בלאט 2 פון 24
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:24 am
דורך נקדימון
דזשאנסאן זאגט אז די גארטן איז א עקסטענשען צו זיין אפיס און ער האט געמיינט עס איז א "אפיס איווענט". זשאנסאן זאגט אז ער האט חרטה. ער וואלט זיי אלע געדארפט צוריק שיקן אריין אינעווענדיג
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:24 am
דורך נקדימון
דזשאנסאן זאגט מען זאל ווארטן פאר סאו גרעי
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:32 am
דורך נקדימון
סיר-קיער סטארמער פירער פון די לעיבאר פארטיי היינט אין פארלימענט ערלויבט זיך צו זאגן אז דזשאנסאן איז א פראסטער ליגנער. "קען ער נישט זעהן ווי דער פאלק טראכט אז ער שקרנ'ט דורך זיינע ציינער?".
"די פארטי איז פאראיבער פרעימער מיניסטער"
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:38 am
דורך נקדימון
דזשאנסאנ'ס שטיצער האפן אז דזשאנסאן האט זיך געניג פארטיידיגט און וועט באווייזן צו ווארפן זיין פריוואטע סעקרעטאר מארטין רענאלדס - וואס האט געלאדענט די פארזאמלטע "צו ברענגן זייער אייגענע ביר..." צו די "ארבעטס איווענט" - אינטער די באס.
"רענאלדס האט עס ארגאניזירט, איך בין פשוט אנגעקומען דארט נישט וויסנדיג וואס דאס איז".
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:42 am
דורך נקדימון
ווארטזאגער פאר דזשאנסאן: דזשאנסאן האט נישט באקומען אדער געזען די אינוועטאציע אימעיל צו די פארטי.
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:59 am
דורך נקדימון
אין אנדערע ווערטער שטעלט דאונינג סטריט די טאן אז: דזשאנסאן האט זיך פשוט אנגעשטויסן אין א 'ברענגטס ענקער אייגענע ביר' איווענט מיט פיקניק עסן אין זיין אייגענער גארטן און זיך פארגעשטעלט אז עס איז א ארבעטס איווענט סאו ער האט זיך צוגעשטעלט דזשוינען די פארטי.
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:00 am
דורך Wow a1
קיין איינער פון זיין פארטיי פארטיידיט אים נישט.....
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:00 am
דורך Wow a1
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:נייע אשכול אלערט!
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:02 am
דורך נקדימון
(אין אנדערע נייעס איבער ענגלאנד'ס עליטע קומט אריין א באריכט פון ניו יארק אז פרינץ אנדרו וועט אויסשטיין א ציווילער קעיס טרייעל איבער אימעטישע באציאונגען).
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:14 am
דורך נקדימון
אין א נומער 10 בריפינג פריער זענען אלע ספעצעפישע פראגעס איבער די מאי 20 פארטי געווארן געבלאקט מיט די ענטפער "לאמיר ווארטן ביז סאו גרעי רעפארט".
דאס רעכנט אריין, ווער אלץ האט אנטיילגענומען ביי די פארטי? וויאזוי האט דער פרעימער מיניסטער געהערט איבער די פארטי? האט דזשאנסאן געברענגט זיין אייגענער משקה?
Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:16 am
דורך נקדימון
נקדימון האט געשריבן:ווארטזאגער פאר דזשאנסאן: דזשאנסאן האט נישט באקומען אדער געזען די אינוועטאציע אימעיל צו די פארטי.
האט איינער שוין געשיקט א אינוועטאציע צו זיך אליינס ווען ער האט חתונה געמאכט?
באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:46 am
דורך נקדימון
ערשטע סיניער קאנסערוואטיוו צו ריפן באריס דזשאנסאן צו רעזיגנירן
BREAK: Scottish Tory leader Douglas Ross calls for PM to go.
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:47 am
דורך נקדימון
גבאים ביטע אהערפירן אלע תגובות פון די אנדערע אשכול דא אבער.
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:49 am
דורך נקדימון
- 20220112_104745.jpg (10.81 KiB) געזען 1100 מאל
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:53 am
דורך יאנאש
גוט איז גוט
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:54 am
דורך moishy56
יאנאש האט געשריבן::lol: גוט איז גוט
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:57 am
דורך נקדימון
ממש נאך זיין עפאלעדזשי האט דזשאנסאן ווידערהאלט אז בראוטערהייט נעמט ער אויף זיך די שולד פון אנדערע;
- Screenshot_20220112-105429.png (582.41 KiB) געזען 1034 מאל
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 10:59 am
דורך עירוב תבשילין
איז דאס נישט אין צוגאב צו אן אנדערע פארטי וואס ער האט זיך באטייליגט פאראיאר דורכאויס די גוי'שע חגא סעזאן, אדער די רעדע איז פון די זעלבע פארטי?
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:06 am
דורך נקדימון
נקדימון האט געשריבן:ערשטע סיניער קאנסערוואטיוו צו ריפן באריס דזשאנסאן צו רעזיגנירן
BREAK: Scottish Tory leader Douglas Ross calls for PM to go.
אנצומערקן;
די פארלאנג פאר רעזיגנאציע איז שוין נאך וואס ראס האט גערעדט מיט דזשאנסאן היינט נאכמיטאג
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:09 am
דורך נקדימון
עירוב תבשילין האט געשריבן:איז דאס נישט אין צוגאב צו אן אנדערע פארטי וואס ער האט זיך באטייליגט פאראיאר דורכאויס די גוי'שע חגא סעזאן, אדער די רעדע איז פון די זעלבע פארטי?
דא רעדט מען פון מאי 20. נישט די גוי'שע חאגע סעזאן.
געברענגט נעכטן אז איין נייעס קוואל האט צוזאם געברענגט א ליסטע פון 11 פארטיס וואס ווערן/דארף ווערן אויסגעפארשט אין שייכות מיט דאונינג סטריט
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:10 am
דורך פייטל שעפסילקאוו
צ/ק
איך קען עפעס א פרוי וואס קען זייער גוט באהאנדלען בראנד וואונדן, איך קען אים גיבן איר נומער, זי איז זייער גוט!
אבער זי זאגט אז דער ערשטע זאך זאל ער זיך אנגיסן מיט קאלט וואסער
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:13 am
דורך נקדימון
ענגלאנד אינערן מיניסטער פארטיידיגט דזשאנסאן;
- 20220112_111040.jpg (76.03 KiB) געזען 904 מאל
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:23 am
דורך אב לאנדאן
ביז דערווייל האט ער נאכנישט מודה געווען אז ער האט זיך באטייליגט.
סאיז זיכער עפעס געוועזן בחצר בית המלך, אבער ער ענטפערט נישט - און סאיז נישטא קיין בילדער/באווייזען אז ער פערזענליך האט זיך באטייליגט.
מהאט געפענט 3-2 וואכן צוריק אן אויספארשונג קאמיסיע מברר צו זיין וואס פונטקליך איז דארטן פארגעגאנגען.
היינט ווען איינער האט געצימבלט יר"ה אויב ער האט זיך יא אדער נישט פערזענליך משתתף געווען און די גארטען פארט"י/מיטינ"ג, האט ער כדרכו גענפערט אז מקען נישט אליינס מאכן קיין באשלוסן, מען דארף אויסווארטען אויף די רעפארט פטן די אויספארשונג קאמיסיע....
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:25 am
דורך נקדימון
אוואדי איז ער דארט געווען. ער האטעך עס אליינס באשטעטיגט.
Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד
געשריבן: מיטוואך יאנואר 12, 2022 11:41 am
דורך פעיק ניוז
ווען איז געווען די פארטי?