Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

4

דינסטאג פבואר 14, 2012 3:46 pm

4
עטעטשמענטס
IMG_0070.gif

Advertisement

מיטוואך פבואר 15, 2012 10:12 am

אפרע ווינפרי די גרעסטע טעליוויזיע טאלק שאו האוסט אין אמעריקא האט באזוכט אין די חסידישע ברוקלין צו פראדוצירן א פילם איבער חסידישע אידן
א געוואלדיגע קידוש השם געוועזן וואס מיליאנען גוים האבן געזעהן ווי איידל דאס אידישע לעבן איז
די פילם איז זייער פאזיטיוו איבער די הויעכע מאראלישע לעבן פון די ''חסידישע'' אידן
אונז דארף מיר נישט אז אפרע זאל אונז אינספייערען איבער אידן. אבער אביסל פאזיטיווע דעקונג איבער חסידישע אידן שאד נישט

איך ברענג נישט קיין לינק ווייל מען זעהט נשים אבער לייגט אריין אין גוגל וועט איר עס גלייך זעהן

מיטוואך פבואר 15, 2012 10:24 am

דו רעדטס פון (חסידישע??) קרוינהייטס?
אדער ווילי באראפארק?

מיטוואך פבואר 15, 2012 10:26 am

זי איז געווען אין קראון הייטס און אין ב''פ

מיטוואך פבואר 15, 2012 10:58 am

זי האט זיך נישט געקענט בארואיגען אז ס'איז נישט דא א טעלעוויזיע אינדערהיים, און זי האט געפרעגט א אינגעל ווער איז איז מיקי מאוס האט ער נישט געוואוסט און זי האט הנאה געהאט ווי ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט ווער דאס איז.....

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:05 am

אריבא אריבא איייאיייאיייאייי
די שנעלסטע מאוז פון דרום אמעריקא
אוי סארי ראנג מייזעלע....

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:11 am

א העלישע פייער האט די נאכט אויסגעבראכן אין א לייכט-באוואכטע טורמע אין האנדוראס, ברענגענדיג דערצו אז נאנט צו 300 ארעסטאנטן זאלן פארברענט ווערן צום טויט ל"ע. דערווייל איז אומבאקאנט אויב די פייער האט זיך אנגעהויבן פון א צובראכענע ווייער, אדער פון אן ארעסטאנט וואס האט אונטערגעצינדן א מאטראץ א.ד.ג.

בערך 272 קערפער זענען שוין אפגעפונען געווארן, און איבער 100 פעלן נאך. מען גלייבט אז אסאך זענען אנטלאפן.

מיטוואך פבואר 15, 2012 11:32 am

שרעקליכע נייעס...

מיטוואך פבואר 15, 2012 12:14 pm

סטיווען ברייער איינער פון די 9 סופרים קארט ריכטער איז בארויבט געווארן אין זיין וואקאציע היים אין די קאריביען אינזלען ווען א רויבער האט זיך איינגעבראכן צום ריכטער אינדערהיים אין גערויבט 1000 דאלער קעש אין אנטלאפן אין ווערט יעצט געזוכט דורך די עף בי איי
די אינצידענט האט ארויסגערופן קריטיק פארוואס די ריכטער פון די העכסטע קארט אין לאנד האבן אזא שוואכע סעקיוריטי. אין די רעגירונג גייט יעצט צושטעלן מער וואך פאר די ריכטער

מיטוואך פבואר 15, 2012 12:17 pm

דער רויבער איז איבערגעפאלן דעם ריכטער מיט א שווערד!

מיטוואך פבואר 15, 2012 12:26 pm

דער רויבער האט געוויסט ווער דער ברייער איז?

מיטוואך פבואר 15, 2012 1:18 pm

מאנסיאנער האט געשריבן:אפרע ווינפרי די גרעסטע טעליוויזיע טאלק שאו האוסט אין אמעריקא האט באזוכט אין די חסידישע ברוקלין צו פראדוצירן א פילם איבער חסידישע אידן
א געוואלדיגע קידוש השם געוועזן וואס מיליאנען גוים האבן געזעהן ווי איידל דאס אידישע לעבן איז
די פילם איז זייער פאזיטיוו איבער די הויעכע מאראלישע לעבן פון די ''חסידישע'' אידן
אונז דארף מיר נישט אז אפרע זאל אונז אינספייערען איבער אידן. אבער אביסל פאזיטיווע דעקונג איבער חסידישע אידן שאד נישט

איך ברענג נישט קיין לינק ווייל מען זעהט נשים אבער לייגט אריין אין גוגל וועט איר עס גלייך זעהן

ס'ממש געוואלדיג ווי מקען אין א פאר מינוט מאכן אזא קידוש השם!!
און ס'געפעלט מיר ווי זי נעמט ארויס א מוסר השכל פאר זיך און פאר די וועלט, אז מ'קען זיין בעסער אפי' אין די היינטיגע וועלט,

מיטוואך פבואר 15, 2012 1:22 pm

נאך א מזל אז זי איז נישט געווען אים וויליאמסבורג

מיטוואך פבואר 15, 2012 1:29 pm

ים רויבער האט געשריבן:נאך א מזל אז זי איז נישט געווען אים וויליאמסבורג


אין מזל לישראל......

מיטוואך פבואר 15, 2012 2:15 pm

ים רויבער האט געשריבן:נאך א מזל אז זי איז נישט געווען אים וויליאמסבורג

אין בית שמש אדער מאה שערים וואלט זי ארויס א טויטע.....

מיטוואך פבואר 15, 2012 5:34 pm

עס האט זיך געגרינדעט א נייע פרויען מיני-הצלה. וואס איז נייעס זאגט היינט אז זיי האבן די אינדארסירונג פון ר' יחזקאל ראטה שליט"א. ווען מען ליינט דעם ארטיקל שטעלט זיך אבער ארויס אז ער האט בפירוש זיי נישט געוואלט נעמען אויף זיינע פלייצעס.

זעט דא

א ווארט זאגער פאר כלל ישראל

מיטוואך פבואר 15, 2012 5:55 pm

דער עולם רעדט דא ארום איבער די קידוש השם וואס איז ארויסגעקימען דורוך די אפרע ווינפרי שאו

איך ווייל ארויסברענגן א אנדערע נקודה, עס איז שוין די העכסטע צייט אז די אגודה אדער א ענליכע ארגענזאציע זאל האבן איינער וואס זאל אפענטפערן העסליכע בלבולים וואס ווערט באשריבען איבער די חרדישע אידענטום און די אלגעמיינע פרעסע אד"ג, עס איז ממש אומפארשטענדליך אז עס איז נאך נישט דא אזא זאך, א שוועגערין מיינע האט געהאט זייער א הארט טיים פאריגע וואך ווען זי איז געגאנגענן צו א גרויסע אפיס און מען האט איר דארט דירעקט געפרעגט פארשידענע שאלות איבער בלבולים, איך האב איר געזיכט עפעס א ענטפער אויך די וועב און איך האב נישט געטראפן, איך בין געווען זיכער אז איך וועל עפעס טרעפן אויף יוסי געשטעטנער וועב סייט אבער איך האב גארנישט געטראפן,


עס איז די העכסטע צייט אז מען זאל קענענן עפענענן א וועבסייט וואס איז ענליך צו די נטרונא וועבסייט און מען זאל קענענן נעמען פון דארט ענטפער'ס און אפשלאגען העסליכע בלבולים

מיטוואך פבואר 15, 2012 6:14 pm

למשל וועלכע סארט שאלות און בלבולים מיינסטו?

מיטוואך פבואר 15, 2012 6:18 pm

ס'איז יצא שכרו בהפסדו

מיטוואך פבואר 15, 2012 6:24 pm

ים רויבער האט געשריבן:ס'איז יצא שכרו בהפסדו


זיצענדיג ביי דיר אינדערהיים קען זיך דיר עס אזוי דאכטען,

אבער אויב דארפסטע אנקימען צי די גוישע באס, קען עס אסאך מאל האבן ערענסע קאנסענווענצען אויב מען דארף עס האבן און מען האט עס נישט, און דאס איז נישט די ערשטע אדער לעצטע מאל וואס זיי פרעגן קשוית

מיטוואך פבואר 15, 2012 6:48 pm

האפענטליך וועט די אפרא שאו וועלכע ווערט געזעהן דורך 45 מיליאן גוים איבערלאזן א פאזיטיווען בליק איבער די חסידים

מיטוואך פבואר 15, 2012 6:50 pm

אין אפאר יאר ארום וועסטו פרעגן פארוואס ס'איז נישט דא איינער וואס זאל זיך ארויסשטעלען קעגן דעם ווארטזאגער

מיטוואך פבואר 15, 2012 9:40 pm

מחותן האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:ס'איז יצא שכרו בהפסדו


זיצענדיג ביי דיר אינדערהיים קען זיך דיר עס אזוי דאכטען,

אבער אויב דארפסטע אנקימען צי די גוישע באס, קען עס אסאך מאל האבן ערענסע קאנסענווענצען אויב מען דארף עס האבן און מען האט עס נישט, און דאס איז נישט די ערשטע אדער לעצטע מאל וואס זיי פרעגן קשוית


איך האלט אויך אז עס איז יצא שכרו בהפסדו.
ערשטנס, דער גוי קען ממילא נישט פארשטיין אונזער לעבן. ביי אים, אז מ'גייט צו מיט א שדכן, איז ביי אים שוין די גרעסטע קשיא. אונזערע פאנאטיקער רעדן זיך איין אז בלויז ווארפן שטיינער אין מאה שערים שטערט אים, אבער פאקטיש איז ער פונקט אזוי ברוגז אז מ'שפאצירט ארויס ווען א פרוי זינגט, צי אז מ'זאגט שלא עשני אשה. דוק ותשכח. ממילא וואס וועסטו ענטפערן?

צווייטנס, והוא העיקר, ווען עס איז דא א ויכוח הערט יעדער נאר וואס ער וויל. די נ.י. פאוסט און יעדער האט באשריבן די בוך ווייל דאס איז אינטרעסאנט (למען הפונקטליכקייט, דאס איז נארמאל ביים באשרייבן א בוך, אז מ'גיט בלויז אן איבערבליק וואס דער בוך זאגט, אן רעדן צום אנדערן צד). דיין ענטפער אז עס איז נישטא קיין קארפיו פאר פרויען צו גיין ביינאכט אין גאס, איז נישט אינטרעסאנט. די ענטפערס וועלן פארשטעקט ווערן, און דער עיקר וועט מען זען די שמוץ. מ'וועט בלויז אויפטאן אז וואס מער מ'וועט ענטפערן, וועט עס אלץ בלייבן אין די נייעס, און מער מענטשן וועלן זען די שמוץ. דאס אז דו האסט הצלה און חסד גייט זיי בכלל נישט אן

אשר על כן, איז די בעסטע צו זיצן איינגעלייגט.

נעם א משל די קריטיק קעגן הצלה פאר נישט ארייננעמען פרויען. די הצלה האט כמעט נישט רעאגירט. ס'איז געווען עטליכע נייעסן און איינגעשלאפן. ווען מ'ענטפערט וואלט עס געהאט צען מאל מער פובליסיטי און די הצלה וואלט געקענט זיין אין געפאר צו פארלירן שטיצע און אויסשטיין דיסקרימינאציע קלאגעס.

נאך זייער א גוטער משל איז רובאשקין און מיעל מארט. ווער ס'האט אביסל נאכגעפאלגט, האט דער פארווערטס פרובירט אנצודרייען די זעלבע העצערייען קעגן מיעל מארט ווי רובאשקין. פארוואס האט עס איין פלאץ יא געארבעט און איין פלאץ נישט? דער ענטפער איז קלאר, און קוקט איבער די רעקארד וועט איר זען אז איך בין גערעכט. מיעל מארט האט קיינמאל נישט געענטפערט.

ווען זיי האבן געשריבן וועגן רובאשקין איז אלץ געווען פעפעריגע סטעיטמענטס אויף צוריק. ס'איז פאלש, מ'וועט זיך נישט לאזן, וכו'. דאס האט געברענגט אז די נייעס איז געוואקסן. ס'איז געווען סטעיטמענטס, מ'האט אויפגעוויזן פארקערט, א וואך נאכדעם איז געווען פרישע הוכחות צי רובאשקין איז יא גערעכט אדער נישט, און אן ענטפער פון די יוניאן, פעט"א. אזוי איז עס כסדר געווען אין די נייעס, ביז מ'האט אים אונטערגעברענגט.

מיעל מארט ווידער, און דאס האט מיר געזאגט אן ארבעטער, האט אלץ געשיקט דעם רעפארטער צו א טויטע עקסטענשאן. וויפיל קענסטו יענעם אראפרייסן. דו שרייבסט איין-צוויי וואכן די געשיכטע, און פינטל. וואס נאך קענסטו שרייבן? קיינער וויל נישט הערן קיין של"ס תורות נאר לעבעדיע מעשיות. קלאגן אויף'ן מצב הדור, איז נישט פאר קיין צייטונג. ממילא איז די געשיכטע געשטארבן.

היינט איז זייער א שנעלע נייעס סייקעל, און אונטער 24 שעה האלט מען שוין ביי עפעס אנדערש, אויסער אויב דו גיסט פרישע סטעיטמענטס צו האלטן די געשיכטע לעבעדיג.
נעם נאך א משל די צייטונג. אברהם פר"מ האט כמעט נישט רעאגירט צו די ווייסע הויז בילד סומאטאכע. אפילו אויף זאב ברענער האט ער נישט געוואלט גיין, און זאב האט געזאגט ווייל ער וויל אז די געשיכטע זאל אפשטארבן. פראנקפורטער פון עמי האט אים געטאן א בערישע טובה און אים פארטרעטן. ב"ה אז ער האט קיין סאך שאדן נישט געמאכט.

דאס אלעס איז אבער א גוטער ביישפיל, אז אין די סארט געשיכטעס, ספעציעל ווען יענער קען דיך ממילא נישט געהעריג פארשטיין, לוינט זיך עס צו לאזן אפשטארבן אנשטאט ענטפערן.

מיטוואך פבואר 15, 2012 10:43 pm

ביי די אויבנדערמאנטע אפרא שאו זעט מען אז גוים קענען יא פארשטיין אונזער לעבן,
מ'דארף נאר רעדן צום זאך,
האסט געהערט ווי זי זאגט איבער אז א אידישע פרוי איז נישט דער בעסמענט פון די הויז, נאר די פונדאמענט פון די הויז??
זי זאגט עטליכע מאל אז זי איז זייער קלאר געווארן איבער די VEALUE פון די אידישע לעבן

מיטוואך פבואר 15, 2012 10:56 pm

פאנדיט, דו זאגסט דברים של טעם, קען זיין אז בדרך כלל ביסטו גערעכט

איך האב אבער געשריבען מיין תגובה נאכדעם וואס מען האט שוין צום צווייטען מאל אפן געפרעגט אויף אזוינע זאכען, און די באטעפערעדע האבן געשפירט אז די נאנטע שייכות וואס פעלט זיך אויס מיטצוארבייטען צוזאמען איז נישט דא, דערפאר האט מען געזיכט א גיטע ענטפער וואס זאל שטעלן זאכען און פלאטץ,
שרייב א תגובה

Advertisement