קיין מאוויס און טעלעוויזיע וכדו; ווי די אינטערוויוע אליין זאגט אז אין די היימישע קאמיוניטי איז דא א גאר נידריגע ראטע פון פארברעכן און גיטין (די צווייטע האט שוין נאכגעלאזט לעצטנס ליידער...), אבער סתם גיין אויספאקן "אינסייד אינפארמאציע", מיט הלכות וואס דער גוי פארשטייט נישט, איז נישט צו דער זאך. מה טובו אהליך יעקב וגו'. אזוי איז מיין חוות דעתי העני'. איר קענט מחולק זיין.

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 9:49 am

פאר אונז איז אפשר נישט בעטעמ'ט אז מען פאקט אויס אינערליכע לעבנס שטייגער פון אונז אבער עס ברענגט פאזיטיוון בליק ביי די גוים איבער די הויעכע לעבנס סטאנדארטן ביי די חסידישע אידן
ווי אפרע פרעגט צו די פרויען ווערן דיסקראמינירט ווייל דאס איז די אנגענימענע מיינונג ביי די גוים אז מען דיסקרימענירט די פרויען אין ער עטנפערט איר זייער שיין
נאך אלעם האט מען עס נישט פארגעשטעלט פאר אונז אידעלעך נאר פאר די גויעשע גאס

אגב אז מען רעדט שוין איז כדאי אנצומערקן אז רוב נעגעטיווע פובליסיטי אקעגן פרומע אידן דא אין אמעריקא ווערט געפירט דורך אזויגערופענע אידן אבער דאס איז א שמועס פאר זיך

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:40 pm

דער אונטערוועש באמבאדירער אומאר פארוק אבדול מוטאלאב וועלכע האט פרובירט אויפצורייסן א פליגער העכער דעטרויט אין 09' איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 5:15 pm

derech eretz האט געשריבן:ביי די אויבנדערמאנטע אפרא שאו זעט מען אז גוים קענען יא פארשטיין אונזער לעבן,
מ'דארף נאר רעדן צום זאך,
האסט געהערט ווי זי זאגט איבער אז א אידישע פרוי איז נישט דער בעסמענט פון די הויז, נאר די פונדאמענט פון די הויז??
זי זאגט עטליכע מאל אז זי איז זייער קלאר געווארן איבער די VEALUE פון די אידישע לעבן


זי איז דארט געקומען דעקן פאזיטיוו, האט זי געזעץ פאזיטיוו. זי איז נישט אריין אין קיין פרטים. אונזער מדובר איז געווען וועגן פירן א וויכוח.

אדרבה, אויב איז די פרעסע אינטרעסירט צו הערן די מעלות פון אידן, און ווען מ'ענטפערט וואלט'ן זיי עס געהעריג אראפגעלייגט, אפשר זאגסטו מיר פארוואס קיינער ברענגט נישט די אפרא אינטערוויו אויסער די אידישע בלאגס? זי איז א פיל מער פראמינענטע פיגור, ווי די פ. אבער קיינער מאכט זיך נישט צו טאן פון איר. הוא הדבר אשר דברנו. מ'דעקט בלויז וואס עס איז אינטרעסאנט פאר זיי און וואס זיי ווילן.

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 5:15 pm

אגב, אין דזשואיש וויקאיז דא אן ארטיקל וואס רייסט אראפ די בוך, אויף אן אויסגעזויגענע ווילדע מעשה אז א טאטע האט גע'הרג'ט א קינד. איר אריינלייגן אזא ווילדע פאנטאזיע וועט האפענטליך באווייזן איר צו דיסקרעדיטירן.

פרייטאג פבואר 17, 2012 3:40 am

רעדט מען וועגען די בוך אן-ארטאדאקס?

דעם שלימזל לויפט נאך שלימזלות

פרייטאג פבואר 17, 2012 7:41 am

נעכטן האט דער פרעזידענט האט אפגעשטאט א באזוך אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע. אינמיטן דעם באזוך האט זיך א קליינער עראפלאן באוויזן אין די לופטן אין די אפגעשפארטע געגנט. די מיליטער האט ארויפגעשיקט 2 F16 עראפלאנען און געצוואונגען דעם פילאט צו לאנדן.

בשעת'ן אונטערזוכן דעם עראפלאן פאר וואפן. האט די פאליציי געטראפן דארט א גרויסן זאק מיט די פארבאטענע סחורה(מארוכואנא). ווי די אויטאריטעטן גיבן איבער, איז דאס געווען א פשוטע שמוגלעריי אקציע פון מעקסיקא קיין אמעריקא. דער פילאט האט פשוט אויסגעוועלט די ראנג פלאץ אין די ראנג צייט....

שנשמע ונתבשר?
נעע. בתר עניא אזלא ענייתא...

פרייטאג פבואר 17, 2012 7:55 am

msp האט געשריבן:רעדט מען וועגען די בוך אן-ארטאדאקס?

יא

מאנטאג פבואר 20, 2012 1:55 pm

מחותן האט געשריבן:דער עולם רעדט דא ארום איבער די קידוש השם וואס איז ארויסגעקימען דורוך די אפרע ווינפרי שאו

איך ווייל ארויסברענגן א אנדערע נקודה, עס איז שוין די העכסטע צייט אז די אגודה אדער א ענליכע ארגענזאציע זאל האבן איינער וואס זאל אפענטפערן העסליכע בלבולים וואס ווערט באשריבען איבער די חרדישע אידענטום און די אלגעמיינע פרעסע אד"ג, עס איז ממש אומפארשטענדליך אז עס איז נאך נישט דא אזא זאך, א שוועגערין מיינע האט געהאט זייער א הארט טיים פאריגע וואך ווען זי איז געגאנגענן צו א גרויסע אפיס און מען האט איר דארט דירעקט געפרעגט פארשידענע שאלות איבער בלבולים, איך האב איר געזיכט עפעס א ענטפער אויך די וועב און איך האב נישט געטראפן, איך בין געווען זיכער אז איך וועל עפעס טרעפן אויף יוסי געשטעטנער וועב סייט אבער איך האב גארנישט געטראפן,


עס איז די העכסטע צייט אז מען זאל קענענן עפענענן א וועבסייט וואס איז ענליך צו די נטרונא וועבסייט און מען זאל קענענן נעמען פון דארט ענטפער'ס און אפשלאגען העסליכע בלבולים


נאדיר א ווארטזאגער. דאס געשעט ווען מען שטעלט ווארטזאגערס. רעדט זיס אבער שטעכט פון אונטערוויילעכטס. כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל, אבער זי האט א רעקארד פון אריינברענגן נייע גייסטן ביי אונז און זי איז אלץ פארנומען ווי אזוי דער אלטער דרך איז נישט גוט, מ'פאלט ארויס, נאר איר בדרך גייט אויפרעכטן דעם דור.

מאנטאג פבואר 20, 2012 10:59 pm

א מאן האט איבערגעלעבט צוויי וואכען אין א קאר אינטער שניי, אן קיין עסן און אן קיין טרינקען, נאר שניי, אין א קעלט פון -22 !!

אז עס איז באשערט צו לעבן!
http://www.myfoxdc.com/dpp/news/man-tra ... ear-022012

דינסטאג פבואר 21, 2012 12:43 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:א מאן האט איבערגעלעבט צוויי וואכען אין א קאר אינטער שניי, אן קיין עסן און אן קיין טרינקען, נאר שניי, אין א קעלט פון -22 !!

אז עס איז באשערט צו לעבן!
http://www.myfoxdc.com/dpp/news/man-tra ... ear-022012

דאכציך אז זיי שרייבן צוויי חדשים,

דינסטאג פבואר 21, 2012 12:55 am

וואלדעק האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:א מאן האט איבערגעלעבט צוויי וואכען אין א קאר אינטער שניי, אן קיין עסן און אן קיין טרינקען, נאר שניי, אין א קעלט פון -22 !!

אז עס איז באשערט צו לעבן!
http://www.myfoxdc.com/dpp/news/man-tra ... ear-022012

דאכציך אז זיי שרייבן צוויי חדשים,


יא גערעכט צוויי חדשים!!

דינסטאג פבואר 21, 2012 4:50 am

אייראפע האט באשלאסען ווייטער אריינגיעסען געלט אין גריכענלאנד

דינסטאג פבואר 21, 2012 4:56 am

msp האט געשריבן:אייראפע האט באשלאסען ווייטער אריינגיעסען געלט אין גריכענלאנד

נ״א: אויסגוסן

דינסטאג פבואר 21, 2012 8:13 am

נוסחא אחרינא של שטארקי נראה עיקר....

געלעגער ביים נייעס טישל

דינסטאג פבואר 21, 2012 11:50 pm

ניו יארק.

די ניו יארקע טעקסי און לימא קאמיסיע פלאנען א נייע פראגראם. זיי ווילן איינטוישן די קליינעטשיגע טעלעוויזיעס וואס ליגן יעצט אין די טעקסיס מיט קליינע טעבלעט קאמפיוטערס. דאס מיינט אז אנשטאט לויפן שאפינג וועט מען קענען נעמען א טעקסי און ארום פארן אפאר גאסן און שאפן זיצענדיג אין די טעקסי.

מיר האבן נישט באקומען קיין אנטווארט פון היימיש קאר סערוויס צו זיי וועלן האבן דזשעי נעט אויף די טעבלעטס.


----

אפגאניסטאן.

די אפגאנע פאלק איז זייער ברוגז אויף די אמעריקאנע טרופן נאכדעם וואס זיי זענען געוואויר געווארן אז די טרופן האבן פארברענט א טוץ פון קוראנען. ווי באקאנט איז די קוראן זייער פארהייליגט ביי די מוסעלמענער און פארברענען איז אין זייערע אויגן א געפערליכע עוולה. די טרופן זאגן אבער, אז די אלע קוראנען זענען געווען אזאנע וואס האבן געהאט אין זיך אריין געשריבן עקסטרעמע מעסעדזשעס וואס די איינגעשפארטע טעראריסטן האבן געשריבן און אזוי קאמיונעקירט. "אויב מעגן זיי שרייבן אזאנע זאכן אין די קוראן -וואס דאס איז זיכער אנטקעגן זייער רעליגיע- מעגן מיר דאס נישט פארברענען?"


--

די ווענזיועלע פורים רב הוגע שאוועז האט היינט געמאלדן אז מ'האט ווידער געטראפן ביי אים א קליינע געוויקס אויף די זעלבע פלאץ וואו ער האט געהאט יענע מעשה און די דאקטערס פארלאנגען אז ער זאל דורך גיין אן אפעראציע.
אינטערעסאנט, פשוטע מענטשען וואס קוקן אים אן זעען אים ווי איין גרויסע געוויקס, אפשר קען מען אוועק שניידן זיין גאנצע געוויקס??

--

א פאלעסטינע ארעסטאנט האט אויסגעפירט.

א פאלעסטינע ארעסטאנט האט פאר זעקס און זעכציג טעג אנגעפירט מיט א הונגער-סטרייק נישט אריין נעמענדיג אין מויל גארנישט, אלס פראטעסט פארן אים ארעסטירן אן קיין קלאגעס. זיין הונגער-סטרייק האט געצויגן נאציאנאלע אויגן און א"י האט נישט געהאט קיין ברירה און זיך געבראכן און אים צוגעזאגט ארויסצולאזן ביז צוויי חדשים.

חיזבאלא האט געלאזט פאלן א סטעיטמענט אז ווען זיי ווייסן ווען אז דאס העלפט וואלטן זיי נישט פארכאפט גלעד שליט נאר געהייסן אלע ארעסטירטע סטרייקן.

דינסטאג פבואר 21, 2012 11:55 pm

יישר כח געלעגער

מיטוואך פבואר 22, 2012 12:01 am

יישר כח
קורץ אין שארף נאר אזוי

מיטוואך פבואר 22, 2012 4:05 am

געלעגער געוואלדיג.....

מיטוואך פבואר 22, 2012 10:35 am

געלעגער. יישר כח!

האלט אן מיט דיינע קורצע טעגליכע נייעס ווי אמאל.
שרייב א תגובה

Advertisement