טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ער הייבט אן מיט דריי פארלוירענע און ענדיגט נאר מיט צוויי.

געב איבער פארן ווינקל אז ער מעג זיך לערנען פון טשבאדעלע וויזוי מ'באריכט נייעס...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

טשאדעלע באדעלע אוי ביסטו צוקאש.

דיינע מאַנשעס צוגייען פאר זיסקייט צווישן די צינג אין די גומען, מ׳באלעקט זיך מיט יעדן פאראגראף.

כ׳גלייב ווען אחשורוש הערט אזוינע מעשיות פון טשאדעלע וואלט ער זיך געוואקעלט פאר שוידער און פרייד אז שושן הבירה וואלט געכאפט אן ערדציטערניש.

העניוועי קיפ אן, ווען ס׳קומט א באריכט פון טשאדי איז עס מיי דעי!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

טשאדעלע ביסט מחי' טוזענטער מיט דיינע געשמאקע באריכטען .

ווען מעזעט אזעלכע ווידיאוס, כאפט מען וואס אלץ די היזיגע אינפסטראקשער איז אסאך מער פארגעשריטען און סעיף. נישט אז א באס קען נישט אריין פאלן אין וואסער דא, אבער סוועט האבן א שטארקע געיט .
#מעיד אין כיינע.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

קליין 11 יעריג יונגל פון ברוקלין אהייאו נעמט די פאליציי אויף א סכנה׳דיגע פאליס טשעיס פאר גאנצע 45 מינוט!

דער 11 יעריגע באנדיט איז ברוגז געווארן אויף זיין חושובער מיטער שתחי׳ פארן צונעמען זיין שפילצייג, ער האט אכאפגעטאן איר קאר שליסלען, זיך אריינגעזעצט און זיך גענומען רייסן שטיקער, איינשפאנענדיג די פאליציי מיטצוקומען אויף זיין רייזע. ער האט געפירט זיין נסיעה אויף די לאקאלע גאסן אנציענדיג 90 מפש, געבראכן כמעט יעדע טרעפיק פארלעצונג אונעם ביכל הידוע! ער האט זיי געהאלטן פארנימען פאר באלד א שעה צייט, ביז ער האט פיינעלי ״בטעות״ אריינגעזעצט אין א טראק וואס מיט דעם האצעך עס גע׳ענדיגט....אויף יעצט!!

ס׳הייסט??...
ס׳הייסט!?...

דער זעלבער יונגער באגאבונד האט פונקט איאר צוריק, [דעמאלטס א 10 יעריגע שטינקער], אנגעמאכט א ממש ענדליכע מעשה מרכבה, נאר מיט זיין מאמעס אלטע קאר! ער האט עס גע׳גנב׳ט אירע שליסלען ווען זי איז געשלאפן און געגאנגען לערנען בלק מיט די פאליס דעפארטמענט אויף א הייוועי. וואס האצעך געענדיגט מיטן ׳פיט מענאווער׳!

קליפיטשקע פונעם נעכטיגן טראבל:
דראפבאקסגוגול דרייוו

קליפיטשקע פון זיין פאריעריגע טראבל:
דראפבאקסגוגל דרייוו

#טסאר גידל באנעם
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

שוין גארניש קיין ׳טשאדעלע-באדעלע׳ מעשה...
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

פארשטיי איך שוין פארוואס די רבי האט נישט געלאזט פרויען דרייווען
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א אינטערסאנטע געשיכטע האצעך א צייט צוריק אפגעשפילט מיט א קליין 8 יעריג יונגל, ווען פרעזידענט טראמפ האט אים געשריבן א בריוו אין ריספאנס צו א ביטע וואס דער קינד האט אים געבעטן.

דער יונגל מיטן נאמען פאהר פוטמאן וואס וואוינט אין נאר קאראליינע האט צוריק אין מערץ געשריבן א בריוו צום פרעזידענט ווי ער בעט אים ער זאל ארויסהעלפן זיין פאטער וואס איז נישט געזונט, און נויטיגט זיך אין א נייעם ניר (קידני).

פאהר שרייבט אונעם בריוו אז זיין פאטער מיט זיין באבע זאגן כסדר אז פרעזידענט טראמפ האט שוין געטאן אסאך גוטע זאכן פארן לאנד, וויל ער בעטן דעם פרעזידענט ער זאל פראבירן צו טאן אים דעם אויך, ׳ביטע שאף מיין פאטער א ניר ער זאל קענען ווייטער לעבן׳.

א קורצע צייט שפעטער איז צו אים אהיים אנגעקומען אן ענוועלאופ וואס איז געקומען פונעם ווייסן הויז, עס האט ערהאלטן א בריוו אין וואס פרעזידענט טראמפ שרייבט צוריק דעם קינד זיינע הארציגע ברכות, מיטגעפיל אין דברי חיזוק.

די געשיכטע איז דעמאלטס אויפגעשפילט געווארן אויפן נייעס פראגראם פאקס_מיט_חבירים ווי ס׳איז געגרינדעט געווארן א ספעציעלער גיי_שטיץ_מיך, נאך א וויילע איז דארט צוזאמגעשטעלט געווארן פיפציג טויזענט דאלער וואס האצעך אויסגעפעלט פארן פראצעדור צו קענען צושטעלן א ניר פאר פאהר׳ס פאטער, און טאקע א צייט דערויף איז זיין פאטער אדורך א סאקסעספולער ניר ריפלעיסמענט.

יעצט שטייענדיג עטליכע חדשים דערנאך, איז ער - דער פאטער צוזאמען מיט זיין קינד ארויפגעקומען אויף פאקס_מיט_חבירים און מיטגעטיילט זייער געשיכטע מיטן בריוו צו און פונעם פרעזידענט, און זיך הערצליך באדאנקט פארן פראגראם פאר די הילף וואס האט אריינגעברענגט דעם סכום צו באצאלן די קאסטן.

דער בריוו וואס פרעזידענט טראמפ האט צוריקגעשיקט פאר פאהר פוטמאן.
דער בריוו וואס פרעזידענט טראמפ האט צוריקגעשיקט פאר פאהר פוטמאן.
12E93F83-DDE4-4FC5-B5CA-02F6A5D3BC53.jpeg (57.72 KiB) געזען 2568 מאל

די אינטערוויא אויפן נייעס פראגראם מיטן 8 יעריגער פאהר צוזאמען מיטן פאטער לרפו״ש.

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דער אינטערשריפט זאגט אסאך......
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

טשאדעלע, טענק יא ווערי מאטש, וואז ווערי אמאשעענעלללל..

בשם אלע ניק'ס מן הסתם
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א אינטערסאנטע געשיכטע האצעך א צייט צוריק אפגעשפילט מיט א קליין 8 יעריג יונגל, ווען פרעזידענט טראמפ האט אים געשריבן א בריוו אין ריספאנס צו א ביטע וואס דער קינד האט אים געבעטן.

דער יונגל מיטן נאמען פאהר פוטמאן וואס וואוינט אין נאר קאראליינע האט צוריק אין מערץ געשריבן א בריוו צום פרעזידענט ווי ער בעט אים ער זאל ארויסהעלפן זיין פאטער וואס איז נישט געזונט, און נויטיגט זיך אין א נייעם ניר (קידני).

פאהר שרייבט אונעם בריוו אז זיין פאטער מיט זיין באבע זאגן כסדר אז פרעזידענט טראמפ האט שוין געטאן אסאך גוטע זאכן פארן לאנד, וויל ער בעטן דעם פרעזידענט ער זאל פראבירן צו טאן אים דעם אויך, ׳ביטע שאף מיין פאטער א ניר ער זאל קענען ווייטער לעבן׳.

א קורצע צייט שפעטער איז צו אים אהיים אנגעקומען אן ענוועלאופ וואס איז געקומען פונעם ווייסן הויז, עס האט ערהאלטן א בריוו אין וואס פרעזידענט טראמפ שרייבט צוריק דעם קינד זיינע הארציגע ברכות, מיטגעפיל אין דברי חיזוק.

די געשיכטע איז דעמאלטס אויפגעשפילט געווארן אויפן נייעס פראגראם פאקס_מיט_חבירים ווי ס׳איז געגרינדעט געווארן א ספעציעלער גיי_שטיץ_מיך, נאך א וויילע איז דארט צוזאמגעשטעלט געווארן פיפציג טויזענט דאלער וואס האצעך אויסגעפעלט פארן פראצעדור צו קענען צושטעלן א ניר פאר פאהר׳ס פאטער, און טאקע א צייט דערויף איז זיין פאטער אדורך א סאקסעספולער ניר ריפלעיסמענט.

יעצט שטייענדיג עטליכע חדשים דערנאך, איז ער - דער פאטער צוזאמען מיט זיין קינד ארויפגעקומען אויף פאקס_מיט_חבירים און מיטגעטיילט זייער געשיכטע מיטן בריוו צו און פונעם פרעזידענט, און זיך הערצליך באדאנקט פארן פראגראם פאר די הילף וואס האט אריינגעברענגט דעם סכום צו באצאלן די קאסטן.

12E93F83-DDE4-4FC5-B5CA-02F6A5D3BC53.jpeg

די אינטערוויא אויפן נייעס פראגראם מיטן 8 יעריגער פאהר צוזאמען מיטן פאטער לרפו״ש.

דראפבאקסגוגל דרייוו

אלס א ניר נדבן זעלבסט, (און א נעווער-טראמפער..), כאפ איך נישט וואו דער פרעזידענט קומט אריין אינעם בילד
דער פרעזידענט האט טאקע געשיקט א ווארימע בריוו, אבער וואס נאך האט ער געטוהן אויסערדעם?
די גאו-פאנד-מי בלעטל פון פאקס-און-פריינט האט געשאפן ארום 50,000, אבער אין אמעריקע איז אומלעגאל צו באצאלן פאר א ניר, די ניר איז געקומען פון א פריינט פונעם פאציענט, האט דאס ווייטער גארנישט געהאט מיט פאקס בכלל

איינער האט א תירוץ?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קען זיין ווייל ער האט באשטייערט צום מצב מיט זיין בריוו.

הגם איך קען נישט פארשטיין די געפילן פון א איד וואס האט זיך געלאזט שניידן פאר א צווייטן איד, וואס זעהט אז מען געט גאר קרעדיט פאר איינס פון די לעצטע מענטשן אויף דער וועט וואס וואלט דאס געטון, מיט אזא אקט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

לכאורה האט געשריבן:איינער האט א תירוץ?


ביסט גערעכט. די זאך איז נאר, ווען נישט טראמפ׳ס בריוו וואלסטע נישט געוויסט אז עפעס א לא לנו אין נארט קאראליינע האט באקומען א ניר.

וואס איז וויל בעיקר ארויספוינטן איז, אז טראמפ האט געהאט א בריוו אויסטויש מיט א 8 יעריג׳ס, די עצם געשיכטע מיטן ניר איז פשוט וואס איז מיטגעקומען.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרעזידענטליכע בריוון זענען מעשים בכל יום, כ'האב געמיינט דא ליגט עפעס מער
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צל עובר האט געשריבן:קען זיין ווייל ער האט באשטייערט צום מצב מיט זיין בריוו.

הגם איך קען נישט פארשטיין די געפילן פון א איד וואס האט זיך געלאזט שניידן פאר א צווייטן איד, וואס זעהט אז מען געט גאר קרעדיט פאר איינס פון די לעצטע מענטשן אויף דער וועט וואס וואלט דאס געטון, מיט אזא אקט.

איך שטעל מיך פאר אז די *נישט* איז איבריג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פארוואס, איך האב נאך ליידער נישט די קארעדזש און נישט פארלוירן די איבעריגע פונטן, צו קענען אוועגעבן א ניר.

צום מצב מיינעך, צו די 50 טויזענט, און אפשר אפילו צו די עצם נדבה אויך אביסל.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

ערד ציטערניש אין אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

א מעכטיגע 7.0 ערד ציטערניש האט געטרייסלט עינקרידזש די הויפט שטאט פון אלאסקא, צונאמי ווארענונגען זענען ארויסגעגעבן פאר די געגענט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ענקארעדזש איז נישט די קעפיטעל, עס איז אבער יא די גרעסטע און וויכטיגסטע שטאט דארט.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שוין באריכטעט אין ברוך דיין האמת אשכול
viewtopic.php?p=1818056#p1818056
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

ארעסטאנט דערקלערט זיך אלץ א מיסט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

וויסקאנסין – א פופציג יעריגער ארעסטאנט אין וויסקאנסין, האט באוויזן צו אנטלויפן פון טורמע, בשעת׳ן ארויסטראגן די מיסט. דער ארעסטאנט דאגלעס סלאַק האט געטראגן די מיסט פארלאפענעם דאנערשטאג פארטאגס, אלס טייל פון זיין אויפגאבע אין דער מילוואקי קאונטי טורמע, ווען אינמיטן האט ער געזען דעם הויפט צוים אפן און איז אנטלאפן. די לאקאלע פאליציי און מארשאל סערוויסעס, פירן דורך א מאסיווע זוכעניש און האבן פובליצירט בילדער פון אים, בעטנדיג הילף פונעם פובליק. ער האט אפנים מעגליך פרובירט אויסצופאלגן וואס מ'האט אים געהייסן, אויסצורוימען די טורמע פון יעדן סארט מיסט, און פארשטאנען אז דאס מיינט מען אויך אים זעלבסט...
דעילי יוד
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

KEDEM

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קדם הערט אויף צו מאכן זייער Red Chablis וויין
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'נישט פאפולער? בלאש טשעבליעס בלייבט יא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אינטערעסאנט. איך האף בלאש בלייבט זינט איך ניץ עס פאר קידוש שוין א לאנגע צייט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

נאר רעד טשעבליס גייט אראפ פון טיש
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”