סקאנדאל איבער ענגלישער פרעמיער מיניסטער'ס באטייליגונג ביי א צאמקום אינעם ברען פונעם פענדעמיע

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג ינואר 14, 2022 7:40 am

אינטערסאנט ווי ביז יעצט האבן זיי זיך אפגעהאלטן פון קאמענטירן סיי וואס איבער די פארטיס וויבאלד זיי ווילן נישט שטערן ביז סאו גרעי איז פארטיג מיט איר באריכט.

זעהט אויס קיינער זיכט נישט יעצט קיין פלאנטנער מיט די קעניגן

shimon7323
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג ינואר 14, 2022 7:53 am

דאונינג סטריט זאל זאפארט רעזיגנירן......

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » פרייטאג ינואר 14, 2022 10:13 am

אזא מאדנע לאנד, זאג נאך דריי מאל סארי און אלס איז מסדר...
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.

קרעדיט: @רעים

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג ינואר 14, 2022 11:34 am

און נאך איינס...

UK's former head of Cabinet Office Covid taskforce Kate Josephs apologises for having leaving drinks during Covid restrictions

ליבי ובשרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך ליבי ובשרי » פרייטאג ינואר 14, 2022 12:10 pm

קאויד אראפ קאויד ארויף, ער דארף רעזיגנירן פשוט פארן פארטי'ען אזוי......
וואס איז טאקע פשט? אין פרידנס צייטן איז דאס יע נארמאל? דאונינג איז א קרעטשמע?

לייקוס
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך לייקוס » פרייטאג ינואר 14, 2022 12:14 pm

מזעעט איין זאך פון די פרשה
מהאט גארנישט פון זיך צושטעלען און טוהן זאכען מיט די פלאו,
באריס האלטיך פארשטייטסיך נישט פון דיע ריסריקשעינס,נאר וואס,מהאט מורא פון די שוונצנישע ליבאראלען,
נוא וואס געשעט איז ער טאנצט מיט די שוואנצנים און ער מאכט געזעצען ווייל ער האט נישט גענוג שטארקייט צוזאגען זאכען כמות שהוא,
ממוז דאך פאלגען די סיסטעם די סי די סי און די פרעפאסארען וואס האבען נישט קיין משפחות אדער דזשאבס און לעבען ערגעץ און פארלומדישע יוניווערסעטיט און פרעדיגען שיטות פאר די יונגע פרענטשע בחורלעך און זיי קענען דאך בעסער לערנען וואו די אזויגערופענע בעלי בתים ואנשי מעשה און ממילא איז ידם על העליונה, ווייל זיי האבען דיך אן עדיודזשקעיזשען.

רב נקדימון שנייד די קרעפליך, איעדער ווייסט אז ווען באריס קען וועין זאגט ער פאר גאנצע בריטיניע צוגיין פארטיען,
א געוואלד מיט רעגאלוצעס זענען געווען דארט להלכה ולא למעשה, אינטרעסאנט נאר וואו דיע שוואנצנים צייטונגען דרייען נישט איבער די שטאט וועין זייערע רעביס פארטיען.

און שוין,
צוריק צום שרעקליכע סקאנדאל!

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג ינואר 14, 2022 3:22 pm

און נאך איינס... צוויי... דריי...
Screenshot_20220114-152044~2.png
Screenshot_20220114-152044~2.png (105.11 KiB) געזעהן 875 מאל

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » פרייטאג ינואר 14, 2022 3:24 pm

וועכנטליך גאר

די וואסער ווערט נאר טיפער און הייסער...
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.

קרעדיט: @רעים

לייקוס
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך לייקוס » פרייטאג ינואר 14, 2022 3:27 pm

פארוואס דען נישט
די רעביס און לונדון האבען אוכט געפירט טיש וועכענטליך.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » פרייטאג ינואר 14, 2022 3:28 pm

לייקוס האט געשריבן:פארוואס דען נישט
די רעביס און לונדון האבען אוכט געפירט טיש וועכענטליך.

איך הער דיין טענה

לאמיר יעצט הערן וואס די פאלק העט זאגן דערצו
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.

קרעדיט: @רעים

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:01 pm

נקדימון האט געשריבן:ווארטזאגער פאר דזשאנסאן: דזשאנסאן האט נישט באקומען אדער געזען די אינוועטאציע אימעיל צו די פארטי.

דזשאנסאנ'ס געוועזענער טשיעף עדווייזער דאמיניק קאמינגס רייסט זיך אויף.

דאמיניק זאגט אז ער איז גרייט צו באשטעטיגן אונטער שבועה אז דזשאנסאן איז אנגעזאגט געווארן ביי צוויי מענטשן צו אפריפן די מאי 20 פארטי אין דזשאנסאנ'ס גארטן אבער דזשאנסאן האט באשלאסן צו גיין פאראויס. קאמינגס זאגט אז דזשאנסאן האט ליגנט געזאגט פאר די פארלימענט

דאונינג סטריט ווארטזאגער נאך נעכטן: עס איז נישט אמת אז דזשאנסאן האט געהאט א ידיעה איבער די פארטי ביי אים אינדערהיים


נעווער מעסס-אפ מיט איינער וואס האט די רעסיטס פאר די ביללס...

20220117_124535~2.jpg
20220117_124535~2.jpg (142.4 KiB) געזעהן 666 מאל

קארן
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך קארן » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:12 pm

איך פארשטיי נישט, די מענטשן מיט וועם איך ארבעט און איין אפיס, האב איך יעדן טאג געגעסן צוזאמען, געטרונקען קאווע און טיי צוזאמען, ווייל אזוי האט די געזעץ ערלויבט, אפילו בשעת קאוויד, סא וואס איז די גאנצע איבערקערניש וועגן מאכן פארטיס מיט זיינע אייגענע איינגעשטעלטע?

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:24 pm

איך גיי עס נישט נאכאמאל איבערשרייבן. ליין די געזעצן וואס דזשאנסאן און זיינע נאנטע האבן ארויסגעשטעלט פאר יעדע ענגלישע בירגער. וויאזוי דזשאנסאן און די אלע וואס האבן געצוואונגן די בירגער זיך צו צושטעלן האבן אליינס געטון בשעת מעשה. וויאזוי ער מיט זיין סטעף האב געלייקנט שטיין און ביין און געהאלטן אינאיין צוריק טרעטן טריט נאך טריט.

נאכדעם זיי מחליט צו עס איז ווי עסן לאנטש מיט קארן אין איין לאנטשרום.

דיין מיינונג פארטרעט דיין מיינונג און יעדעס ענגלישע בירגער פארטרעט זייער מיינונג. עט די מאמענט זענען דא גאר א סך ענגלישע בירגער וואס פילן זיך פארראטן/באטראפעצט למחצה ולשליש ביי דזשאנסאן און זיין אדמיניסטראציע. די צאל פון זיי (עז ווי ספיעק) שטייגט איבער אין מספר די מיינונג פון קארן.

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3064
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:31 pm

עס איז גאר מאדנע די גאנצע זאך, וואס האט דער דזשאנסאן געטראכט? ער גייט מאכן פארטיס מיט צענדליגער מענטשן און קיינער גייט נישט וויסן? וואס איז אים עס געווען אזוי וויכטיג?

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3064
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:32 pm

לייקוס האט געשריבן:פארוואס דען נישט
די רעביס און לונדון האבען אוכט געפירט טיש וועכענטליך.

ער קען טאקע ווערן פריים מיניסטער אין סטעמפארד הילל.

איך גלייב קיינער וועט נישט האבן קיין פראבלעם דערמיט דארטן.

קארן
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך קארן » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:42 pm

נקדימון האט געשריבן:איך גיי עס נישט נאכאמאל איבערשרייבן. ליין די געזעצן וואס דזשאנסאן און זיינע נאנטע האבן ארויסגעשטעלט פאר יעדע ענגלישע בירגער. וויאזוי דזשאנסאן און די אלע וואס האבן געצוואונגן די בירגער זיך צו צושטעלן האבן אליינס געטון בשעת מעשה. וויאזוי ער מיט זיין סטעף האב געלייקנט שטיין און ביין און געהאלטן אינאיין צוריק טרעטן טריט נאך טריט.

נאכדעם זיי מחליט צו עס איז ווי עסן לאנטש מיט קארן אין איין לאנטשרום.

דיין מיינונג פארטרעט דיין מיינונג און יעדעס ענגלישע בירגער פארטרעט זייער מיינונג. עט די מאמענט זענען דא גאר א סך ענגלישע בירגער וואס פילן זיך פארראטן/באטראפעצט למחצה ולשליש ביי דזשאנסאן און זיין אדמיניסטראציע. די צאל פון זיי (עז ווי ספיעק) שטייגט איבער אין מספר די מיינונג פון קארן.

דאס איז טאקע די פראבלעם.... מיליאנען מענטשן זענען נישט אריין צו די ארבעט, און במילא האבן זיי נישט געקענט פארטיען מיט זייערע קאלעגעס און פארדעם זענען זיי אנגעווייטיגט, אבער איך זעה נישט וואס ער זאל האבן געבראכן דא די געזעץ, איך ווייס פערזענליך פון יודישע און נישט יודישע ביזנעסער, וואס האבן צוגעשטעלט פארטיס פאר זייערע נישט יודישע ארבייטערס פשוט ווייל סאיז געווען לעגאל, נאר וואס דען? די ליבעראלן קענען נישט מוחל זיין באריס פארן אדורכפירן ברעקזיט, און דא האבן זיי געטראפן א געלעגנהייט משוגע צו מאכן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18929
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:49 pm

אויב הייסן זיי טאקע ארבעטס קאלעגען האט ער לכאורה קיין געזעץ נישט געבראכן. דארף מען נאר וויסן צו זיי גיין אריין אין דעם קאטעגאריע צו נישט.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:52 pm

קארן האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:איך גיי עס נישט נאכאמאל איבערשרייבן. ליין די געזעצן וואס דזשאנסאן און זיינע נאנטע האבן ארויסגעשטעלט פאר יעדע ענגלישע בירגער. וויאזוי דזשאנסאן און די אלע וואס האבן געצוואונגן די בירגער זיך צו צושטעלן האבן אליינס געטון בשעת מעשה. וויאזוי ער מיט זיין סטעף האב געלייקנט שטיין און ביין און געהאלטן אינאיין צוריק טרעטן טריט נאך טריט.

נאכדעם זיי מחליט צו עס איז ווי עסן לאנטש מיט קארן אין איין לאנטשרום.

דיין מיינונג פארטרעט דיין מיינונג און יעדעס ענגלישע בירגער פארטרעט זייער מיינונג. עט די מאמענט זענען דא גאר א סך ענגלישע בירגער וואס פילן זיך פארראטן/באטראפעצט למחצה ולשליש ביי דזשאנסאן און זיין אדמיניסטראציע. די צאל פון זיי (עז ווי ספיעק) שטייגט איבער אין מספר די מיינונג פון קארן.

דאס איז טאקע די פראבלעם.... מיליאנען מענטשן זענען נישט אריין צו די ארבעט, און במילא האבן זיי נישט געקענט פארטיען מיט זייערע קאלעגעס און פארדעם זענען זיי אנגעווייטיגט, אבער איך זעה נישט וואס ער זאל האבן געבראכן דא די געזעץ, איך ווייס פערזענליך פון יודישע און נישט יודישע ביזנעסער, וואס האבן צוגעשטעלט פארטיס פאר זייערע נישט יודישע ארבייטערס פשוט ווייל סאיז געווען לעגאל, נאר וואס דען? די ליבעראלן קענען נישט מוחל זיין באריס פארן אדורכפירן ברעקזיט, און דא האבן זיי געטראפן א געלעגנהייט משוגע צו מאכן.

איך האב דיר געזאגט זאלסט קודם ליינען די געזעצן אין ענגלאנד. עס איז נישט געווען לעגאל. צווייטנס דער הויפט נקודה איז נישט די טעכנישער לעגאלער פארלעצונג. איך מיין עס איז שוין געווארן אויסגעשמיסט אין די לעצטע עטליכע בלעטער.

קארן
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך קארן » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:54 pm

איך גיי נישט ליינען די געזעצן, ווייל איך וואוין דא און איך האב א ביזנעס, און איך האב אויך צוגעשטעלט א באר בי קיו פאר מיינע חברה, און סאיז געווען הונדערט פראצענט לעגאל.

קארן
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך קארן » מאנטאג ינואר 17, 2022 1:56 pm

נאכאמאל. אויב איז עס געווען נאר מיט זיינע קאלעגען, האט ער נישט געבראכן קיין שום געזעץ, פינטל.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18929
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג ינואר 17, 2022 2:16 pm

נקדימון, עפעס נעמסטע עס זייער פערזענליך. בכלל נישט דיין געווענטליכע וועג פון איבערגעבן נייעס.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג ינואר 17, 2022 2:44 pm

קארן האט געשריבן:נאכאמאל. אויב איז עס געווען נאר מיט זיינע קאלעגען, האט ער נישט געבראכן קיין שום געזעץ, פינטל.

אהא יעצט האסטו געטוישט די ארגימענט צו "אויב" עס געווען נאר זיינע קאלעגן. פריער איז עס געווען "ער האט נישט געבראכן קיין שום געזעץ"

איז זיין ווייב א ארבעטס קאלעגע? איך מיין אז נישט. זי איז דארט געווען. הגם די איבריגע ליסטע איז נאכנישט ארויסגעשטעלט געווארן. טאמער יא איז געווען א פארלעצונג אין די געזעץ.

איז דא א לימיט פון וויפיל מענטשן דו האסט געמעגט האבן ביי דיין בארביקיו? די געזעץ קוקט מיר אויס ווי 30. דא איז געווען מער. טאמער ריכטיג איז דא געווען א פארלעצונג אין די געזעץ.

מעג אזא מסיבה פארקומען אין א פריוואטע הויז? טאמער נישט איז די גארטן געבינדן. אויב ריכטיג אז דאונינג סטריט איז זיין פריוואטע הויז (ווי דזשאנסאן ריפט עס) איז די גארטן געבינדן און איז געווען א פארלעצונג אין די געזעץ.

אדרבה איך בין נישט קיין ענגלישער. טאמער דו קענסט אויסקלארן די געזעץ אין יענער פאזע פון מאי 2020

20220117_142030~2.jpg
20220117_142030~2.jpg (119.25 KiB) געזעהן 272 מאל

20220117_142820~2.jpg
20220117_142820~2.jpg (137.32 KiB) געזעהן 272 מאל

20220117_142828.jpg
20220117_142828.jpg (41.13 KiB) געזעהן 272 מאל



----
דאס איז ביסיידס די נקודה אז נישט די טעכנישער לעגאלער פארלעצונג איז די מדובר.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18929
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג ינואר 17, 2022 2:49 pm

דאונינג סטריט איז סיי זייו הויז און סיי זיין ארבעטס פלאץ. דעריבער איז שווער צו זאגן אז עס פאלט אינטער די געזעץ וואס דו ברענגסט. און עס איך אויך שווער צו זאגן אז זיין ווייב זאל זיך נישט מעגן באטייליגן.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

קארן
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: באריס דזשאנסאן אין הייס וואסער נאך זיך באטייליגן אין א פארטי דורכאויס קאוויד

תגובהדורך קארן » מאנטאג ינואר 17, 2022 2:59 pm

@נקדימון. אז איך וועל האבן צייט וועל איך אפיר זוכן מיינע אימעילס וואס כאב מיך געשריבן מיט מיין ביזנעס לויערס לגבי די גאנצע נושא יענע צייט.

בדרך אגב. און יענע צייט , זענען די היימישע מוסדות געווען געהעריג אפן און די צייט וואס די פאבליק סקולס זענען געווען פארזיגלט און פארשלאסן, ווייל די געזעץ בלא בלא בלא.... אבער די היימישע מוסדות האבן אלעס געהאט אויסגעארבעט מיט לויערס אויף א לעגאלע וועג.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 8113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re:

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג ינואר 17, 2022 3:00 pm

סטיטשינער האט געשריבן:דאונינג סטריט איז סיי זייו הויז און סיי זיין ארבעטס פלאץ. דעריבער איז שווער צו זאגן אז עס פאלט אינטער די געזעץ וואס דו ברענגסט. און עס איך אויך שווער צו זאגן אז זיין ווייב זאל זיך נישט מעגן באטייליגן.

מעג מער פון דרייסיג?

פארשטייסט דאס איז א פאסיגער עקזעמפעל וואס האט מיר א משהו נערווירט. עס איז דא א נקודה פון טראסט פון זיינע קאנסטיטשוענטס. איין וועג וויאזוי צו לעבן פאר דער פאלק און איינס פאר די עליטע אין דאונינג סטריט

אבער יעדער פאר מינוט קומט א צווייטער אין הייבט אן דעבאטירן סעמענטיקס. יא לעגאל נישט לעגאל; "א ספיד טיקעט איז ערגער" צו אז ער האט געוואוסט וואס ער טוט און "געוואטשט אז מען זאל זיך נישט אנשטעקן" אדער אז מען האט "אפי געברענגט די אייגענע געטראנקען" אדער עס איז געווען "נאר אמאל אמאל"

מיססינג די פוינט [אלמאסט] קאמפליטלי.

איכ'ל לאזן פעיק אדער פאליטישער צו אנדערע אריינפילן די רעסט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, night walker, YandexBot, א דאך, א מוח, איך בין נישט אליין, איכאדאמרי, ארי וואהרמאן, בעל דמיון, גבר ישראל, יש מבין, מאירים, סיום, קארפענטער, תיקו און 82 געסט