סקאנדאל איבער ענגלישער פרעמיער מיניסטער'ס באטייליגונג ביי א צאמקום אינעם ברען פונעם פענדעמיע

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 12, 2022 9:39 pm

איך קען אויך. איך בין נאר מסביר פארוואס אנדערש ווי אנדערע וועלט פירער איז עס געווארן אזא גרויסע סקאנדאל.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 18560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 12, 2022 9:43 pm

א פריץ וואס פארשפארט זיינע אונטערטאנען און ער זיצט און פרעסט כאילו לא היה, דארף ווען רעזיגנירן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
ממוצע
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך ממוצע » מיטוואך ינואר 12, 2022 9:52 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:א פריץ וואס פארשפארט זיינע אונטערטאנען און ער זיצט און פרעסט כאילו לא היה, דארף ווען רעזיגנירן.

ס'איז נישט ממש אזוי.

יעדער פארשטייט אז די עיקר פוינט פון די רעגולאציעס איז ווען עס ווערט געטוען אויף א מאסן פארנעם. קליינליכע פארלעצונגן מאכט נישט עכט אויס. עס איז פונקט ווי א גאווערנער זאל אמאל ווען ער יאגט זיך פארן אביסל העכער די ספיד לימיט. ס'דארף זיין א ספיד לימיט, אבער עס אמאל פארלעצן איז נישט עק וועלט. איך ווייס נישט דער מצב ארום אין ארום ביי די פארטי. האט ער שוין דעמאלטס געהאט זיך ערהוילט פון קאראנא? עניוועי, ער האט מסתמא געהאט א חשבון פארוואס ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט שעדליך פאר אים און זיינע מענטשן. עס נעמט אבער נישט אוועק די וויכטיגקייט פון מאכן רעגיולעשאנס אין אלגעמיין.

פארשטייט זיך אז עטיש איז עס נישט. ס'איז זייער נישט קיין שיינע זאך. און כ'קען פארשטיין אז מ'זאל זיין ברוגז.

איך האב אויך פארלעצט די רעגולאציעס מזמן לזמן, און דאך האב איך געהאלטן אז רעגולאציעס אויף א געוויסע פארנעם ברויך זיין אין אלגעמיין.

--
עפעס ביי די שיקאגא מעיאר איז געווען אזא מעשה בימים ההם?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 12, 2022 9:55 pm

קלאר ארויס געברענגט ממוצע. ווי שוין דערמאנט איז די פארטי געווען סאושעלי דיסטענסד און האט זיכער נישט ערגער געמאכט די מצב.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 18560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 12, 2022 9:59 pm

ממוצע האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:א פריץ וואס פארשפארט זיינע אונטערטאנען און ער זיצט און פרעסט כאילו לא היה, דארף ווען רעזיגנירן.

ס'איז נישט ממש אזוי.

יעדער פארשטייט אז די עיקר פוינט פון די רעגולאציעס איז ווען עס ווערט געטוען אויף א מאסן פארנעם. קליינליכע פארלעצונגן מאכט נישט עכט אויס. עס איז פונקט ווי א גאווערנער זאל אמאל ווען ער יאגט זיך פארן אביסל העכער די ספיד לימיט. ס'דארף זיין א ספיד לימיט, אבער עס אמאל פארלעצן איז נישט עק וועלט. איך ווייס נישט דער מצב ארום אין ארום ביי די פארטי. האט ער שוין דעמאלטס געהאט זיך ערהוילט פון קאראנא? עניוועי, ער האט מסתמא געהאט א חשבון פארוואס ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט שעדליך פאר אים און זיינע מענטשן. עס נעמט אבער נישט אוועק די וויכטיגקייט פון מאכן רעגיולעשאנס אין אלגעמיין.

פארשטייט זיך אז עטיש איז עס נישט. ס'איז זייער נישט קיין שיינע זאך. און כ'קען פארשטיין אז מ'זאל זיין ברוגז.

איך האב אויך פארלעצט די רעגולאציעס מזמן לזמן, און דאך האב איך געהאלטן אז רעגולאציעס אויף א געוויסע פארנעם ברויך זיין אין אלגעמיין.

--
עפעס ביי די שיקאגא מעיאר איז געווען אזא מעשה בימים ההם?

דו כאפסט לגמרי נישט די נקודה. עס איז נישט די פארלעצונג און עס איז נישט די פארשפרייטונג. ווען איינער שפארט איין מענטשן און לאזט נישט מענטשן אנגיין מיט זייער לעבן, ווידער ער האקט א טאג, איז ער א פוסטער סעלפישער דל גאה. א ספיד פארלעצונג וואס שטערט נישט קיינעם קומט נישט דא אריין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:01 pm

חוץ דעם אז עס קומט נישט דא אריין איז דא א פאקטישע נפק''מ? אדער ביי דעם בלייבט עס?
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
ממוצע
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך ממוצע » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:03 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:א פריץ וואס פארשפארט זיינע אונטערטאנען און ער זיצט און פרעסט כאילו לא היה, דארף ווען רעזיגנירן.

ס'איז נישט ממש אזוי.

יעדער פארשטייט אז די עיקר פוינט פון די רעגולאציעס איז ווען עס ווערט געטוען אויף א מאסן פארנעם. קליינליכע פארלעצונגן מאכט נישט עכט אויס. עס איז פונקט ווי א גאווערנער זאל אמאל ווען ער יאגט זיך פארן אביסל העכער די ספיד לימיט. ס'דארף זיין א ספיד לימיט, אבער עס אמאל פארלעצן איז נישט עק וועלט. איך ווייס נישט דער מצב ארום אין ארום ביי די פארטי. האט ער שוין דעמאלטס געהאט זיך ערהוילט פון קאראנא? עניוועי, ער האט מסתמא געהאט א חשבון פארוואס ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט שעדליך פאר אים און זיינע מענטשן. עס נעמט אבער נישט אוועק די וויכטיגקייט פון מאכן רעגיולעשאנס אין אלגעמיין.

פארשטייט זיך אז עטיש איז עס נישט. ס'איז זייער נישט קיין שיינע זאך. און כ'קען פארשטיין אז מ'זאל זיין ברוגז.

איך האב אויך פארלעצט די רעגולאציעס מזמן לזמן, און דאך האב איך געהאלטן אז רעגולאציעס אויף א געוויסע פארנעם ברויך זיין אין אלגעמיין.

--
עפעס ביי די שיקאגא מעיאר איז געווען אזא מעשה בימים ההם?

דו כאפסט לגמרי נישט די נקודה. עס איז נישט די פארלעצונג און עס איז נישט די פארשפרייטונג. ווען איינער שפארט איין מענטשן און לאזט נישט מענטשן אנגיין מיט זייער לעבן, ווידער ער האקט א טאג, איז ער א פוסטער סעלפישער דל גאה. א ספיד פארלעצונג וואס שטערט נישט קיינעם קומט נישט דא אריין.

ער שפארט נישט איין קיינעם. ער מאכט רעגולאציעס אין אלגעמיין.

איך זעה נישט קיין סעלפישער דל גאה, איך זעה א קלוגער מענטש... אויך אן אויבערחכם...

ספיד לימיט האט ער דאך געמאכט. ער אינפארסירט די ספיד לימיט. פארט אמאל אמאל קען ער אליין אזוי טוען. און פארשטייט זיך ער גייט קיין טיקעט נישט באקומען.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 18560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:04 pm

רעגולאציעס וועלכע האבן איינגעשפארט מענטשן, ניין?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 18560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:05 pm

סטיטשינער האט געשריבן:חוץ דעם אז עס קומט נישט דא אריין איז דא א פאקטישע נפק''מ? אדער ביי דעם בלייבט עס?

איך האב דאך געשריבן.

ברויכסט נישט ברוגז זיין...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:08 pm

האסט נישט מסביר געווען. עס איז געווען רעגיולאציעס לטובת די מענטשהייט, און ער, פונקט ווי יעדער, איז פון מאל צו מאל דורכגעפאלן. וואס איז דעס אנדערש פון א גאווערנער וואס ברעכט די ספיד לימיט. אויב עפעס וואלט איך געזאגט אז ברעכן די ספיד לימיט איז ערגער, ווייל עס איז א פאקטישע סכנה, משא''כ א סאושעלי דיסטענסד פארטי.

ברוגז? האסט פלעין פארגעסן צו שרייבן די אויספיר.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am

Re:

תגובהדורך סאבאבא » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:16 pm

סטיטשינער האט געשריבן:האסט נישט מסביר געווען. עס איז געווען רעגיולאציעס לטובת די מענטשהייט, און ער, פונקט ווי יעדער, איז פון מאל צו מאל דורכגעפאלן. וואס איז דעס אנדערש פון א גאווערנער וואס ברעכט די ספיד לימיט. אויב עפעס וואלט איך געזאגט אז ברעכן די ספיד לימיט איז ערגער, ווייל עס איז א פאקטישע סכנה, משא''כ א סאושעלי דיסטענסד פארטי.

ברוגז? האסט פלעין פארגעסן צו שרייבן די אויספיר.

ס'נישט דווקא ער, ס'איז אן היבש הייפעלע פון אנגעזאמלטע פארלעצונגען, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז די געדולד פלאצט.
.i'm not normal. i'm me

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 18560
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:33 pm

סטיטשינער האט געשריבן:האסט נישט מסביר געווען. עס איז געווען רעגיולאציעס לטובת די מענטשהייט, און ער, פונקט ווי יעדער, איז פון מאל צו מאל דורכגעפאלן. וואס איז דעס אנדערש פון א גאווערנער וואס ברעכט די ספיד לימיט. אויב עפעס וואלט איך געזאגט אז ברעכן די ספיד לימיט איז ערגער, ווייל עס איז א פאקטישע סכנה, משא''כ א סאושעלי דיסטענסד פארטי.

עס איז מעגליך טאקע געווען לטובת די מענטשהייט. למעשה האט מען אבער לטובת די מענטשהייט איינגעשפארט די מענטשהייט און זיי נישט געלאזט אנגיין מיט'ן לעבן, יא? ווען מענטשן זענען איינגעשפארט דורך דיר, ווילן זיי דיר נישט זען זיך ארומדרייען פראנק און פריי. א ספיד לימיט שפארט נישט איין קיין מענטשן.
ברוגז? האסט פלעין פארגעסן צו שרייבן די אויספיר.

איך האב געשריבן די אויבנדערמאנטע, נאר בקוצר אמרים. דו ווייסט דאס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:41 pm

נישט נאר אז איך ווייס נישט, נאר האמת אגיד אז איך פארשטיי נאכאלץ נישט. וואסא נפק''מ די עצם רעגולאציע? פאקט איז אז ביידע זענען דא לטובת די מעטשהייט, ביידע זענען געזעצן וואס זענען שווער צו פאלגן, ביידע כאפט מען פעסטע טיקעטס פאר פארלעצונגען, און ביי ביידע מאכט זיך אז מען פאלגט נישט וויבאלד די נסיון איז גרויס.
און ביי ביידע דארף מען פארשטיין אז א מענטש איז נאר א מענטש. ער האט זיך נישט ארום געדרייט פראנק און פריי, נאר געהאט עפעס ענליך צו א פארטי אין זיין אייגענע בעק יארד. זאגסטו אז דעס אפעקט מער די לעבן און דעס ווייניגער. די עוולה בלייבט אבער די זעלבע.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:52 pm

"ער האט מסתמא געהאט א חשבון פארוואס ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט שעדליך פאר אים און זיינע מענטשן"

פון וואנעט ווייסטו דאס? און פארוואס האט דאס דזשאנסאן נישט געניצט פאר א דעפענס? עס הערט זיך ווי א בריליאנט פון א דעפענס.

"ווי שוין דערמאנט איז די פארטי געווען סאושעלי דיסטענסד און האט זיכער נישט ערגער געמאכט די מצב".

פון וואנעט ווייסטו דאס? צו עס האט ערגער געמאכט איז בכלל נישט די נקודה ביי קיינעם.

(איך קען דיר אינטערשרייבן די פארטי איז נישט געווען סאושעלי דיסטענט)

"נאך ווייניגער ווי איינער האט פארלעצט א ספיד לימיט"

עגעין. עס קוקט נישט אויס ווי איר כאפט די נקודה. מען רעדט נישט דא [נאר] פון א טעכנישער פארלעצונג אין געזעץ. אויב יא קען א ספידינג טיקעט זיין אפי הארבער.

מען רעדט דא פון היפאקריטיע אויף א הויכער פארנעם. נישט פלעין היפאקריטיע איבער א פאליטישער מיינונג אויף פרעקינג... דארטן איז א היפאקריט אויך עקלדיג אבער כבר היה לעולמים. צענדליגער פאלעטישנס מדי יום ביומו.

דא רעדט מען פון היפאקריטיע וואס האט געשפילט מיט די גאנצער לאנד, קולטור, עקענאמיע אלעס אלעס. דאונינג סטריט בעט זיך מיט רחמנות און סטראשעט מיט אלדאס בייזן אז אנפארטשענעטלי דארף מען סטראגלען ביז אלעס איז פאראיבער.

יעדער ציטערט (מען רעדט דא פון מאי 2020) ביזנעסער זענען געשלאסן. באגרעבעניש צערעמאניעס ווערט אפגעהאלטן פון דערווייטנס מיט א קארגע מזומן.. הייראט צערעמאניעס זענען געקענסלט.. אויב מער פון צוויי מענטשן זענען געווען אויפן גאס האבן זיי פארלעצט די געזעץ... אלעס אין נאמען פון קאוויד ווי יעדער איז מחויב צו העלפן "פלעטענען די קוירב" בו בעת זיצן עטליכע פאלעטישנס אין דאונינג סטריט און לאכן א גיטס. נישט איינס נישט צוויי... מען רעדט פון 11 באזונדערע פארטיס...

וואס טראכט א מענטש וואס האט פארלוירן זיין פרנסה ווען ער הערט אז דזשאנסאן אליינס מיט זיין ווייב האבן געלאכט פון די גאנצע מעשה? א גאווערנאר וואס איז געפלויגן שנעל איז ערגער...

ניין דאס טראכט ער זיכער נישט!

דזשאנסאן איז א פארברעכער... ער האט איינגעשטעלט מענטשנס לעבנס ביי די פארטי... ניין. דאס טראכט ער אויך זיכער נישט!

ער שרייט היפאקריט! די הארץ ווייטאגט פאר מיליאנען בירגער וואס האבן ווי לעמעלעך אויסגעפאלגט אלעס. איך האב זיך נישט באטייליגט ביי מיין מאמע'ס לוויה ווייל דאונינג סטריט האט מיר מסביר געווען אז דאס טאר בשום אופן נישט געשען בו בעת וואס אין יענע רגעים וואס זיי האבן ווידערהאלט אז אלע געזעצן דארפן אינפארסירט ווערן שיקט דזשאנסאנ'ס פערזענליכער סעקרעטאר א אימעיל פאר אריבער 100 געלאדענטע צו פארטיען ביי דזשאנסאן אין גארטן...

די גאנצע המשך וויאזוי דאונינג סטריט האט געלייקנט און ארום געחישט די גאנצע צייט האט געוויזן היפאקריטיע.

נאכאמאל די אישו איז נישט [נאר] די טעכנישער פארלעצונג. עס איז די היפאקריטיע אלל עלאנג...

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שמונת אלפים
תגובות: 8079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך ינואר 12, 2022 10:56 pm

וועל סעיד נקדימון

מ'האט דא אנגערירט און פערזענליך געטשעפעט כמעט א גאנצע לאנד
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

אוועטאר
Who knows
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך Who knows » מיטוואך ינואר 12, 2022 11:32 pm

נקדימון האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:עם עקש תתפתל, משוגע איז די וועלט ווי זיך באטייליגן ביי א פארטי איז א סקאנדאל, אבער די היפאקריטיזם פון די עליטע איז צום שטוינען

איך מיין מען האט שוין מסביר געווען די סקאנדאל דערפון. דערווייל זענען אלע תגובות נאך אין די אנדערע אשכול.

אוודאי, דאס איז א שרעקליכע עוולה!! נישט דאס אז ער האט זיך באטייליגט, נאר אז ער האט נישט געלאזט אנדערע טוען דאס זעלביגע, נאר אונז לעב מיר אין א פארקערטע וועלט

------

יעצט זעה איך אז נקדימון האט שוין צאמגעהאקט, נו, וועלמיר זיין דער מכה בפטיש
firstnlastunknown@gmail.com

אוועטאר
ממוצע
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך ממוצע » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 12:09 am

נקדימון האט געשריבן:
"ער האט מסתמא געהאט א חשבון פארוואס ער האט געהאלטן אז ס'איז נישט שעדליך פאר אים און זיינע מענטשן"

פון וואנעט ווייסטו דאס? און פארוואס האט דאס דזשאנסאן נישט געניצט פאר א דעפענס? עס הערט זיך ווי א בריליאנט פון א דעפענס.

"ווי שוין דערמאנט איז די פארטי געווען סאושעלי דיסטענסד און האט זיכער נישט ערגער געמאכט די מצב".

פון וואנעט ווייסטו דאס? צו עס האט ערגער געמאכט איז בכלל נישט די נקודה ביי קיינעם.

(איך קען דיר אינטערשרייבן די פארטי איז נישט געווען סאושעלי דיסטענט)

"נאך ווייניגער ווי איינער האט פארלעצט א ספיד לימיט"

עגעין. עס קוקט נישט אויס ווי איר כאפט די נקודה. מען רעדט נישט דא [נאר] פון א טעכנישער פארלעצונג אין געזעץ. אויב יא קען א ספידינג טיקעט זיין אפי הארבער.

מען רעדט דא פון היפאקריטיע אויף א הויכער פארנעם. נישט פלעין היפאקריטיע איבער א פאליטישער מיינונג אויף פרעקינג... דארטן איז א היפאקריט אויך עקלדיג אבער כבר היה לעולמים. צענדליגער פאלעטישנס מדי יום ביומו.

דא רעדט מען פון היפאקריטיע וואס האט געשפילט מיט די גאנצער לאנד, קולטור, עקענאמיע אלעס אלעס. דאונינג סטריט בעט זיך מיט רחמנות און סטראשעט מיט אלדאס בייזן אז אנפארטשענעטלי דארף מען סטראגלען ביז אלעס איז פאראיבער.

יעדער ציטערט (מען רעדט דא פון מאי 2020) ביזנעסער זענען געשלאסן. באגרעבעניש צערעמאניעס ווערט אפגעהאלטן פון דערווייטנס מיט א קארגע מזומן.. הייראט צערעמאניעס זענען געקענסלט.. אויב מער פון צוויי מענטשן זענען געווען אויפן גאס האבן זיי פארלעצט די געזעץ... אלעס אין נאמען פון קאוויד ווי יעדער איז מחויב צו העלפן "פלעטענען די קוירב" בו בעת זיצן עטליכע פאלעטישנס אין דאונינג סטריט און לאכן א גיטס. נישט איינס נישט צוויי... מען רעדט פון 11 באזונדערע פארטיס...

וואס טראכט א מענטש וואס האט פארלוירן זיין פרנסה ווען ער הערט אז דזשאנסאן אליינס מיט זיין ווייב האבן געלאכט פון די גאנצע מעשה? א גאווערנאר וואס איז געפלויגן שנעל איז ערגער...

ניין דאס טראכט ער זיכער נישט!

דזשאנסאן איז א פארברעכער... ער האט איינגעשטעלט מענטשנס לעבנס ביי די פארטי... ניין. דאס טראכט ער אויך זיכער נישט!

ער שרייט היפאקריט! די הארץ ווייטאגט פאר מיליאנען בירגער וואס האבן ווי לעמעלעך אויסגעפאלגט אלעס. איך האב זיך נישט באטייליגט ביי מיין מאמע'ס לוויה ווייל דאונינג סטריט האט מיר מסביר געווען אז דאס טאר בשום אופן נישט געשען בו בעת וואס אין יענע רגעים וואס זיי האבן ווידערהאלט אז אלע געזעצן דארפן אינפארסירט ווערן שיקט דזשאנסאנ'ס פערזענליכער סעקרעטאר א אימעיל פאר אריבער 100 געלאדענטע צו פארטיען ביי דזשאנסאן אין גארטן...

די גאנצע המשך וויאזוי דאונינג סטריט האט געלייקנט און ארום געחישט די גאנצע צייט האט געוויזן היפאקריטיע.

נאכאמאל די אישו איז נישט [נאר] די טעכנישער פארלעצונג. עס איז די היפאקריטיע אלל עלאנג...

דו שרייבסט גוט.

געפילן אין א זייט. איך זעה נישט קיין היפאקריטיע דא. איך אליין לדוגמא האלט אז ס'האט טאקע געדארפט זיין געוויסע קאוויד רעגולעישאנס. דאך פארשטיי איך אז יעדער מענטש האט זיך זיינע שיקולים, ווען ער האלט אז ער קען אוועקנייגן פון די רעגולאציע. פארוואס איז דאס היפאקריטיע? איך ווייס אז דער געפיל זאגט אזוי. איך זעה עס. אבוויוסלי... אבער לאגיש זעה איך נישט קיין היפאקריטיע. ווען א פריוואטער מענטש וואלט געקומען פרעגן באריס אין א שטילע מינוט צי ער מעג אפהאלטן א פארטי ביי זיך אין בעק יארד, וואלט ער אים מסתמא אויך געענטפערט אז ער מעג... ער גייט עס נאר נישט זאגן אין פובליק ווייל דעמאלטס זענען אלע רעגולאציעס גארנישט ווערד.

שאבעלע
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך שאבעלע » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 12:26 am

דו כאפסט נישט! מען רעדט דא פון א צייט וואס אונז זענען מיר געווען אין די נייעס פארן אפהאלטן חתנות, פאר ר חיים מערץ ז"ל לוויה וכו' מען רעדט דא פון א צייט וואס א גרויס חלק פון אונז זענען נאכנישט געגאנגן אין בת המדרש... און ווער יא האבן מיר געהאט די שעריףס צוקירען די געהירן.

פארפאסט לוויהס, פארלוירענע פרנסה, קינדער אינדערהיים, פארהרגטע שלום בית, נישט קיין סאוישעל לייף, וכו וכו'. קומט ער און האקט א טאג כאילו לא היה! מען רעדט נישט דא אז מען האט אים געכאפט מיטן מאסקע אראפ פונעם נאז. דאס וואלט ווען געווען דומה צו ספידן, מען רעדט דא פון עפעס וואס פארן אלגעמיינע גוי וואלט נישט בייגעפאלן צו טון אינעם דעמאלטסדיגן מצב! (אפילו בייניז חסידים איז נאך דאן פארגעקומן "קארונע חתונות"...)

איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז נישט פשוט

אוועטאר
ממוצע
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 20, 2020 11:07 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך ממוצע » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 12:35 am

שאבעלע האט געשריבן:.

ער האט שוין געהאלטן נאכן זיך ערהוילן.

פארן אלגעמיינע עולם קען מען נישט גרינגער מאכן, ווייל טאמער יא איז אויס רעגולאציע.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 1:38 am

סארי נקדימון, האסט זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט דיין פוינט, אבער איך דיסעגרי. היפאקראטיע קומט נישט אריין דא. מ'קען האבן טענות אויף אים אז ער וואלט געדארפט צו זיין א ראול מאדעל און א וועג ווייזער פארן לאנד און סעטן אן עקזעמפל וכ'ו וכ'ו, אבער היפאקראטיע איז דאס נישט.

ווען ער וואלט אפיציעל געפירט א לעבנשטייגער פארקערט פון די רעגולאציעס, און אלעס אנגעפיפן אין פנים אריין, וואלט דעס געווען היפאקראטיע. אויב האט ער געהאט א טעגליכע סקעדשיול צו גיין אין דשים בשעת אלע דישם'ס זענען געוען פארשפארט איז דעס היפאקראטיע. און אויב גייט ארויס קומען באווייז דערויף דאן איך פאבליקלי מודה זיין אז ער איז א היפאקריט און דארף רעזיגנירן. אבער ער האט אלעס ערליך געהיטן רוב צייט, נאך מער פון רוב לאנד. בסך הכל האט מען געכאפט ווי ער איז צוויי דריי מאל דורכגעפאלן, און נישט געהיטן די רעגיולאציעס עד הסוף. נו שוין, אויף דעם זאגט שוין איינעם'ס חתימה דא "א מענטש איז נאר א מענטש, און צומאל דאס אויך נישט." ער איז דורכגעפאלן. עס קומט זיך אים פעטש. ער דארף אפאלאדשייזען, און אפילו צאלן א פיין. אבער היפאקראטיע? דערווייל האסטו נישט קיין באווייז דערויף. די זעלבע ווי נענסי פעלאסי איז נישט געווארן קיין היפאקריט פארן זיך גיין איינמאל שערן די האר.

אז דו זעהסט אמאל א רב נכשל ווערן און רעדן ביים דאווענען ווערט ער נאכנישט קיין היפאקריט דערפאר. אז עס מאכט זיך כסדר איז א צווייטע זאך.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שמונת אלפים
תגובות: 8079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 2:23 am

סטיטשי, דו ביסט נארמאל??

דו זעסט דא אדורכגעפאלן??????!!!!!!

ער האט איגנארירט זיין אייגן מאנדאט און געמאכט א פפפפאאאאאררררדדדדיייייי!!!!!!

נישט אראפגערוקט א מאסק!
נישט אמאל "אדורכגעפאלן" נאר אנגעפיפן!!
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re:

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 2:40 am

סטיטשינער האט געשריבן:אז דו זעהסט אמאל א רב נכשל ווערן און רעדן ביים דאווענען ווערט ער נאכנישט קיין היפאקריט דערפאר. אז עס מאכט זיך כסדר איז א צווייטע זאך.

איך מיין דיין משל איז גראדע זייער גוט, ווען א רב ווערט אמאל נכשל אין רעדן ביים דאווענען איז עס נאכנישט געפערליך ווייל רוב מענטשן ווערן נכשל דערין, נו, האט דעם רב אויך געכאפט אמאל א שוואכער מינוט.

ווי איז אבער אויב מען וועט כאפן דעם רב אינגאנצן אויסלאזן שחרית איין טאג, וועט מען עס שוין יא זייער שלעכט אנקוקן, פארוואס, ווייל ביי רובא דרובא מענטשן איז נישטא אזא זאך אויסלאזן א שחרית, און פונקט דער רב קען נישט ביישטיין דער נסיון וואס יעדער קען יא.

ולהבדיל דא אויך, רובא דרובא מענטשן איז נישט בייגעפאלן צו מאכן פארטיס אין מאי 2020, נישט אין שטארקע מינוטן און נישט אין שוואכע מינוטן, פונקט באריס דזשאנסאן האט נישט געקענט ביישטיין די שוואכע מינוט?

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 5:18 am

@נקדימון, און אלע אנדערע וואס שרייבען כשיטתו, ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 12852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: Re:

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 6:08 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:אז דו זעהסט אמאל א רב נכשל ווערן און רעדן ביים דאווענען ווערט ער נאכנישט קיין היפאקריט דערפאר. אז עס מאכט זיך כסדר איז א צווייטע זאך.

איך מיין דיין משל איז גראדע זייער גוט, ווען א רב ווערט אמאל נכשל אין רעדן ביים דאווענען איז עס נאכנישט געפערליך ווייל רוב מענטשן ווערן נכשל דערין, נו, האט דעם רב אויך געכאפט אמאל א שוואכער מינוט.

ווי איז אבער אויב מען וועט כאפן דעם רב אינגאנצן אויסלאזן שחרית איין טאג, וועט מען עס שוין יא זייער שלעכט אנקוקן, פארוואס, ווייל ביי רובא דרובא מענטשן איז נישטא אזא זאך אויסלאזן א שחרית, און פונקט דער רב קען נישט ביישטיין דער נסיון וואס יעדער קען יא.

ולהבדיל דא אויך, רובא דרובא מענטשן איז נישט בייגעפאלן צו מאכן פארטיס אין מאי 2020, נישט אין שטארקע מינוטן און נישט אין שוואכע מינוטן, פונקט באריס דזשאנסאן האט נישט געקענט ביישטיין די שוואכע מינוט?

אבער למעשה הייסט עס נישט ''אויסלאזן שחרית איין טאג'', ווייל עס איז געוועהן מיט social distancing און יעדער האט געמיזט ברענגן אייגענע געטראנקן..

אנדערש ווי די 'ל''ג בעומר קאראנע חתונות' ווי ס'איז נישט געווען social distancing און מהאט געגעבן די האנט און געטאנצן 100 מענטשן.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג ינואר 13, 2022 7:34 am

די עסן איז יא געווארן צוגעשטעלט פאר יעדען. דאס ברענגן די אייגענע געטראנקען האט גארנישט מיט קאוויד.

BYOB (ברינג יור אאון באאז/ביר) איז א באקאנטער טערמין ביי פארטיס. דאס מיינט מיר שטעלן נישט צו די אלקאהאל. יעדער זאל ברענגן זייער אייגענע צו די פארטי.

און עס איז נישט געווען סאושעלי דיסטענט. האק דיך עס ארויס פון קאפ.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”