טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

טרעף מיך האט געשריבן:לינקע זענען רוצחים

לינקע און רעכטע צו גלייך, סטאלין היטלער kkk
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

טרעף מיך האט געשריבן:לינקע זענען רוצחים

לויט ווי איך הער וואספארא רעכטער ער איז, וואלט אזא איינער נישט געהאט קיין שום טשענס אין אמעריקע, צוליב זיין רעכטקייט...
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

משה בעלז האט געשריבן:בראזיל - רעכטער פראנט רוננער קאנדידאט פאר פרעזידענט געשטאכן ביי א קאמפעין ראללי

וואס איז זיין מצב?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

באקסער בוים האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:בראזיל - רעכטער פראנט רוננער קאנדידאט פאר פרעזידענט געשטאכן ביי א קאמפעין ראללי

וואס איז זיין מצב?

גאר לייכט פארוואונדעט
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

איש האשכולות האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:בראזיל - רעכטער פראנט רוננער קאנדידאט פאר פרעזידענט געשטאכן ביי א קאמפעין ראללי

וואס איז זיין מצב?

גאר לייכט פארוואונדעט

דער דעילי איד שרייבט אז ער איז קריטיש אבער סטאביל
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין א טעקסאס געריכט איז וואך פארגעקומען א פרואוו אונטערצוהאקן אבאמאקעיר

מער וועט נאכפאלגן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

הכל הבל נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סטעיט טעקסאס האט די די וואך געהאט זייער סאמע ערשטע פארהער פארנט פון א דיסטריקט ריכטער צו באהאנדלען א קלאגע אקעגן די עקזיסטירנדע העלט קעיר געזעץ
אנדערש ווי געווענליך ווען א סטעיט קלאגט די פעדעראלע רעגירונג טוט די יוסטיץ דעפארטמענט דאסמאל נעמען די זייט פון די סטעיט, הגם בלויז טיילווייז
ווען קאנגרעס האט דורכגעפירט די טעקס רעפארם פעקל האבן זיי אריינגערוקט א סעיף וועלכע רוקט אראפ די שטראף פארן נישט קויפן אינשורענס צו 0
טעכניש פארלאנגט די געזעץ ווייטער צו פארמאגן אינשורענס (און דאס צוריקצודרייען פאדערט זיך 60 סענאטארן) אבער די שטראף איז 0 דאלער און 0 צענט
די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז די מאנדאט איז אויסגעהאלטן צוליב וואס עס איז א שטייער וועלכע די רעגירונג קען באצווינגען בירגער צו צאלן
באזירט אויף דעם האט קאנגרעס געקענט עלימינירן די שטראף אלץ א שטייער רעדוקציע
אצינד קומט די סטעיט טעקסאס און קלאגט די רעגירונג אז אין ליכט פון דעם אז קיין שטייער איז מער נישטא צופאלט די גאנצע לעגאליטעט פון די מאנדאט זינט די געריכט האט אנערקענט אז מען קען נישט פארלאנגן צו קויפן קיין אינשורענס און אבאמאקעיר האט בלויז געזאגט אז די דארפסט צאלן א שטייער אויב דו האסט נישט קיין אינשורענס
אצינד אז די שטייער איז נישט דא דארף מען אראפנעמען די פארלאנג פון די ביכער
די סטעיט אף טעקסאס גייט נאך ווייטער און זאגן אז צוליב וואס די מאנדאט איז א גאר וויכטיגע טייל פונעם ברייטערן געזעץ און געבויעט אויף די חשבון אז מער מענטשן קויפן אינשורענס האט ען פארלאנגט צו דעקן פרי עקזיסטינג אומשטענדן און נאך, דעריבער אז די מאנדאט פאלט אוועק זאל די גאנצע געזעץ ווערן ארויסגעווארפן
דא קומט די יוסטיץ דעפארטמענט און טיילט זיך פון די סטעיט
די רעגירונג שטימט איין מען זאל עלימינירן די מאנדאט אבער לאזן די איבריגע טיילן פונעם ביל
די געריכט האט ערלויבט א גרופע אטוירני דזשענעראלס פון אנדערע סטעיטס צו דינען אלץ פארטיידיגער פונעם געזעץ אנשטאט די פעדעראלע רעגירונג


פארזעצונג קומט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 39847
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביים ערשטן פארהער האט דער ריכטער אויסגעקוקט צו סימפאטיזירן מיט די אנקלעגער אבער עס איז נאך דא אלאנגע וועג צו גיין

אויב דער געריכט אורטיילט עווענטועל לטובת די אנקלעגער וועט עס ווערן אפעלירט צום 5'טן קרייז געריכט וועלכע איז די מערסט קאנסערוואטיווע געריכט אין לאנד

דאן קען עס ווערן אפעלירט צום סופרים קאורט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Der Yid Daily
טעקסאס – א ווייסער פאליציי אפיציר אין דאלאס טעקסאס, שטייט אויס מארד קלאגעס, פאר׳ן אומברענגען אן אומשלדיגן שווארצן יוגענטליכן. די שיסעריי האט פאסירט ווען די פאליציי אפיציר איז אהיימגעקומען שפעט ביינאכט, נאכן דינען א שיפט פון לאנגע שטונדן, פאטראלנדיג די גאסן פון די געגנט. דער אפיציר האט געמיינט אז ער קומט אריין צו זיך אינדערהיים, און האט געזען דארטן דעם שווארצן יוגענטליכן און יענעם געשאסן צום טויט. למעשה איז דאס נישט געווען די היים פונעם אפיציר, נאר די הויז פונעם שווארצן יוגענטליכן, און די שטאטישע אויטאריטעטן פארשן, צי עס איז געווען עפעס ראסיסטישע מאטיוון אונטער די שיסעריי.
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

וויאזוי קען מען זיין א פאליס אפיסער אז מען קען נישט דערקענען די אייגן הויז? עפעס זייער מאדנע
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אין טאמער איז עס יא ביי אים אינדרהיים איז די גנב חייב מיתה בדיניהם ?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

משה בעלז האט געשריבן:בראזיל - רעכטער פראנט רוננער קאנדידאט פאר פרעזידענט געשטאכן ביי א קאמפעין ראללי

כאיר באלסענארא, א עקסטרעם רעכטער פאליטיקאנט האט נעכטן נאכט געווינען די ערשטע רונדע אין די פרעזידענטליכע וואלן אין בראזיל, נאך א גאר אנגעצויגענע און היציגע וואל פארמעסט אין וועלכע ער איז איינמאל פארוואונדעט געווארן.

באלסענארא האט געווינען 47% פון די שטימען, און זיין נענטסטע קעגנער איז דער אמטירנדער פרעזידענט דער לינקער פארשטייער פון די ארבייטערס פארטיי פערנאנדא האדאד וועלכער האט געקריגן 26% פון די שטימען, די צוויי וועלן זיך פארמעסטן אין א צווייטע רונדע אין 28 אקטאבער, און ווי עס שיינט וועט באלסענארא זיגן און דערמיט ברענגען א דראסטישע טויש אין די בראזיליאנער פאליטישע סצענע.

באלסענערא האט עטליכע מאל עפנטליך אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ און פארשפראכן נענטערע באציאונגען מיט אמעריקע אויב ער געווינט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אין ניו יארק האט בלומבערג איינגעפירט א געזעץ אז מ׳מיז ריסייקלען. ס׳הייסט אז ווען די האסט מיסט קענסטעס נישט סתם אזוי ארויסלייגן און מיסט קאסטן, נאר די מיזט עס מסדר זיין מיסט על מחנהו ומיסט על דגלו.

ס׳איז מיר אלטס שווער געווען, וואספארא גוטע זאך קען שוין ארויסקומען פון אזא צודרייטע משוגעת געזעץ, מער ווי אז אייזבערג אויף די אנדערע פלאנעט׳ן זאלן זיך נישט צולאזן פון גלאבעל ווארעמינג צוליב קליימעט טשעינזש, וואס איז א ריזאלט פון מיינע סעלצער באטלעך?

למעשה איז אין א תפיסה אין קענטאקי א טאג צוויי צוריק פארגעקומען א אנטלויף פארזיך, ווי צוויי רעסטעראנטן.. וואטעווער, האבן זיך אויסבאהאלטן און די מיסט קאסטענעס פונעם טורמע, מיטן חשבון אז ווען מ׳וועט ארויסטראגן די גארבידזש וועט מען זיי אויך מיטנעמען..

מה עשה הקב״ה, ווען זיי האבן ארויסגעטאנצן פון די גראבידזש קאנעס האבן זיי געמאכט א שטיקעלע גרידער וואס האט געצויגן די אויפמערקזאמקייט פאר איינע פון די וועכטער, ער האט תיכף רעקיגנייזט אז דאס זענען צוויי שטיקלעך מיסט וואס מיזן זאפארט ווערן ריסייקלט, מ׳האט זיי טאקע געפאקט און שיינערהייט ווידער ריסייקלט צום טורמע.

א קליפ פונעם אנטלויף פריוו.
https://www.dropbox.com/s/1zgwagrzidge7 ... 8.mp4?dl=0
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאץ קשיא »

דיין לאנגע דרשה און דיסקריפציע איז סאך לענגער אין מער ווערד געווען צו ליינען ווי דאס עצם זעהן די קליפ :P
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

קלאץ קשא האט געשריבן:דיין לאנגע דרשה און דיסקריפציע איז סאך לענגער אין מער ווערד געווען צו ליינען ווי דאס עצם זעהן די קליפ :P

יא יא, דאס געוואלט זאגן ביי די טרעילער מאנסע, א זאפטיגס פון טשבאדעלע מיט א קליפ צו די זייט איז גאר גוט, אפי' ס'נישט האנדערט פראצענט אמת.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א מינוט פון עקשין האט זיך אפגעשפילט אין א געריכט זאל אין ארגען, ווי א פארברעכער בשעת׳ן זיצן ביי זיין אייגן פראצעס האט באשלאסן אביסל אויפציהייטערן דעמוילעם אין זאל. ער האט פליצלונג זיך צוגעשארט צום פאליציי אפעציר וואס איז געזעצן הארט נאך זיין לויער, און פראבירט צו גנב׳נען זיין ביקס!

וואס ער האט דערמיט געוואלט טאן איז נישט באקאנט, און איז אייגענטליך נישט קיין נפקה מינה. ער איז תיכף אראפגעהאלטן געווארן און ס׳ערווארט אים א פרישע טשאנס צו זיצן נעבן עימעצן מיט א ביקס.

נשים אלערט
לעצט פארראכטן דורך אלי' מקוה יוד אום זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אורזאך: נישט ערלויבט צו שטעלן קיין ווידיאוס מיט נשים דערויף
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:און ס׳ערווארט אים א פרישע טשאנס צו זיצן נעבן עימעצן מיט א ביקס.


נשים אלערט
;l;p-
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

שערכוח פאר דיינע שטענדיגע באריכטן מיטן שמייכעל אין די זייט,

מזעהט נישט דעם פנים פונעם אפיציר וואס זיצט אויף די רעכטע זייט פונעם חברה'מאן, סקוקט אבער אויס ווי ער האט שוין געהאלטן א אויג אויף אים צוליב זיינע מאוומענטס אהער און אהין, קוקט אויס ווי דער אפיציר איז געווען גרייט פאר עפעס, ער שטעלט זיך אויף אין א סקונדע
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

שווער צו זעהן צי ער האט טאקע געוואלט גנב'ענען זיין ביקס אדער סיי וואס עפעס אנדערשט טוהן, אבער ס'איז קיין נפק"מ.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

קניידל פארעם האט געשריבן:שווער צו זעהן צי ער האט טאקע געוואלט גנב'ענען זיין ביקס אדער סיי וואס עפעס אנדערשט טוהן, אבער ס'איז קיין נפק"מ.


געוויס האט ער'ם נאר געוואלט געבען א קיצעל אין די זייט, אבער די פאליס איז זייער סענסעטיוו ווען מ'וויל זיי קיצלען.....
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4832
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

הכל הבל האט געשריבן:די סטעיט טעקסאס האט די די וואך געהאט זייער סאמע ערשטע פארהער פארנט פון א דיסטריקט ריכטער צו באהאנדלען א קלאגע אקעגן די עקזיסטירנדע העלט קעיר געזעץ
אנדערש ווי געווענליך ווען א סטעיט קלאגט די פעדעראלע רעגירונג טוט די יוסטיץ דעפארטמענט דאסמאל נעמען די זייט פון די סטעיט, הגם בלויז טיילווייז
ווען קאנגרעס האט דורכגעפירט די טעקס רעפארם פעקל האבן זיי אריינגערוקט א סעיף וועלכע רוקט אראפ די שטראף פארן נישט קויפן אינשורענס צו 0
טעכניש פארלאנגט די געזעץ ווייטער צו פארמאגן אינשורענס (און דאס צוריקצודרייען פאדערט זיך 60 סענאטארן) אבער די שטראף איז 0 דאלער און 0 צענט
די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז די מאנדאט איז אויסגעהאלטן צוליב וואס עס איז א שטייער וועלכע די רעגירונג קען באצווינגען בירגער צו צאלן
באזירט אויף דעם האט קאנגרעס געקענט עלימינירן די שטראף אלץ א שטייער רעדוקציע
אצינד קומט די סטעיט טעקסאס און קלאגט די רעגירונג אז אין ליכט פון דעם אז קיין שטייער איז מער נישטא צופאלט די גאנצע לעגאליטעט פון די מאנדאט זינט די געריכט האט אנערקענט אז מען קען נישט פארלאנגן צו קויפן קיין אינשורענס און אבאמאקעיר האט בלויז געזאגט אז די דארפסט צאלן א שטייער אויב דו האסט נישט קיין אינשורענס
אצינד אז די שטייער איז נישט דא דארף מען אראפנעמען די פארלאנג פון די ביכער
די סטעיט אף טעקסאס גייט נאך ווייטער און זאגן אז צוליב וואס די מאנדאט איז א גאר וויכטיגע טייל פונעם ברייטערן געזעץ און געבויעט אויף די חשבון אז מער מענטשן קויפן אינשורענס האט ען פארלאנגט צו דעקן פרי עקזיסטינג אומשטענדן און נאך, דעריבער אז די מאנדאט פאלט אוועק זאל די גאנצע געזעץ ווערן ארויסגעווארפן
דא קומט די יוסטיץ דעפארטמענט און טיילט זיך פון די סטעיט
די רעגירונג שטימט איין מען זאל עלימינירן די מאנדאט אבער לאזן די איבריגע טיילן פונעם ביל
די געריכט האט ערלויבט א גרופע אטוירני דזשענעראלס פון אנדערע סטעיטס צו דינען אלץ פארטיידיגער פונעם געזעץ אנשטאט די פעדעראלע רעגירונג


פארזעצונג קומט


Wow הבל!
;l;p- ;l;p-

און אמת'ן באלאנגט דאס ביי נייעס פון געריכטן (פארדעם נישט באמערקט ביז יעצט...)
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

א שרעקליכער טראגעדיע האט היינט פאסירט אין א שטעטל מיטן נאמען פאדזשהאב... (עפעס אזוי) אינדיע, ווי א גרופע פארזאמלטע מענטשן האבן געפייערט ״דאססעהרא״... (סאחעלעק..), ווען פליצלונג איז א שנעל פארענדע באן וואס איז דארט אדורך געפלויגן אריינגעשמיסן מיטן פולן אימפעקט צווישן די פארזאמלטע ביים צערעמאניע וואס איז פארגעקומען צופיסנס פון די באן שינעס, אומברענגענדיג איבער 100 מענטשן!

ווי ס׳ווייזט אויס האבן די מענטשן געווען צו פארנומען און פאר׳דביקות׳ט אונעם פארברענג, די הויעכע גרידער וואס די פייערווארק׳ס האבן ארויסגעגעבן האט אפגעהאלטן די מענטשן פון הערן די פייף פונעם אנקומענדער באן, וואס האט זיך געענדיגט מיט אזא טראגעדיע.

#ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

א קליפ פונעם טראגעדיע
הירא ורך הלבב ילך...
דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

קוקט אויס ווי די מענטשען זענען געשטאנען אוף די טרעקס אין נישט די באן איז אראפ פון די שינעס .
בינעך גערעכט?
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

maybeeynot האט געשריבן:קוקט אויס ווי די מענטשען זענען געשטאנען אוף די טרעקס אין נישט די באן איז אראפ פון די שינעס .
בינעך גערעכט?

ריכטיג
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איש האשכולות האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:קוקט אויס ווי די מענטשען זענען געשטאנען אוף די טרעקס אין נישט די באן איז אראפ פון די שינעס .
בינעך גערעכט?

ריכטיג

ווי שרייב איך אז ס׳האט דירעילד?
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”