טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נעם אין אכט
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נעם אין אכט » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:20 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח!

הערה בעלמא, ס'איז קראאטיע, נישט קראאציע

איך ווייס נישט פונקט וויאזוי מ'זאגט עס אויף אידיש, האבעך געשריבן קראאציע ווייל אזוי זאגט מען עס אין דויטש

אונז זעמער פערפעקטלי פיין מיט קראאציע וכל שום וכנוי דאית ליה…

א גרויסן שכח וואס דו און די אנדערע שטעלן דא צו!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:00 pm

פעדעראלע ריכטער אין אייאווע בלאקירט די סטעיט'ס מאסק מאנדאט פארבאט.

פריער אין יאר האבן ארטיגע געזעצגעבער אדורכגעפירט א געזעץ צו פארבאטן לאקאלע סקול דיסטריקטס פון איינשטעלן מאסק פארלאנגען פאר קינדער און איינגעשטעלטע אין סקול. פאריגע מאנאט האבן א גרופע עלטערן אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט, מיט די באשולדיגונג אז די פארבאט פארלעצט די רעכטן פון אומגעזונטע צו האבן צוטריט צו פובליק סקול און א גלייכע ערציאונג צו אנדערע קינדער.
די ארטיגער גאווערנאר, פרוי רעינאלדס (ר), האט פארשפראכן צו אפעלירן די אורטייל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:06 pm

עמעזאן וועט צאלן 18 דאללער א שטונדע

'עמעזאן' האט היינט געמאלדן אז זי וועט הייבן די דורכשניטלכע אנהויב געהאלט פאר איינגעשטעלטע צו 18 דאללער א שעה, ווי אויך וועט די פירמע אויפנעמען פרישע 125,000 ארבעטער דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן. די פרישע זשאבס וועלן זיין קאנצעטרירט אין מערסטענסטייל אין די פאלפילמענט און טראנספארטעישאן פליגלען פון די פירמע, און קומט נאכדעם וואס עמעזאן האט פריער אין יאר געמאלדן פרישע 40,000 טעקנאלאזשי און קארפארעיט ארבעטס פאזיציעס.

אין טייל געגענטער איז דא א מעגליכקייט צו באקומען אזויפיל ווי א 3,000 באונוס ביים ווערן אויפגענומען דורך די פירמע.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:17 pm

סענאטארן פארדאמען פראטעסט אינדרויסן פון ריכטער קעוונאו'ס הויז.

די ליבעראלע ארגענזאציע 'ShutDownDC' האט נעכטן נאכט ארגענאזירט א פראטעסט אינדרויסן פון די הויז פון סופרים קאורט ריכטער ברעט קעווענאו אין מערילענד, אין רעאקציע צו דעם וואס די געריכט האט פריער אין מאנאט זיך אנטזאגט צו בלאקירן א טעקסאס אנטי-רציחה געזעץ.
אין רעאקציע צום פראטעסט האט מען געהערט פון סענאטאר ריטשארד דורבין (ד) -פארזיצער פון די סענאט יורידישע קאמיטע- 'דאס אריינמישן די היים אדער פאמיליע פון סיי וועלכע פובליק פיגור אין די פאליטישע אמפערייען, איז אומאקצעפטירבאר'. אויך האט מען געהערט פון סענאטאר טשאק גרעסלי (ר) -העכסטראנגיגע רעפובליקאנער אויף די יורידישע קאמיטע- 'דעי פראטעסט זעהט אויס ווי נאך א אפענע פראוו צו אפשרעקן די געריכט סיסטעם און סיי ווער עס גייט נישט אין שפאן מיט זייער ראדיקאלע אגענדא'.
אויך פון סענאטאר פעטריק לעיהי (ד) האט זיך געלאזט הערן: 'דו קענסט זאגן דיין מיינונג אויף אונז ביי די שטים בודקע אדער קענסטו אונז שרייבן א בריוו, אבער דאס אפשרעקן די פאמיליע -אדער סיי וואס ענליך דערצו- איז נישט ריכטיג'.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:26 pm

אייסיס שטיצער פאראורטיילט צו 20 יאר אין טורמע.

דעמאן זשאוסעף איז א 23 יעריגער פון אהייאו וואס האט אין 2018 ארויסגעשטעלט מעסעזשעס אויף סאציאלע מידיע אין שטיצע פון די טרויעריג בארימטע 'אייסיס' טעראר גרופע. אין די נאכפאלגענדע וואכן און מאנאטן האט ער קאמיוניקירט מיט באהאלטענע עף.בי.איי. אגענטן, ווי ער האט קלארגעשטעלט און ווידערהאלט זיין שטיצע פאר די טעראר גרופע. נאך עטליכע וואכן האט ער זאגאר אויסגעדרוקט זיין ווילן פערזענליך אנטיילצונעמען אין אטאקעס אין נאמען פון די גרופע. צווישן זיינע מערערע צילן איז געווען א ארטיגע לאקאלע שול און איר רב, אויף אזוי ווייט אז ער האט שוין געהאט איבערגעגעבן פאר די אגענטן די גענוי דעטאלן פון וועלכע שול און איר אדרעס.
אין דעצעמבער 2018 איז זשאוסעף ענדגילטיג ארעסטירט געווארן, און פריער אין יאר האט ער זיך דערקלערט שולדיג אויף פארשידענע פעדעראלע טעראר קלאגעס. היינט איז פאראורטיילט געווארן צו 20 יאר אין טורמע, און לעבענסלענגליכע 'סופערווייזד ריליעס'.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 9:23 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עמעזאן וועט צאלן 18 דאללער א שטונדע

'עמעזאן' האט היינט געמאלדן אז זי וועט הייבן די דורכשניטלכע אנהויב געהאלט פאר איינגעשטעלטע צו 18 דאללער א שעה, ווי אויך וועט די פירמע אויפנעמען פרישע 125,000 ארבעטער דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן. די פרישע זשאבס וועלן זיין קאנצעטרירט אין מערסטענסטייל אין די פאלפילמענט און טראנספארטעישאן פליגלען פון די פירמע, און קומט נאכדעם וואס עמעזאן האט פריער אין יאר געמאלדן פרישע 40,000 טעקנאלאזשי און קארפארעיט ארבעטס פאזיציעס.

אין טייל געגענטער איז דא א מעגליכקייט צו באקומען אזויפיל ווי א 3,000 באונוס ביים ווערן אויפגענומען דורך די פירמע.

וואס איז זייער ביז איצטיגע געהאלט?
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: אינעם ווארט זאל
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:00 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עמעזאן וועט צאלן 18 דאללער א שטונדע

'עמעזאן' האט היינט געמאלדן אז זי וועט הייבן די דורכשניטלכע אנהויב געהאלט פאר איינגעשטעלטע צו 18 דאללער א שעה, ווי אויך וועט די פירמע אויפנעמען פרישע 125,000 ארבעטער דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן. די פרישע זשאבס וועלן זיין קאנצעטרירט אין מערסטענסטייל אין די פאלפילמענט און טראנספארטעישאן פליגלען פון די פירמע, און קומט נאכדעם וואס עמעזאן האט פריער אין יאר געמאלדן פרישע 40,000 טעקנאלאזשי און קארפארעיט ארבעטס פאזיציעס.

אין טייל געגענטער איז דא א מעגליכקייט צו באקומען אזויפיל ווי א 3,000 באונוס ביים ווערן אויפגענומען דורך די פירמע.

וואס איז זייער ביז איצטיגע געהאלט?

15

די געהאלט העכערונג איז פאר די שוואכסט באצאלטע ארבעטער, רוב באקומען מער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:10 am

צפון קארעא ארויסגעשאסן נאך 2 באליסטישע מיסילס אין ריכטונג פון די יאפאנעזער מזרח וואסערן, אין צוגאב צו די ארויסגעשאסענע אנפאנג וואך
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

נעם אין אכט
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נעם אין אכט » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:12 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:צפון קארעא ארויסגעשאסן נאך 2 באליסטישע מיסילס אין ריכטונג פון די יאפאנעזער מזרח וואסערן, אין צוגאב צו די ארויסגעשאסענע אנפאנג וואך

עמער זען צי ביידען האט אויך א רויטן באטן…

גראדע מיינעך אז ביידען האט אוועק גענומען די דייעט קאוק באטן…

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2021 5:48 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:ספעשל קאוינסיל דזשאן דורהעם, וואס איז געשטעלט געווארן איבערצוקוקן די פארפוילטע ראשע קאלוזשען און די נאכפאלגענדע קארופטירטע מוללער אינוועסטיגעשן, איז ערווארטעט פארצושטעלן זיין קעיס פארנט פון א גרענד דזשורי אין די קומענ'דיגע וואכן, ווי עס איז ערווארטעט אז ער וועט אנקלאגן נידריג ראנגיגע איינגעשטעלטע אין די FBI, און אנדערע וואס זענען נישט אין גאווערמענט. א פולע רעפארט איז ערווארטעט ארויסצוקומען ענדע זוממער.

גרענד זשורי היינט באשטעטיגט צו אנקלאגן מייקל סאסמאן -א אדוואקאט ביי די 'פערקינס קאוי' געזעץ פירמע- אויף ליגענט זאגן פאר עף.בי.איי. אגענטן אנהויב פון די טראמפ-רוסלאנד קאלוזשען אויספארשונג.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2021 7:50 pm

געריכט: פאלעסטינער פראטעסטן קענען ווייטער אנגיין.

פאלעסטינער אקטיוויסטן אין מישיגען האלטן אפ יעדע שבת א וועכענטליכע פראטעסט קעגן מדנ"י אינדרויסן פון א לאקאלע שול, די פראטעסטן ווערן אפגעהאלטן וועכענטליך שוין זינט יאר 2003. א גרופע פון די ארטיגע מעמבער'ס האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט אין א פראוו אפצושטעלן די פראטעסטן, מיט די באשולדיגונג אז די פראטעסטן שטערן די דאווענען און ברענגן אן גייסטישע קאשמארן פאר עטליכע מיטגלידער וואס זענען קריגס איבערלעבער.
מיטוואך האט די פעדעראלע 'זעקסטע קרייז אפעלאט געריכט' געאורטיילט אז די פאלעסטינער פראטעסטן קענען ווייטער אנגיין, צוליב וואס פראטעסטירן איז באשיצט אונטער די ערשטע אמענדמענט צו די פעדעראלע קאנסטיטוציע, און ווילאנג די מתפללים עקנען נישט אנצייגן אז די פראטעסטירער שטערן זיי פון אריינגיין אינעם שול קען מען זיי נישט צווינגען אוועקצוגיין פון דארט.

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:47 am

פּאריז – די פראנצויזישע רעגירונג האט נעכטן שבת ווייטער געבונטעוועט און פארפירט, מיט קריטיק קעגן אמעריקע, ענגלאנד און אויסטראליע, איבער א נייע אפּמאך צווישן די דריי לענדער, זייענדיג ברוגז פארוואס מען האט זיי אויסגעשלאסן.

די רעדע איז פונעם נייעם "אוקוס פּארטנערשיפּ" אפּמאך צווישן אמעריקע, ענגלאנד און אויסטראליע, וואו אויסטראליע וועט באקומען 8 פארגעשריטענע נוקלעארע סובמארינען צו העלפן אמעריקע שטעלן א קעגנערשאפט צו כינע אינעם פּאסיפיק אקעאן.

דער "אוקוס פּארטנערשיפּ" דיעל ווערט אויסגעלויבט דורך פּאליטישאנס פון אלע שטרעמונגען, אבער פראנקרייך ברויזט פארוואס מען האט זיי נישט אנגעשלאסן און פארוואס מען האט זיי בכלל געזאגט דערפון קורצליך בעפאר'ן עס אונטערשרייבן.

פראנקרייך ברויזט אויך ספּעציפיש ווייל דער דיעל צווישן אמעריקע און אויסטראליע באדייט, אז אויסטראליע האט געקענסלט אן אפּמאך מיט פראנקרייך אפּצוקויפן פון זיי צוועלף קלענערע סובמארינען, און יעצט איז דאס א פארלוסט פאר פראנקרייך.
love your hashem

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:48 am

אפגאניסטאן – דאס אמעריקאנער מיליטער האט פארלאפענעם פרייטאג מודה געווען אז זי האט געמאכט א טראגישן טעות מיט'ן באמבארדירן א ציווילע געגנט אין קאבול עטליכע וואכן צוריק. די רעדע איז פון א באמבארדירונג וואו צען ציווילע זענען אומגעקומען אום אוגוסט 29, וואס אמעריקע האט געהאט געזאגט אז די באמבארדירונג האט געצילט א קאר-באמבע פון דער אייסיס-קעי טעראר גרופּע.
love your hashem

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:48 am

קראונהייטס – די ניו יארק סיטי פּאליציי באאמטע האבן געזאגט אז זיי זוכן א פּארשוין וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין דורכפירן אן אנטיסעמיטישע האס פארברעכן. דער אינצידענט האט פּאסירט מיט מער ווי א וואך צוריק אין קראונהייטס, ווען א פּארשוין איז צוגעקומען צו א 46 יעריגן איד און געשריגן העסליכע אנטיסעמיטישע לאזונגען. דער פּארשוין האט דערנאך געשפּיגן דעם איד אין פּנים, בעפאר'ן הייבן פוס און אנטלויפן.
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (56.05 KiB) געזעהן 436 מאל
love your hashem

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:49 am

וואשינגטאן – די צוגרייטונגען זענען געווען מאסיוו און די ערווארטונגען זענען געווען גרויס, אבער ס'האט זיך אויסגעלאזט ווי א געפּלאצטע באלון. דער גרויסער ראלי נעכטן אין וואשינגטאן די-סי דורך שטיצער פון פּרעזידענט טראמפּ צו פארטיידיגן די יאנואר 6 קעפּיטאל איבערפאלער, האט זיך געענדיגט מיט א מאגערע באטייליגונג פון עטליכע הונדערט מענטשן. די מאסיווע אנוועזנהייט פון קעפּיטאל פּאליציי און פעדעראלע קרעפטן, אינאיינעם מיט זשורנאליסטן און קאנטער-פּראטעסטירער, איז געווען פיל מער.
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (72.76 KiB) געזעהן 435 מאל
love your hashem

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:50 am

לאנג איילענד – דער לאנג איילענד רעפּובליקאנער קאנגרעסמאן לי זעלדין האט אויפגעדעקט אז ער איז דיאגנאזירט געווארן מיט לוקימיע קענסער ל"ע, אבער ער איז שוין אויפ’ן וועג צו פולקאמע ערהוילונג נאך 9 מאנאטן פון באהאנדלונגען. קאנגרעסמאן זעלדין זאגט אז זיין געזונט צושטאנד איז הונדערט פּראצענטיג און ער גייט געהעריג אן מיט אלעם. די נייעס איבער זיין קענסער דיאגנאז האט געמאכט העדליינס וויבאלד ער לויפט פאר גאווערנאר און וועט זיין דער ווארשיינליכער רעפּובליקאנער נאמינירטער
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (55.13 KiB) געזעהן 434 מאל
love your hashem

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:51 am

וואשינגטאן – פּרעזידענט ביידען אינאיינעם מיט פירער פון יאפּאן, אינדיע און אויסטראליע, פּלאנירן צו ארבעטן צו בויען נייע סופּליי ליניעס פון די וויכטיגע קאמפּיוטער מייקרא-טשיפּס, צו לינדערן דעם גאר שווערן מאנגל וואס הערשט איבער דער וועלט. די לענדער וועלן ארבעטן אויף אוועקשטעלן נייע פאבריקן און פארשנעלערן אימפּארט און עקספּארט פון מייקרא-טשיפּס, וואס די מאנגל דערפון אפעקטירט די קאר אינדוסטריע און אויך אנדערע סעקטארן פון די טעכנאלאגיע אינדוסטריע.
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (65.41 KiB) געזעהן 432 מאל
love your hashem

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:52 am

מדינת ישראל האט געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט די לעצטע צוויי פון א גרופּע 6 פּאלעסטינער טעראריסטן וואס זענען אנטלאפן פון די גלבוע טורמע.
love your hashem

נעם אין אכט
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נעם אין אכט » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:18 am

.hershy האט געשריבן:פּאריז – די פראנצויזישע רעגירונג האט נעכטן שבת ווייטער געבונטעוועט און פארפירט, מיט קריטיק קעגן אמעריקע, ענגלאנד און אויסטראליע, איבער א נייע אפּמאך צווישן די דריי לענדער, זייענדיג ברוגז פארוואס מען האט זיי אויסגעשלאסן.

די רעדע איז פונעם נייעם "אוקוס פּארטנערשיפּ" אפּמאך צווישן אמעריקע, ענגלאנד און אויסטראליע, וואו אויסטראליע וועט באקומען 8 פארגעשריטענע נוקלעארע סובמארינען צו העלפן אמעריקע שטעלן א קעגנערשאפט צו כינע אינעם פּאסיפיק אקעאן.

דער "אוקוס פּארטנערשיפּ" דיעל ווערט אויסגעלויבט דורך פּאליטישאנס פון אלע שטרעמונגען, אבער פראנקרייך ברויזט פארוואס מען האט זיי נישט אנגעשלאסן און פארוואס מען האט זיי בכלל געזאגט דערפון קורצליך בעפאר'ן עס אונטערשרייבן.

פראנקרייך ברויזט אויך ספּעציפיש ווייל דער דיעל צווישן אמעריקע און אויסטראליע באדייט, אז אויסטראליע האט געקענסלט אן אפּמאך מיט פראנקרייך אפּצוקויפן פון זיי צוועלף קלענערע סובמארינען, און יעצט איז דאס א פארלוסט פאר פראנקרייך.

און פון גרויס בלאזעריי האבן זיי אהיים גערופן זייער אמבעסאדער צו אמעריקא און אויסטראליע

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:25 am

.hershy האט געשריבן:וואשינגטאן – פּרעזידענט ביידען אינאיינעם מיט פירער פון יאפּאן, אינדיע און אויסטראליע, פּלאנירן צו ארבעטן צו בויען נייע סופּליי ליניעס פון די וויכטיגע קאמפּיוטער מייקרא-טשיפּס, צו לינדערן דעם גאר שווערן מאנגל וואס הערשט איבער דער וועלט. די לענדער וועלן ארבעטן אויף אוועקשטעלן נייע פאבריקן און פארשנעלערן אימפּארט און עקספּארט פון מייקרא-טשיפּס, וואס די מאנגל דערפון אפעקטירט די קאר אינדוסטריע און אויך אנדערע סעקטארן פון די טעכנאלאגיע אינדוסטריע.

דאס מיינט א פראסק פאר כינע?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך יקוש פייוויש » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:28 am

יש לו מנה האט געשריבן:
.hershy האט געשריבן:וואשינגטאן – פּרעזידענט ביידען אינאיינעם מיט פירער פון יאפּאן, אינדיע און אויסטראליע, פּלאנירן צו ארבעטן צו בויען נייע סופּליי ליניעס פון די וויכטיגע קאמפּיוטער מייקרא-טשיפּס, צו לינדערן דעם גאר שווערן מאנגל וואס הערשט איבער דער וועלט. די לענדער וועלן ארבעטן אויף אוועקשטעלן נייע פאבריקן און פארשנעלערן אימפּארט און עקספּארט פון מייקרא-טשיפּס, וואס די מאנגל דערפון אפעקטירט די קאר אינדוסטריע און אויך אנדערע סעקטארן פון די טעכנאלאגיע אינדוסטריע.

דאס מיינט א פראסק פאר כינע?

2
ווען איך זאג עס איז א פראבלעם.. אבער יקוש פייוויש.. ער מעג..

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:37 am

הערשי! האסט פארגעסן צו צושרייבן פון דער איד דעילי
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

דממה דקה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 10:18 am

טאמיר די פראנצויזן הערן נישט אויף בלאזן גיימיר צוריקטוישן פרענטש-פרייז צו פרידאם-פרייז.
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 10:23 am

דממה דקה האט געשריבן:טאמיר די פראנצויזן הערן נישט אויף בלאזן גיימיר צוריקטוישן פרענטש-פרייז צו פרידאם-פרייז.

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א פראנצויזישע ווארטזאגער זאגט אז ביידען וועט רעדן מיט מאקראן אויפן טעלעפאון אין די נעקסטע פאר טאג



איך אין זיין מקום וואלט זיי אריין געגעבן אין באבנס באבען אז איך טו עס נאר דיר צו פארטיידיגן כמו נאטא און דיר אינטערעסירט נאר אביסל נארישע כבוד און געלט. אבער קען זיין פאר דעם בין איך נישט אין זיין מקום
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 12:34 pm

sorry it is from the yid daily
love your hashem


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: DotBot און 5 געסט