טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

מיסטעריעז האט געשריבן:אויסטראליע. - א ריזיגע ראוד סיין איז אראפגעפאלן אויף א דורכפארנדע קאר, די פרוי וואס האט געדרייווט די קאר איז וואונדערליך ארויס מיט מילדע שאדן.

https://www.dropbox.com/s/pqgub256x8zw4 ... n.mp4?dl=0

#ויפגע במקום. פר׳ רש״י שקפצה לו..

כ׳ווייס נאר נישט אויב איר פלאן איז געווען צו פארן דארט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8613
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

האט דאך שוין לכאורה צוגעצייכנט צום גמרא רגלוהי דאינש אינין ערבין לי'.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך ווייס נישט אויב שוין געווען באריכטעט דא אויפן וועלטעל. אלענפאלס דאס איז די נייעס אין קורצן:

דער רייכסטער מענטש און די וועלט-זשעף בעזאוס- קען מעגליך דערלייגן האלב פון זיין רייכטום!

---
ומעשה שהיה קראך היה, בעפאר בעזאס האט געעפענט עמעזאון האט ער געארבעט אינאיינעם מיט זיין רעביצן ביי א ניו יארקער וואל סטריט פירמע, ויהי היום, איין טאג האבן זיי ביידע באשלאסן אריבערצומפן קיין סיאטעל וואשינגטאן און דארט עפענען א אייגענע ביזנעס, געטראכט און געטון... די פארל האט אריבערגעדרייווט די ברייט פון עמעריקע, פון ניו יארק ביז וואשינגטאן סטעיט. ארויסגעדינגען א בעיסמענט אין סיאטעל , איינגעקויפט עטליכע קאמפיוטערס, סערווערס, מיט א הינטל.

די פארל מיט נאך איין מענטש -א סאפטוועיר פראגראמער- האבן געמאכט די עמעזאון וועבסייט, גערופן בוק סופליי קאמפאניס, און אפילו געפאקט די בוכער און די שאכטלעך, און אפגעטראגן צום פאסט אפיס. און די פרייע צייט האבן זיי אלעמאל פארברענגט מיטן הינטל.

לימים האט בעזאוס איינגעזען אז די קאמפיוטערס דינען נישט די געברויך פון די ווארק לאוד. נו, וואס האט ער געטון? ער האט עס פשוט איינגעטוישט!
אביסל שפעטער האט בעזאוס איינגעזען אז די סערווערס קומט נישט נאך די פארלאנג וואס אזא מעכטיגע וועבסייט ברויך צו האבן, נו, וואס האט ער געטון? ער האט עס פשוט איינגעטוישט!
ויהי אחר הימים האלה און דער ביזנעס איז געוואקסן, בעזאוס האט אויפגענומען נייע פראפעסיאנאלע ארבעטערס פאר עמעזאון, און די חברה האבן אים אויפגעקלערט אז דער ערשטער ארבעטער איז טאקע גוט געווען צו פירן א קליינער קאמפאני, אבער ער איז נישט פאסיג אנציפירן אזא גרויסע אפאראט ווי עמעזאון איז געווען אין דריטן יאר פון איר עקזיסטענץ.
בעזאוס האט איינגעזען אז זיי זענען גערעכט,נו, וואס מיינט איר האט בעזאוס דאסמאל געטון? הער: ער האט עס פשוט איינגעטוישט!

אצינד איז נאך געבליבן דער הינטל די איינציגסטע אקטיווע מיטגליד מיטגליד -אויסער די בעזאוס פעמילי שטייצעך- וואס האט נאך געדענקט די ערשטע טאג פון עמעזאון.

אבער א הינט איז דאך נאר א הינט און סוף כל סוף איז דאס אויך אלט און קראנק געווארן, נו, אינז ווייס מיר דאך שוין וואס דער קלוגער בעזאוס טוט אין אזא פאל, ריכטיג? וואס האט ער געטון? יא, איר האט גוט צוגעטראפן! ער האט עס פשוט איינגעטוישט!

יעצט איז שוין נישט געבליבן נישט קיין סערווערס, נישט קיין קאמפיוטערס, נישט קיין ערשטע ארבעטערס און אפילו נישט קיין הינטל וואס האט מיטגעלעבט די דראמיטישע אנטוויקלונג פון עמעזאונ'ס ערשטע טאג ביז היינט, אצינד איז נאר געבליבן די בעזאוס פעמילי אליינס.

אבער א גוי איז דאך נאר א גוי, און זשעף האט איינגעזען אז זיין רעביצין דינט שוין אויך מער נישט זיינע געברויכן, נו אינז ווייס מיר דאך שוין וואס דער קאפשטיק בעזאוס טוט אין אזא פאל, ריכטיג? וואס האט ער געטון? יא יא, דו ווייסט גוט, ביסט ממש מכוון לדעתו ! ער האט איר פשוט איינגעטוישט!
--

אצינד שפעקאלירט מען אויף די מעגליכקייט אז מיסיס בעזאוס וועט נעמען האלב פון אלע מיסטער בעזאוס'ס עמעזאון סטאקס, דאס וואלט געמאכט מיסיס בעזאוס פאר די וועלטס רייכסטע פרוי, און ביל געיטס אלץ די וועלטס רייכסטע מענטש.
--
קליפס לאז איך פאר טשאדעלע (פונעם הינטל, פרויען טאר מען דאך נישט)
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג יאנואר 15, 2019 3:25 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
זקן מלא רחמים.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

בר דעת האט געשריבן:This whole divorce may be just a setup. Its the best way for him to sell a big chunk of his shares without causing the stock price to drop sharply.

פון דא.
@דערבארומדיג'ער,
וואס זאגסטו צו בר דעת'ענס סברא?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פארשער האט געשריבן:

איך האב שוין אמאל צירוקגעצויגען און דיר גערעכט געגעבן לגבי בעזאוס.

אבער אצינד וואלט איך אפגעווארפן אזא סברה.

1. א גוי וואס טוישט איין זיין ווייב נאך 25 יאר איז זייער א נארמאלע זאך, נישטא קיין סיבה צו זוכן זייטיגע הסברים, מען ווייסט פון די מכשפה וואס ער וויל נוצן פאר א ערזאץ, אלעס איז גראד און פשוט. משא''כ א העכערונג און וועיזשעס פאר טויזענטער עמעזאון ארבעטער איז עפעס וואס מען דארף זוכן א הסבר.
2. איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס גייט אים העלפן פארדינען א דאללער אויף זיינע סטאקס, ער זוכט נישט סתם פטור צו ווערן פון זיין געלט.
זקן מלא רחמים.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29317
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אבער מען טאר דאך נישט לייגן אלע אייער אין איין קארב. וואס ביז יעצט האט ער נישט געקענט פארקויפן צופיל עמעזאן שעירס.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

און וויאזוי פארקויפט ער עס אצינד?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8613
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:This whole divorce may be just a setup. Its the best way for him to sell a big chunk of his shares without causing the stock price to drop sharply.

פון דא.
@דערבארומדיג'ער,
וואס זאגסטו צו בר דעת'ענס סברא?

איך האב שוין אמאל צירוקגעצויגען און דיר גערעכט געגעבן לגבי בעזאוס.

אבער אצינד וואלט איך אפגעווארפן אזא סברה.

1. א גוי וואס טוישט איין זיין ווייב נאך 25 יאר איז זייער א נארמאלע זאך, נישטא קיין סיבה צו זוכן זייטיגע הסברים, מען ווייסט פון די מכשפה וואס ער וויל נוצן פאר א ערזאץ, אלעס איז גראד און פשוט. משא''כ א העכערונג און וועיזשעס פאר טויזענטער עמעזאון ארבעטער איז עפעס וואס מען דארף זוכן א הסבר.
2. איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס גייט אים העלפן פארדינען א דאללער אויף זיינע סטאקס, ער זוכט נישט סתם פטור צו ווערן פון זיין געלט.

כ'וויל נישט אריינגיין אין פרטים, אבער עס קוקט אויס ווי ער איז געכאפט געווארן אין א פריוואטע סקאנדאל און דאס האט איהם געמאכט זיך צו צוטיילן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
looking forward
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך looking forward »

איי וויי .... דעסשסז גוט געווען. ווען איך קען מיר ווען איינטוישן מיט דערבארומדיג׳ער.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

דערבארומדיגער:

סופער!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

מיסטערעז האט געשריבן:
פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!

דערבארומדיג'ער, טשאדעלע סטייל

לייגט ער צו א קליפ(טשי) און איך וואלט קיינמאל געכאפט אז דאס האט נישט טשאדעלע געשריבן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אבער א גוי איז דאך נאר א גוי, און זשעף האט איינגעזען אז זיין רעביצין דינט שוין אויך מער נישט זיינע געברויכן, נו אינז ווייס מיר דאך שוין וואס דער קאפשטיק בעזאוס טוט אין אזא פאל, ריכטיג? וואס האט ער געטון? יא יא, דו ווייסט גוט, ביסט ממש מכוון לדעתו ! ער האט איר פשוט איינגעטוישט!
--
[/size]

איך שטיי שוין אין די ליין,
איין טאג וועט ער שוין נישט זיין אינטערעסירט אין די ביזנעס,
וואס מיינסטו העט ער טוהן, פשוט: איינטוישן.

נא בעקסיס טא לעט.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

עף בי איי האבן ארעסטירט א פארשוין פון אטלאנטא וואס האט פלאנירט אום מארגן צו אויפרייסן דער ווייסער הויז אין וואשינגטאן.
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווען דער "וואשינגטאן פאוסט" איז עכט "פעיק"

געדרוקטע קאפיעס פון "וואשינגטאן פאוסט" צייטונגען זענען פארשפרייט געווארן נעכטן לענגאויס וואשינגטאן די-סי, מיט א שרייענדיגע העדליין אז פרעזידענט טראמפ האט ענדליך אפגעטרעטן פון אמט.

דער פראבלעם איז אז די צייטונגען זענען געווען "פעיק ניוז", דאס הייסט אז ס'איז נישט געווען עכטע קאפיעס פונעם וואשינגטאן פאוסט, נאר עמיצער האט געדרוקט פאלשע צייטונגען. די פאלשע צייטונגען האבן געטראגן א שרייענדיגן העדליין "טראמפ פארלאזט אין איילעניש ווייסן הויז, ברענגענדיג ענדע צו קריזיס".

דער עכטער וואשינגטאן פאוסט האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זי פארשט אויס ווער עס שטייט אונטער דעם.

unnamed.jpg
unnamed.jpg (57.54 KiB) געזען 1886 מאל

איד דעילי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

פרעזידענט האט געשריבן:עף בי איי האבן ארעסטירט א פארשוין פון אטלאנטא וואס האט פלאנירט אום מארגן צו אויפרייסן דער ווייסער הויז אין וואשינגטאן.

:grin: :grin:

קודאס פאר די FBI פאר זייער גרונטליכע ארבעט!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

אז מ׳באצאלט נישט, צאלט מען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

אנינטערסאנטע געשעעניש האט היינט פאסירט אין ליווערפּאָל - א קליינע געגענט אין ענגלאנד, ווי א האטעל וואס האט זיך געדארפט ווידער_עפענען אין די קומענדע טעג האט געמיזט אפרופן די פלענער.

דער ״טרעוועלאדזש״ האטעל וואס האט דעם היינטיגן אינדערפרי געענדיגט א קאנסטראקציע פראיעקט אויף זייער בנין, בשעת די רייניגונגס פירמע זענען שוין געווען טעיטיג צו ענדיגן אויפריינוגען און צוגרייטן דעם האטעל צום ווידער_עפענונג, האט אן ארבעטער פון די קאנטראקטאר וואס האט אנגעפירט די איבערבוי פראיעקט געמאכט א מכה בפטיש.

עפעס א געפעך האט ער געהאט מיט זיין בעה״ב וואס האט אים פארפעלט צו באצאלן עפעס איין פּעי טשעק פון £600, און ווי ס׳ווייזט אויס האט דער ארבעטער היינט אינדערפרי, זעהענדיג אז דער האטעל אייגענטומער האלט אט אט ביים געבן סיין_אףף פאר זיין בעה״ב, באשלאסן לערנען בלק מיט זיין ארבעט׳ס געבער.

ער האט געוואלט זיכערמאכן אז זיין בעה״ב איז נישט עובר אויף לא תלין פעולת שכיר, ווייל איינמאל זיין בעה״ב ערפילט אפציעל דעם קאנטראקט, וועט ער אטאמאטיש עובר זיין אויפן לאו. האט ער געזיכט א וועג צו ״עקסטענדן״ דעם קאנטראקט אויף נאך אפאר חדשים, אזוי פארדינט ער מער צייט...

ער האט זיך צוגעשארט צו איינע פון די טראקטאר׳ן וואס זענען געשטאנען אינדערויסן, זיך אריינגעזעצט דערין און צוגעפארן צום גרויסן טויער פונעם האטעל, ארויפצופארן די טרעפּ האט ער נישט געהאט קיין שוועריקייטן, ווייל די מאשין וואס ער האט געדרייווט איז דאך געבויט ממש פאר דעם.

קודם האט ער אראפגענומען דעם גרויסן - נארוואס אונסטאלירטער שיינע גלארזערנע טויער, אזוי האט ער געהאט פלאץ אריינצופארן אינעוויינוג ווי א מענטש, און איינמאל ער איז שוין געווען אינעוויינוג איז זיין ארבעט אנגעקומען גרינג.

בשעת זיין אקציע האט דער אנגעווייטאגטער ארבעטער כסדר געשריגן נאכאמאל און נאכאמאל, ״ככה יעשה לאיש וואס באצאלט נישט זיינע ארבעטער״...

זיינע געלעמטע קאלעגעס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, זעהנדיג וויזוי זייער ארבעט גייט לתמיון פארענט פון זייער אויגן זענען געווען שאקירט ביזן הימל. זיי האבן געשטאנען מאכטלאז ביז דער יקיש האט געענדיגט אפגעטאן זיינס און צוריק ארויסגעפארן פונעם זעלבן טיר ווי ער איז אריינגעפארן, הערשט דעמאלטס האבן זיי באוויזן צו פארלעשן דעם טרעקטאר.

ס׳האט גענומען איבער צוואנציג מינוט ביז פאליציי זענען אנגעקומען אויפן צענע, דער ״פיקסער מען״ איז אבער שוין לאנג נישט דארט געווען.

#בונה ע״מ לסתור
#דע בעגינינג אוו די ענד

קליפיטש אפגעכאפט פון אינדרויסן.
דראפבאקסגוגל דרייוו

קליפיטש אפגעגאפט פון אינעוויינוג.
דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

אה טשאדעלע האט שוין א פרישע געשיכטע
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

טשאדי באדי!

פיינע ווארע מיט א קליפיטש אין די זייט וואס קען זיין בעסער?
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

וואו, המשבר בנין בחמתו...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

#קאקא...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29317
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גיי פארשטיי וואס פאר א ברי' אחשורוש איז געווען אז ער האט נישט געגליכן קיין טשאדעלע באדעלע מעשיות.

איי דאונט אנדערסטענד הים.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”