טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איך האב נישט געזאגט אז די שרייבסט אזוי. איך מיך נאר געוואלט אויסקלארן
אז אונז רעדמיר שוין וויל איך דיר זאגן א גרויסן ש'כח פאר אלע דיינע געשמאקע באריכטן
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א שרעקליכער טראגעדיע האט היינט פאסירט אין א שטעטל מיטן נאמען פאדזשהאב... (עפעס אזוי) אינדיע, ווי א גרופע פארזאמלטע מענטשן האבן געפייערט ״דאססעהרא״... (סאחעלעק..), ווען פליצלונג איז א שנעל פארענדע באן וואס איז דארט אדורך געפלויגן אריינגעשמיסן מיטן פולן אימפעקט צווישן די פארזאמלטע ביים צערעמאניע וואס איז פארגעקומען צופיסנס פון די באן שינעס, אומברענגענדיג איבער 100 מענטשן!

ווי ס׳ווייזט אויס האבן די מענטשן געווען צו פארנומען און פאר׳דביקות׳ט אונעם פארברענג, די הויעכע גרידער וואס די פייערווארק׳ס האבן ארויסגעגעבן האט אפגעהאלטן די מענטשן פון הערן די פייף פונעם אנקומענדער באן, וואס האט זיך געענדיגט מיט אזא טראגעדיע.

#ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

א קליפ פונעם טראגעדיע
הירא ורך הלבב ילך...
דראפבאקסגוגל דרייוו

די טרעין פארט ווייטער ווי גלייך נישט אים מיינט מען דא
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א שרעקליכער טראגעדיע האט היינט פאסירט אין א שטעטל מיטן נאמען פאדזשהאב... (עפעס אזוי) אינדיע, ווי א גרופע פארזאמלטע מענטשן האבן געפייערט ״דאססעהרא״... (סאחעלעק..), ווען פליצלונג איז א שנעל פארענדע באן וואס איז דארט אדורך געפלויגן אריינגעשמיסן מיטן פולן אימפעקט צווישן די פארזאמלטע ביים צערעמאניע וואס איז פארגעקומען צופיסנס פון די באן שינעס, אומברענגענדיג איבער 100 מענטשן!

ווי ס׳ווייזט אויס האבן די מענטשן געווען צו פארנומען און פאר׳דביקות׳ט אונעם פארברענג, די הויעכע גרידער וואס די פייערווארק׳ס האבן ארויסגעגעבן האט אפגעהאלטן די מענטשן פון הערן די פייף פונעם אנקומענדער באן, וואס האט זיך געענדיגט מיט אזא טראגעדיע.

#ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

א קליפ פונעם טראגעדיע
הירא ורך הלבב ילך...
דראפבאקסגוגל דרייוו

די טרעין פארט ווייטער ווי גלייך נישט אים מיינט מען דא

א טרעין קען נישט סטאפן אזוי שנעל
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

די חינגא גייט ווייטער ווי גארנישט וואלט פאסירט
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

מ'קען אפילו נישט הערן שרייען הצלה.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

שוטה האט געשריבן:די וועלט'ס גרעסטע 'פעריס וויל' וועט געבויעט ווערן אין ניו יארק.
לינק צו דעם תגובה


די פלאן איז נעכטן אינגאנצן אפגעריפן געווארן.

מיין שאלה איז יעצט, וואס גייט דארט יא זיין?
און צו יודיש געלט איז אויך פאלוירן געגאנגען דארט?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א מאדנע אינצעדענט האט זיך פארגאנגענע וואך מיטוואך אפגעשפילט ווי עטליכע מיליטערישע טרעקלעך זענען בטעות ארויסגעלאזט געווארן פון א טראנספארט ערעפלאן העכער נארט קארעליינע

דער מיליטערישע ערעפלאן וואס האט געפירט א לאוד מיט מיליטערישע האומוויס האט געהאלטן עטליכע מינוט פארן פארביי פארן א מיליטערישע באזע ווען א סאלדאט האט בטעות ״געדריקט א אומריכטיג קנעפל״.

דער קנעפל האט פיין געארבעט און דער ערעפלאן האט געפאלגט, ״סהאצעך״ גע׳עפענט דעם גרויסן טויער פון אונטן, און האומוויס האבן זיך גענומען פארן איינס אינטערן אנדערן און געשפרינגען ארויס צום גרויסן פרייען הימל.

צום מזל זענען די טרעקלעך געווען אנגעגרייט אויף אזא טאנץ, זיי זענען אלע געווען אויסשטאפירט מיט די ספעציעלע ״פערעשוט סיסטעם״ וואס ווערן געניצט ארויס צולאזן מיליטערישע טרעקלעך אויפן שלאכט פעלד, און זענען אלע זענען אנגעקומען אונטן גאנצערהייט. אזוי אויך זענען אלע געלאנדעט אויף אפענע שטחים נישט אנמאכנדיג שאדנס אנקומענדיג אונטן.

בייגעלייגט א קליפ וואס איז אפגעכאפט געווארן דורך א קעמערא באהאפטן צו איינע פון די טרעקלעך וואס האבן אנטייל גענומען אונעם טאנץ.

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4832
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

גרויסן שכח הרב טשאדעלע, דו ביסט פיין!
אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווען א סאלדאט האט בטעות ״געדריקט א אומריכטיג קנעפל״.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

ממה נפשך האט געשריבן:גרויסן שכח הרב טשאדעלע, דו ביסט פיין!

באלאנגט אין טשיקאווע נייעס אשכול...
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

דאס איז א חלק פון זיין גוטסקייט, לייגט ער עס ווען אין טשיקאווע אשכול וואלסטו עס דאך געעפנט מיטן ידיעה אז עס קומט א שמייכל, לייגט ער עס דא, אזוי תמימות'דיג...

דאנקען צו אייך טשאדעלע.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

אין אמת'ן האב איך אזוי געקלערט, אז אויב דארף מען דאס לייגן אין טשיקאווע, דארף מען אלע טשאדעלע'ס נייעסן לייגן אהין, דער סטיל פון שרייבן מאכט דאס טשיקאוו...
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א מאדנע אינצעדענט האט זיך פארגאנגענע וואך מיטוואך אפגעשפילט ווי עטליכע מיליטערישע טרעקלעך זענען בטעות ארויסגעלאזט געווארן פון א טראנספארט ערעפלאן העכער נארט קארעליינע

דער מיליטערישע ערעפלאן וואס האט געפירט א לאוד מיט מיליטערישע האומוויס האט געהאלטן עטליכע מינוט פארן פארביי פארן א מיליטערישע באזע ווען א סאלדאט האט בטעות ״געדריקט א אומריכטיג קנעפל״.

דער קנעפל האט פיין געארבעט און דער ערעפלאן האט געפאלגט, ״סהאצעך״ גע׳עפענט דעם גרויסן טויער פון אונטן, און האומוויס האבן זיך גענומען פארן איינס אינטערן אנדערן און געשפרינגען ארויס צום גרויסן פרייען הימל.

צום מזל זענען די טרעקלעך געווען אנגעגרייט אויף אזא טאנץ, זיי זענען אלע געווען אויסשטאפירט מיט די ספעציעלע ״פערעשוט סיסטעם״ וואס ווערן געניצט ארויס צולאזן מיליטערישע טרעקלעך אויפן שלאכט פעלד, און זענען אלע זענען אנגעקומען אונטן גאנצערהייט. אזוי אויך זענען אלע געלאנדעט אויף אפענע שטחים נישט אנמאכנדיג שאדנס אנקומענדיג אונטן.

בייגעלייגט א קליפ וואס איז אפגעכאפט געווארן דורך א קעמערא באהאפטן צו איינע פון די טרעקלעך וואס האבן אנטייל גענומען אונעם טאנץ.

דראפבאקסגוגל דרייוו

קודם בוסט פיינע נייעס. גוט און זאפטיג אראפגעלייגט!
באזונדער דארף איך באגריסן אז דו לייסט עס ארויף סיי אויף דרייוו און סיי אויף דראפבאקס.
ווער זאגט דיר אז ס'איז א טעות, מיר זעהט עס יא אויס ווי א אויספלנירטע זאך. והאי ריאה ס'פאלט נישט אויף הייזער וכדומה..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

eller האט געשריבן:ווער זאגט דיר אז ס'איז א טעות, מיר זעהט עס יא אויס ווי א אויספלנירטע זאך. והאי ריאה ס'פאלט נישט אויף הייזער וכדומה..

די מיליטערישע באזע האט דאס באשטעטיגט אין א סטעיטמענט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א אינצעדענט האצעך היינט אפגעשפילט ביי א לאקאלע פארט אין בארסעלאונע שפאניע ווען א ״פערי שיף״ האט זעצעך אויס פארלוירן קאנטראל צו וואס, און אריינגעקלאפט אין א גרויסע פארט-קרעין (א ספעציעלע קרעין וואס לאדענט אפ פיקל קאנטענער׳ס פון די שיפן).

די קראך איז געווען גאר מילד און איידל, און דער גיגאנטישער קרעין האצעך איידלערהייט שיין שטייטלעך איבערגעקאצקעט מיטן קאפ אראפ, און דער מאטאר האט אויפגעריסן אין פלאמען.

דער שיף האט נאכן אפטאן זיינס שיין צוריק אוועק געטרויטן. קיינער איז נישט פארוואנדערט געווארן אונעם עקסידענט.

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אטע דאס הייסט זיך שלאגן מיט אן איידלקייט!...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

ווילסטעך אוודאי וויסן...

יא! מ'באלעקט זיך מיט דיינע זאפטיגע באריכטן און קליפים!!!

טשאדעלע ביזט סופער!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

מיין מאטאר רייסט אויף אין פלאמען בלויז פון אפלאדענען פיקל קאנטעינערס, מ'ברויך נישט קיין שיפן דערפאר....

טענקס שטאדי!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח טשאדעלע!
די טשערי אן טאפ איז די לעצטע שורה...א דראפבאקס מיט א דרייוו, און וועלט אייך אליין אויס וואס איז גוט פאר אייך טענקס איגען
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יישר כח טשאדעלע!
די טשערי אן טאפ איז די לעצטע שורה...א דראפבאקס מיט א דרייוו, און וועלט אייך אליין אויס וואס איז גוט פאר אייך טענקס איגען
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יישר כח טשאדעלע!
די טשערי אן טאפ איז די לעצטע שורה...א דראפבאקס מיט א דרייוו, און וועלט אייך אליין אויס וואס איז גוט פאר אייך טענקס איגען
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:יישר כח טשאדעלע!
די טשערי אן טאפ איז די לעצטע שורה...א דראפבאקס מיט א דרייוו, און וועלט אייך אליין אויס וואס איז גוט פאר אייך טענקס איגען

;l;p-
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

סוס ורוכבו רמה בים:

א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט אין בעידזשינג טשיינע ווען א באס איז צוליב א נערישע געשלעג צווישן א פאסאדזשיר מיטן דרייווער אריינגעפאלן און וואסער אומברענגענדיג 15 מענטשן.

ווי א סערוועיליענס קעמערא וואס איז אינסטאלירט געווען אויפן באס צייגט האט מען געהאלטן אינמיטן אדורך פארן די יאנגזי טייך ווען איינע פון די פאסאדזשירן א פרוי האט זיך מאיזה סיבה צוהאמפערט מיטן דרייווער. דער דרייווער האט אין ריזאלטאט פארלוירן קאנטראל און אריינגעשמיסן צו די זייט, אריינגעקראכט אין א קעגן קומענדע קאר און געפלויגן ווייטער איבערברעכנדיג די צוים פונעם בריק אין אריינגעפאלן וואסער אריין.

- די פרעגסט מיך? מיר קוקט אויס אז דער דרייווער האט געפלאצט פונעם צודראדעלטן לעידי, און סתם פאר כעס געגעבן א דריי דעם רעדל אויף לינקס צו מאכן א עקסידענט און נאכדעם בלעימען יענעם, ס׳איז אבער אנפארטשינעטלי געגאנגען ׳בעסער ווי געפלאנט׳...

סורוס טובות!

דראפבאקסגוגל דרייוו
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 9:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

שרעקעדיג, סוסים ורוכביו רמה בים.
אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע מעלות »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:סוס ורוכבו רמה בים:

א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט אין בעידזשינג טשיינע ווען א באס איז צוליב א נערישע געשלעג צווישן א פאסאדזשיר מיטן דרייווער אריינגעפאלן און וואסער אומברענגענדיג 15 מענטשן.

ווי א סערוועיליענס קעמערא וואס איז אינסטאלירט געווען אויפן באס צייגט האט מען געהאלטן אינמיטן אדורך פארן די יאנגזי טייך ווען איינע פון די פאסאדזשירן א פרוי האט זיך מאיזה סיבה צוהאמפערט מיטן דרייווער. דער דרייווער האט אין ריזאלטאט פארלוירן קאנטראל און אריינגעשמיסן צו די זייט, אריינגעקראכט אין א קעגן קומענדע קאר און געפלויגן ווייטער איבערברעכנדיג די צוים פונעם בריק אין אריינגעפאלן וואסער אריין.

- די פרעגסט מיך? מיר קוקט אויס אז דער דרייווער האט געפלאצט פונעם צודראדעלטן לעידי, און סתם פאר כעס געגעבן א דריי דעם רעדל אויף לינקס צו מאכן א עקסידענט און נאכדעם בלעימען יענעם, ס׳איז אבער אנפארטשינעטלי געגאנגען ׳בעסער ווי געפלאנט׳...

סורוס טובות!

דראפבאקסגוגל דרייוו

אן ערנסטער געשלעג צווישן א באס דרייווער און א פאסאזשיר, האט געברענגט דערצו אז דער באס זאל פארלירן קאנטראל, זיך אריינגליטשן אין טייך, און דערטרענקען די באס אינעם לענגסטן טייך פון אזיע, פון וואס 13 מענטשן זענען אומגעקומען, און נאך 3 זענען דערווייל פארלוירן.

א גאר דראמאטישער ווידעא וואס איז פארעפנטליכט געווארן היינט צופרי אין כינע ווייזט, ווי דער באס פארט אויף א בריק אין טשאנטשינג, א געגנט אין דרום מערב פון כינע, נעבן דעם יאגנאטשא טייך, ווען א פרוי האט פארפאסט איר סטאפ, און פארלאנגט פונעם דרייווער זאל זיך זאפארט אפשטעלן פאר איר.

דער דרייווער האט נישט געהאלטן דערביי, און דאן איז דאס פרוי ווילד געווארן, און אנגעהויבן צו שלאגן דעם דרייווער אין קאפ מיט איר סעלפאון.

דער דרייווער האט איר אנגעהויבן אפצושלאגן פון זיך, און די פרוי האט פרובירט צו פארכאפן דעם רעדל און פארקירווען דעם באס אין א זייט. דורכאויס דעם געפעכט האט דער באס פארלוירן קאנטראל, און אריינגעקראכט אין א קעגן קומענדע קאר.

פון דארט האט זיך דער באס ווייטער געיאגט אריין אינעם צוים, און דאן האט זיך עס אריינגעגליטשט אין די שטורעמישע וואסערן פונעם טייך.

פילע דייווער זענען אראפגערופן געווארן צוזאמען מיט מעדעצינישע הילף און אמבולאנסן, אבער זיי האבן נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן אז די 13 פאסאזשירן וועלכע זענען געווען אויפן באס זענען אומגעקומען. די איבעריגע צוויי פארלוירענע, באקומען נישט קיין שאנס אז זיי האבן איבערגעלעבט…

עס איז נישט באקאנט אויב דער דרייווער און די פרוי זענען צווישן די אומגעקומענע. פון יודש ווינקיל
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”