טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך מאי 04, 2022 5:38 pm

צוויי זענען געווארן האספיטיליזירט און עטליכע זענען נאך פארכאפט, אונטער א בילדונג וואס איז איינגעפאלן ביי א קאנסטראקשען סייט אין באסטאן.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מיטוואך מאי 04, 2022 5:43 pm

א 84 יעריגער מאבסטער און דריי אנדערע זענען געווארן אנגעקלאגט אין ברוקלין פעדעראלע געריכט פארן פאנטשן א מאנהעטן רעסטוראנט אייגענטומער אין פנים, צוליב אן אומבאצאלטער באלאנס.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג מאי 05, 2022 2:27 pm

א פארברעכער האט געשאסן און אומגעברענגט א 50 יעריגע פרוי אין קווינס, אן אזויגערופענע נביאות זאגער, אינמיטן העלן טאג, ביי די טיר פון איר שטוב.
דער פארברעכער פלעגט גיין צו איר כסדר, פאר אסאך יארן צו נעמען חיזוק, און ווי ער האט אנגעגעבן האט ער איר באשולדיגט אין זיינע לעצטערע וואכן'ס שלעכטע מזל, און אז זי האט אים געשאלטן.
דער אומגעברענגטער איז א מאמע פון אן NYPD פאליציי אפיציר, אבער פאליציי גלייבט אז עס האט נישט קיין שייכות, און דער פארברעכער האט דאס ניטאמאל געוואוסט.
דער פארברעכער איז שפעטער צוגעפארן צו א פאליציי פריסינקט ווי ער האט זיך אונטערגעגעבן.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג מאי 05, 2022 6:30 pm

אן אמעריקען אורליינס פלייט 3729 פון שארלאטסוויל סאויט קאראליינע קיין דאלאס טעקסעס, האט זיך געדארפט פארקירעווען קיין בירמינגהעם, אלאבאמא, נאך וואס א שטיקל פון'ם פליגעל האט זיך אפגעבראכן, בשעת'ן דורכפארן שווערע טורבולענסעס.
עס האט געלאנדעט אין בירמינגהעם אן קיין אינצידענט. די פאסאזשירן זענען געווארן אריבער געפירט צו אן אדערע פליגער וואס האט זיי ווייטער געפירט קיין טעקסעס.

AA.jpg
AA.jpg (86.4 KiB) געזעהן 4945 מאל

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » זונטאג מאי 08, 2022 7:23 pm

דזשערעד קושנער'ס פירמע אפיניטי פארטנערס האט אויסגעהאמערט אן אפמאך, ווי סאודי אראביע וועט אינוועסטירן 2 ביליאן דאללער אין צוויי פירמעס אין מדינת ישראל.
דאס איז אן היסטארישע דערגרייכונג, נאך וואס סאודי אראביע האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געגעבן קיין געלט וואס גייט קיין מדינת ישראל.

און אלע דעמאקראטן גייען יעצט שרייען: האנטער מעג נישט און קושנער יא. ווי כאילו עס איז דא א פארגלייך.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג מאי 09, 2022 1:23 pm

קאליפארניע אסעמבלי שלאגט פאר א ביל צו אוועקנעמען די לייסענס פון דאקטוירים וואס זאגן וואס זיי טראכן איבער קאראנע וויירוס, וואקסינען און לאקדאונס.
אויב ווילן זיי זיין דאקטוירים אין קאליפארניע, זאלן זיי מוחל זיין זאגן וואס די גאווערמענט הייסט זיי זאגן.

אוועטאר
Rak Tov
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: אינעם ווארט זאל
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג מאי 09, 2022 1:49 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:קאליפארניע אסעמבלי שלאגט פאר א ביל צו אוועקנעמען די לייסענס פון דאקטוירים וואס זאגן וואס זיי טראכן איבער קאראנע וויירוס, וואקסינען און לאקדאונס.
אויב ווילן זיי זיין דאקטוירים אין קאליפארניע, זאלן זיי מוחל זיין זאגן וואס די גאווערמענט הייסט זיי זאגן.

פאוטשי איז אויך אינטער די געזעץ?

אוועטאר
משמש בקודש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך משמש בקודש » מיטוואך מאי 11, 2022 10:04 pm

רינועל, א ארגענעזאציע וואס העלפט הונדערטער אחינו בנ״י וואס מוטשען זיך מיט די נירן, פירן היינט אדורך א מאסיווע קאמפיין.

חורה זאפאריש, א אינגערמאן וואס האט אין די פארגאנגענהייט בייגעשטייערט א ניר, וואס אדאנק דעם לעבט יעצט א צווייטע איד, האט זיך אינטערגענומען א ציל פון פינף טויזנט דאללער, ארויסצוהעלפן די הייליגע ארגענעזאציע מיט זייער עבודת הקודש.

צענדליגע שרייבער פון די ברייטבארימטע אידישע וועלט, האבן זיך שוין משתתף געווען אינעם קאמפיין, נאכדעם וואס חורה הנ״ל איז איינע פון די פירענדע מנהלים דארט, און מיטן זיך משתתף זיין אויף זיין בלעטל, ווייזט מען ארויס א שטיקל הכרת הטוב פאר זיין איבערגעגעבענע ארבעט יומם ולילה.

די קאמפיין איז לייוו ביז מארגן נאכט!
@לכאורה פירט אן א באשיידענע קאמפיין.
ווייזט ארויס שטיצע
.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג מאי 13, 2022 1:24 pm

אוטאריטעטן אין ליאן קאוינטי, טעקסעס זוכן נאך א פארברעכער, וואס דינט א לעבנס לענגליכער טורמע אורטייל פאר מערדעריי, און איז אנטלאפן פון א טראנספארט באס אויפן וועג פון טורמע צו א מעדיקל אפוינטמענט.
אינמיטן די וועג האט דער פארברעכער געשטאכן דעם דרייווער אינ'ם האנט, פאראורזאכנדיג דעם באס אראפצופארן פונ'ם ראוד און מאכן א קרעש, וואו ער איז דאן אנטרינען.
עס איז געווען נאך 16 ארעסטאנטן אויפן באס, און קיינער פון זיי האבן נישט פרובירט צו אנטלויפן.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג מאי 13, 2022 1:38 pm

א וואלד פייער ברענט אין קאלאראדא ווי עס האט שוין פארברענט כמעט 200 עיקערס, און פארלאנגט די עוועקואציע פון פופציג היימען.
די פייער איז אנגעבליך פאראורזאכט געווארן דורך אן על פאסא שעריף פעטראל קאר וואס איז גערופן געווארן אונטערצוזוכן א סוספישעס קאר, און איז אריינגעפארן אין א פעלד מיט גרויסע טריקענע גראז, און ווי עס שיינט ארויסגעגעבן א פינק, וואס האט אונטערגעצינדן די פייער.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג מאי 13, 2022 1:55 pm

די קאנאדישע סופרים קאורט האט געאורטיילט אז זיין אנגעטרינקען קען גענוצט ווערן אלס א תירוץ פארן באגיין פארברעכן, און דער געזעץ וואס די פארלימענט האט דורכגעפירט אין 1995 וואס פארבאט אזא פארטיידיקונג איז אומקאנסטיטוציאנאל און פארלעצט די קאנאדישע טשארטער אוו רייטס ענד פרידאמס.
קאנאדער! גיטס ענק אכטונג פון שיכורים!

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג מאי 13, 2022 2:49 pm

א וואטשדאג גרופע גערופן FACT גייט אריינגעבן א קאמפלעינט צו די אפיס אוו קאנגרעשענעל עטיקס אנטקעגן פלארידא דעמאקראט קאנגרעסמאן טשארלי קריסט, פארן אביוזען די באנוץ פון קאוויד פראקסי וואויטען, אויפווייזענדיג אז די 107 מאל וואס קריסט האט געשטימט רעמאויטלי האט נישט געהאט קיין שייכות מיט קאוויד, און ער האט דאס נאר געטון אז ער זאל קענען קאמפיינען פאר גאווערנאר.
זיי האבן באווייזן אז בשעת ער האט געשטימט רעמאויטלי האט ער זיך באטייליגט ביי זיין קאמפיין אויפטריטן, און פארלאנגען אז דער אפיס זאל עפענען אן אויספארשונג און אויב ווערט געפונען אלס ריכטיג אים באשטראפן מיט די פאסיגע שטראף.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10813
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » זונטאג מאי 15, 2022 3:06 am

קומענדיגע וואך גייט פארקומען די ערשטע פאבליק הירינג אין קאנגרעס איבער......מעכי ווי ביסטו?? ...יא איבער UFO’ס
מיטן פנים ארויף שטייט ער,
ספירה רעגן וואסער שפייט ער.

אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:45 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נאר אויף שימחות » זונטאג מאי 15, 2022 5:50 pm

א דרייווער אין שיקאגא האט אריינגעקראכט אין א קאר אין דער אייגנטימער איז תיכף ארויסגעשפרונגען אין דערשאסן די דרייווער אין אנדערע פאסאזשירן פונעם קאר צום טויט כנוסך שיקאגא

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » דינסטאג מאי 17, 2022 4:50 pm

א געוועזענער טראמפ ווייסע הויז געהילף האט ארויסגעלייגט כמעט 130,000 אימעילס פון די האנטער ביידן לעפטאפ, אויפ'ן סייט BidenLaptopEmails.com וואס ער האט געמאכט, ווי צווישן אנדערע זעט מען די שטארק נאכגעפאלגטע אימעיל וואס שרייבט אז מען זאל געבן 10% פון די פראפיט פאר די ביג גיי, וואס ווערט שפעקולירט צו רעפרעזענטירן דזשאו ביידן.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » דינסטאג מאי 17, 2022 5:01 pm

א שטודיע צייגט אז כמעט 43,000 מענטשן זענען אומגעקומען פארגאנגענע יאר אויף די אמעריקאנע ראודס, וואס דאס איז די העכסטע ציפער דורכאויס די לעצטע 16 יאר, און א 10.5% שפרינג פון למספרם יאר 2020.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » דינסטאג מאי 17, 2022 5:12 pm

די נעסלי פירמע האט געמאלדן אז זיי גייען שיקן זייער בעבי פארמולע, די גערבער גוד סטארט און אלפאמינא בעבי פוד מיט עראפלאנען, פון זייער נעדערלאנד און שווייצ'ע לאקאציעס קיין אמעריקא, צו רעדוצירן די מאנגל אין בעבי פארמולע.

אוועטאר
טוה א טובה
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך טוה א טובה » דינסטאג מאי 17, 2022 5:33 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:א געוועזענער טראמפ ווייסע הויז געהילף האט ארויסגעלייגט כמעט 130,000 אימעילס פון די האנטער ביידן לעפטאפ, אויפ'ן סייט BidenLaptopEmails.com וואס ער האט געמאכט, ווי צווישן אנדערע זעט מען די שטארק נאכגעפאלגטע אימעיל וואס שרייבט אז מען זאל געבן 10% פון די פראפיט פאר די ביג גיי, וואס ווערט שפעקולירט צו רעפרעזענטירן דזשאו ביידן.

https://drive.google.com/file/d/1p7edYN ... sp=sharing


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”