באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג ינואר 19, 2012 5:38 pm
דזשעב 012 האט געשריבן:מאנסיאנער האט געשריבן:למעשה איז געווען 1 גאווערנאר א ''רעפובליקאנער'' פון נעברעסקא וועלעכע האט פארפירט אז עס שעדיגט זיינע פארמערס מיט די בהמה'ס אין דעס האלט אונטער די נעברעסקא עקאנעמיע ממילא דארף ער עטליעס 6 חדשים צו קענען שטוידירן די פראיעקט
די אבאמא אדמיסיטראציע האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריקווייזן די פערמיט פארלאנג
נעברעסקא גאווערנאר: די פרעזידענט האט געמאכט א טעות!
http://www.politico.com/politico44/2012 ... 11473.html
נא שווער אויסצורעכענען מיט א פאליטישען ביי וועם פליפ פלאפ איז א נארמאלע ערשיינונג
Advertisement
דאנערשטאג ינואר 19, 2012 8:54 pm
אין מאראקא הייבט זיך יעצט אן די ספרינג מוד.
די סטודענטן פראטעסטירן שוין דארט אפאר וואכן וועגן די שוואכע אקענאמיע און ווייניג דזשאבס. נעכטן זענען די פאליציי אריין געקומען און זיך גענומען צושפרייטן די פראטעסטירער. היינט האט זיך ווידער איבערגעשפילט, אבער היינט האבן זיך צוויי אינגן אונטערגעצינדן און אריין געלאפן אונמיטן דעם ציבור.
די אינגן זענען אפעפירט געווארן אין שפיטאל מיט ערענסטע וואונדען. טוניזיע האט זיך אויך אנגעפאנגען מיט א סטודענט וואס האט זיך אונטערגעצינדן.
דאנערשטאג ינואר 19, 2012 11:57 pm
העי! די מאראקאנער וויינען "למה נגרע"? קומט זיך אונז נישט א באזונדערע אשכול? כאטש שטעל אונז אריין אין די "רעוואלוציעס אין די ווינדלן" אשכול!
פרייטאג ינואר 20, 2012 4:43 am
נעכטען ביינאכט האבען זיך די צודרייטע רוסען געטובלט אין אייז קאלטע וואסער אין מאסקווע לכבוד דעם ברית פון אותו האיש
פרייטאג ינואר 20, 2012 5:37 am
די עף בי איי האט היינט אראפגענומען איינע פין די גרעסטע דאונלאד סייטס מעגעאפלאד פינעם אינטערנעט אויף נקמה האבען חברה וואס רופען זיך אנאמעניס געהאקט די רעגירונג'ס סייטס.
פרייטאג ינואר 20, 2012 5:48 am
והכתיב לא תקום?
פרייטאג ינואר 20, 2012 8:29 am
קרעמער האט געשריבן:העי! די מאראקאנער וויינען "למה נגרע"? קומט זיך אונז נישט א באזונדערע אשכול? כאטש שטעל אונז אריין אין די "רעוואלוציעס אין די ווינדלן" אשכול!
גערעכט. עמער עס יעצו אהין שטעלן, און מעקן פון דא.
דינסטאג ינואר 24, 2012 12:47 pm
ר' עזרא פריעדלענדער האט היינט געשריבן זיין ערשטער ארטיקל אין האפינגטאן פאוסט וועגן זיין פארזוך צו באערן ראול וואלענבערג.
זע
דא
דינסטאג ינואר 24, 2012 5:39 pm
יאפין האט געשריבן:שוין אויבען דערמאנט.
היינט האלט מען ביי זעקס טויטע. מען באשולדיגט דעם קאפיטאן פונעם שיף
מען האט שוין געפינען דרייצן גופים
דינסטאג ינואר 24, 2012 5:41 pm
סאכדעס האט געשריבן:כנהוג.
היינט איז געווען באריכטעט אז איראן האט געהאנגען איטליכע דרייסיג מענטשען אין איין טאג.
דינסטאג ינואר 24, 2012 6:22 pm
dell האט געשריבן:יאפין האט געשריבן:שוין אויבען דערמאנט.
היינט האלט מען ביי זעקס טויטע. מען באשולדיגט דעם קאפיטאן פונעם שיף
מען האט שוין געפינען דרייצן גופים
זעכצן, און נאך זעכצן פעלן
דאנערשטאג ינואר 26, 2012 4:02 pm
http://www.politico.com/news/stories/0112/72004.htmlדאס איז שוין די פערדע דעמאקראט פין נארט קארליינא צי מעלדען אז ער לויפט נישט פאר ווידערויילונג
21 דעמאקראטען 11 רעפאבליקאנער האבען שוין געמאלדען אז זיי לויפען נישט
דאנערשטאג ינואר 26, 2012 5:23 pm
dell האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:כנהוג.
היינט איז געווען באריכטעט אז איראן האט געהאנגען איטליכע דרייסיג מענטשען אין איין טאג.
דאכט זיך איראק
פרייטאג ינואר 27, 2012 10:25 am
קען זיין ס'איז שוין דא באריכטעט געווארן אז ס'איז געווען אין די נייעס נעכטן אז ס'האט 'ארויסגערינען' אינפארמאציע, אז די עף בי איי זוכט צו אנטוויקלען א וועב אפליקעישאן וואס זאל קענען מאניטערן 'סאושעל נעטווארקס', מיט די אלע שמות הנרדפים ווי פעיסבוק, טוויטער, גוגל פלאס (אייוועלט?...) וכו' וכל שם וחניכא דאית להון, זיי האפן צו דורכדעם דערשנאפן מער צייטליך (נישט די ניק...) און קראנטער ריעל-טיים אינפארמאציע וועגן אנגייענדע און פאטענציעלע זיכערהייט סכנות און טעראריסטישע געפארן.
דער פלאן איז אומווילענדיג (?) אנטפלעקט געווארן דורך די עף בי איי אין זייער
וועבסייט אין די SOIC סטראטעגישע אינפארמאציע און אפערעישאנס סענטער אפטיילונג.
יודעי דבר (?) וואס גלייכן קאנספיראציעס זאגן, אז באמת איז עס שוין לאנג דא אזאנס 'אפ ענד ראנינג' (עיין ערך ען עס עי...) נאר יעצט איז געקומען די צייט עס צו דערציילן פארן פאבליקום ווייל די עף בי איי פלאנט עס שוין צו נוצן פאר זאכן וואס האבן קיין שייכות נישט מיט טעראר....
מקור:
http://mashable.com/2012/01/26/fbi-soci ... monitoring
פרייטאג ינואר 27, 2012 10:51 am
טוויטער האט נעכטן דאנערשטאג מודיע געווען אז פון היינט און ווייטער נעמען זיי זיך די רעכט צו צענזורירן אינהאלט אין ספעציפישע לענדער, און זיי וועלן איבערלאזן די צענזורירטע אינהאלט פאר די גאנצע וועלט אויזער יענע מדינה.
ביז איצט, איז זייער איינציגסטע מהלך געווען אזוי ווי אין אייוועלט... אז אויב אינפארמעישאן האט נישט געטויגט האט מען אינגאנצן אויסגעמעקט די תגובה... כ'מיין טוויט. אבער פון היינט אן און ווייטער אויב אינפארמאציע וואס א געוויסע גאווערמענט באשלוסט אז ס'טויג נישט אבער די הנהלה פון טוויטער זעהט איין אז ס'טויג יא, וועט עס געבלאקט ווערן נאר פאר די איינע מדינה.
די נייעס איז באריכטעט געווארן דורך א בלאג מיטן נאמען "די טוויט'ס מוזן ווייטער פליסן"
צענזורירט האט מען אייביג... נאר יעצט וועט מען עס בעסער קענען באמערקן.
פרייטאג ינואר 27, 2012 12:21 pm
די משל וואס זיי נוצן איז פרא נאצישע טוויטס אין דייטשלאנד פראנקרייך ווי ס'איז פארבאטן, וועט עס יעצט יא זיין גלאבאל חוץ דארט.
מאנטאג ינואר 30, 2012 5:46 am
מר העסטער דער מאנאדזשער פון ראיעל בענק אף סקאטלאנד האט מוותר געווען אויף זיין באנוס פון בערך א מיליאן פונט...
מען זאגט אז דאס איז ווייל אין פארלאמענט האט מען געהאלטען ביים וואוטען צו עס קומט אים צו נישט...
מאנטאג ינואר 30, 2012 6:23 pm
מ'קען יעצט שמועסן מיט אבאמא
מאנטאג ינואר 30, 2012 9:23 pm
טוריסטן ווערן פארבאטן אריינצוקומען אין אמעריקע צוליב א טוויט!
צוויי בריטישע טוריסטן האבן געטוויט בעפארן זיך ארויסלאזן קיין אמעריקא אז זיי גייען "דיסטרויען אמעריקע".
ווען זיי האבן געלאנדעט אין לאס אנדזשעלעס זענען זיי גלייך געווארן ארעסטירט, נאך וואס די האומלענד סעקיוריטי האט אנדעקט די "טעראריסטישע טוויט".
זיי זענען געווארן אויסגעפארשט פאר פינף שעה, עס האט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות, און נאכן ווערן געהאלטן פאר צוועלף שעה אין אפגעזונדערטע צעלן, זענען זיי ארויפגעלייגט געווארן אויף א פליגער צוריק קיין ענגלאנד.
כן יאבדו...
http://www.foxnews.com/travel/2012/01/3 ... latestnews
מאנטאג ינואר 30, 2012 10:42 pm
וואס גייט פאר און בעלגיע? איבער וואס איז געווען די סטרייק דארט?
קנא זאל ביטע אהין שיקען א קארעספאנד און באריכטען די נייעס,
מאנטאג ינואר 30, 2012 10:57 pm
רעדט מען שוין ערגעץ פון די 'פייל-אפ' עקסידענט אין פלארידע וואס האט אומגעברענגט 10 מענטשן נעכטן פארטאגס?
דינסטאג ינואר 31, 2012 12:02 am
ניין, סאוי לאמיך באריכטן..
נעכטן איז פארגעקומען א מולטי-קאר עקסידענט אויפן אינטערסטעיט I-75 אין פלארידע, נאך וואס עס איז געווארן אומזעהבאר צו פארן אויפן הייוועי, צוליב דיקע שווארצע רויעך פון א דערנעבנדיגע וואלד פייער.
די ראוד איז געווען אפגעשלאסן פארן פארקער דורכאויס מוצ"ש, און צוליב אן אומבאקאנטע סיבה איז עס געווארן געעפענט זונטאג צופרי.
און דאן האט עס פאסירט, קאר'ן האבן אריינגעקראכט איינער אינעם אנדערן אויף ביידע זייטן פונעם הייוועי, אנמאכענדיג אן אומבאשרייבליכן חורבן, וואס האט איבערגעלאזט ווייניגסטענס צען טויט און נאך פולע קריטיש פארוואונדעט.
איינער פון די דרייווערס גיט איבער, אז אפי' ווען מען האט שוין געהערט די סירענס פון די אנקומענדע רעטונג אגענטורן, איז נישט געווען מעגליך צו זעהן די לעמפלעך, צוליב די געדעכטע רויעך.
די באאמטע האבן געקענט צוקומען בלויז דורך נאכגיין די קולות און געשרייען פון די געשעדיגטע.
http://www.cbsnews.com/8301-505263_162- ... op;storiesדא קען מען הערן/זעהן ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען די היסטערישע הילפס רופן
http://www.cbsnews.com/8301-201_162-573 ... es-horror/
דינסטאג ינואר 31, 2012 4:33 am
מען האט פארמשפט א דענטיסט אויף א יאהר טורמע וואס האט גענוצט פעיפערקליפס אנשטאט פאוסטס אויף צו צעמענטירען קרוינען
און ניין עס איז נישט מיר ב"ה
דינסטאג ינואר 31, 2012 9:40 am
msp האט געשריבן:מען האט פארמשפט א דענטיסט אויף א יאהר טורמע וואס האט גענוצט פעיפערקליפס אנשטאט פאוסטס אויף צו צעמענטירען קרוינען
און ניין עס איז נישט מיר ב"ה
אונזער הארץ האט פארפעלט א קלאפ...ב"ה האסט אונז אלע בארועיגט.
מיטוואך פבואר 01, 2012 12:55 am
ווי זענען אלע ק.נ.א. רעפארטערס? עפעס א שיסעריי איז געווען אין די וומסב"ג גלילות העליקאפטערס זענען ארום געפלויגען וכו'