טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 7:03 am

.hershy האט געשריבן:קריזיס צווישן אלדזשיריע
און פראנקרייך
פּאריז – אלדזשיריע האט באשולדיגט פראנקרייך, וועלכע איז אמאל געווען דער קאלאנישער פירער אויף אלדזשיריע, אז זי איז באגאנגען פעלקער-מארד, און אויך האט אלדזשיריע אהיימגערופן זייער אמבאסאדאר פון פראנקרייך. די אויפברויז פון אלדזשיריע קומט נאכדעם וואס דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון האט געזאגט אז אלדזשיריער אויטאריטעטן טוען אויפהעצן אנטי-פראנקרייך האס ביי זייער באפעלקערונג.

פון די איד דיילי
"hate will never ever win"

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 7:05 am

פּרעזידענט ביידען באַשלוסן איבער אַפגאַניסטאַן געברענגט דערצו אַז פליגערס האָבן זיך געהויבן ליידיגערהייט‎‎: די פרישע באַריכט צייגט אַז אין לויף פון די כאַאָטישע עוואַקואַציע פון אַפגאַניסטאַן האָבן זיך פליגערס נאָכאַנאַנד געהויבן מיט ליידיגע זיצן, וואָס מ'וואָלט געקענט אָנפולן מיט נאָך עוואַקואירטע. די באַריכט איז באַזירט אויף קוועלער אינערהאַלב די ביידען אַדמיניסטראַציע, וואָס זאָגן אַז די באַשלוס איז געמאַכט געוואָרן אין ווייסן הויז אַז וואָס מער פליגערס זאָלן זיך הייבן פון קאַבול.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/47854
"hate will never ever win"

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 12:38 pm

קורץ און שארף מאנטאג נח



די טשעכישע פרעמיער מינסטער אנדרעזש בעביס ציילט זיך צווישן די וועלט פירער וועמענ'ס רייכטום איז אויפגעדעקט געווארן אין די פאנדארא דאקומענטן ליעק.

שטייענדיג בלויז עטליכע טעג בעפאר די טשעכישע פארליעמענטישע וואלן האט די פרעמיער מיניסטער אוועקגעמאכט די באריכט זאגענדיג אז ער האט גערנישט געטוהן אומלעגאל און האט באשולדיגט די טשעכישע מאפיא פאר די ליעק.

***
די אייראפעאישע פאראיין באטראכט א פלאן אפצוהאלטן א טרענירונג מיסיע פאר די אוקראיינישע מיליטער אין ליכט פון די אנגעצויגענע שטימונג צווישן רוסלאנד און אוקראיינע.

***
מיליאנען איינוואוינער אין די איטאליע'נער שטעט מאכן זייער וועגן היינט צו די שטים בודקעס צו וועלן פאר זייער צוקונפטיגע מעיארן און קאנסולן.

***
מדינת ישראל פאליציי זאגט אז אין די לעצטע חודש האבן זיי פארטיילט מער ווי 38 טויזענט טיקעטס פאר קאראנע קוואראנטין פאלעצער.

***
כינע האט ארויסגעשיקט היינט מאנטאג א רעקארד הויכע צאל פון נאך 52 מיליטערישע פליגער אין ריכטונג פון טייוואן צום דריטן טאג אין א ציה.

***
8 אין צפון אינדיע זענען אומגעקומען אין רעזולטאט פון ווילדע פראטעסטן וואס לאקאלע פארמער האלטן אפ אנטקעגן די רעגירונג'ס אגריקולטורע געזעצן.

***
די שוועדישע קאנטראווערסיאלע ארטיסטן וועלכע האט געלאזט סקיצירן קארטונס פון די מוסלעמענער גרינדער מוכמאמאד איז געשטארבן אין א קאר עקסידענט.

לארס ווילקס איז רעגלמעסיג באוואכט געווארן דורך די שוועדישע פאליציי נאכן ערהאלטן טויט דראאונגען דורך מוסלעמענר גרופעס און איז אצינד אומגעקומען אין א ציווילע פאליציי אויטא.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 12:51 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:קורץ און שארף מאנטאג נח

***
כינע האט ארויסגעשיקט היינט מאנטאג א רעקארד הויכע צאל פון נאך 52 מיליטערישע פליגער אין ריכטונג פון טייוואן צום דריטן טאג אין א ציה.



הארט בעפאר'ן ארויסשיקן די פליגערס האט די כינעזער סטעיט מידיע 'גלאבעל טיימס' ארויסגעשיקט א מעסעדזש באדראענדיג טייוואן און אוסטראליע.

image (2).png
image (2).png (80.84 KiB) געזעהן 2463 מאל


נאך א סטראשע פון די גלאבעל טיימס עדיטער, זאגענדיג אז עס איז בלויז א מעטער אוו טיים ווען טייוואן וועט אומפאלן

image (3).png
image (3).png (89.79 KiB) געזעהן 2463 מאל

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 5:18 pm

איינס פון די 6 פאלעסטינער ארעסטאנטן אנטלאפן פון א מדינת ישראל טורמע איז געגאנגן אויף א הונגער סטרייק: ווי א פאלעסטינער גרופע געט איבער האט מוכאמעד אל אַרידע אינטערגענומען א הונגער סטרייק צו פראטעסטירן אקעגן די אומשטענדן אין וואס ער ווערט געהאלטן. זייט על ארידע איז געכאפט געווארן ווערט ער געהאלטן אין סאליטערי קאנפיינמענט און אינטער א גאר שטרענעגע וואך.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/47893
"hate will never ever win"

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 11:05 am

געוועזענע פרעזידענט טראמפ נישט ערשינען אויף די פארבס 'רייכסטע אמעריקאנע' ליסטע.

ווי די פירמע זאגט איז טראמפ געשטאנען מיט בלויז 400 מיליאן דאללער אוועק פון ווערן אריינגעשטעלט אין די ליסטע, וואו זיין נאמען ערשיינט שוין זינט יאר 1997.

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 11:15 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:געוועזענע פרעזידענט טראמפ נישט ערשינען אויף די פארבס 'רייכסטע אמעריקאנע' ליסטע.

ווי די פירמע זאגט איז טראמפ געשטאנען מיט בלויז 400 מיליאן דאללער אוועק פון ווערן אריינגעשטעלט אין די ליסטע, וואו זיין נאמען ערשיינט שוין זינט יאר 1997.

די חברה ווייסן דען וואס מענטשן פארמאגן? א ביטער געלעכטער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 12:25 pm

עף.בי.איי. איבערגעפאלן הויפטקווארטירן פון די ניו יארק סיטי פאליציי 'סארזשענטס באנעוועלענט אסאסיעישאן' יוניאן (NYPD SBA).

די יוניאן טוט אנגעבליך פארטרעטן אזויפיל ווי 13,000 יעצטיגע און געוועזענע סיטי פאליציי סארזשענטס.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 1:26 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:עף.בי.איי. איבערגעפאלן הויפטקווארטירן פון די ניו יארק סיטי פאליציי 'סארזשענטס באנעוועלענט אסאסיעישאן' יוניאן (NYPD SBA).

די יוניאן טוט אנגעבליך פארטרעטן אזויפיל ווי 13,000 יעצטיגע און געוועזענע סיטי פאליציי סארזשענטס.

נאכנישט קלאר די סיבה.

דער פירער פונעם יוניאן איז שוין אן אלטער אויסגעשפראכענער, און ער האט זיך שוין צעאמפערט מיט זייער אסאך מענטשן, אריינגערעכנט דעבלאזיא ועוד
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך רוסישע פרינץ » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 2:06 pm

סי.איי.עי. באריכטעט אז זי האט פארלוירן צענדליגע שפיאנאזש קוועלער אין אויסלאנד די לעצטע עטליכע יאר.
Screenshot 2021-10-05 190508.png
Screenshot 2021-10-05 190508.png (48.28 KiB) געזעהן 1718 מאל

אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 06, 2021 8:13 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך רוסישע פרינץ » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 2:08 pm

האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט וועט ווידעראמאל אריבערברענגען אפגאנע פליטים אריין קיין אמעריקא, נאך וואס די פראגראם איז געווען אפגעשטעלט פאר עטליכע וואכן
Screenshot 2021-10-05 190853.png
Screenshot 2021-10-05 190853.png (33.24 KiB) געזעהן 1707 מאל

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 4:08 pm

רוסישע פרינץ האט געשריבן:האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט וועט ווידעראמאל אריבערברענגען אפגאנע פליטים אריין קיין אמעריקא, נאך וואס די פראגראם איז געווען אפגעשטעלט פאר עטליכע וואכן
Screenshot 2021-10-05 190853.png

געווארן אפגעשטעלט אלטס א מיזעלס אויסברוך
א געזונטן ווינטער
נארמאל
א געזינטן ווינטער
גאר נארמאל
בכלל נישט מיך

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 9:04 pm

א פליגער אויף א טרעילאר קראכט אריין אין אווער-פעס.

האע?

א אפגעניצטע עיר אינדיא פליגער וואס די עירליין האט פארקויפט איז צונומען געווארן אויף קלענערע שטיקער, ארויף געשטעלט געווארן אויף א פלעט-בעק עס אריבערצופירן ערגעץ אנדערש. די בויך פונעם פליגער וואס האט אבער געגרייכט א היבשע הייעך האט אריינגעריסן אינטער א אווער-פעס ארויספארענדיג פונעם דהעלי עירפארט.

נעקסטיים פאר העכערן בריק, נישט אינטער.

דראפבאקס
Taking a short break, will be right back.

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג אוקטובער 05, 2021 9:36 pm

שכח טשאדעלע
נאך 4978 תגובות צו גיין פאר די יאר

אוועטאר
דאקטער רפאל
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך דאקטער רפאל » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 8:31 am

;l;p-
הר גריזים האט געשריבן:נאך 4978 תגובות צו גיין פאר די יאר
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
קרעדיט: חיים שטיינמעץ - רינויעל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 8:59 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:עף.בי.איי. איבערגעפאלן הויפטקווארטירן פון די ניו יארק סיטי פאליציי 'סארזשענטס באנעוועלענט אסאסיעישאן' יוניאן (NYPD SBA).

די יוניאן טוט אנגעבליך פארטרעטן אזויפיל ווי 13,000 יעצטיגע און געוועזענע סיטי פאליציי סארזשענטס.

נאכנישט קלאר די סיבה.

דער פירער פונעם יוניאן איז שוין אן אלטער אויסגעשפראכענער, און ער האט זיך שוין צעאמפערט מיט זייער אסאך מענטשן, אריינגערעכנט דעבלאזיא ועוד

עד מולינס געמאלדן זיין רעזיגנאציע אלס הויפט פון די יוניאן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 9:54 pm

נעיטאו (NATO) פאראיין ארויסגעווארפן אכט רוסישע דיפלאמאטן פון קענען אנטיילנעמען אין די דיפלאמטישע באציאונגען צווישן די צוויי, נאכ'ן זיי באשולדיגן אין שפיאנאזש.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 9:56 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:נעיטאו (NATO) פאראיין ארויסגעווארפן אכט רוסישע דיפלאמאטן פון קענען אנטיילנעמען אין די דיפלאמטישע באציאונגען צווישן די צוויי, נאכ'ן זיי באשולדיגן אין שפיאנאזש.

נאך צוויי נישט באזעצטע זיצן אפגעשאפן צו א טאטאל פון צען אפגעשאפענע זיצן, סוקסעספול נידערנדיג די רוסישע באאמטע אין העלפט נאך וואס בלויז צען זיצן זענען פארבליבן. ווי שוין באריכטעט דורך די פאלעקס נייעס אגענטור
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5081
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פליגל » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 10:11 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:עף.בי.איי. איבערגעפאלן הויפטקווארטירן פון די ניו יארק סיטי פאליציי 'סארזשענטס באנעוועלענט אסאסיעישאן' יוניאן (NYPD SBA).

די יוניאן טוט אנגעבליך פארטרעטן אזויפיל ווי 13,000 יעצטיגע און געוועזענע סיטי פאליציי סארזשענטס.

נאכנישט קלאר די סיבה.

דער פירער פונעם יוניאן איז שוין אן אלטער אויסגעשפראכענער, און ער האט זיך שוין צעאמפערט מיט זייער אסאך מענטשן, אריינגערעכנט דעבלאזיא ועוד

עד מולינס געמאלדן זיין רעזיגנאציע אלס הויפט פון די יוניאן.

מולינס איז אויך איבער די סארדזשענט יוניאן?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 06, 2021 10:14 pm

יא.

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5081
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פליגל » זונטאג אוקטובער 10, 2021 4:20 pm

א זייער טרויעריגער געשעעניש איז געשען אין עלעמא דזשארדזשיע.

פאליס אפיציר דילאן הערריסאן איז אומגעבראכט געווארן דורכ'ן ווערן געשאסן וואס האט אים גע'הרג'ט צום טויט.

וואס מאכט עס נאך מער טרויעריג איז די פאקט אז ס'יז געווען די סאמע ערשטע שיפט אויף זיין דזשאב אינעם ארטיגן פאליציי דעפארטמענט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 10, 2021 5:48 pm

סאוטוועסט עירליינס האט אין די לעצטע 48 שטונדן אפגערופן ארום 1,800 פלי רייזעס.

אנגעבליך איז דאס צוליב די שווערע וועטער אין פארשידענע טיילן פון לאנד.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 10, 2021 5:50 pm

וויילער אין איראק שטימען גיבן היינט אפ זייער שטימע אין די פארליאמענטארישע וואלן.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג אוקטובער 10, 2021 5:50 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:וויילער אין איראק שטימען גיבן היינט אפ זייער שטימע אין די פארליאמענטארישע וואלן.

באריכטן גיבן אן איבער א גאר שוואכע טורנאוט ביי די באפעלקערונג.

לויט איין באאמטע זענען ביז אינמיטן טאג ארויסגעקומען בלויז 19% שטים בארעכטיגטע.

סאבאבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך סאבאבא » זונטאג אוקטובער 10, 2021 5:58 pm

מדינת ישראל וועט וארשיינליך זיין די ערשטע דעמאקראטישע לאנד וואס וועט אונטערנעמען לעגאלע שריט צו באגרעניצען די סאציאלע מידיע נעצן ווי פעיסבוק טווטער און אינסטעגראם.
לויט ווי עמית סגל האט אויפגעדעקט ווערט אין די טעג אויפגעשטעלט א שפעציעלע שטאב וואס וועט געבן עדווייז פאר שר התקשורת יועז הנדל צו באגרעניצן די סאציאלע נעצן דורך אריבערפירן ספעצילע חוקים וואס וועט זיי צווינגען צו זיין מער אפען צום ציבור
זיי ווער 'דו' ביסט, אלע אנדערע זענען שוין פארכאפט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shalsheles, א גוטן, בעל מדרגה, שטיל און 36 געסט