די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך אידישליך » פרייטאג מאי 13, 2022 2:22 pm

רענדי וויווער, דער מאן אין צענטער פון די היסטארישע טויטליכע 'רובי רידזש' איבערפאל, איז נעכטן געשטארבן, נאכן זיין קראנק פאר עטליכע חדשים.

וואס איז דאס 'רובי רידזש'?

אין יאר 1983, האבן זיך רענדי וויווער, א געוועזענער ארמיי גרין בארעיט, צוזאמען מיט זיין ווייב, וויקי, זיין משפחה און א פריינט מיטן נאמען קעווין העריס, געצויגן צו אן איזאלירטע ביידל אין רובי רידזש, וועלכע איז אין איידעהא, ארום 40 מייל פון די קאנאדישע גרעניץ.

אין 1985 איז וויווער אויסגעפרעגט געווארן דורך די סיקרעט סערוויס נאך באשולדיגונגען אז ער האט געמאכט סטראשונגען קעגן פרעזידענט ראנאלד רעיגען און אז ער גייט אומברענגען געזעץ היטער, אויך האבן זיי געזאגט אז ער האט א גרויסע וואפן זאפאס, וויווער האט אלעס אפגעלייקנט, און ער איז נישט אנגעקלאגט געווארן. שפעטער האט וויווער אריינגעגעבן אן עפידעיוויט, און געשיקט א בריוו פאר רעיגען אז זיינע פיינט האבן מעגליך געשיקט סטראשונגען ווייל זיי ווילן אז די רעגירונג זאל אומברענגען די וויווער פאמיליע.

וויווער האט זיך ווידער פארטשעפעט מיט די פעדעראלע רעגירונג אין יולי 1986, נאך וואס ער האט זיך באטייליגט אין א ווייסע סופערמאסיסטישע פארזאמלונג, פון א גרופע באקאנט אלס 'ארייען נעישאנס'. וויווער אליינס איז נישט געווען קיין מיטגליד אין די גרופע, אבער האט געטיילט טייל פון די זעלבע אידילאגיע מיט זיי, און איז געווען א פריינד מיט איינער פון זייערע מיטגלידער.

א פעדעראלער אינפארמאנט פאר די ATF האט זיך באפריינדעט מיט וויווער דורך זיין חבר, און וויווער האט אים אין 1989 איינגעלאדענט צו זיין הויז צו פארמירן א גרופע וועלכע וועט זיך שלאגן מיט די 'ציוניסטישע פארמירטע אמעריקאנע רעגירונג', און האט אים פארקויפט צוויי אומלעגאלע שאט-גאנס.

די אגענטור האט אנגעבאטן פאר וויווער צו ווערן אן אינפארמאנט פאר זיי, אבער ער האט עס אפגעשלאגן נישט וועלנדיג ווערן קיין 'מסור קעצל', איז די רעגירונג געגאנגען און אנגעקלאגט וויווער אויף עטליכע קלאגעס, זיי האבן באשולדיגט אז ער איז א באנק רויבער און נאך פארשידנס, א זאך וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלס פאלש, און וויווער האט בכלל נישט געהאט קיין קרימינאלע רעקארד.

א גרעד דזשורי האט אים געפונען שולדיג אויף עטליכע קלאגעס ארום די ביקסן, און מען האט אים ארעסטירט, און ער איז דערנאך ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל.

די טרייעל איז באשטימט געווארן אויף פעברואר 19 1991, די טרייעל איז נאכדעם געריקט געווארן צו פעברואר 20, אבער א פראבעישן אפיציר האט געשיקט א בריוו צו וויווער און בטעות אנגעגעבן דעם דאטום פון די טרייעל אלס מערץ 20, און דאס האט פאראורזאכט אז וויווער זאל גלייבן אז עס איז דא א קאנספיראציע קעגן אים, ווייל עס זענען דא 3 געריכט דאטומען, און ער איז עווענטועל נישט ערשינען אין געריכט.

דער ריכטער האט ארויסגעגעבן א ווארענט צוליב וואס ער איז נישט ערשינען אין געריכט פעברואר 20, און טראץ דעם וואס מען האט שפעטער געפונען די בריוו מיט די נישט ריכטיגע דאטום, האט דער ריכטער נישט געוואלט צוריקציען פונעם ווארענט, טראץ דעם וואס עס איז נאך געווען בעפאר די דאטום מערץ 20, וואס איז געשטאנען אויפן צעטל.

די מארשאל סערוויס האבן אבער באשלאסן נישט צו אויספירן דעם ווארענט ביז נאך דעם דאטום, און אויב וועט ער אנקומען האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן צוריקציען פונעם ווארענט. למעשה אבער אין מערץ 14 האט די US אטורניס אפיס צוזאמגעזעצט א גרענד דזשורי, און האבן זיי נישט מיטגעטיילט די בריוו מיט די נישט ריכטיגע דאטום, און זיי האבן אים אנגעקלאגט אין פארפעלן צו ערשיינען אין געריכט.

למעשה ווי געשריבן איז וויווער קיינמאל נישט אנגעקומען און מען האט אים געזוכט צו ארעסטירן. ער איז געבליבן אין זיין הייזקע, און געזאגט אז ער פלאנט זיך נישט צו אונטערגעבן. צווישן מערץ און אקטאבער האבן די מארשאלס פרובירט צו פארהאנדלען מיט אים, אבער אן קיין רעזולטאטן.

אין מערץ 27 1992 האבן די מארשאלס אפיס אפיציעל אנגעהויבן אפעראציע 'נארטערן עקספאוזשער' וועלכע האט געצילט צו ארעסטירן וויווער. סורוועילענס טיעמס זענען געשטעלט געווארן ארום וויווערס שטח, און זיי האבן אנגעהויבן נאכקוקן אלע אקטיוויטעטן אויפן ארט.

אנגעהויבן פון 1991 האבן די פעדעראלע אויטאריטעטן אנגעהויבן צוזאמשטעלן א פראפייל אויף וויווער, און לויט א באריכט פון די סענאט דזשודישיערי קאמיטי פון 1995 איז דאס געווען זייער אומריכטיג, און האט זייער אומריכטיג אפגעשאצט וויווער, און אפילו אינפארמאציע וואס די מארשאלס האבן שפעטער באקומען, האבן זיי נישט צוגעלייגט צו די פראפייל, וואס האט געפירט אז אנדערע אגענטורן וואס זענען פארמישט געווארן אין די קעיס, האבן דאס קיינמאל נישט געוויסט, און דאס האט שטארק צוגעגעבן צו די שפעטערדיגע קאטאסטראפע.

אין אפריל 1992 האבן די מארשאלס באקומען אינפארמאציע פון די מידיע אז א מידיע העליקאפטער וועלכע איז דורכגעפלויגן העכער וויווער'ס הייזקע איז באשאסן געווארן דורך אים.

די באריכט האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש, סיי דער פילאט האט עס געלייקענט, און סיי די מארשאלס וועלכע האבן אבזערווירט דאס ארט האבן עס געלייקנט, אזוי אויך וויווער האט עס געלייקנט, דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן די מארשאלס און די FBI דאס צו נוצן אלס א תירוץ אין זייער בריוו פארוואס זיי האבן געגעבן די גאר קאנטערווערסיאלע 'רולס אוו ענגעידזשמענט' וואס וועט שפעטער ערקלערט ווערן.

למעשה איז די אפעראציע אפגעשטעלט געווארן פאר 3 מאנאטן, צוליב די קאנפירמעישן היערינג פון די דעמאלטסדיגע דירעקטאר פון די מארשאל סערוויס.

אין אויגוסט 1992 זענען 6 מארשאלס געגאנגען אבזערווירן זייער געביידע און גענומען פאזיציעס ארום, איינער פון זיי האט געווארפן צוויי שטיינער צו אויספרובירן די הינט וואס וויווער האט געהאט, און די הינט האט טאקע אנגעהויבן בילן און ארויסגעלאפן פון די געביידע, צוזאמען מיט וויווער'ס 14 יעריגער זון, און וויווער'ס פריינד העריס זענען נאכגעגאנגן דעם הינטל, למעשה האט זיי דער הינט געטראפן, האבן די מארשאלס דערשאסן דעם הינטל, ווי נאר די 2 האבן געהערט דעם שיסעריי, האבן זיי אנגעהויבן צוריקלויפן, און א מארשאל האט דערשאסן צום טויט וויווער'ס זון, און העריס האט זיך באהאלטן אונטער א בוים, און ארויסגעשאסן איין קויל, וועלכע האט געטראפן און אומגעברענגט א מארשאל. אלעס צוזאמען האבן די מארשאלס ארויסגעשאסן 19 קוילן דורכאויס דעם געפעכט, און העריס 2 קוילן.

העריס איז שפעטער ריינגעוואשן געווארן פון די קלאגעס איבערן הרגענען א פעדעראלע אגענט, צוליב וואס ער האט געהאנדלט אין זעלבסט שוץ, און אזוי אויך האבן די שפעטערדיגע אויספארשונגען אויפגעוויזן אז איין מארשאל האט קודם געשאסן דעם 14 יעריג קינד אין ארעם, און דערנאך האט א צווייטער געשאסן נאך א קויל וועלכע האט אים אומגעברענגט.

גלייך נאך די אינצידענט האבן די מארשאלס פארלאנגט עמערדזשענסי הילף פון איידעהא פאליציי, פון די FBI, און די מארשאלס קריזיס צענטער איז אקטיוויזירט געווארן. אזוי אויך האט דער איידעהא גאווערנער דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי, און פארארדענט צו נוצן נעשאנעל גארד טראקס.

די וואשינגטאן FBI האט אראפגעשיקט א ספעציעלע משכונות סיטואציע טיעם, און הונדערטער פעדעראלע און לאקאלע אגענטן האבן ארום גענומען דאס ארט, וואס דאס האט עווענטועל אנגעהאלטן פאר 11 טעג.

א טאג נאך די אינצידענט, אויגוסט 22, האבן די מארשאלס און FBI ארויסגעשטעלט ספעציעלע 'רולס אוו ענגעידזשמענט', וואס דאס האט שפעטער געשאפן א געפערליכע שטורעם, און איז געווען אומדערהערט.

צווישן אנדערע האט די רולס אוו ענגעידזשמענט, וואס דאס איז אנווייזונגען פאר די אגענטן אויפן ארט וויאזוי זיך צו באגיין און וואס צו טון, געזאגט אז אויב זעהט מען א מאן מיט א ביקס נאך וואס די באפעל זיך צו אונטערגעבן איז אויסגערופן געווארן, זאל מען נוצן טויטליכע קראפט.

אויב זעהט מען א מאן מיט א ביקס פאר מען האט אויסגערופן אז מען זאל זיך אונטערגעגעבן, קען מען נוצן טויטליכע קראפט, אויב קען מען אויסמיידן פון אריינלייגן קינדער אין געפאר.

סנייפער פאזיציעס זענען געשטעלט געווארן ארום די גאנצע געגנט, און אלע אגענטן אויפן ארט האבן באקומען די אויבנדערמאנטע באפעלן.

אום אויגוסט 22, די צווייטע טאג פון די אפעראציע, נאך וואס די רולס אוו ענגעידזשמענט זענען געגעבן געווארן, אבער נאך פאר די פארהאנדלונגס טיעמס זענען אנגעקומען צום סצענע, האט א סנייפער געזעהן וויווער, און זיין חבר העריס, צוזאמען מיט וויווערס 16 יעריגע טאכטער, נעבן זייער הייזקע, זיי זענען דעמאלטס געווען ביי די טויטע קערפער פון זייער זון.

דער סנייפער האט ארויסגעשאסן א קויל אויף רענדי וויווער, וואס האט אים געטראפן אין זיין ארעם. גלייך זענען די 3 צוריקגעלאפן צום טיר, און ווען זיי זענען געשטאנען ביים טיר, האט דער סנייפער ארויסגעשאסן נאך א קויל וואס האט פארוואונדעט העריס אין זיין האלז, און דערנאך אריינגעפלויגן אין די הייזקע און געטראפן וויקי וויווער, די ווייב פון רענדי, און איר אומגעברענגט בשעת זי האט געהאלטן זייער 10 חדשים'דיג קינד אין די הענט.

א שפעטערדיגע יוסטיץ דעפארטמענט אויספארשונג האט קלאר געשטעלט אז די צווייטע קויל איז נישט געווען קאנסטיטוציאנאל, צוליב וואס די וויווערס זענען נישט געווען קיין סכנה דעמאלטס, זיי האבן נישט צוריקגעשאסן קיין פייער נאך די ערשטע קויל, און דער סנייפער האט נישט געטארט אריין שיסן אינעם טיר נישט וויסנדיג ווער עס איז דארט, און ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט האט עס אומגעברענגט וויקי.

אין די פערטע טאג פון די אפעראציע, די אויטאריטעטן האבן נאך דאן נישט געוויסט אז וויקי איז טויט, אבער צוליב עטליכע סיבות, צווישן זיי די מינדערוויכטיגע אנקלאגעס קעגן וויווער, דאס אומשולדיגקייט פון זיין ווייב און העריס, דאס אז ער האט קיינמאל נישט צוריקגעשאסן אויף די אויטאריטעטן, חוץ ווען זיין חבר האט צוריקגעשאסן, נאך וואס מען האט אומגעברענגט זיין הינטל און זון, און ער האט דעמאלטס נישט געוויסט אז דאס זענען מארשאלס, האט מען אפגעשאפן די רולס אוו ענגעידזשמענט.

די אויטאריטעטן האבן פרובירט צו מאכן פארבינדונגען מיט וויווערס, אבער קיין שום ענטפער איז נישט געקומען פון די הייזקע.

למעשה איז אנגעקומען אויפן סצענע בו גריטז, וועלכע איז געווען א פרעזידענט קאנדידאט, און איז אויך געווען אידיאלאגיש געשטימט מיט וויווער, און וויווער האט מסכים געווען צו פארהאנדלן מיט אים.

מיט זיין הילף האט מען אום אויגיסט 30 ארויסגעטראגן העריס וועלכע איז געווען ערנסט פארוואונדעט, און איז אפגעפירט געווארן מיט אן עיר פארס העליקאפטער אין שפיטאל.

די FBI האט געזאגט פאר גריטז אז אויב ביז א געוויסע דעדליין גייט זיך נישט וויווער אונטערגעבן גייען זיי גיין מיט א פולע טאקטישע אטאקע, שטורעמען דעם הייזקע און עס ענדיגן.

א טאג שפעטער האט זיך וויווער אונטערגעגעבן צוזאמען מיט זיין טאכטער, און זענען גענומען געווארן מיט א העליקאפטער אין שפיטאל פאר א מעדעצינישע איבערזיכט און דערנאך אין תפיסה.

העריס, איז געווען אין שפיטאל מיט גאר ערנסטע וואונדן, אבער די מארשאלס האבן קיינעם נישט געלאזט רעדן מיט אים אפילו זיינע עלטערן דורכן טעלעפאן, ביז מאנטאג, ווען א פעדעראלע געריכט האט געאורטיילט אז זיי מוזן געבן ערלויבעניש.

זייער טרייעל האט זיך אנגעהויבן אין אפריל 1993, און מען האט זיי געקלאגט אויף א רייע גאר ערנסטע קלאגעס. למעשה אינמיטן יולי איז וויווער ריינגעוואשן געווארן פון אלע קלאגעס חוץ די ארגינעלע קלאגעס פון נישט ערשיינען אין געריכט און פארלעצן די בעיל רעגולאציעס, און איז פאראורטיילט געווארן צו 18 חדשים טורמע, און האט געדינט נאר 16 צוליב גוטע אויפפירונג, און האט געדארפט באצאלן א שטראף פון $10,000.

העריס איז ריינגעוואשן געווארן פון אלע זיינע קלאגעס.

למעשה האט די יוסטיץ דעפארטמענט געעפענט א טעסק פארס גערופן 'די רובי רידזש טעסק פארס', צו אויספארשן באשולדיגונגען פון וויווערס אדוואקאטן וועלכע האבן זייער הארב באשולדיגט די FBI און מארשאלס, אז זיי זענען זיך באגאנגען זייער שלעכט מיט די גאנצע סיטואציע.

א סוב-קאמיטע פון די סענאט דזשודישיערי קאמיטע האט אויך אפגעהאלטן אין 1995 14 טעג פון פובליק היערינגס, און האט למעשה ארויסגעגעבן א באריכט וועלכע האט גאר שטארק קריטיקירט די פעדעראלע רעגירונג אויף זייער האנדלונג.

אין רעזולטאט פון די אינצידענט איז דער צווייט העכסטראנגיגער אין די FBI אראפגעשטעלט געווארן פון זיין פאזיציע, 2 זענען אפגעזאגט געווארן, און איינער איז פאראורטיילט געווארן צו 18 מאנאטן טורמע.

שפעטער האט רענדי וויווער אריינגעגעבן א ציווילע אנקלאגע קעגן די רעגירונג פארלאנגענדיג 200 מיליאן דאלער, און אין א סעטעלמענט, האט אים די רעגירונג געגעבן 3.1 מיליאן דאלער.

די אינצידענט האט געפירט צו ברייטע רעפארמען אינערהאלב די פעדעראלע אגענטורן.

די אינצידענט האט אויך אויפגעברענגט גאר שטארקע אויפברויז ביים המון עם, און ספעציעל ביי די רעכטע גרופעס.

אין 1995, האט דער דאמעסטישע טעראריסט וועלכע האט אריינגעפירט א טראק באמבע אין א פעדעראלע געביידע, ביי די 'אקלעהאמע סיטי באמינג', וועלכע האט אומגעברענגט 168 מענטשן און פארוואונדעט איבער 600, אנגעגעבן אז זיין מאטיוויציע אונטער די באמבאדירונג איז געווען די רובי רידזש אינצידענט.

דאס איז די רובי רידזש מעשה אין קורצן...

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 11320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » פרייטאג מאי 13, 2022 4:17 pm

קרעיזי קרעיזי אנבעליוועבל

רובי רידש אריין אין שרייבער....
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

אוועטאר
היכי תמצא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

תגובהדורך היכי תמצא » פרייטאג מאי 13, 2022 4:47 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:קרעיזי קרעיזי אנבעליוועבל

רובי רידש אריין אין שרייבער....

דאס זעלבע געטראכט.

דער האט דא אין איין שאס קלאר באשריבן א העכסט קאמפליצירטע מעשה, מיט יעדע דעטאל אזוי קלאר. אויך בין איך געוואויר געווארן אז עטליכע דעטאלן וואס ס'מיר געליגן אין קאפ איז געווען אומ-ריכיטיג. שכ'ח פאר אידישליך.

אוועטאר
את פתח לו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

תגובהדורך את פתח לו » פרייטאג מאי 13, 2022 4:50 pm

אידישליך האט געשריבן:רענדי וויווער, דער מאן אין צענטער פון די היסטארישע טויטליכע 'רובי רידזש' איבערפאל, איז נעכטן געשטארבן, נאכן זיין קראנק פאר עטליכע חדשים.

וואס איז דאס 'רובי רידזש'?

------
דאס איז די רובי רידזש מעשה אין קורצן...

מאסיוו קלאר און צום פוינט!!!

שיינע ארבעט געמאכט!!!
לעצט פאראכטן דורך את פתח לו אום זונטאג מאי 15, 2022 10:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
@יצחק אייזיק האט געשריבן איבער די מצב אין מירון:

"די פראבלעם איז נישט נאר אז די פאליציי זענען רוסישע בריונים (פון מגרש הרוסים...) נאר אויך אז די אידן זענען גרייט צו קעמפן ווי אוקריינער..."

אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

תגובהדורך שיינער חלום » מוצ"ש מאי 14, 2022 10:06 pm

את פתח לו האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:רענדי וויווער, דער מאן אין צענטער פון די היסטארישע טויטליכע 'רובי רידזש' איבערפאל, איז נעכטן געשטארבן, נאכן זיין קראנק פאר עטליכע חדשים.

וואס איז דאס 'רובי רידזש'?

------
דאס איז די רובי רידזש מעשה אין קורצן...

מאסיוו קלאר און צום פוינט!!!

שיינע ארבעט געמאכט!!!

גא''מ,
נישטא קיין ווערטער!!!
איך וועל ענדערש זיין א "בהמה" פאר'ן "אויבערשטען", ווי איידער זיין א "מענטש" פאר "בהמות".

האב איך עפעס קעגן די וויין אדער האט די וויין עפעס קעגן מיר???

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

תגובהדורך אידישליך » מוצ"ש מאי 14, 2022 10:27 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:קרעיזי קרעיזי אנבעליוועבל

רובי רידש אריין אין שרייבער....

א דאנק פאלעקס!
היכי תמצא האט געשריבן:דאס זעלבע געטראכט.

דער האט דא אין איין שאס קלאר באשריבן א העכסט קאמפליצירטע מעשה, מיט יעדע דעטאל אזוי קלאר. אויך בין איך געוואויר געווארן אז עטליכע דעטאלן וואס ס'מיר געליגן אין קאפ איז געווען אומ-ריכיטיג. שכ'ח פאר אידישליך.
א הערצליכן דאנק היכי!
את פתח לו האט געשריבן:מאסיוו קלאר און צום פוינט!!!

שיינע ארבעט געמאכט!!!
שכח את פתח!!
שיינער חלום האט געשריבן:גא''מ,
נישטא קיין ווערטער!!!
א דאנק אייך!

אוועטאר
נישטאמת
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אידישליך נייעס קאמענטארן אשכול

תגובהדורך נישטאמת » מוצ"ש מאי 14, 2022 10:36 pm

שיינער חלום האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:רענדי וויווער, דער מאן אין צענטער פון די היסטארישע טויטליכע 'רובי רידזש' איבערפאל, איז נעכטן געשטארבן, נאכן זיין קראנק פאר עטליכע חדשים.

וואס איז דאס 'רובי רידזש'?

------
דאס איז די רובי רידזש מעשה אין קורצן...

מאסיוו קלאר און צום פוינט!!!

שיינע ארבעט געמאכט!!!

גא''מ,
נישטא קיין ווערטער!!!

קרעיזי קרעיזי באשרייבונג דאס!!! מאסיוו וואוו!!
געלייענט מיט איין אטעם. שכח פארן ברענגן
nishtames@gmail.com

shalsheles האט געשריבן:די אויסגעוועפטע אויבנדערמאנטע טענה ״קענסט אוועקגיין פון ברוקלין״ וועט לכאורה נישט העלפן קיין כי הוא זה ביים יום הדין לאחר מאה ועשרים

אוועטאר
enjoy
שר שלשת אלפים
תגובות: 3048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך enjoy » זונטאג מאי 15, 2022 10:32 am

הערליך ווי נאר אידישליך קען..
מיין מיינונג איבער די רוסלאנד אוקריינע מלחמה
איך בין א איד אפילו איך זאג אז איך בין א רעפאבליקן!

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג מאי 15, 2022 10:41 am

שכח אידישליך פאר אלעס וואס דו שטעלסט אונז אהער!

אוועטאר
אבימלך
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 11, 2021 10:02 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך אבימלך » זונטאג מאי 15, 2022 10:42 am

Wow אידישליך!! די ביסט אזוי פיל בעסער ווי איך האב געמיינט!
ただの普通のユダヤ人

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג מאי 15, 2022 10:57 am

הערליך שיין אראפגעלייגט!
א סיפור וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט.

א שיין שטיקל ארבעט אידישלעך!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
היכי תמצא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג מאי 15, 2022 11:24 am

אבימלך האט געשריבן:Wow אידישליך!! די ביסט אזוי פיל בעסער ווי איך האב געמיינט!

נאכאמזל אז דו האסט אויסגעפונען.

אוועטאר
אבימלך
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 11, 2021 10:02 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך אבימלך » זונטאג מאי 15, 2022 11:26 am

היכי תמצא האט געשריבן:
אבימלך האט געשריבן:Wow אידישליך!! די ביסט אזוי פיל בעסער ווי איך האב געמיינט!

נאכאמזל אז דו האסט אויסגעפונען.

כא כא כא האבין זיך די רויבער צולאכט..
ただの普通のユダヤ人

אוועטאר
בוקר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך בוקר » זונטאג מאי 15, 2022 11:33 am

שוין אמאל געליינט דערוועגן אבער קיינמאל אזוי קלאר...
הערליך!!!

אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך קרית יואל פלייש » זונטאג מאי 15, 2022 12:12 pm

WOW
הערליך קלאר באשריבן
כלל ישראל פאראייניגט אין מאסיווע "פעטיציע דרייוו" צום סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט
https://unitedklalyisrael.org/#/

ומגביה שפלים
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 12, 2022 11:06 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך ומגביה שפלים » זונטאג מאי 15, 2022 12:27 pm

וואף!!!

קלאר אראפגעשריבן!

שכח אידישילך!!

אוועטאר
פרעכטיג
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך פרעכטיג » זונטאג מאי 15, 2022 12:34 pm

נעקסט לעוועל

און שוין!
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך און שוין! » זונטאג מאי 15, 2022 12:37 pm

הערליך שיין!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 20193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג מאי 15, 2022 1:00 pm

שרעקליך! אויפ'ן אינצידענט.
מעכטיג! אויפ'ן באשרייבונג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך האסטו וועסטו » זונטאג מאי 15, 2022 1:37 pm

וואה זייער קלאהר
זאל זיין אזוי

אוועטאר
שאשא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך שאשא » זונטאג מאי 15, 2022 1:39 pm

שרעקליך
הצלחה

הקולמוס שלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 8:01 am

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך הקולמוס שלי » זונטאג מאי 15, 2022 1:41 pm

;l;p-
ש'כח!

אוועטאר
eller
שר שמונת אלפים
תגובות: 8448
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך eller » זונטאג מאי 15, 2022 1:43 pm

כ'אידישלעך ועוד לקרא...
הערליך באשריבן א שרעקעדיגע פאסירונג פון די דיעפ סטעיט..
שוין געהאט געליינט אין די מאמענט א וויילע צוריק אבער האסט עס אראפגעלייגט אין קורצן זייער שיין..
די מעשה ווייזט אז די רעגירונג קען טון זאכן וואס האט מיט מציאות קיין שייכות און אריינלייגן א גאנצע משפחה (בעסער געזאגט סעקטע) אין פעקל פאר גארנישט און נישט..
#קיעפ אן!
#מייסטער ארטיקעל!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
ר' זעקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7292
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך ר' זעקל » זונטאג מאי 15, 2022 1:47 pm

אידישלעך האט נאכאמאל דעליווערט א מאסיוו שטיקל.

אוועטאר
אידישליך
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: די 11 טאג'יגע איבערפאל אויף רובי רידזש

תגובהדורך אידישליך » זונטאג מאי 15, 2022 1:50 pm

eller האט געשריבן:שוין געהאט געליינט אין די מאמענט א וויילע צוריק אבער האסט עס אראפגעלייגט אין קורצן זייער שיין..

אינטערסאנט צו הערן אז די מאמענט האט עס באשריבן.

אויב איינער קען מיר שאפן דעם ארטיקל פון די מאמענט, וואלט איך עס שטארק עפרישיעיטעט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”