Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך פבואר 01, 2012 1:40 am

אין בושוויק איז עס געשען. א פאליציי אפיציר איז געשאסן געווארן דורך אן אנטלויפענדע קרימינאל, ער איז אין קריטיקעל באט סטעבעל קאנדישאן. דאקטוירים זענען צופרידן מט זיין מצב. דעם שיסער האט מען געכאפט.

Advertisement

מיטוואך פבואר 01, 2012 1:42 am

http://www.nybuff.org/2012/01/nypd-officer-shot_31.html

מיטוואך פבואר 01, 2012 8:26 am

דזשעב 012 האט געשריבן:ניין, סאוי לאמיך באריכטן..

נעכטן איז פארגעקומען א מולטי-קאר עקסידענט אויפן אינטערסטעיט I-75 אין פלארידע, נאך וואס עס איז געווארן אומזעהבאר צו פארן אויפן הייוועי, צוליב דיקע שווארצע רויעך פון א דערנעבנדיגע וואלד פייער.
די ראוד איז געווען אפגעשלאסן פארן פארקער דורכאויס מוצ"ש, און צוליב אן אומבאקאנטע סיבה איז עס געווארן געעפענט זונטאג צופרי.
און דאן האט עס פאסירט, קאר'ן האבן אריינגעקראכט איינער אינעם אנדערן אויף ביידע זייטן פונעם הייוועי, אנמאכענדיג אן אומבאשרייבליכן חורבן, וואס האט איבערגעלאזט ווייניגסטענס צען טויט און נאך פולע קריטיש פארוואונדעט.
איינער פון די דרייווערס גיט איבער, אז אפי' ווען מען האט שוין געהערט די סירענס פון די אנקומענדע רעטונג אגענטורן, איז נישט געווען מעגליך צו זעהן די לעמפלעך, צוליב די געדעכטע רויעך.
די באאמטע האבן געקענט צוקומען בלויז דורך נאכגיין די קולות און געשרייען פון די געשעדיגטע.
http://www.cbsnews.com/8301-505263_162- ... op;stories

דא קען מען הערן/זעהן ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען די היסטערישע הילפס רופן
http://www.cbsnews.com/8301-201_162-573 ... es-horror/

עס איז היינט געשטארבען נאך איינער ברענגנדיג די צאל טויטע פין די שרעקליכע עקסידענט צי 11

דאנערשטאג פבואר 02, 2012 6:47 pm

דער גאסן פעדלער וועלכער האט אויפגעדעקט דעם טיימס סקווער באמבאדיר מיט צוויי יאר צוריק, קלערט צו לויפן קעגן קאנגרעס=פרוי העיווארט וועלכע פארטרעט קרית יואל, אויף די דעמאקראטישע ליניע

וואס איז? אז א פלאמבער מעג, קען א גאסן פעדלדער אויך.

זע דא

אנבעליוועבעל

פרייטאג פבואר 03, 2012 1:02 pm

http://www.cnn.com/video/#/video/us/201 ... h-wrap.wsb

פרייטאג פבואר 03, 2012 1:18 pm

רח"ל

שבת פבואר 04, 2012 10:02 pm

וואס דארף מען טון נאכן זעהן אזאנס?
ממש א שרעק!

שבת פבואר 04, 2012 10:22 pm

וואס איז דאס? כ'קען'ס נישט אויפמאכן.

שבת פבואר 04, 2012 10:42 pm

וויקעלט איין א בישאף אין א ספר תורה רח"ל שומו שמים

שבת פבואר 04, 2012 10:50 pm

מ'זעט אן אמעריקאנע רע-ביי וויקלט ארום א קריסטליכע בישאף מיט אן אלטע תורה, אויך זעט מען א צווייטע ראביי פארדאמט דאס און זאגט אז די אוישוויץ איבערלעבער - וואס איז אנגעבליך פון וואו די תורה קומט - וואלטן געווען אויפגעשוידערט זעענדיג וואס מען טוט מיט א תורה. ה"י
---
יוראפ האקט

זונטאג פבואר 05, 2012 1:11 am

די תגובה איז מיוחד פארן געערטן שרייבער ר' יודל מענדעלזאהן.

70 Occupy Oakland, Calif., protesters march through downtown, burn US flag http://t.co/E594Vsnx

יא, מ'פארברענט די אמעריקאנע פאן ביי די אקופיי קאליפארניע מארשעס.

זונטאג פבואר 05, 2012 10:23 am

רח"ל,

יוראפ האט געשריבן:וואס דארף מען טון נאכן זעהן אזאנס?
ממש א שרעק!


מ'דארף גארנישט טוען, נאר איינמאכן און לאזן דעם בורא פירן זיין וועלטל,
און איך האף די אלע כלל ישראל פארטרעטער'ס ווי ד. ה. און ארגענעזאציעס זאלן זיך נישט לאזן הערן.

זונטאג פבואר 05, 2012 2:41 pm

דער קוטשער האט געשריבן:רח"ל,

יוראפ האט געשריבן:וואס דארף מען טון נאכן זעהן אזאנס?
ממש א שרעק!


מ'דארף גארנישט טוען, נאר איינמאכן און לאזן דעם בורא פירן זיין וועלטל,
און איך האף די אלע כלל ישראל פארטרעטער'ס ווי ד. ה. און ארגענעזאציעס זאלן זיך נישט לאזן הערן.

זונטאג פבואר 05, 2012 2:58 pm

Bishop Apologizes for King-Crowning Ceremony Wrapped in 'Auschwitz' Torah

http://www.vosizneias.com/100380/2012/0 ... itz-torah/

זונטאג פבואר 05, 2012 3:35 pm

ליינען IVELT אין פובליק ביה"כ און טעקסטן איז נישט בלויז א היימישער פראבלעם. עס איז אן ערנסטער מכת מדינה

מאנטאג פבואר 06, 2012 4:37 am

די מלכה פון ענגלאנד יר"ה פייערט זעכציג יאהר מלוכה

מאנטאג פבואר 06, 2012 2:30 pm

טוויטער און אנדערע סאשעל מידיעס זענען די מערסטע עדיקטינג, פיל מער צוציענד ווי ציגארעטלעך, קאפיען און אלקאהאל, לויטעט א נייע שטודיע

מאנטאג פבואר 06, 2012 2:34 pm

א פאטער פון 2 וואס איז פארדעכטיגט געווען אין די פארשוואונדונג פון זיין פרוי, האט נעכטן אריינגעלאזט די 2 קליינע זוהן אין זיין כאטקע און פארהאקט די טיר פאר די סאוציאלע ארבעטארין וואס האט זיי געברענגט פון די שוויגער-עלטערן אויף א פון פאראויס באשטומע באזוך ביים פארדעכטיגטן פאטער, דאן האט ער אנגעצינדן א שוועבל און די גאנצע הויז איז ארויף אין רויך מיט א הילכיגע אויספלאץ. די פרוי וואס האט זיי געברענגט האט דאן געהאלטן אינמיטן באריכטן פאר אירע אויבערהארן אז מען לאזט איר נישט אריין אינעם שטוב, זי זאגט אז זי האט געשמעקט א שווערע גאזאלין גערוך ארויסקומען פון די דירה.

דער שיגענער פאטער האט אין א קורצע אימעיל צו זיין אדוואקאט הארט פאר די וואנזיניגע אקציע געשריבן: איך בין 'סארי', גוד-ביי!

מאנטאג פבואר 06, 2012 3:09 pm

פאנדיט האט געשריבן:טוויטער און אנדערע סאשעל מידיעס זענען די מערסטע עדיקטינג, פיל מער צוציענד ווי ציגארעטלעך, קאפיען און אלקאהאל, לויטעט א נייע שטודיע


איך עגרי

ווי אויך איי וועלט

מאנטאג פבואר 06, 2012 3:54 pm

איך עגרי נישט!

ציגארעטלעך איז סאך מער ציענד

מאנטאג פבואר 06, 2012 4:41 pm

קרעמער, נעקסטיים שרייב אנפאנג

אז "דיס תגובה מעי דיסטורב יו"

מאנטאג פבואר 06, 2012 7:15 pm

קרעמער האט געשריבן:א פאטער פון 2 וואס איז פארדעכטיגט געווען אין די פארשוואונדונג פון זיין פרוי, האט נעכטן אריינגעלאזט די 2 קליינע זוהן אין זיין כאטקע און פארהאקט די טיר פאר די סאוציאלע ארבעטארין וואס האט זיי געברענגט פון די שוויגער-עלטערן אויף א פון פאראויס באשטומע באזוך ביים פארדעכטיגטן פאטער, דאן האט ער אנגעצינדן א שוועבל און די גאנצע הויז איז ארויף אין רויך מיט א הילכיגע אויספלאץ. די פרוי וואס האט זיי געברענגט האט דאן געהאלטן אינמיטן באריכטן פאר אירע אויבערהארן אז מען לאזט איר נישט אריין אינעם שטוב, זי זאגט אז זי האט געשמעקט א שווערע גאזאלין גערוך ארויסקומען פון די דירה.

דער שיגענער פאטער האט אין א קורצע אימעיל צו זיין אדוואקאט הארט פאר די וואנזיניגע אקציע געשריבן: איך בין 'סארי', גוד-ביי!

אויף די אנפראגע אין אישית וואו די עפיזאד איז פארגעקומען, איז די ענטפער: וואשינגטאן סטעיט

דינסטאג פבואר 07, 2012 3:55 am

היינט איז יום הולדת פון דעם אנטיסעמיט דער שרייבער טשארלס דיקענס

דינסטאג פבואר 07, 2012 11:35 am

אין מאנהעטן קומט יעצט פאר א גרויסע פאראדע פאר די ניו יארקע טיעם וואס האט געוואונען די סופער באל (איך האב נישט קין אנונג וואס דאס איז)
עס ווערט געשאצט אז איבער 3 מיליאן מענטשן באטייליגן זיך דארט

דינסטאג פבואר 07, 2012 11:45 am

גאוואנעס, בי קיו אי, ברוקלין ברידזש זענען א פארקינג לאט, דאס האט שייכות מיט דעם?
שרייב א תגובה

Advertisement