טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דעת בעל הבית
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך דעת בעל הבית » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 12:53 pm

הויעך האט געשריבן:
יעקב פריינד האט געשריבן:
lazy האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:די מילך קעסטלעך טשאלאנדזש קען זיין טויטליך...
א מאן אין מערילענד וואס האט דורכגעפירט די לעצטיגע מילך קעסטל טשאלאנדזש, איז אומגעקומען נאך וואס אן אומאידענטיפיצירטע פארביי גייער האט אים געשאסן גלייך נאך וואס ער האט דאס גע'ענדיגט דורכפירן. פאליציי זוכט פאר די פארברעכער.

וואסי דאס מילך קעסטל טשעלענזש?
עסקינג פאר א פרענד…

והעיקר שכויעך פאר דיינע כסדרדיגע באריכטען, עס איז גאר אינטערסאנט און געשריבן קורץ צום פוינט.
קיפ איט אפ!

א לעצטיגע טשאלאנדזש בעיקר אויף טיק טאק ווי מען הויפנט אן אסאך מילך קעסטלעך ווי א סטעפס ארויף און אראפ אויף די אנדערע זייט און די טשאלאנדזש איז צו קענען אדורך מאכן די גאנצע זאך אן אראפפאלן וואס פארשטייט זיך איז זייער שווער וועגן קעסטלעך איינס אויפן צווייטן איז בכלל נישט אזוי סטאביל און זעכער נישט אינמיטן וואס איז אזוי הויעך ווי 7 - 8 קעסטלעך

די טשאלאנדזש האט שוין איבערגעלאזט אסאך פארוואונדעטע די טיק טאק פלאטפארמע האט היינט פארבאטן די טשאלאנדזש אויף זייער עפפ

איך האף אז עס איז גענוג קלאר

און מרעד נישט פון די אלעמען באקאנטע מילך קעסטעל וואס אונז זעה מיר געווענליך, מרעד פון די קלענערע קעסטלעך.

פארוואס זאגסטו אזוי?

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 1:57 pm

א דייטשע פירמע האט אפגעקויפט די "פאליטיקא" נייעס אגענטור פאר 1 ביליאן דאלער.

היינט האבן זיי געמאלדן אז זיי וועלן נישט פארלאנגען פון די פאליטיקא ארבעטער צו אונטערשרייבן די קאמפאני'ס מיסיע סטעיטמענט וועלכע זאגט צו טרייהייט פאר איראעל..
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך איש חמודות » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 3:39 pm

איש חמודות האט געשריבן:א 19 יעריגער לייפגארד אין Berkeley Township ניו דזשערזי איז געשטארבן, און 6 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס א בליץ האט זיי באטראפן ביים ביטש.

ווערט יעצט באקאנט אז די בליץ האט געטרעוועלט 4 מייל...

Lightning that killed a 19-year-old lifeguard yesterday in South Seaside Park struck four miles out ahead of the actual storm
צוגעלייגטע
בליצן.jpg
בליצן.jpg (73.13 KiB) געזעהן 2445 מאל

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 10:13 am

קורץ און שארף מיטוואך נצבים


די עסטרייכישע קאנצלער סאבאסטיען קורץ האט זיך נעכטן געטראפן מיט די דייטשע קאנצלער פרוי אנגעלע מארקעל אויף געשפרעכן שטייענדיג עטליכע וואכן בעפאר זי גייט ארויס פון אפיס.

***
די פראנצויזישע פרעמיער מינסטער זאגט אז איבער 50 מיליאן בירגער אין לאנד האבן שוין באגריגן אומווייניגסטנס 1 דאזע פון די וואקסין.

***
א נייע פרעזידענט איז אויפגענומען געווארן אין עסטאוניע. אלער קעריס, האט געוואונען מיט א מערהייט שטיצע אין דאס לאנד'ס פארליעמענט געביידע.

***
איטאליע'ס דיגיטאלע גרין פאספארט פאר שולע איינגעשטעלטע, און העלט קעיר ארבעטער, ברענגט א כוואליע פראטעסטן לענגאויס דאס לאנד, ווי אקטיוויסטן סטראשען מיט אפשטעלן דאס לאנד'ס סאבוועי סיסטעם וואס ברענגט די פאליציי אויף א הויכע אלערט ביי די באן סטאנציע'ס לענגאויס איטאליע.

***
א באריכט פון די אונטערנאציאנאלע אימיגראציע ארגאניזאציע צייגט אז ארום 525 מענטשן פון אפריקע וואס האבן זיך פרובירט צו אריינכאפן צו די שפאנישע אינזלען דורך די אטלאנטישע אקעאן זענען אומגעקומען אויפן וועג. די דאזיגע וועג איז איינער פון וועלט'ס מערסט גאפארפולע אמיגראציע וועגן.

***
די פארטוגעזישע אינערן מיניסטער זאגט אז דאס לאנד האט די פינאנציעלע קעפעסעטי צו קענען אקאמאדירן הונדערטער אפגאנער פליטים, מיט א הויפט פריאריטעט פאר פרויען און קינדער, אין צוגאב צו 84 וועלכע געפינען זיך שוין דארט.

***
די פולישע פרעמיער מינסטער באטראכט א פלאן צו דעקלערן אן עמערדזשענסי צושטאנד אין 183 דערפער און געגענטער וואס זענען פלאצירט ביז 3 קילאמעטער צום בעלארוס'ע גרעניץ, נאכפאלגענדיג די אימיגראנטן קריזיס.

***
סלאוואקיע'ס פראגרעסן אינעם קאמף אנטקעגן קארופציע איז אונטער פראגע צייכן נאך וואס די ניי אויפגענומענע אטורני דזשענעראל האט אפגעווארפן עטליכע קלאגעס אויף רעגירונג'ס באאמטע, אריינגערעכנט די לאנד'ס פאליציי טשיעף.

***
א שאצונג אין ענגלאנד צייגט אז פראפערטי פרייזן אין לאנד זענען יעצט 13 פראצענט העכער ווי בעפאר די קאראנע וויירוס מגיפה.

***
די קלימאטן טויש גרופע'ס אין לאנדאן וועלכע האלטן אפ טעגליכע ראליס אויף די פארנומענע לאנדאן'ע שאסייען האבן נעכטן באוויזן אפצושטעלן די 'לאנדאן בריק' פאר עטליכע שעה.

***
עקסטרעמע וועטערן האט לויט א יו.ען. שאצונג אומגעברענגט 2 מיליאן מענטשן אין די לעצטע 50 יאר.

***
א בריטישע דזשורנאליסט איז געהארגעט געווארן אין דאס אפריקאנער לאנד גהאנא דורך באוועפענטע רויבער, זייענדיג אויפן וועג צו דאקומענטירן א לאקאלע מוסלומענער געמיינדע.

***
איירלאנד'ס באפעלקערונג האט דעגרייכט 5 מיליאן, דאס ערשטע מאל זינט יאר 1851 למס'.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
נארמאליזעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 10:37 am

שכח עירוב תבשילין

קורץ קלאר און שארף
ושמחת בחגך והיית אך שמח. אוי אך אך שמח אך אך שמח....

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 2:49 pm

ערשטע באריכטן איבער א 6.2 ערדציטעניש וואס האט באטראפן די בארטנס אין צפון טשילע
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 4:52 pm

ניו יארק גאווערנאר האקהול האט געשטעלט פרוי גארסיע פון ניו יארק סיטי אלס די דירעקטאר פון די סטעיט אפירעישענס.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 5:10 pm

טשעיס באנק האט זיך אנטשולדיגט צו גענעראל מייקל פלין און פאמיליע און געמאלדן אז זיי גייען צוריקשטעלן זייער קרעדיט קארדס אין דינסט, נאך וואס זיי האבן געהאט געשיקט א בריוו צו די פלין פאמיליע אז זיי פארמאכן זייער קרעדיט קארד צוליב א ריסק צו זייער רעפוטאציע.
מייקל פלין האט ארויסגעשטעלט די קאפי פון די קענסעלעישען בריוו אויף אינסטאגראם און צוגעלייגט אז טשעיס זאל זיך קודם זארגען צו פארבעסערן זייער אייגענע רעפוטאציע, ווארשיינליך זיך באציענדיג צו א געוויסע סקים קלאגע וואס טשעיס איז איינגעגאנגען צו סעטלען מיט די דזשאסטיס דעפארטמענט פאר די סומע פון 000,$920,000 מיליאן .

image (1).jpg
image (1).jpg (49.4 KiB) געזעהן 1261 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (30.06 KiB) געזעהן 1261 מאל

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 12:22 pm

קורץ און שארף דאנערשטאג נצבים


זאלינסקי אין וואשינגטאן

די אוקריינישע פרעזידענט ווילאדאמיר זאלינסקי געפינט זיך אין וואשינגטאן אויף געשפרעכן מיט פרעזידענט ביידן, צווישן אנדערע האט ביידן פארדאמט רוסלאנד'ס אגרעסיע און פארשפראכן א 60 מליאן דאלער'דיגע מיליטערישע הילף פעקל פאר אוקריינע.

***
אינפלאציע אין פוילן

סטאטיסטיקס אין פולין צייגן אז די אנואלע אינפלאציע ראטע האט דעגרייכט 5.4 פראצענט, דאס מיינט אז דאס יאר איז געווען די שנעלסטע העכערונג אין קאנסומער פרייזן זינט 2001.

***
פראטעסטן אין סלאוואקיע

אנטי רעגירונג פראטעסטן האבן אויסגעבראכן אין סלאוואקיע'ס 2 גרעסטע שטעט אנטקעגן די רעגירונג'ס קאראנע באגרעניצונגען שטייענדיג אינמיטן די ארטיגע נאציאנאלע חגא.

***
פארטוגאל קוואראנטין פארגרינגערט

פארטוגאל האט אראפגענומען די קוואראנטין מאנדאט פאר רייזענדע פון ענגלאנד און בראזיל.

***

טויטע פיש אין שפאניע

עירוב תבשילין האט געשריבן:
טויזענטע טויטע פיש זענען געפינען געווארן ביי די שפאניע'ע מאר-מענאר ים בארטן אין דרום-מזרח שפאניע שאקירענדיג לאקאלע איינוואוינער און טוריסטן, און שאפט זארג ביי די ענווייראמענטליסטן.



א געריכט אין שפאניע האט געעפענט אן אויספארשונג אויף די ענווייראמענט מיניסטער אין לאנד נאכפאלגענדיג די טויטע פיש וואס זענען ארויפגעשווימען אויפ'ן אויבערפלאך.

***
גריכישע באאמטע אנטשולדיגט זיך

די גריכישע נייע העלט מינסטער האט זיך אנטשולדיגט פאר די אידישע געמיינדע נאך וואס ער האט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע לויזונגען אין די פארגאנגענהייט.

***
קלימאטן טויש ראלי'ס פארדאמט

אן עקאלאגישע מינסטער אין איטאליע האט געלאזט פאלן ווערטער איבער די קלימאטן טויש אקטיוויסטן זאגענדיג 'אז די וועלט איז פיל מיט ראדיקאלע עקסטרימיסטן און עקסטרעמע ענווייראמענטעליסטן וואס איז פיל ערגער ווי די קלימאטן טויש קריזיס אליין'

אין אנדערע נייעס האט די לאנדאן'ע מעיאר סאדיק קאהאן געזאגט אין א סטעיטמענט אז די עקסטינגשאן רעבעלן גרופע וועלכע האלטן אפ טעגליכע ראליס אין לאנדאן איז א טיילווייז קרימינאלע גרופע.

***
סלאוועניע נעמט שריט אנטקעגן ווילדע פראטעסטירער

סלאוועניע'ס אינערן מיניסטעריום האט געהעכערט די געלט שטראפן פאר די וועלכע באגייען זיך ווילד און אגרעסיוו צו די פאליציי און רעגירונג'ס באאמטע, נאכפאלגענדיג א כוואליע אנטי רעגירונג פראטעסטן די לעצטע שטיק צייט.

***
טעלעוויזיע פרעזענטירער ריינגעוואשן

פיערס מארגען א בריטישע טעלעוויזיע פערזענליכקייט וועלכע האט געלאזט פאלן ווערטער אנטקעגן מעגהען מארקעל די געוועזענע אייניקל פון די בריטישע קעניגן, איז געווארן ריינגעוואשן.

***
רוסלאנד מאכט אוועק אמעריקא

די רוסישע פרעזידענט וולאדאמיר פויטן האט נעכטן אין א רעדע אוועקגעמאכט די אמעריקאנער אנוועזענהייט אין אפגאניסטאן זאגענדיג אז דאס האט געברענגט זערא רעזולטאטן.

***
האנג קאנג פראטעסטירער ארעסטירט

7 האנג קאנג אקטיוויסטן זענען פאראורטיילט געווארן צו 16 חדשים טורמע פארן אנגעבליך אנטייל נעמען אין די דעמאקראטישע פרייהייט פראטעסטן וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן אין יאר 2019 אנטקעגן די כינעזער רעגירונג.

***
שולע אין ניגעריע געהיידזשעקט

באוופענטע באנדיטן האבן א פארכאפט א שולע אין די זאמפארא פראווינץ אין ניידזשיריע און געקידנעפט 73 קינדער. דאס איז די לעצטע אין רייע אינצידענטן אין די ארטיגע ראיאן, א טאקטיק וואס די טעראריסטישע באנדעס נוצן אויף צו מאכן אויסלייז געלט.

***
עגיפטן גייט פראדעצירן כינעזער וואקסין

עגיפטן זאגט אז זיי גייען פראדעצירן 1 ביליאן וואקסין דאזעס א יאר פון די כינעזער סינאופארם וואקסין. אין אלגעמיין האט עגיפטן מיט א באפעלקערונג פון 100 מיליאן בירגער וואקסינירט בלויז 7.5 מיליאן בירגער.

***
באטסוואנא העלט מיניסטער סוספענדירט

די באטסוואנא העלט מיניסטער איז געווארן סוספענדירט פון אמט דורך'ן פרעזידענט פאר'ן אנגעבליך פארלעצן קאראנע באגרעניצונגען.

***
סואט אפריקע נעמט נישט אריין אפגאנער פליטים

סאוט אפריקע האט אפגעווארפן א פארלאנג צו צייטווייליג אריינעמען אפגאנער פליטים פון פאקיסטאן וועלכע זענען אויפן וועג צו אנדערע לענדער.

***
קינד אין קעניא גייט 22 מייל

א קליין קינד אין קעניא האט אנגעמאכט א שטורעם אין לאנד נאך וואס ער איז געגאנגען צופיס 22 מייל פון זיין שולע צו זיין הויז, נישט קענענדיג באצאלן די קאסטן פון די באס רייזע.

דאס טוט אונטערשטרייכן די גרויסע ארעמקייט פון די ארטיגע בירגער.

***
ראסיזם אין אינדיע

א באריכט אין אינדיע צייגט אז ראסיסטישע אטאקעס פון די הינדא באפעלקערונג אויף די מוסלעמענער מיינאריטעט איז שארף געשטיגן, אן וואס די רעגירונג זאל נעמען ערנסטע שריט דערוועגן.

***

פיבער ביי אינגע קינדער

געזונטהייט עקספערטן אין צפון אינדיע קוקן אריין אין א מאדנע פיבער וועלכע פארשפרייט זיך ביי אינגע קינדער.

מער ווי 50 באזונדערע פעלער זענען באריכטעט געווארן, ווי קינדער וועקן זיך אויף אינדערפרי מיט הויכע פיבער וואס טייל פון זיי זענען אומגעקומען.

***
וואסער טריקעניש אין דרום אמעריקא

די וואסער לעוועל'ס אין די פאראנא טייך וואס איז די 2'טע גרעסטע טייך נאך די עמעזאן אין דרום אמעריקא איז לויט סייענטיסטן געפאלן צו די נידריגסטע שטאפלען זינט יאר 1994.

די טרוקעניש טוט שטארק אפעקטירן די פיש מארקעט אין די ראיאן ווי אויך טרונקן מער ווי 40 מיליאן מענטשן פון די וואסער.

***
פאטאלע עקסידענט אין פערו

32 זענען אומגעקומען און 20 פארוואונדערט נאך וואס א באס האט זיך איבערגעקערט פון א הויכע בארג אין פערו, נעבן די הויפטשטאט לימע.

***
אינדיע - קאלאמביע באציאונגען

אינידע'ס אויסערן מינסטער גייט אפרייזן קיין קאלאמביע אין א פרואוו צו פארשטערקערן די באציאונגען צווישן די צוויי.

***
לאטעם באנייעט פלי רייזעס

די בראזילאנער פלי געזעלטשאפט 'לאטאם' וועלכע איז די גרעסטע אין לאטין-אמעריקא וועט באנייען עטליכע דירעקטע פלי רייזעס פון בראזיל קיין אייראפע, נאך וואס עטליכע לענדער האבן געעפענט די טויערן פאר בראזיל.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 2:28 pm

עירוב תבשילין האט געשריבן:קורץ און שארף דאנערשטאג נצבים


הערליך שיין, יישר כח
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
אוראייניקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 4:37 pm

;l;p- ;l;p-
ייש"כ עירוב.

קארץ און נאך קערצער!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 5:59 pm

;l;p-

אוועטאר
נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 6:11 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:קורץ און שארף דאנערשטאג נצבים


הערליך שיין, יישר כח

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 6:26 pm

גייסט זיין וואויל? דא האסטו א קענדי!
כעלעם, איך מיין, סען פראציסקא מעיאר, א (נישט וויכטיג צו זאגן), האט ארויסגעשטעלט די דריעם קיפער פיילאט פראגרעם, וואס וועט צוטיילן $300 דאלער פאר אינדיווידואלען וואס זאגן צו אז זיי גייען זיך נישט שיסן איינער דעם צווייטן, אדער גייען נישט ווערן געשאסן, אין א פארזיך אראפצוברענגען די שיסעריי קריים אין די געגענט.
ווען מען קען קויפן שכל מיט די $300, וואלטן מיר שיין געשטאנען.

Untitled.jpg
Untitled.jpg (29.13 KiB) געזעהן 492 מאל
לעצט פאראכטן דורך עפעס אנדערש אום דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 7:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 6:38 pm

א סי די סי רעפארט צייגט אן אז אזוי פיל ווי 15 מיליאן קאוויד וואקסין דאזעס זענען געווארן אוועקגעווארפן אין מיסט זינט דעם פארגאנגענעם מארטש.

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 6:44 pm

וויאזוי זאגט מן צו אז מען גייט נישט ווערן געשאסן?

אוועטאר
מים חיים
שר האלפיים
תגובות: 2718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 6:48 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:וויאזוי זאגט מן צו אז מען גייט נישט ווערן געשאסן?

נאו פראבלעם, אויב קען מען עס נישט איינהאלטן איז עס במילא נישט קיין ליגנט...

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2021 6:59 pm

.
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 17685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 12:50 am

א דאנק עירוב פאר די געשמאקע באריכט!

אויך א דאנק פאר עפעס פאר די שיינע נייעסלעך מיט עפעס א ספייס!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:15 am

א שטעכעריי אטאקע אין א סופערמארקעט אין אוקלאנד, ניו זילאנד האט איבערגעלאזט 6 טויטע און נאך עטליכע פארוואונדערטע.

די טעראריסט, אן אייסיס שטיצער איז געשאסן געווארן דורך די פאליציי, אין די 60 סעקונדען פון די שטעכעריי אטאקע.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 6:39 am

קורץ און שארף פרייטאג נצבים


פולישע אימיגראנטן קריזיס

עירוב תבשילין האט געשריבן:
***
די פולישע פרעמיער מינסטער באטראכט א פלאן צו דעקלערן אן עמערדזשענסי צושטאנד אין 183 דערפער און געגענטער וואס זענען פלאצירט ביז 3 קילאמעטער צום בעלארוס'ע גרעניץ, נאכפאלגענדיג די אימיגראנטן קריזיס.



די פולישע פרעזידענט האט אוטאריזירט דאס איינפירן א סטעיט אוו עמערדזשענסי ביים פוילין בעלארוס גרעניץ אין ליכט פון די פלייץ פון עמיגראנטן. עס איז ערווארטעט צו באשטעטיגט ווערן אין פארליעמענט דעם מאנטאג.

***
עסטרייך אנטיסעמיטיזם

עסטרייך האט צוגעזעהן א שארפע העכערונג אין אנטיסעמיטישע אינצידענטן לויט א שאצונג.

בלויז אין ערשטע האלבע יאר פון 2021 זענען באריכטעט געווארן איבער 560 אטאקעס.

***
גאן קריים אין שוועדן

שוועדישע באאמטע דרוקן אויס זארג איבער א כוואליע פון שיסעריי אטאקעס וואס פלאגט די הוטיפטשטאט שטאקהאלם. 4 באזונדערע שיסערייען זענען באריכטעט געווארן און פארלאפענעם אוגוסט איבערלאזענדיג כאטש 1 טויטע.

***
פארטוגאל: פארדעכטיגטע ארעסטירט

2 אויסלענדישע בירגער וועלכע זענען מיטגלידער פון די איסלאמישע דזשיהאד גרופע 'דאיעש' זענען ארעסטירט געווארן אין פארטוגאל'ס הויפטשטאט ליסבאן אויף פארדאכטן פון א טעראר אטאקע,

***
איטאליע וואקסין מאנדאט

די איטאליענישע רעגירונג גייט אנהויבן געבן א דריטע וויירוס וואקסין בוסטער, ווי אויך וועט דאס ווערן א מאנדאט איינמאל די אייראפעאישע געזונטהייט רעגולאטור וועט דאס אראפנעמען פון אן 'עמערדזשענסי' באנוץ צושטאנד צו רעגולערע באנוץ.

***
רעגן אין שפאניע

גאר שטארקע רעגענעס האט באטראפן דאס לאנד שפאניע, אויף א פארנעם וואס מ'זעהט נישט אזא צייט אין א נארמאלע יאר.

***
לאקדאון אין טשעכיי

רעסטוראנט און האטעל אייגענטומער אין פראג האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן פראטעסטירענדיג נאך וואס די רעגירונג האט פארארדענט אז זיי דארפן זיין פארמאכט פאר א חודש נאכפאלגענדיג די אויפשטייג אין די דעלטא סטרעין.

***
ראאב אין קאטאר

די בריטישע אויסערן סעקרעטאר דאמיניק ראאב געפינט זיך אין קאטאר אויף פארהאנדלונגען איבער די נייע אפגאנער רעזשים.

***
בעלגישע ראיעל פאמיליע אין קוואראנטין

די בעלגישע קעניגליכע פאמיליע געפינט זיך אין קוואראנטין נאך וואס א פאמיליע מיטגליד האט געטעסט פאזיטיוו צום וויירוס.

***
בלאקאדע אין עטיאפיע

א דע פאקטא בלאקאדע פון די עטיאפישע רעגירונג אריין צו די צופלקטע טיגרעי ראיאן טוט בלאקירן לעבנס וויכטיגע פראדוקטן אריין צו די ראיאן אין שטעלט אין געפאר מיליאנען מענטשן, לויט א באריכט פון די יונייטעד נעישאנס הומעניטערישע אגענטור.

***
רוסלאנד ווארנט טעכנאלאגיע ריזן

רוסלאנד'ס קאמוניקאציע אגענטורן האבן געסטראשעט די טעכנאלאגישע קאמפעניס 'עפל' מיט 'גוגל' פארן צולאזן אן עפפ וועלכע קומט אין שטיצע פון די אפאזיציע פיגור אלעקסיי נאוואלני.

***
אומפאפולערע יאפאנעזער פ"מ

די יאפאנעזער פרעמיער מינסטער זאגט אז ער גייט נישט לויפן פאר ווידער וויילונג, שטייענדיג וויניגער ווי יאר וואס ער איז אריין אין אפיס. די פרעימיער מינסטער איז אומפאפולער און פארמאגט בלויז א 30 פראצענט'יגע שטיצע פון די באפעלקערונג
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 6:40 am

א דאנק פאר די אלע דאנקערס.

הערות והארות יתקבלו בברכה סיי דא און סיי אין אישי.

א גוט שבת!
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 6:46 am

לגבי די ארעסטירטע אין פארטוגאל, עס דאכט מיר אז די אייסיס טעראר גרופע האט אויך נאך נעמען, אריינגערעכנט די איסלאמישע שטאט, דאעש, אייסיל, ועוד ידם נטוי'......
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עלטעפעטער » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 6:59 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:א שטעכעריי אטאקע אין א סופערמארקעט אין אוקלאנד, ניו זילאנד האט איבערגעלאזט 6 טויטע און נאך עטליכע פארוואונדערטע.

די טעראריסט, אן אייסיס שטיצער איז געשאסן געווארן דורך די פאליציי, אין די 60 סעקונדען פון די שטעכעריי אטאקע.

ביינונז ווערט עס אנגערופן א שטעכעראר אטאקע
איך בין נישט דא צו זאגן מיין מיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.

יצחק אייזיק
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך יצחק אייזיק » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 7:25 am

א גולם האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:מדינת ישראל באריכטעט אז דורכאויס די לעצטע יאר, איז אנגעקומען אין זייער פאסט אפיס א פלייץ פון בריוון צו גאט, וואס די מערהייט דערפון בעטן אז גאט זאל ענדיגן די קאראנע פאנדעמיק.
_DYZSJqN.jpg


וואס טוט זיך מיט חירם דרבינו גרשון...

מיין שאלה איז פארוואס די חברה שיקן עס נאך מיט די פאסט, ווען אפי' אין חב"ד שיקט מען שוין היינט צום רבי'ן דורך אימעיל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: winner, א מוח, גג על גג, גליטשעדיג, הירש בן משה, יאנקי, יסוד ארי, ענדרויד פען, פעיפער ספרעי, קיטשי, תרמב און 35 געסט