טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 8:28 am

אין קאַליפאָרניע האָט מען אידענטיפיצירט מער ווי פופציג קעיסעס פון די נייע געפאַרפולע "אַר-1" סטרעין פון די קאָראָנאַ וויירוס‎‎: די סי-די-סי זאָגט שוין יעצט אַז זי האַלט אַן אויג אויף די נייע פאַרשפּרייטע סטרעין, און די ערנסטע מעגליכקייט אַז עס קען בייקומען די יעצטיגע וואַקסינען קעגן קאָוויד. אַלעס אינאיינעם זענען שוין זייט היי יאָר מאַרטש אידענטיפיצירט געוואָרן 2,282 קעיסעס פון די אַר-1 סטרעין אין אַמעריקע, וואָס א מערהייט פון זיי זענען געווען אין קענטאָקי.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/47649
"hate will never ever win"

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 8:28 am

טאַליבאַן האָט געוואָרנט אַמעריקע, נישט דורכצופליען מיט מיליטערישע דראָונס העכער זייער לופט טעריטאָריע‎‎: די טאַליבאַנער וואָרענונג איז געקומען אין רעאַקציע צו דעם וואָס פּרעזידענט ביידען האָט געזאָגט אַז די אַמעריקאַנער מיליטער האָט שפּיאָנאַזש מעגליכקייטן העכער אַפגאַניסטאַן דורך די לופטן. די טאַליבאַן זאָגט אַז זייער לופט טעריטאָריע איז פאַרהייליגט און עס איז זייערס, און אַמעריקע וועט אויסשטיין נעגאַטיווע קאָנסעקווענצן אויב זיי פאַרלעצן עס.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/47648
"hate will never ever win"

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 8:28 am

עטליכע סענאַטאָרן אַרויסגעשטעלט א געזעץ פאָרשלאַג, וואָס וועט צווינגען יעדן צו זיין וואקסינירט, אויב וויל מען פליען דאָמעסטיק‎‎: די געזעץ פאָרשלאַג איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן דורך קאַליפאָרניע סענאַטאָר דייען פיינסטיין, וועלכע זאָגט אַז זי האַלט אַז דער געזעץ מוז דורכגעפירט ווערן נאָך איידער די פאַרנומענע חאָגע סעזאָן. פיינסטיין און אַנדערע שטיצער פון די געזעץ פאָרשלאַג זאָגן, אַז פּונקט ווי עס איז שוין פאַרלאַנגט צו זיין וואקסינירט צו קענען טאָן פאַרשידענע אַקטיוויטעטן, איז נאָרמאַל אַז מען זאָל מוזן זיין וואקסינירט צו קענען פליען דאָמעסטיק אויף פליגערס.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/47646
"hate will never ever win"

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 8:29 am

הויכראַנגיקער גענעראַל מאַרק מילי באַשולדיגט סטעיט דעפּאַרטמענט אין פּראָבלעמאַטישע אַפגאַניסטאַן עוואַקואַציע‎‎: גענעראַל מילי האט אויפגעטרעטן פאַר די סענאַטאָרן אין א געהיימע פאַרהער אין לויף פון צוויי טעג, און ער האָט אויפגעדעקט פאַרשידענע דעטאַלן איבער די עוואַקואַציע און די פּראָבלעמען וואָס האָבן עס געפּלאָגט. מילי האָט געזאָגט פאַר די סענאַטאָרן אַז ער האַלט אַז די סטעיט דעפּאַרטמענט באַאַמטע האָבן געוואַרט צו לאַנג צו פאַראָרדענען די עוואַקואַציע פלי רייזעס אַרויס פון קאַבול, און דאָס האָט געגעבן א שאַנס פאַר די כאַאָס צו וואַקסן.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/47642
"hate will never ever win"

דממה דקה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4601
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 8:44 am

.hershy האט געשריבן:אין קאַליפאָרניע האָט מען אידענטיפיצירט מער ווי פופציג קעיסעס פון די נייע געפאַרפולע "אַר-1" סטרעין פון די קאָראָנאַ וויירוס‎‎: די סי-די-סי זאָגט שוין יעצט אַז זי האַלט אַן אויג אויף די נייע פאַרשפּרייטע סטרעין, און די ערנסטע מעגליכקייט אַז עס קען בייקומען די יעצטיגע וואַקסינען קעגן קאָוויד. אַלעס אינאיינעם זענען שוין זייט היי יאָר מאַרטש אידענטיפיצירט געוואָרן 2,282 קעיסעס פון די אַר-1 סטרעין אין אַמעריקע, וואָס א מערהייט פון זיי זענען געווען אין קענטאָקי.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/47649

איך ווייס נישט ווער עס פיטערט Yiddish 24 מיט נייעס, באט איך האב שוין איינמאל געשריבן דא אז דאס איז פעיק ניוז!
קיין איין קלאסישע נייעס אגענטור ברענגט דאס נישט, און דאס איז נישט ריכטיג.

viewtopic.php?f=6&t=5245&p=3031858#p3031858
“This is a variant that, because of its properties, people are worried about it. But it died out already,” Los Angeles County Public Health Director Barbara Ferrer said Tuesday.

“This variant no longer appears to be in circulation in the United States,” she added.

https://www.latimes.com/california/stor ... lta-differ
לעצט פאראכטן דורך דממה דקה אום דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
השם גבולך שלום לפ"ק

סאבאבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך סאבאבא » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:54 am

פריערדיגע פרעמיער פון מדינת ישראל ביבי נתניהו האט אנגעהויבן שרייבן זיין אטא-ביאגראפיע בוך. עס וועט באשרייבן זיין לאנגיעריגע פאזיציע אלץ ראש ממשלה און אזוי אויך זיין דיפלאמאטישע און פינאנציעלע אסטראטעגיע. די בוך וועט געשריבען ווערן אין ענגליש וואס דאס איז א שפראך וואס איז נתניהו'ס מוטער-שפראך און איז געצילט בעיקר צו די אמעריקאנער בוך מארקעט, עס וועט שפעטער איבערגעטייטשט ווערו אויף עברית.
זיי ווער 'דו' ביסט, אלע אנדערע זענען שוין פארכאפט.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 12:04 pm

סאבאבא האט געשריבן:4 פון די 5 אומגענקומענע אין די שווערע עקסידענט זענען פון איין משפחה פון מעלות תרחישא. די מאמע מורן בן אלי (35) די קינדער דקל (15) ליאם (11) און די טאכטער אנאל, די טאטע איז מאושפז אין בית החולים רמב"ם אין א שווערע מצב . די פיפטע איז די נהג פון די באס מיטן נאמען אשר בסון (76) פון בת ים.

די 2 ברודער וואס זענען אומגעקומען

-הילדים-שנפטרו-בתאונה (1).jpg
-הילדים-שנפטרו-בתאונה (1).jpg (44.92 KiB) געזעהן 1427 מאל


די באס דרייווער

-נהג-האוטובוס-זל.jpg
-נהג-האוטובוס-זל.jpg (119.03 KiB) געזעהן 1427 מאל

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5081
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 12:17 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
.hershy האט געשריבן:ניו יאָרק גאָווערנאָר באַטראַכט אַריינצורופן נעשאָנעל גאַרד, אָנצופולן פּאָזיציעס פון אומוואקסינירטע העלט קעיר אַרבעטער‎‎: מאַסן העלט קעיר איינגעשטעלטע אין שפּיטעלער און נוירסינג האומס זענען נישט וואקסינירט און שטייען אויס צו פאַרלירן זייערע דזשאַבס מאָרגן ווען די וואַקסין מאַנדאַט גייט אַריין אין אַפעקט. גאָווערנאָר האקול באַטראַכט אונטערצושרייבן אַן עקזעקוטיוו אָרדער צו אַקטיוויזירן די נעשאָנעל גאַרד אָדער אַריינברענגען העלט קעיר אַרבעטער פון אַנדערע סטעיטס.


וואס איז געווארן?

דער עולם פארלירט דאכצעך היינט נאכט דשאבס

רעפובליקאנע געזעץ גיבער אייסערן זיך אז דאס'ז אן אביוז אוו פאוער, זיי טענה' ן אז וואלט מען געמאכט אז לכה"פ א וועכענטליכע נעגעטיוו טעסט איז אויך גוט וואלט די גובערנאטארקע נישט געברויכט צוקומען צו ברויכן ניצן די נעשענעל גארד דורכדעם וואס אזויפיל גייען מוזן אפטרעטן פון אמט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 3:06 pm

א בילדינג (וואס לכאורה מאכט מען דארט מיסעלס) האט אויפגעריסן נעבן די איראנע הויפטשטאט טעהראן


20210930_150436.jpg
20210930_150436.jpg (200.51 KiB) געזעהן 1243 מאל
א געזונטן ווינטער
נארמאל
א געזינטן ווינטער
גאר נארמאל
בכלל נישט מיך

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:26 pm

ספעשל קאונסעל זשאן דורהעם, וועלכע פארשט די אנהויב גרונדן פון די טראמפ-רוסלאנד צוזאמענארבעט געשיכטע, האט ארויסגעשיקט פרישע סובפינע פארלאנגען, אריינגערעכענט פאר די 'פערקינס קאוי' געזעץ פירמע (וואס איז געווען נאנט פארבינדן מיט די קלינטאן 2016 קאמפיין).

אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך קומט אריין קלאר » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:29 pm

וועט מילא נישט אויסמאכן!

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:30 pm

קומט אריין קלאר האט געשריבן:וועט מילא נישט אויסמאכן!

אנטשולדיגט פאראויס אויב ס'הערט זיך שארף!

מ'קען עפענען אן אשכול פאר "טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס דיעות"
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך קומט אריין קלאר » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:31 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
קומט אריין קלאר האט געשריבן:וועט מילא נישט אויסמאכן!

אנטשולדיגט פאראויס אויב ס'הערט זיך שארף!

מ'קען עפענען אן אשכול פאר "טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס דיעות"

איך גיי פאר דער געדאנק!...

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:32 pm

קומט אריין קלאר האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
קומט אריין קלאר האט געשריבן:וועט מילא נישט אויסמאכן!

אנטשולדיגט פאראויס אויב ס'הערט זיך שארף!

מ'קען עפענען אן אשכול פאר "טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס דיעות"

איך גיי פאר דער געדאנק!...

ש'כח!!

כ'האב מורא געהאט גייסט עס אפשר אויפנעמען בייסיג, כ'האב הנאה אז האסט געכאפט אז איך בין פשוט אין א לייכטע גוסטע
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך קומט אריין קלאר » דאנארשטאג סעפטעמבער 30, 2021 6:33 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
קומט אריין קלאר האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
קומט אריין קלאר האט געשריבן:וועט מילא נישט אויסמאכן!

אנטשולדיגט פאראויס אויב ס'הערט זיך שארף!

מ'קען עפענען אן אשכול פאר "טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס דיעות"

איך גיי פאר דער געדאנק!...

ש'כח!!

כ'האב מורא געהאט גייסט עס אפשר אויפנעמען בייסיג, כ'האב הנאה אז האסט געכאפט אז איך בין פשוט אין א לייכטע גוסטע

שוין געעפנט...

אוועטאר
הענדימען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג אוקטובער 01, 2021 1:44 am

קומט אריין קלאר האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
קומט אריין קלאר האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
קומט אריין קלאר האט געשריבן:וועט מילא נישט אויסמאכן!

אנטשולדיגט פאראויס אויב ס'הערט זיך שארף!

מ'קען עפענען אן אשכול פאר "טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס דיעות"

איך גיי פאר דער געדאנק!...

ש'כח!!

כ'האב מורא געהאט גייסט עס אפשר אויפנעמען בייסיג, כ'האב הנאה אז האסט געכאפט אז איך בין פשוט אין א לייכטע גוסטע

שוין געעפנט...

רעכט? (א איד גייט נישט לינקס)
לייג זיך אריין אין זיינע שיך
קענסט נישט עכט. הא?
נו לייג אריין אפאר דאלער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 03, 2021 9:07 am

אנגעצויגענקייט צווישן כינע און טייוואן שטייגט


די אנגעצויגענקייט צווישן טייוואן און כינע איז ארויף מיט נאך א שטאפל נאך וואס כינע האט ארויסגעשיקט צענדליגע עראפלאנען העכער טייוואן'ס לופט טעריטאריע.

טייוואן זאגט אז נעכטן שבת זענען אריבער געפארן העכער אירע לופט דעפענץ זאנע 39 מיליטערישע פליגער, נאכפאלגענדיג פון 38 א טאג פריער, צווישן זיי עטליכע נוקלעארע פליגערס.

די פירער פון טייוואן האט שטארק פארדאמט כינע'ס אגרעסיע אבער מ'האט גארנישט צוריק געהערט פון בעידזשינג.

אין דעם בילד: א כינעזער H-6 מיליטערישע פליגער (פון אויבן) פליעט העכער א וואסער נעבן טייוואן, ווען א טייוואן'ע F-16 פליגער (הינטערשטע) קומט צו פליען.

2272.jpg
2272.jpg (16.86 KiB) געזעהן 709 מאל

אוועטאר
את פתח לו
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך את פתח לו » זונטאג אוקטובער 03, 2021 9:50 am

Former President Donald Trump has filed a lawsuit in Florida asking a federal judge to force Twitter to reinstate his account. In Friday's filing, the 45th President of the United States argues that being banned from Twitter violates the First Amendment.

IVELT TEAM PAGE

https://www.charityextra.com/bdealta/38872

גיסט אריין געלט!!!
די באשעפער העט נישט שולדיג בלייבן!!!
לע''נ אלטע הי''ד בת ר' אברהם הי''ו

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג אוקטובער 03, 2021 9:54 am

את פתח לו האט געשריבן:
Former President Donald Trump has filed a lawsuit in Florida asking a federal judge to force Twitter to reinstate his account. In Friday's filing, the 45th President of the United States argues that being banned from Twitter violates the First Amendment.

Asking the federal judge to use Desantis’ Florida state law

נישטא ווער סאל לאכן

איך ווארט נאך שטייענדיג אז געטטר זאל איבער נעמען טוויטער, איך קען זיך שוין אראפ זעצן?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
את פתח לו
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך את פתח לו » זונטאג אוקטובער 03, 2021 10:02 am

בעריש'ל האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
Former President Donald Trump has filed a lawsuit in Florida asking a federal judge to force Twitter to reinstate his account. In Friday's filing, the 45th President of the United States argues that being banned from Twitter violates the First Amendment.

Asking the federal judge to use Desantis’ Florida state law

נישטא ווער סאל לאכן

איך ווארט נאך שטייענדיג אז געטטר זאל איבער נעמען טוויטער, איך קען זיך שוין אראפ זעצן?

טעגלעכע דעות אלערט

IVELT TEAM PAGE

https://www.charityextra.com/bdealta/38872

גיסט אריין געלט!!!
די באשעפער העט נישט שולדיג בלייבן!!!
לע''נ אלטע הי''ד בת ר' אברהם הי''ו

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 03, 2021 10:46 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:
אנגעצויגענקייט צווישן כינע און טייוואן שטייגט


די אנגעצויגענקייט צווישן טייוואן און כינע איז ארויף מיט נאך א שטאפל נאך וואס כינע האט ארויסגעשיקט צענדליגע עראפלאנען העכער טייוואן'ס לופט טעריטאריע.

טייוואן זאגט אז נעכטן שבת זענען אריבער געפארן העכער אירע לופט דעפענץ זאנע 39 מיליטערישע פליגער, נאכפאלגענדיג פון 38 א טאג פריער, צווישן זיי עטליכע נוקלעארע פליגערס.

די פירער פון טייוואן האט שטארק פארדאמט כינע'ס אגרעסיע אבער מ'האט גארנישט צוריק געהערט פון בעידזשינג.

אין דעם בילד: א כינעזער H-6 מיליטערישע פליגער (פון אויבן) פליעט העכער א וואסער נעבן טייוואן, ווען א טייוואן'ע F-16 פליגער (הינטערשטע) קומט צו פליען.


א מאפע פון די געגנט.
צוגעלייגטע
image (11).png
image (11).png (374.18 KiB) געזעהן 567 מאל

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 03, 2021 11:08 am

קורץ און שארף זונטאג נח


געויסע געגענטער אין כינע ליידן פון א מאנגל אין עלעקטעריציטעט, אפעקטירענדיג מיליאנען איינוואוינער מיט קורץ שלוסן.

***
אינדיע האט איינגעשטעלט א 10 טאגיגע קוואראנטין מאנדאט פאר בריטישע בירגער אפי' די וועלכע זענען שוין וואקסינירט.

***
אוסטראליע האט אראפגענומען איר לאנג פארצויגענע 18 חדשים'דיגע טרעוול באגרעניצונגען פאר וואקסינירטע.

***
די שפאנישע פרעמיער האט פארשפראכן 206 מיליאן יורא צוריק אויפצובויען דאס לא פאלמא אינזל, נאכפאלגענדיג די וואלקענאו פריער אין די חודש.

אין די זעלבע צייט זעהט מען ווי די וואלקענא ווערט אלס מער אגרעסיוו און וועט לויט די עקספערטן נעמען נאך וואכן.

***
די צפון קארעא אויסערן מינסטעריום האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט צו די יו.ען. סעקיוריטי קאנסול אז זיי זאלן בעסער טראכטן איידער'ן קריטיקירן דאס לאנד'ס מיסיל סיסטעם, און האט דערביי געווארענט מיט די קאנסעקווענצן.

***
די ערשטע עגיפטישע עירליין "egypt air" האט היינט געלאנדעט אין תל אביב.

די עירליין זאגט אז 4 דירעקטע פלי רייזעס גייען אפערירן יעדע וואך צווישן תל אביב און קאירא.

***
8 פראנצויזישע בירגער זענען אומגעקומען ווען א פריוואטע פליגער האט אריינגעקראכט אין א אפיס געביידע אין מילאן, איטאליע.

***
ראליס זענען אפגעהאלטן געווארן אין מער ווי 160 שטעט אין בראזיל, אנטקעגן די פירערשאפט פון די פרעזידענט זשאיאר באלסאנאראו.

דאס קומט פונקט א יאר בעפאר וואס דאס לאנד גרייט זיך אויף נאציאנאלע וואלן, און לויט די אנקעטעס פארמאגט באלסאנאראו א שוואכע צופרידענהייט ראטע.

***
הונדערטער אין די האנדורעס'ע אינזל גונאזשא ווערן עוועקאויאירט נאך וואס א פייער האט אויסגעבראכן אין די ראיאן וואס איז דערווייל נישט אין אונטער קאנטראל.

***

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג אוקטובער 03, 2021 11:17 am

אמעריקא'ס טויט צאל פון די קאראנע וויירוס האט דעגרייכט 700 טויזענט.

דאס ציפער איז העכער ווי די צאל אמעריקאנער אומגעקומענע ביי די 2 וועלט מלחמות, וויעטנאם און קארעא מלחמות צוזאמען.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 6:03 am

ברעיקינג: מדינת ישראל איז ערווארטעט צו באשטעטיגן אז מ'זאל אנהויבן אריינלאזן וואקסינירטע טוריסטן פון די גאנצע וועלט אנגעהויבן פון דעם קומענדיגע נאוועמבער למס'. די פונקטליכע דעטאלן אזוי אויך וועלכע צעטלעך מ'וועט דארפן האבן ביים פארן קיין ארץ ישראל איז נאכנישט קלאר. (מקור: ישראל היום)

אוועטאר
.hershy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2021 3:36 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך .hershy » מאנטאג אוקטובער 04, 2021 7:02 am

קריזיס צווישן אלדזשיריע
און פראנקרייך
פּאריז – אלדזשיריע האט באשולדיגט פראנקרייך, וועלכע איז אמאל געווען דער קאלאנישער פירער אויף אלדזשיריע, אז זי איז באגאנגען פעלקער-מארד, און אויך האט אלדזשיריע אהיימגערופן זייער אמבאסאדאר פון פראנקרייך. די אויפברויז פון אלדזשיריע קומט נאכדעם וואס דער פראנצויזישער פּרעזידענט עמאניועל מאקרון האט געזאגט אז אלדזשיריער אויטאריטעטן טוען אויפהעצן אנטי-פראנקרייך האס ביי זייער באפעלקערונג.
"hate will never ever win"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rutledge, אזוי וויל איך, מי שברך, שתקן און 31 געסט