טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג פאברואר 10, 2019 9:08 pm

מעגסט נאך רחמנות האבן אויף א אלטע נער און מסביר'ן, באלד וועל איך נאך אויספלאצן אינמיטן חלום און עס וועט נישט טויגן!
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג פאברואר 12, 2019 6:14 pm

א גרופע גליטשער׳ס ביי א סקיי_רעזארט אין פראנקרייך אויף די אלפען בערג, האבן בייגעוואוינט א אינצידענט ווי א קליינטשיג ערעפלאן האט ביים לאנדן אויפן ארטיגן ראנוועי בשום אופן נישט געקענט קומען צו אן אפשטעל, אפילו אלע צוקוקער האבן געשריגן ״ סטאַאַאַפּ״ זייער הויעך.

דער ערעפלאן למעשה מיט אן אימפעקט אריינגעלאפן אין א גרויסע הויפן שניי אנגעזאמלט ביים עק פונעם ראנוועי, פון דארט און ווייטער האבן די ברעיקס מער נישט אויסגעפעלט.

יעדער איז ארויס אומבאשעדיגט, דער פליגער האט געליטן שאדן אויפן פראפעלער.

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:59 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א גרופע גליטשער׳ס ביי א סקיי_רעזארט אין פראנקרייך אויף די אלפען בערג, האבן בייגעוואוינט א אינצידענט ווי א קליינטשיג ערעפלאן האט ביים לאנדן אויפן ארטיגן ראנוועי בשום אופן נישט געקענט קומען צו אן אפשטעל, אפילו אלע צוקוקער האבן געשריגן ״ סטאַאַאַפּ״ זייער הויעך.

דער ערעפלאן למעשה מיט אן אימפעקט אריינגעלאפן אין א גרויסע הויפן שניי אנגעזאמלט ביים עק פונעם ראנוועי, פון דארט און ווייטער האבן די ברעיקס מער נישט אויסגעפעלט.

יעדער איז ארויס אומבאשעדיגט, דער פליגער האט געליטן שאדן אויפן פראפעלער.

דראפבאקסגוגל דרייוו


טענקס טשאדי

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 13, 2019 3:41 pm

ריזיגע נאָרוועגישע קרוז שיף מיט איבער 1,000 פּאַסאַזשירן קראכט אריין אין פּאָרטאָ ריקאָ בארטן*
_פון שמחה דאסקאל_

דער מאָמענט וואס אַ נאָרוועגישע קרוז שיף קראַכט אריין אין אַנקער-טיילן אין פּאָרטאָ ריקאָ איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיא.

די נאָרוועגישע "עפּיק" איז געווען אויפ'ן וועג פון פּאָרט קאַנאַוועראַל, פלאָרידע צו די בריטישע ווירדזשין אינזלען ווען עס האט געליטן אַ מעכאַנישע פראבלעם היינט דינסטאג, די דריטע טאָג פון אַ זיבן טאָגיגע קרוז רייזע, און האט אפגענויגט צו סאַן כואַן.

א פּאַסאַזשיר אויף אַ אנדערע קרוז שיף וואז איז געשטאנען געאַנקערט נישט ווייט האט אפגעכאפט די גאנצע עקסידענט אויף ווידיא. קיין פארוואונדעטע זענען באריכטעט געווארן פונעם שיף אדער בארטן. די ריזיגע שיף איז ערווארטעט צו פארבלייבן אין פּאָרטאָ ריקאָ ביז דאנערשטאג ווען מעכאניקערס האָפן צו פאררעכטן די שאדן פאר די צוריקקער צו פּאָרט קאַנאַוועראַל

גוגל דרייוו

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » מיטוואך פאברואר 13, 2019 3:44 pm

גאנץ גוט אבער די עיקר פעלט דראפבאקס

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 13, 2019 3:54 pm

כבוד טשאדי במקומו מונח

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מיטוואך פאברואר 13, 2019 4:08 pm

טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך פאברואר 13, 2019 10:35 pm

שכח נגנ''ש.

וואס זענען די בלוי'ע קעסטל וואס כאפן א טבילה נאכן באקומען דעם זעץ?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך פאברואר 13, 2019 10:37 pm

יאצמעך האט געשריבן:שכח נגנ''ש.

וואס זענען די בלוי'ע קעסטל וואס כאפן א טבילה נאכן באקומען דעם זעץ?

אויף דעם קומט מען אראפ פון שיף. גיי צו שעפער וועסטו עס זעהן

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך פאברואר 13, 2019 10:41 pm

ריכטיג, נישט אויפגעכאפט אז דאס איז א פלעטפארם.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אור
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

WOW

תגובהדורך אור » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:52 am

אמעזאן ניו יארק סיטי הויפטקוואטיר געקענסעלט!

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:16 pm

די אזיאנער לאנד סרי לאנקא, גרייט זיך צו באנייען פון פריש די “טויט שטראף” נאך פערציג יאר, און אצינד זוכט די רעגירונג צוויי תליינים, בוטשער’ס וואס זייער ארבעט זאל זיין צו האקן קעפ, אבער עס קומט מיט א באדינונג, דער קצב דארף פארמאגן א הויכער מאראל, און פארמאגן א גוטן גייסטישן צושטאנד…

טויט שטראף איז א זאך וואס מען קען נאך באקומען אין סרי לאנקא, אבער דעם לעצטן אזא אורטייל איז אויסגעפירט געווארן אין יאר 1976.

פאר מארד, דראג פארברעכן און אומעטישע קרימינאליטעטן, באשטעטיגן די געזעץ ביכער אין לאנד טויט שטראף, און די אלע וואס זענען געפינען געווארן שולדיג ווערן איינגעזעצט פאר לעבנס לענגליך.

פארלאפענע וואך האט מייטריפאלא סיריסענע, דער פרעזידענט פון סרי לאנקא, געמאלדן אז אין צוויי מאנאטן גייט מען צוריק אנהייבן צו פראקטיצירן טויט שטראף.

דאס קומט נאכדעם וואס דראג פארברעכן איז געשטיגן אין לאנד, און ער וויל נאכמאכן ראדריגא דאטראטא, דער פרעזידענט פון די פיליפינען, וואס האט יעצט אנגעהויבן א בראטאלער קאמף מיט די דראג דילער אין זיין לאנד.

טראצדעם וואס מ’האט נישט דורכגעפירט קיין טויטונגען אין די לעצטע פערציג יאר, האט אבער די רעגירונג אויפגעהאלטן א תליין ביז יארע 2014, ווען ער האט פענסיאנירט, און עס איז נישט געפינען געווארן קיין פרישער קאנדידאט צו דעם ארבעט.

נעכטן האבן די איינוואוינער פון סרי לאנקא געטראפן אין די צייטונגען א קלאסיפייד פון די רעגירונג, אז עס ווערט געזוכט א פרישער ארבעטער, וואס זאל פאקטיש אדורכפירן הריגות אויף פארברעכער.

מען דארף האבן קוואליפיקאציעס פאר די ארבעט, די אלע וואס געבן זיך אריין וועלן אריבערגיין גייסטישע אונטערזיכונגען דורך עקספערטן, און איז געאייגנט פאר לאקאלע תליינים צווישן 18 ביז 45 יאר אלט.

מען באקומט א געהאלט פון 36,410 רופי א חודש (208 דאלער), און א פענסיע ווען מ’ווערט אלט.

ווי עס שיינט וועלן די פרישע מערדער האבן אסאך ארבעט, וויבאלד אין די סרי לאנקא טורמעס געפינען זיך אצינד ארום 1,300 טויט-שטראף פאראורטיילטע, אבער בלויז 48 פון זיי האבן דאס באקומען צוליב דראג פארברעכנס.
אידישער ווינקל
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:10 pm

זייער אינטערעסאנט. וואס מיינט תיילים?

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:23 pm

nmi האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. וואס מיינט תיילים?


הענגערס
זינט ווען דארף א פרעזידענט זיין פרעזידענטועל?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:26 pm

פרעזידענט האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. וואס מיינט תיילים?


הענגערס

צ"ל תליינים
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:31 pm

הענקער בלשון אידיש
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 11:39 pm

לכאורה האט געשריבן:הענקער בלשון אידיש

דעטס רייט נאר אויב מ'שרייבט תליינים.

תיילים מיינט (עלעקטערישע) ווייערס...
#עברית_הטמאה
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”