טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

די אשכול עפן איך צו מעלדן יעדן טאג אלע נייעס אידישע און וועלטליכע אין קורצן ס'וועט זיין אפדעיטעד א יעדן טאג אפאר מאל
יעדער קען שרייבן דא אבער ביטע "נאר נייעס"

איך היייב עס יעצט אן

א 16 יעריגע בחור'ל פון בני ברק איז פאר אפאר שעה צוריק נעבעך אויף קיינעם געזאגט אראפגעפאלן פון א פארטש 2 שטאק הויעך ווען די געיט פון די פארטש האט זיך איבערגעבראכן אין די צייט ווען ער האט זיך אנגעליינט דערויף און מ'האט אים געדארפט אריין טראגן אין שפיטאל מיט ערענסטע וואונדן.

תלאביב: רבנים האבן יעצט אונטערגענומען א גרויסן קאמפיין אקעגן די פלענער פון די מדינה פון אויסהאקן א גאנצע בית החיים און דאס מאכן פאר א גרויסע פארקינג לאט פאר באסעס.

JetBlue airlines האבן אנגעהויבן צו בעטן געלט פאר א קישן און דאכענע די פרייז איז זיבן דאללער פאר 2 שעה (ווי מ'קען מאכן א דאללער איז ער דארט...)
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

א 60 יעריגע איד אין ירושלים האט פרובירט צו באגיין זעלבסטמארד אויפהענגענדיג זיך אויף א בוים און מ'האט אים באמערקט אין צייט און הצלה האט אים פרובירט צו ראטעווען מיט CPR אבער ליידער איז שוין געוועהן צו שפעט

מטאנטעסעלא: א גרופע פון גנבים זענען געכאפט געווארן וועלענדיג גנבענען קופערנע פייפס פון א אידישע בעה"ב (קול מבשר בולעטין)

א פייפ האט געפלאצט נעכטן אין מחנה רעים און ס'האט איבער געלאזט געדעמעטשטע זאכן און רחמנא לצלן חרוב געמאכט ספרים אין ווערד פון איבער 1000 דאללער
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איין טויזענט?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

א צודרייטער אין פלארידע האט אנגערופן די פאליציי אז א ביטערע אומגליק האט אים פאסירט, ער האט געקויפט א נארהאפטיגן פרישטאג ביי דאבוועי און ס'האט נישט קיין סאוס (אפשר האט די פאליציי סאוס... ווער וויסט...)

א 20 יעריגע בחור איז שווער פארוואונדעט געווארן דורך דריי ערלים און איז געווארן אפגעפירט אין שפיטאל מיט וואונדן

די איינציגסטע אידישע בוטשער אין oakland האט אפגעברענט און ארויס פון באנוץ
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

באפעלאו: נעכטן איז א קאר מיט אידן פון טאראנטא וואס זענען געוועהן אויפן וועג אהיים פון די באבובע יארצייט שבת אין בארא פארק און אינמיטן וועג אויפן טראוועי (נעבן באפעלאו) האט זיך די קאר לא עלינו איבערגעדרייט "4" מאל [ויש גורסים נאר 3 מאל]און ס'איז געוועהן אינעם קאר 2 יונגעלייט און א פרוי און א מיידל און 2 חברה האט מען געדארפט אפפירן אין שפיטאל מיט א העליקאפטער און זיי אלע ב"ה געפונען דיך יעצט אין א גוטע צושטאנד אינדרויסן פון שפיטאל.

ירושלים: ס'איז אנדעקט געווארן א SEAL פון תקופת מלך צדקיהו פון בערך 2600 יאר צוריק אין די צייטן פון ירמי' הנביא און פון די חורבן די SEAL האט די נאמען פון גדלי' בן פשר וואס איז געוועהן א מיניסטער ביים קעניג אין יענע צייטן.
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

א פרוי אין פאקיסטאן וואס איז אויף די ליסט ביי די FBI אלץ א טעראריסט איז ארעסטירט געווארן

(ר' איד, איר האט א גוט אינטערסאנט שטיקל נייעס ? דאן שעמט אייך נישט און שיקט דאס דא אריין און זייט מחיה אנדערע מענטשן. יישר כח למפרע.)
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח שמיי דריי (זעלבסטמארד נייעס לאז פאר די בני ישמעאל, א דאנק)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שכויח שמיי דריי פאר די איינפאל. ביטע שרייב מקורות.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

כ'וועל פרובירן פון איצערט און להבא צו שרייבן מקורות
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח שמיי דריי פאר די איידיע און די נייעס, איך וועל אויך פראבירן צוצילייגן א האנט דערצו.
*

פיטערסאן ניו ג'ערזי - דעיזי וועלדיוויע וויל פארשטיין ווי איז מעגליך אז גנבים האבן ביי איר גע'לקח'נט איר סווימינג פול אן איבערלאזן די מינדעסטע שפירן און אן אראפלאזן א טראפן וואסער.

וועלדיוויע האט זיך אויפגעוועקט נעכטן אינדערפרי זעהענדיג אז זייער גאנצער 10 פוסיגער רינדעכיגע סווימינג פול איז נעלם געווארן און עס איז נישטא קיין זכר דערפון. זי טענה'ט אז דער גנב האט דאס געמוזט נעמען צווישן איינסע אויפדערנאכט ווען איר מאן איז געגאנגען שלאפן און פינעווע פארטאגס ווען זי איז אויפגעשטאנען.

זי קען נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן דאס געקעננט אזוי שנעל מאכן, "ווי קען דאס זיין אז עס איז גארנישט ארויסגערינען פון די וואסער?" פרעגט זי פונעם בערגן קאונטי רעקארד.

זי זאגט אז אז זי איז סופרייזד אז זיי האבן גענומען דער סווימינג פול בעת זי האט געהאט דארט טישן און בענקלעך, צוויי גריל'ס און נאך זאכן.

וועלדיוויע וויל בעיקר וויסן וואס זיי האבן געטוען מיט אזויפיל וואסער...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

וואודריטש: א סקול באס האט זיך איבערגעדרייט (אידן?)

א גאלף סקול הטא ארויסגעווארפן די פאלאטישאן טשוליאני'ס זוהן פון די קלאס טשוליאני זאגט אז זיין זוהן קען זייער גוט שפילן און מ'האט אים נאר ארויסגעווארפן אלץ פאליטיק אדער אנדערע אום פארשטענדליכע סיבות און ער קלאגט זיי אן מיט אפאר מיליאן דאללער ווייל מיטן ארויווארפן האבן זיי אים אפגעהארגעט אויף אייביג צו קענען ווערן א גרויסע שפילער (גיי פארשטיי א גוי'ס קאפ...)

טשיינע: א 6.2 ערדציטערניש איז פארגעקומען אין טשיינע אויף די זעלבע פלאץ וואס ס'איז פארגעקומען פאריאר

עגיפטאן פאליציי האט געטראפן אכט טונעלן ווי שמוגלערס שמוגלען אריין אומלעגאלע זאכן פון עגיפטאן צו גאזא

דעלטע האט אנגעהויבן אפפערן WI FI אין פלעין (מן הסתם פאר געלט)

ב"ה די באשעפער העלפט און געז פאלט היינט איז עס געפאלן מיט נאך 1.53 דאללער און עס האלט יעצט ביי 119.88

א גאלדען פלאו טראק אנגעפילט מיט מילך האט זיך היינט איבערגעדרייט מיטן קאפ אראפ און ב"ה ס'איז נישט דא קיין געשעדיגטע (און וואס טוט זיך מיט די מילך...)

די מקורות פון די אלע נייעס איז טעקסט מעסעטשעס וואס איך באקום פון גרופעס ווי איך בין אויפגעסיינט

כ'האב געוורלט זאגן דא אז אסאך מאל "פאררעכט" איך א תגובה און איך שרייב צו נאך א שטיקל נייעס (אזוי ווי יעצט) ווייל ווען איך האב נאר איין נייעס לייג איך עס צו צו די אלטע און איך מאך נישט קיין פרישע תגובה
לעצט פארראכטן דורך שמיי_דריי אום דינסטאג אוגוסט 05, 2008 11:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א חתימה ברויך מען האבן ?
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

יישר כח שמיי דרייי פאר די נייע נייעס אפטיילונג ווי יעדער וועט האבן פרייע ציטריט צו די זשורנאליזם אפטיילונג, יעדער וועט זיין אן אייגענע זשורנאליסט און שרייבן די נייעס איך גראטוליר דיך פאר דעם צלח רכב, וגם אני אצטרף בל"נ בכתיבה
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גאנץ קענט עוועניו אין וויליאמסבורג איז היינט נאכמיטאג געוווען אפגעשפארט ווען א עקסידענט האט פריער פאסירט אויף קענט עוועניו קארנער קיעפ סט. ווען א מאטאר-סייקעליסט האט געוואלט אויסקראסן א גרויסן טרעילער פון וואס ער געכאפט א שנעלק פונעם טרעילער און איז ארויפגעפלויגן אויפן דיוויידער צווישן די צוויי זייטן פון די ראוד און געכאפט א זעץ פונעם לייט פאול.

הצלה איז אנגעקומען אין איילעניש אבער דער גוי איז גלייך געשטארבן אויפן פלאץ.

מתסקים און חסד של אמת זענען נישט אריינגערופן געווארן, צוליב די פאקט אז ער איז א פאלנער גוי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

צייטליך כ'האב אין ערגעץ נישט געזעהן אד דער דרייווער איז טויט יעדער שרייבט נאר פארוואונדעט

בני ברק: אפ אליציי אפיציר האט געצווינגען א איד אום שבת קודש אונטער צו שרייבן א טיקעט וואס ער האט באקומען צוליב ווואקן טאיף א פלאץ וואס איז נישט ערלויבט (אין די זייט פון א הייוועי) און טראץ דער איד האט געשריגן חי וקים איך טאר נישט שרייבן אום שבת אבער ס'האט געהאלפן א רעטעך

בני ברק: א 6 יעריג קינד איז אראפ געקלאפט געווארן אין איז אין שפיטאל מיט ערענסטע וואונדן דער עולם ווערט געבעטן צו זאגן תהילם פאר ישראל בן חנה מלכה לרפואה שלמה בקרוב בתושח"י.

וואודריטש: א ערל איז אריינגעקומען אין א אידיש געשעפט מיט א מעסער און געמאכט א האלד אפ סטראשענדיג מיטן לעבן רחמ"ל פארלאנגענדיג דערבייי זיין גאנצע געלט סיי פונעם טאש און סיי פונעם סטאר

מאנטעסעלאו: א איד איז אראפ געפאלן פון זיין גאלף קאר אין קראסנס קעמפ אבער ב"ה ער איז אפגעקומען מיט לייכטע וואונדן

בארא פארק: א באנק רויבעריי איז פארגעקומען אויף 11TH עוועניו און 65TH סטריט ביי די קעפיטאל וואן באנק און פאליציי רופן עס אן א לעוועל 1 רויבעריי, די רויבער איז נישט צום געפונען און איז נעלם פונעם האריזאנט.

40 מיליאן קרעדיט קארדס זענען געהעקט געווארן און ארויגערויבט געווארן וויפיל געלט מ'האט נאר געקענט נעמען יעדע קרעדיט קארד מיט זיין קרעדיט לימיט (גיט א קוק צו אייערס איז נאך גאנץ... ניין דו גולם נישט אין טאש האב איך געמיינט, כ'האב געמיינט צו זאגן אויף דיין ביל... [דא לאכט מען...]) און 11 מענטשן זענען ארעסטירט געווארן בשייכות דעי גניבה.

אסאך כוללים אין ארץ ישראל וועלן נישט צוריק עפענן זייערע טויערן נאך די אב בין הזמנים (כמנהג ליטא) נאר ערשט נאך סוכות וויבאלד ס'איז נישט דא גענוג געלט אין די מוסדות אויס צו טיילן און די יונגעלייט ווייסן זיך נישט קיין עצה צו געבן פון ווי ועלן זיי לעבן (וואס הייסט פון ווי??? פון ווי זיי לעבן אייביג פון די אמערקאנע אידן העט מען העכסטנס שנארן פאר נאך א חודש...)

מאה שערים: ממש יעצט איז געוועהן א לעקטעריק אויפרייס פון אונטער די ערד אין מאה שערים און פאראורזאכט קורצשלוסן אין די געגענט א בחור פון מיר ישיבה איז פונקט געשטאנען דארט א מינוט פארן אויפרייס און איז אוועקגעגאנגען א סעקונדע בעפאר און זיך אזוי געראטעוועט.

איך האף אז איר האט הנאה פון די נייעס. (דאס איז נישט קיין חלק פון די נייעס...)
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שמיי_דריי האט געשריבן:א צודרייטער אין פלארידע האט אנגערופן די פאליציי אז א ביטערע אומגליק האט אים פאסירט, ער האט געקויפט א נארהאפטיגן פרישטאג ביי דאבוועי און ס'האט נישט קיין סאוס (אפשר האט די פאליציי סאוס... ווער וויסט...)

א 20 יעריגע בחור איז שווער פארוואונדעט געווארן דורך דריי ערלים און איז געווארן אפגעפירט אין שפיטאל מיט וואונדן

די איינציגסטע אידישע בוטשער אין oakland האט אפגעברענט און ארויס פון באנוץ

דא קען מען הערן אלע 3 עמערדזשענסי 911 רופן צוליב די אומפארענדיגטע סענדוויטש:
http://www.thesmokinggun.com/graphics/s ... ndwich.mp3
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

שמיי דריי, איך גלייך זייער דיינע נייעסער, און נאכמער די הגהות.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

וויליאמסבורג: נעכטן אויף דערנאכט ארום 2:00 2:30 העט א פייער אויסגעבראכן אויף 108 סקילמאן אויפן פערטען שטאק די יונגערמאן וואס האט אריין גערופן די פייער לעשער איז געוועהן געטרעפט דארט אן א וועג ארויס און ער האט גערופן די אידישע הצלה זאל זעהן אים אינדרויסן ווי שנעלער און בחסדי השם אז ער געראטעוועט געווארן און מ'איז אפגעקומען בלויז מיט געלט שאדן.

א גוי וואס ארבייט שוין 6 יאר פאר א היימישע ישיבה אין מאנסי (נועם אלימלך) איז היינט אינדערפרי ווען די בחורי חמד זענען געקומען פארטאגס אין ישיבה לערנען האבן זיי אים געפינען טויט אויפן פארקינג לאט פון די ישיבה [גירסא אחרת: ער האט געהאנגן אויף א בוים] נאך א גרונטליכע אויספארשונג פון די פאליציי האבן זיי באשטעטיגט אז ער איז באגאנגען זעלבסטמארד (ער האט דעסיידעד שוין גענוג געוועהן...)

ירושלים: א בעביסיטער האט געקידנעפט א קינד פון די עלטערן און נישט געהאלטן ביים צוריקגעבן ווילאנג זיי באצאלן נישט די גאנצע סכום וואס זיי זענען שולדיג אבער ב"ה די קינד איז צוריק (הערסט א מעשה??? ווען מצאלט נישט ווערט עס דיינס???)

א "טויטע מענטש האט זיך אויפגעוועקט הארט בעפאר מאכן א AUTOPSY אויף אים און ער האט געבעטן פאר וואסער (נישט צום גלייבן... תחית המתים היינטיגע צייטן)
א חתימה ברויך מען האבן ?
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

שמיי דריי, דיינע מעשיות זענען ווערט געלייענט צו ווערן.

יישר כוח.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

עלענוויל: אין סקווירא מיידל קעמפ איז א שפיגל אראפגעפאלען אויף א מיידל'ס פיס און ס'האט איר איבערגעלאזט אסאך וואונדן און זי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט א העליקאפטער ווי זי געפונט זיך יעצט אין א גוטן צושטאנד.

א 80 יעריגע פרוי פון לאנג איילענד האט היינט באקומען איר מעסטער דעגרי פאר עפעס א פאך (ס'האט איר טאקע גענומען היבש לאנג אבער צום סוף האט זי עס געמאכט...)
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

עני ניוס?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

א נייע ארגענעזאציע האט זיך געעפענט אין אוקריינע פאר די מענטשן וואס שמאכטן אין תפיסה אז מ'זאל זיי מעגן באזוכן און ברענגן עסן און טרונקן און מעגן גיין באזוכן

נעכטן זענען געשטאנען אסאך מענטשן גרייט ארויפצוגיין אויף א דעלטע טשעט פון לאס וועגעס צו JFK אבער די לעצטע מינוט האט זיך עס גענומען ברענען און שטעלט אייך פאר ווען ס'הייבט אן צו ברענען ווען זיי זענען שוין אויבן...

אויטראליע: א גרויסע אידישע אפיס פון עסקנים איז די נאכט בארויבט געווארן און מ'האט געגאנבעט קאמפיוטערס און אנדערע טייערע מאשינען און קליידער און (פארשטייט זיך אליינס) געלט און פאליציי זאגן אז ס'איז זיכער געוועהן א אנטיסעמיטיקע גנב און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט ווען מ'האט אלעס געטראפן ביי א אנטיסעמיט אינדערהיים און מ'האט עס צוריק געגבען און ער אי ארעסטירט

ירושלים: היינט איז ירושלים געוועהן אויף רעדער ווען א טראקטאר איז ארויף געפארן אויף די סיידוואלק און די מענטשן האבן געמיינט אז ס'קומט שוין נאכאמאל אזוינס אבער ווי ס'האט זיך ארויס געשטעלט איז ער געוועהן א אומערפרענע דרייווער און איז בטעות אראפגעפארן פון די ראוד

מאנטעסעלאו: א גנב האט זיך ארינגעכאפט אין א קבאנגעלוי קאלעני און ער האט זיך אריינגעבראכן אין באנגעלויס רעכטס און לינקס (ווי שווער איזעס שוין...) ביז די נאכט וועכטער האט אים געכאפט און אים אנגעהאלטן ער זאל נישט קענען אנטלויפן און ער האט גערופן די פאליציי אבער ביז זיי זענען אנגעקומען האט ער שוין געהאט אנטלאפן און פאליצצי זוכן אים יעצט

וויליאמסבורג: שומרים איז גערופן געווארן צו 75 ווילסאן סטריט אז די גוים פון די פראטשעקטס ווארפן אראפ אייער און שטיינער שוין פאר די לעצטע 2 שעה אויף דורך גייענדיגע אידן

יאפאן: איינע פון די בחורים'ס מאמעס זענען יעצט אין יאפאן פאר דריי וואכן ווי זי קען יעדן טאג זעהן און רעדן צו איז זוהן פאר א האלבע שעה און לויט א שמועה וואס כ'ווייס נישט אויס ס'אמת גייט היינט זיין א הירינג פאר איינע פון די דריי בחורים און די לויערס זאגן אז ער האט גוטע טשענסעס

קאר אינשורענס, איך פרוביר צו לייגן וויפיל איך קען און ווען איך האב צייט
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

א ריזיגע שקויעך איי רילי עפרישיעיד
שמחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחי »

ברשות שמיי דריי
חיפה: א קליין פליגר (פייפער) מיט 6 פאסענג'ערס וואס איז געקומן פון קפריסין איז אריין געפלויגן אין א בנין ווען ער האט געדארפט לאנדן.
3 זענען געשטארבן און 3 פארוואנדערט.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

עס קומט זייער גוטע נייעס פון קענעדע,
א איד פון מאנטריאל, א חסידישער אינגערמאן,
האט געוואונען א לאטערי אין די סכום פון-------------------------------------
דריי און צוואנציג מיליאן דאלאר..................
יא 23,000,000.00 $.
איין זאך איז זיכער, אז אידן וועלען הנאה האבן דערפון.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דער געווינער וועט זיכער הנאה האבן.
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”