טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בניהו
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך בניהו » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 10:32 pm

יש לו מנה האט געשריבן:יא תקנות נישט תקנות מ'גלייכמיר אידיש און פערטיג

;l;p-
ביטע רעספעקטירן מיין מיינונג. ס׳קען זיין אז דו האלטס פונקט ווי מיר.

אוועטאר
היכי תמצא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 10:52 pm

פנימחדשות האט געשריבן:ווי שטייט אין תקנות ביכל אז מען טאר נישט נאכברענגען זאכען וואס זענען געשריבען אין עברית?

כך הדרך מאז ומתמיד דאהי, אז מען ברענגט צו נייעסער און אינטרעסאנטע בילדער וכו', אויך ווען זיי זענען געשריבען אין עברית.

מ'ברענגט טאקע, און ס'שוין אזוי, און דער עולם (רובא דרובא) רעדט זיך אפ, און נאכמער ווען ס'נישט אן אשכול וועגן נאר פון נייעס בנוגע די מדינה הטמאה.

ב. אזוי ווי א באדייטנדער טייל פון די מיטגלידער באלאנגן צום אנטי-ציוני'סטישן לאגער, איז פארבאטן צו שרייבן עפעס וואס שמעקט מיט ציונות.

אויב העברעאיש שמעקט נישט מיט ציונות ווייס איך נישט וואס יא.. ווי אויך, האט דער סאטמאר רב זי"ע זיך כסדר אויסגעדרוקט אז העברעאיש איז א טריפה'נע שפראך און אז מ'טאר קיין ווארט דערפון נישט ארויסזאגן. ווער רעדט נאך פון ליינען אן ארטיקל אין העברעאיש.

מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 10:43 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך מוח שליט על הלב » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 11:06 pm

היכי תמצא האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:ווי שטייט אין תקנות ביכל אז מען טאר נישט נאכברענגען זאכען וואס זענען געשריבען אין עברית?

כך הדרך מאז ומתמיד דאהי, אז מען ברענגט צו נייעסער און אינטרעסאנטע בילדער וכו', אויך ווען זיי זענען געשריבען אין עברית.

מ'ברענגט טאקע, און ס'שוין אזוי, און דער עולם (רובא דרובא) רעדט זיך אפ, און נאכמער ווען ס'נישט אן אשכול וועגן נאר פון נייעס בנוגע די מדינה הטמאה.

ב. אזוי ווי א באדייטנדער טייל פון די מיטגלידער באלאנגן צום אנטי-ציוני'סטישן לאגער, איז פארבאטן צו שרייבן עפעס וואס שמעקט מיט ציונות.

אויב העברעאיש שמעקט נישט מיט ציונות ווייס איך נישט וואס יא.. ווי אויך, האט דער סאטמאר רב זי"ע זיך כסדר אויסגעדרוקט אז העברעאיש איז א טריפה'נע שפראך און אז מ'טאר קיין ווארט דערפון נישט ארויסזאגן. ווער רעדט נאך פון ליינען אן ארטיקל אין העברעאיש.

איך האב נישט געמיינט צו פארדרייען די אשכול איך האב אים געוואלט העלפן פארשטיין וואס יענער האט געשריבן. נאר אנגעהויבן מיט א ווערטל סארי אויב איינער האט עס גענומען פערזענליך.
א גוטע נאכט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוקטובער 19, 2021 11:52 pm

פנימחדשות האט געשריבן:ווי שטייט אין תקנות ביכל אז מען טאר נישט נאכברענגען זאכען וואס זענען געשריבען אין עברית?

כך הדרך מאז ומתמיד דאהי, אז מען ברענגט צו נייעסער און אינטרעסאנטע בילדער וכו', אויך ווען זיי זענען געשריבען אין עברית.

שקר.

מען פלעגט פארלאנגן און מעקן די עברית'ישע לענגערע תגובות, נאר ווען איר זענט דא אנגעקומען איז עס שוין געווען מער ווייניגער א פארלוירענע מלחמה. אבער דאס וועסטו לכאורה נאך יא זען, אויב איינער עפנט אן אשכול וואס די ערשטע תגובה באשטייט בעיקר אדער נאר אין עברית, וועט עס געמעקט ווערן. כ'זאג לכאורה ווייל כ'האב שוין לאנג נישט געליינט די ערשטע תגובה אין נייע אשכולות...

בכל אופן צוריק צו טעגליכע נייעס.

אוועטאר
הענדימען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 12:08 am

איך גיי נישט אנהייבן איבערטייפן די ווערטער פונעם סקרינשאט וואס אויב איז עס פון לשה"ק איז עס אינגאנצן פארדרייט

איינער ווי איך וואס ליינט קיינמאל עברית איז גאר שווער צו פארשטיין וואס ס'שטייט אין אזא ארטיקל

איך בין טאקע א סאטמארער און גלייך שטארק נישט ווען מ'שרייבט די טמא'נע שפראך אבער דא האבעך גארנישט געמיינט. פונקט ווי אנדערע וואס קענען נישט ליינען קיין ענגליש
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 2:58 pm

נייעס מעג מען אויך שרייבן?
17 אטורני דשענערעלס האבן געשיקט א בריוו צו די ווייסע הויז און צו די דזשאסטיס דעפארטמענט ווי זיי פארלאנגען צו אפשטעלן דאס סופרעשן פון פרי ספיטש, און לאזן עלטערן נוצן זייער ערשטע אמענדמענט רעכטן און זאגן פריי זייער מיינונג ביי סקול בארד מיטונגען.
דאס קומט נאך וואס די דעפארטמענט האט געמאלדן אז דער FBI גייט אויספארשן די עלטערן וואס קריטיקירן די סקול באורדס.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 3:03 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:נייעס מעג מען אויך שרייבן?
17 אטורני דשענערעלס האבן געשיקט א בריוו צו די ווייסע הויז און צו די דזשאסטיס דעפארטמענט ווי זיי פארלאנגען צו אפשטעלן דאס סופרעשן פון פרי ספיטש, און לאזן עלטערן נוצן זייער ערשטע אמענדמענט רעכטן און זאגן פריי זייער מיינונג ביי סקול בארד מיטונגען.
דאס קומט נאך וואס די דעפארטמענט האט געמאלדן אז דער FBI גייט אויספארשן די עלטערן וואס קריטיקירן די סקול באורדס.

א חלק פון די בריוו
צוגעלייגטע
image.png
image.png (234.12 KiB) געזעהן 1007 מאל

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 3:05 pm

א סקול דיסטריקט אין קאליפארניע האט געשיקט א בריוו פאר די עלטערן אז מען זאל מיטשיקן ווארעמע דזשעקעטס מיט זייערע קינדער, ווייל מען גייט געבן לאנטש אויף די גאס אין די רעגן צוליב קאוויד רעגולאציעס. זיי האבן צוריק געצויגן דערפון נאך וואס די עלטערן האבן זיי קריטיקירט אלס אוממענטשליך.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 3:31 pm

דער קאמפעני "פעיסבוק" פלאנירט צו טוישן זייער נאמען, אין א פריוו זיך אפצושאקלען פון א רייע סקאנדאלן וואס פלאגט די קאמפעני און צושמעטערט די רעפוטאטציע פון די קאמפעני.
געוויסע באנוצער מאכן חוזק פון די פלאן און שלאגן פאהר פארשידענע נעמען וואס דער קאמפעני קען נוצן. ווי למשל: "פעיקבוק" אדער "פעדעראלע דעפארטמענט פון סאציאלע מיינונגען רעגולאציעס".

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 3:39 pm

א מאן אין ענגלאנד איז ערשטוינט געווארן ווען ער האט באקומען א טיקעט פון 90 פונט אין די פאסט ווייל ער איז געפארן אין א באס לעין אויף א הייוועי 120 מייל אוועק פון זיין היים.
וויסנדיג אז ער איז קיינמאל נישט געפארן מיט זיין קאר אין יענעם געגענט, האט ער איבערגעקוקט די בילד פון די פארלעצונג וואס איז מיט געקומען, האט ער באמערקט אז דער קעמרע האט געכאפט א בילד פון א מענטש וואס האט שפאצירט אויף די באס לעין, און די העמד האט געהאט די ווערטער KNITTER, און זיין לייסענס פלעיטס נומערן איז KNI9 TER, האט דער קאמפיוטער מחליט געווען אז דאס איז זיין קאר.
די באאמטע האבן פארראכטן די טעות נאך וואס ער האט זיי אויפגעמערקט דערויף. און דער אמת'ע פארלעצער איז דערווייל נאך נישט געכאפט.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 3:48 pm

צוויי NYPD אפיצירן זענען אונטער אויספארשונג, נאך וואס זיי האבן אראפגעפירט א מענטש פון די סאבוועי פלאטפארמע, צוליב וואס ער האט זיי אפירגעהאלטן פארוואס זיי האבן נישט קיין מאסק.
יענער האט אפגעכאפט די גאנצע אינצידענט, האבן זיי נישט געקענט באקען עפעס אן אנדערע מעשה, ווי געווענטליך.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 4:14 pm

14 זענען אומגעקומען און דריי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן נאך וואס א ראודזייט באמבע האט אויפגעריסן אויף א מיליטערישע באס אין סיריע'ס הויפשטאט דמשק.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 4:39 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:דער קאמפעני "פעיסבוק" פלאנירט צו טוישן זייער נאמען, אין א פריוו זיך אפצושאקלען פון א רייע סקאנדאלן וואס פלאגט די קאמפעני און צושמעטערט די רעפוטאטציע פון די קאמפעני.
געוויסע באנוצער מאכן חוזק פון די פלאן און שלאגן פאהר פארשידענע נעמען וואס דער קאמפעני קען נוצן. ווי למשל: "פעיקבוק" אדער "פעדעראלע דעפארטמענט פון סאציאלע מיינונגען רעגולאציעס".

גראדע געזען אז ס'האט מער מיט ריברענדן אלץ נישט בלויז סאציאלע מידיע נאר פיל מער. אפשר הא לן והא להוא
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

זעהער
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך זעהער » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 5:03 pm

א טאליבאן דעלעגאציע איז אנגעקומען קיין מאסקעווע פאר א זיצונג איבער די צוקונפט פון אפגאניסטאן. די גרעסטע זיצונג וואס די גרופע האט נאר געהאט.

עס וועט ארייננעמען דיפלאמאטן פון 11 לענדער. מען וועט רעדן איבער די זיכערהייט, סטאביליטעט, הומאניטארישע הילף און טעראר אטאקעס וואס פלאגט די פאלק.

▫️אידישער ווינקל ▫️

מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 10:43 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך מוח שליט על הלב » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 6:35 pm

Tesla's סטאקס גייט זייער שטארק ארויף

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 19816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 6:40 pm

מוח שליט על הלב האט געשריבן:Tesla's סטאקס גייט זייער שטארק ארויף

נעכטן... היינט איז עס שוין געווען פלאך (אדער אביסל אראפ). למעשה האבן זיי נישט אנטוישט מיט רעקארד אירנינגס איבערשטייגענדיג עקספעקטעישאנס, און גוטע באריכטן איבער זייער סוקסעס צו פונקציאנירן כאטש אפילו עס זענען די אין דזשענערל שטארקע סופליי-טשעין שארטעידזשעס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מער מיר אינפארמירן דערוועגן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 10:43 pm

Re:

תגובהדורך מוח שליט על הלב » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 6:44 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
מוח שליט על הלב האט געשריבן:Tesla's סטאקס גייט זייער שטארק ארויף

נעכטן... היינט איז עס שוין געווען פלאך (אדער אביסל אראפ). למעשה האבן זיי נישט אנטוישט מיט רעקארד אירנינגס איבערשטייגענדיג עקספעקטעישאנס, און גוטע באריכטן איבער זייער סוקסעס צו פונקציאנירן כאטש אפילו עס זענען די אין דזשענערל שטארקע סופליי-טשעין שארטעידזשעס.

וויאזוי באוויזן זיי עס? ווייל זיי האבן די גאנצע מענעפעקטשערינג דא אין אמעריקע?

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך Wow a1 » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 6:54 pm

הענדימען האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
הפגנה אין איטאליע.jpg

אין אידיש?

אדער כאטש די טעקסט צו נוצן גוגל טרענסלעיט

FYI, Google photos and Google lens you can translate a picture as well
Just do it

Wow a1
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: Re:

תגובהדורך Wow a1 » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 7:00 pm

מוח שליט על הלב האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
מוח שליט על הלב האט געשריבן:Tesla's סטאקס גייט זייער שטארק ארויף

נעכטן... היינט איז עס שוין געווען פלאך (אדער אביסל אראפ). למעשה האבן זיי נישט אנטוישט מיט רעקארד אירנינגס איבערשטייגענדיג עקספעקטעישאנס, און גוטע באריכטן איבער זייער סוקסעס צו פונקציאנירן כאטש אפילו עס זענען די אין דזשענערל שטארקע סופליי-טשעין שארטעידזשעס.

וויאזוי באוויזן זיי עס? ווייל זיי האבן די גאנצע מענעפעקטשערינג דא אין אמעריקע?

Tesla rewrote its own software to survive the chip shortage

https://www.theverge.com/2021/7/26/2259 ... -processor
Just do it

מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 10:43 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך מוח שליט על הלב » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 7:28 pm

איבער 100 הויעך ראנגיגע וואשינגטאן סטעיט פאליציי אפיצירען זיך היינט אפגעזאגט פון אמט צוליב די וואקסין מאנדאט

אוועטאר
היכי תמצא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 7:39 pm

ש'כח עפעס, פאר די נאכאנאנדע נייעס באריכטן.

אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך לאשתמודעתא » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 7:50 pm

מוח שליט על הלב האט געשריבן:איבער 100 הויעך ראנגיגע וואשינגטאן סטעיט פאליציי אפיצירען זיך היינט אפגעזאגט פון אמט צוליב די וואקסין מאנדאט

נישט אז איך פיל אז מ'דארף צווינגן צו וואקסינירן, איך וויל פשוט אויסקלארן די נייעס.
פון די "איבער 100 הויעך ראנגיגע וואשינגטאן סטעיט פאליציי אפיצירען" וואס די רעדסט פון זענען 54 ציווילע ארבייטער, און פון די איבריגע איז דא בלויז איין קעפטעין און 6 סערדזשענטס.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן

אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך לאשתמודעתא » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 7:52 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:צוויי NYPD אפיצירן זענען אונטער אויספארשונג, נאך וואס זיי האבן אראפגעפירט א מענטש פון די סאבוועי פלאטפארמע, צוליב וואס ער האט זיי אפירגעהאלטן פארוואס זיי האבן נישט קיין מאסק.
יענער האט אפגעכאפט די גאנצע אינצידענט, האבן זיי נישט געקענט באקען עפעס אן אנדערע מעשה, ווי געווענטליך.

נישט יענער אליינס, נאר א ביישויער.
אבער וואס א חילוק.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן

אוועטאר
את פתח לו
שר האלפיים
תגובות: 2763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך את פתח לו » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 8:04 pm

אייוועלט האט געפענט א פעידזש אין די קאמפיין, ארויסצוהעלפן ר' אברהם פיקסלער זיך שטעלן אויף די פיס, נאכן אויפגעבן "אלץ" וואס ער האט פארמאגט צו ראטעווען זיין טאכטער - אלטע הי''ד - פון די בריטשע רוצחים.
די ציל איז געווען צו שאפן טויזענט פונט, אין אינטער צוויי שעה!!! האט מען שוין ארויפגעריקט צו צוויי טויזענט פינף הונדרעט פונט!!!! אין עס איז ערווארטעט צו שטייגן נאך העכער!!!!
ווייזט ארויס שטיצע אין מיטגעפיל, אין זייט יעצט מנדב דורכן דריקען די לינק דא אין מיין חתימה.
אין די באשעפער העט דיר נישט שולדיג בלייבן!!!!


פאר כסדרדיגע נייעס אין אפדעיטס :

לאמיר אויפרעכטען משפחת פיקסלער! לע''נ אלטע הי''ד בת ר' אברהם הי''ו

הרופא לשברי לב יחבש לעצבותם!!!!!

אוועטאר
נארמאליזעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך אוקטובער 20, 2021 9:14 pm

את פתח לו שכח פארן מזכה זיין אידן די זכות זאל דיר גאר שטארק ביישטיין
א ליסטיגן חנוכה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט