טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אן אמעריקען אורליינס פלייט 3729 פון שארלאטסוויל סאויט קאראליינע קיין דאלאס טעקסעס, האט זיך געדארפט פארקירעווען קיין בירמינגהעם, אלאבאמא, נאך וואס א שטיקל פון'ם פליגעל האט זיך אפגעבראכן, בשעת'ן דורכפארן שווערע טורבולענסעס.
עס האט געלאנדעט אין בירמינגהעם אן קיין אינצידענט. די פאסאזשירן זענען געווארן אריבער געפירט צו אן אדערע פליגער וואס האט זיי ווייטער געפירט קיין טעקסעס.

AA.jpg
AA.jpg (86.4 KiB) געזען 19084 מאל
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דזשערעד קושנער'ס פירמע אפיניטי פארטנערס האט אויסגעהאמערט אן אפמאך, ווי סאודי אראביע וועט אינוועסטירן 2 ביליאן דאללער אין צוויי פירמעס אין מדינת ישראל.
דאס איז אן היסטארישע דערגרייכונג, נאך וואס סאודי אראביע האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געגעבן קיין געלט וואס גייט קיין מדינת ישראל.

און אלע דעמאקראטן גייען יעצט שרייען: האנטער מעג נישט און קושנער יא. ווי כאילו עס איז דא א פארגלייך.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

קאליפארניע אסעמבלי שלאגט פאר א ביל צו אוועקנעמען די לייסענס פון דאקטוירים וואס זאגן וואס זיי טראכן איבער קאראנע וויירוס, וואקסינען און לאקדאונס.
אויב ווילן זיי זיין דאקטוירים אין קאליפארניע, זאלן זיי מוחל זיין זאגן וואס די גאווערמענט הייסט זיי זאגן.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

עפעס אנדערש האט געשריבן:קאליפארניע אסעמבלי שלאגט פאר א ביל צו אוועקנעמען די לייסענס פון דאקטוירים וואס זאגן וואס זיי טראכן איבער קאראנע וויירוס, וואקסינען און לאקדאונס.
אויב ווילן זיי זיין דאקטוירים אין קאליפארניע, זאלן זיי מוחל זיין זאגן וואס די גאווערמענט הייסט זיי זאגן.

פאוטשי איז אויך אינטער די געזעץ?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

רינועל, א ארגענעזאציע וואס העלפט הונדערטער אחינו בנ״י וואס מוטשען זיך מיט די נירן, פירן היינט אדורך א מאסיווע קאמפיין.

חורה זאפאריש, א אינגערמאן וואס האט אין די פארגאנגענהייט בייגעשטייערט א ניר, וואס אדאנק דעם לעבט יעצט א צווייטע איד, האט זיך אינטערגענומען א ציל פון פינף טויזנט דאללער, ארויסצוהעלפן די הייליגע ארגענעזאציע מיט זייער עבודת הקודש.

צענדליגע שרייבער פון די ברייטבארימטע אידישע וועלט, האבן זיך שוין משתתף געווען אינעם קאמפיין, נאכדעם וואס חורה הנ״ל איז איינע פון די פירענדע מנהלים דארט, און מיטן זיך משתתף זיין אויף זיין בלעטל, ווייזט מען ארויס א שטיקל הכרת הטוב פאר זיין איבערגעגעבענע ארבעט יומם ולילה.

די קאמפיין איז לייוו ביז מארגן נאכט!
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אוטאריטעטן אין ליאן קאוינטי, טעקסעס זוכן נאך א פארברעכער, וואס דינט א לעבנס לענגליכער טורמע אורטייל פאר מערדעריי, און איז אנטלאפן פון א טראנספארט באס אויפן וועג פון טורמע צו א מעדיקל אפוינטמענט.
אינמיטן די וועג האט דער פארברעכער געשטאכן דעם דרייווער אינ'ם האנט, פאראורזאכנדיג דעם באס אראפצופארן פונ'ם ראוד און מאכן א קרעש, וואו ער איז דאן אנטרינען.
עס איז געווען נאך 16 ארעסטאנטן אויפן באס, און קיינער פון זיי האבן נישט פרובירט צו אנטלויפן.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א וואלד פייער ברענט אין קאלאראדא ווי עס האט שוין פארברענט כמעט 200 עיקערס, און פארלאנגט די עוועקואציע פון פופציג היימען.
די פייער איז אנגעבליך פאראורזאכט געווארן דורך אן על פאסא שעריף פעטראל קאר וואס איז גערופן געווארן אונטערצוזוכן א סוספישעס קאר, און איז אריינגעפארן אין א פעלד מיט גרויסע טריקענע גראז, און ווי עס שיינט ארויסגעגעבן א פינק, וואס האט אונטערגעצינדן די פייער.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

די קאנאדישע סופרים קאורט האט געאורטיילט אז זיין אנגעטרינקען קען גענוצט ווערן אלס א תירוץ פארן באגיין פארברעכן, און דער געזעץ וואס די פארלימענט האט דורכגעפירט אין 1995 וואס פארבאט אזא פארטיידיקונג איז אומקאנסטיטוציאנאל און פארלעצט די קאנאדישע טשארטער אוו רייטס ענד פרידאמס.
קאנאדער! גיטס ענק אכטונג פון שיכורים!
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א וואטשדאג גרופע גערופן FACT גייט אריינגעבן א קאמפלעינט צו די אפיס אוו קאנגרעשענעל עטיקס אנטקעגן פלארידא דעמאקראט קאנגרעסמאן טשארלי קריסט, פארן אביוזען די באנוץ פון קאוויד פראקסי וואויטען, אויפווייזענדיג אז די 107 מאל וואס קריסט האט געשטימט רעמאויטלי האט נישט געהאט קיין שייכות מיט קאוויד, און ער האט דאס נאר געטון אז ער זאל קענען קאמפיינען פאר גאווערנאר.
זיי האבן באווייזן אז בשעת ער האט געשטימט רעמאויטלי האט ער זיך באטייליגט ביי זיין קאמפיין אויפטריטן, און פארלאנגען אז דער אפיס זאל עפענען אן אויספארשונג און אויב ווערט געפונען אלס ריכטיג אים באשטראפן מיט די פאסיגע שטראף.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

קומענדיגע וואך גייט פארקומען די ערשטע פאבליק הירינג אין קאנגרעס איבער......מעכי ווי ביסטו?? ...יא איבער UFO’ס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

א דרייווער אין שיקאגא האט אריינגעקראכט אין א קאר אין דער אייגנטימער איז תיכף ארויסגעשפרונגען אין דערשאסן די דרייווער אין אנדערע פאסאזשירן פונעם קאר צום טויט כנוסך שיקאגא
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א געוועזענער טראמפ ווייסע הויז געהילף האט ארויסגעלייגט כמעט 130,000 אימעילס פון די האנטער ביידן לעפטאפ, אויפ'ן סייט BidenLaptopEmails.com וואס ער האט געמאכט, ווי צווישן אנדערע זעט מען די שטארק נאכגעפאלגטע אימעיל וואס שרייבט אז מען זאל געבן 10% פון די פראפיט פאר די ביג גיי, וואס ווערט שפעקולירט צו רעפרעזענטירן דזשאו ביידן.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א שטודיע צייגט אז כמעט 43,000 מענטשן זענען אומגעקומען פארגאנגענע יאר אויף די אמעריקאנע ראודס, וואס דאס איז די העכסטע ציפער דורכאויס די לעצטע 16 יאר, און א 10.5% שפרינג פון למספרם יאר 2020.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

די נעסלי פירמע האט געמאלדן אז זיי גייען שיקן זייער בעבי פארמולע, די גערבער גוד סטארט און אלפאמינא בעבי פוד מיט עראפלאנען, פון זייער נעדערלאנד און שווייצ'ע לאקאציעס קיין אמעריקא, צו רעדוצירן די מאנגל אין בעבי פארמולע.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:א געוועזענער טראמפ ווייסע הויז געהילף האט ארויסגעלייגט כמעט 130,000 אימעילס פון די האנטער ביידן לעפטאפ, אויפ'ן סייט BidenLaptopEmails.com וואס ער האט געמאכט, ווי צווישן אנדערע זעט מען די שטארק נאכגעפאלגטע אימעיל וואס שרייבט אז מען זאל געבן 10% פון די פראפיט פאר די ביג גיי, וואס ווערט שפעקולירט צו רעפרעזענטירן דזשאו ביידן.

https://drive.google.com/file/d/1p7edYN ... sp=sharing
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Monkey pox- פרישע אויסברוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

נעכטן איז באריכטעט געווארן די ערשטע קעיס פון monkey pox וויירוס אין די פאראייניגטע שטאטן:

IMG-20220519-WA0001.jpg
IMG-20220519-WA0001.jpg (133.71 KiB) געזען 7531 מאל


ביל געיט'ס ווארענונג א יאר צוריק איבער אזא סארט וויירוס:
IMG-20220518-WA0007.jpg
IMG-20220518-WA0007.jpg (123.94 KiB) געזען 7531 מאל
לעצט פארראכטן דורך שפיצער אום דאנערשטאג מאי 19, 2022 9:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: Monkey pox- פרישע אויסברוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

שפיצער האט געשריבן:נעכטן איז באריכטעט געווארן די ערשטע קעיס פון monkey pox וויירוס אין די פאראייניגטע שטאטן:

IMG-20220519-WA0001.jpg


ביל געיט'ס ווארענונג א יאר צוריק איבער די וויירוס:
IMG-20220518-WA0007.jpg


דו ווייסט אז די צוויי ארטיקלען רעדן פון צוויי אנדערע זאכן, יא?
אבי מ'האט נאך א קאנספיראציע, נו שוין.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

דער ערשטע פאל פון די נייע "מאנקי פאקס" וויירוס איז א ביי א מאן פון מאסאטשוסעס וואס איז לעצטנס געווען אין קאנאדע.
אצינד הערט מען אז די קאנאדישע רעגירונג באריכטעט איבער מעגליכע אנגעשטעקטע פון דעם וויירוס.

די ערשטע רעקארדירטע פאל פון די מאנקי פאקס ווירוס איז געווען אין 1970:

IMG-20220519-WA0002.jpg
IMG-20220519-WA0002.jpg (117.46 KiB) געזען 7278 מאל
IMG-20220519-WA0003.jpg
IMG-20220519-WA0003.jpg (161.63 KiB) געזען 7201 מאל
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

[attachment=0]IMG-20220519-WA0005.jpg[/attachment]
אטעטשמענטס
IMG-20220519-WA0005.jpg
IMG-20220519-WA0005.jpg (71.39 KiB) געזען 6885 מאל
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א געוועזענע ארבייטער ביי וועלס פארגא באנק באשולדיגט אז די באנק פלעגט פארארדענען די איינגעשטעלטע צו מאכן פעיק אינטערוויוס מיט שווארצע און פרויען וואס האבן זיך אנגעטראגן פאר א דזשאב, צו קענען ווייזן אז זיי האבן א דייווערסיטי פראגראם, און ווי ער זאגט איז ער אפגעזאגט געווארן פון זיין דזשאב צוליב וואס ער האט אנגעמערקט דערויף זיינע אויבערהארן ווען מען האט אים געהייסן מאכן אזא אינטערוויא, פאר א פאזיציע וואס מען האט שוין געהאט גענומען איינעם פאר דעם.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א שעריף אפיציר פון אסיעלע קאונטי אין פלארידא וועט ווערן אנגעקלאגט אויף 'קאלפיבעל נעגלידזשענס', פאר ווען ער האט געטעיזערט א מאן נעבן א געז פאמפ, בשעת יענער האט אנגעפילט זיין מאטארסייקל מיט געזאלין, וואס האט פאראורזאכט אן עקספלאזשען, פון וואס יענער איז ארויף אין פלאמען, און געווארן אפגעבריעט אויף 75% פון זיין גוף.
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

בעלגיע איז די ערשטע לאנד צו מעלדן איבער א קווארנטין פאר "מאנקי פאקס" אנגעשטעקטע:
IMG-20220522-WA0001.jpg
IMG-20220522-WA0001.jpg (123.37 KiB) געזען 5153 מאל
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

א זשורנאליסט איז פארהאלטן געווארן פאר אויספארשונגען דורך אויטאריטעטן אין שווייץ, ווי ס'קומט די טעג פאר די "ווארלד עקאנאמיק פארום".

דער אינצידענט האט זיך היינט אפגעשפילט מיט זשעק פאסאביאק און דערווייל איז נישט קלאר די מאטיוון פון די פארשונגען:
IMG-20220523-WA0005.jpg
IMG-20220523-WA0005.jpg (51.82 KiB) געזען 10325 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א מאן פון צפון קאראליינע וועלכע האט אין 2017 למספרם געוואונען א 10 מיליאן דאלער לאטערי איז געפונען געווארן שולדיג אויף ערשטע גראד מארד און אצינד פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע אן די מעגליכקייט פון פאראל
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2359
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

הכל הבל האט געשריבן:א מאן פון צפון קאראליינע וועלכע האט אין 2017 למספרם געוואונען א 10 מיליאן דאלער לאטערי איז געפונען געווארן שולדיג אויף ערשטע גראד מארד און אצינד פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע אן די מעגליכקייט פון פאראל

וואס האט די פאקט אז ער האט געוואנען 10 מיליאן דאלער אין 2017 דא א שחת?
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”