טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נעם אין אכט
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נעם אין אכט » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:20 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ש'כח!

הערה בעלמא, ס'איז קראאטיע, נישט קראאציע

איך ווייס נישט פונקט וויאזוי מ'זאגט עס אויף אידיש, האבעך געשריבן קראאציע ווייל אזוי זאגט מען עס אין דויטש

אונז זעמער פערפעקטלי פיין מיט קראאציע וכל שום וכנוי דאית ליה…

א גרויסן שכח וואס דו און די אנדערע שטעלן דא צו!

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:00 pm

פעדעראלע ריכטער אין אייאווע בלאקירט די סטעיט'ס מאסק מאנדאט פארבאט.

פריער אין יאר האבן ארטיגע געזעצגעבער אדורכגעפירט א געזעץ צו פארבאטן לאקאלע סקול דיסטריקטס פון איינשטעלן מאסק פארלאנגען פאר קינדער און איינגעשטעלטע אין סקול. פאריגע מאנאט האבן א גרופע עלטערן אריינגעגעבן א קלאגע אין פעדעראלע געריכט, מיט די באשולדיגונג אז די פארבאט פארלעצט די רעכטן פון אומגעזונטע צו האבן צוטריט צו פובליק סקול און א גלייכע ערציאונג צו אנדערע קינדער.
די ארטיגער גאווערנאר, פרוי רעינאלדס (ר), האט פארשפראכן צו אפעלירן די אורטייל.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:06 pm

עמעזאן וועט צאלן 18 דאללער א שטונדע

'עמעזאן' האט היינט געמאלדן אז זי וועט הייבן די דורכשניטלכע אנהויב געהאלט פאר איינגעשטעלטע צו 18 דאללער א שעה, ווי אויך וועט די פירמע אויפנעמען פרישע 125,000 ארבעטער דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן. די פרישע זשאבס וועלן זיין קאנצעטרירט אין מערסטענסטייל אין די פאלפילמענט און טראנספארטעישאן פליגלען פון די פירמע, און קומט נאכדעם וואס עמעזאן האט פריער אין יאר געמאלדן פרישע 40,000 טעקנאלאזשי און קארפארעיט ארבעטס פאזיציעס.

אין טייל געגענטער איז דא א מעגליכקייט צו באקומען אזויפיל ווי א 3,000 באונוס ביים ווערן אויפגענומען דורך די פירמע.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:17 pm

סענאטארן פארדאמען פראטעסט אינדרויסן פון ריכטער קעוונאו'ס הויז.

די ליבעראלע ארגענזאציע 'ShutDownDC' האט נעכטן נאכט ארגענאזירט א פראטעסט אינדרויסן פון די הויז פון סופרים קאורט ריכטער ברעט קעווענאו אין מערילענד, אין רעאקציע צו דעם וואס די געריכט האט פריער אין מאנאט זיך אנטזאגט צו בלאקירן א טעקסאס אנטי-רציחה געזעץ.
אין רעאקציע צום פראטעסט האט מען געהערט פון סענאטאר ריטשארד דורבין (ד) -פארזיצער פון די סענאט יורידישע קאמיטע- 'דאס אריינמישן די היים אדער פאמיליע פון סיי וועלכע פובליק פיגור אין די פאליטישע אמפערייען, איז אומאקצעפטירבאר'. אויך האט מען געהערט פון סענאטאר טשאק גרעסלי (ר) -העכסטראנגיגע רעפובליקאנער אויף די יורידישע קאמיטע- 'דעי פראטעסט זעהט אויס ווי נאך א אפענע פראוו צו אפשרעקן די געריכט סיסטעם און סיי ווער עס גייט נישט אין שפאן מיט זייער ראדיקאלע אגענדא'.
אויך פון סענאטאר פעטריק לעיהי (ד) האט זיך געלאזט הערן: 'דו קענסט זאגן דיין מיינונג אויף אונז ביי די שטים בודקע אדער קענסטו אונז שרייבן א בריוו, אבער דאס אפשרעקן די פאמיליע -אדער סיי וואס ענליך דערצו- איז נישט ריכטיג'.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:26 pm

אייסיס שטיצער פאראורטיילט צו 20 יאר אין טורמע.

דעמאן זשאוסעף איז א 23 יעריגער פון אהייאו וואס האט אין 2018 ארויסגעשטעלט מעסעזשעס אויף סאציאלע מידיע אין שטיצע פון די טרויעריג בארימטע 'אייסיס' טעראר גרופע. אין די נאכפאלגענדע וואכן און מאנאטן האט ער קאמיוניקירט מיט באהאלטענע עף.בי.איי. אגענטן, ווי ער האט קלארגעשטעלט און ווידערהאלט זיין שטיצע פאר די טעראר גרופע. נאך עטליכע וואכן האט ער זאגאר אויסגעדרוקט זיין ווילן פערזענליך אנטיילצונעמען אין אטאקעס אין נאמען פון די גרופע. צווישן זיינע מערערע צילן איז געווען א ארטיגע לאקאלע שול און איר רב, אויף אזוי ווייט אז ער האט שוין געהאט איבערגעגעבן פאר די אגענטן די גענוי דעטאלן פון וועלכע שול און איר אדרעס.
אין דעצעמבער 2018 איז זשאוסעף ענדגילטיג ארעסטירט געווארן, און פריער אין יאר האט ער זיך דערקלערט שולדיג אויף פארשידענע פעדעראלע טעראר קלאגעס. היינט איז פאראורטיילט געווארן צו 20 יאר אין טורמע, און לעבענסלענגליכע 'סופערווייזד ריליעס'.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו (מוסף יוה"ק).
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א גמר חתימה טובה.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 9:23 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עמעזאן וועט צאלן 18 דאללער א שטונדע

'עמעזאן' האט היינט געמאלדן אז זי וועט הייבן די דורכשניטלכע אנהויב געהאלט פאר איינגעשטעלטע צו 18 דאללער א שעה, ווי אויך וועט די פירמע אויפנעמען פרישע 125,000 ארבעטער דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן. די פרישע זשאבס וועלן זיין קאנצעטרירט אין מערסטענסטייל אין די פאלפילמענט און טראנספארטעישאן פליגלען פון די פירמע, און קומט נאכדעם וואס עמעזאן האט פריער אין יאר געמאלדן פרישע 40,000 טעקנאלאזשי און קארפארעיט ארבעטס פאזיציעס.

אין טייל געגענטער איז דא א מעגליכקייט צו באקומען אזויפיל ווי א 3,000 באונוס ביים ווערן אויפגענומען דורך די פירמע.

וואס איז זייער ביז איצטיגע געהאלט?
ווען איך באריכט א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נגיעות אין א זייט, - אבער איך איגנאריר עס נישט.

פאר א בערכ'דיגע בליק אויף מיינע פאליטישע אנשויאונגען און נייגונגען כאפט א בליק אויף מיין פראפיל בילד.

אוועטאר
Rak Tov
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: אינעם ווארט זאל
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך Rak Tov » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:00 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
עמעזאן וועט צאלן 18 דאללער א שטונדע

'עמעזאן' האט היינט געמאלדן אז זי וועט הייבן די דורכשניטלכע אנהויב געהאלט פאר איינגעשטעלטע צו 18 דאללער א שעה, ווי אויך וועט די פירמע אויפנעמען פרישע 125,000 ארבעטער דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן. די פרישע זשאבס וועלן זיין קאנצעטרירט אין מערסטענסטייל אין די פאלפילמענט און טראנספארטעישאן פליגלען פון די פירמע, און קומט נאכדעם וואס עמעזאן האט פריער אין יאר געמאלדן פרישע 40,000 טעקנאלאזשי און קארפארעיט ארבעטס פאזיציעס.

אין טייל געגענטער איז דא א מעגליכקייט צו באקומען אזויפיל ווי א 3,000 באונוס ביים ווערן אויפגענומען דורך די פירמע.

וואס איז זייער ביז איצטיגע געהאלט?

15

די געהאלט העכערונג איז פאר די שוואכסט באצאלטע ארבעטער, רוב באקומען מער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:10 am

צפון קארעא ארויסגעשאסן נאך 2 באליסטישע מיסילס אין ריכטונג פון די יאפאנעזער מזרח וואסערן, אין צוגאב צו די ארויסגעשאסענע אנפאנג וואך
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

נעם אין אכט
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נעם אין אכט » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:12 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:צפון קארעא ארויסגעשאסן נאך 2 באליסטישע מיסילס אין ריכטונג פון די יאפאנעזער מזרח וואסערן, אין צוגאב צו די ארויסגעשאסענע אנפאנג וואך

עמער זען צי ביידען האט אויך א רויטן באטן…

גראדע מיינעך אז ביידען האט אוועק גענומען די דייעט קאוק באטן…


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט