בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 11:05 am
דורך יאסל
אין פאליטיקא ווערט באריכטעט אז פעלאסי שרעקט זיך כלל נישט פון די גאנצע סומעטאכע,זי האלט נישט ביין נאכגעבען אין א צייט וואס זי האלט אז אין דריי חדשים ארום וועט זי האבען סאך א שטערקערע אויבערהאנט אין קאנגערס, אין צי דעם אויך א דעמאקראטישע פרעזידענט.
וואס יא אז זי לאזט די קאנגרעסלייט וואס קימען פון קאסירוועטיווע דיסטריקס (א שטייגער די דריי דיסטריקטין וואס זיי האבען געווינען אין ספעציעלע אלעקשענס לעצטענס) צי האבען זייער אייגענע אפוניען אין דעם נושא אין נישט ריזעקירען צי פארלירען זייער בענקעל.
http://www.politico.com/news/stories/0808/12304.html

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 11:23 am
דורך סתם_אזוי
פעלאסי איז א מכשיפה, פארוואס גייט איר אן אז די אמעריקאנער בירגער האבן ביליגע געז?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 12:03 pm
דורך חיים
דער פעלאסי מיט איר פארשטינקענע גאווה וועט וועגן דעם אליין זיך נישט ברעכן וויבאלד די רעפובליקאנער ווילן אז זי זאל זיך יא ברעכן,עס פאסט איר נישט, זי איז א געפערליכע בעל גאווה נישט פון היינט וואס ווייסט נישט די גדרים ווען מען דארף יא נאכגעבן און ווען נישט, לענ"ד וועט דאס נאר שאטן פאר די דעמאקראטן און די רעפובליקאנער וועלן נאר בענעפיטירן אויף די גאנצע סאמאטוכע,

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 12:28 pm
דורך צייטליך
קרעמער, די 'קאנגרעס אלימפיק' איז א טייער ווארט.

לדעתי גייט זיך דא גארנישט אויסלאזן, דער ביל וועט נישט דורכגיין יעצט, די דעמאקרטן וועלן זיך נישט קיין סאך דערשערעקן, ס'איז נישט קיין פיליבאסטער (וועא"מ) און די רעפובליקאנער וואס פארפירן וועלן אויך גאנץ שנעל מיד ווערן, ס'ווענט זיך אין די מידאו דעקונג.

איך בין נאר ניייגעריג ווער עס איז דער גאַרד ביים טיר פונעם קאנגרעס זאל, איך האף אז ער האט א בענקעל, איך רעדט שוין נישט פון דעם אז ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון זיין לעבן האבן, ער האט באשטעלט א געהעריגער וויקאציע אויף די וואך און דא קומען עטליכע קאנגרעסלייט און האלטן אום אויף ביים טיר און ער קען נישט פארשפארן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 1:32 pm
דורך יאסל
דא איז א שטיקעל אפדעיט פון די היינטיגע אומריען אינעם טינקעלען קאנגרעס
http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... otest.html
אגב ווערט דארט געמאלדען א דער געוועזענער ספיקער נויט גינגריטש דער וואס איז אויפגעקימען מיט דע סטארטעגיע אז די רעבאפליקאנער זאלען שטעלען דרילען פאר זייער אגענדע פלאנט מארגען צי דשוינען די פראטעסט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 5:10 pm
דורך קרעמער
ביי א רעדע פאר 50,000 מאטארביציקליסטן אין סאוט דעקאטע האט דזשאן מעקעין באקומען הילכיגע אפלאדיסמענטן ביים דערקלערן "דריל דא, דריל יעצט" (א שפריכווארט וואס ניוט גינגריטש האט אריינגעברענגט אינעם יעצטיגן קאמפיין סעזאן).

באראק אבאמא האט אפגעשפעט דערפון ביי אן אויפטריט אין אהייא, זאגנדיג: מיין קעגנער וויל גראבן ווי אימער עס לאזט זיך, "איך גלייב אז דזשאן מעקעין האט געזאגט די ווערטער שטייענדיג אין א געביידע".

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 5:30 pm
דורך צייטליך
נו, אשר על כן? (איך פרעג אבאמא, נישט קרעמער..)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 9:47 am
דורך יאסל
נעכטען איז פארגעקימען פארן קאנגרעס א פראטעסט קעגן די וואס פראטעסטירן אנקעגען די פראטעסט אין קאנגרעס,
נעמליך א רעכטע גרופע האט פראטעסטירט אנקעגן די לינקע גרופע מאוו אן וואס פראטעסטירט אנקעגען די קאנגרעסלייט וואס פראטעסטירן אויפן קאנגרעס פלאהר.
דא איז די רעפארט
http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... otest.html

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:33 am
דורך יאנאש
לכאורה וועט דאן היינט פארקומען א פראטעסט פון די לינקע וואס גייען פראטעסטירן קעגן די רעכטע פראסטעסטירער וועלכע פראסטעטירן אנטקעגן די לינקע פראסטעסטירענדע מאוו אן גרופע וואס פראסטעסטירן קעגן די פראטעסטירענדע קאנגרעסלייט.

גיי ווייס, איך האף אז זיי וועלן מיר רופן ווען זיי גייען אויסלויפן פון מען פאוער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 12:23 pm
דורך מיללער
אפשר מאכן מיר א 'אידישע וועלט' פראטעס? מי לפראטעסט אלי!

יישר-כח ר' יאסל קרעמער פאר אייער צייטליכע אפדעיטס.

דריל דא, דריל יעצט!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 2:36 pm
דורך יאסל
א שטיקעל רעפארט פונעם פערטען טאג וואס די רעפאליקאנער מאכען גערודער
http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... rance.html

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 3:03 pm
דורך scy4851
עס וועט זיין אינטערעסאנט צי זעהן אויב 'פעלאסי' וועט זיך ברעכען און טאקע צירוק ריפען פאר אן עמערדשענסי סעשאן

עניוועי, אויף אנהאלטען דעם פארבאט פון אפ-שאר-דרילינג מוזען זיי וואטען פאר דעם 30סטען סעפטעמבער, ווייל אויב נישט, וועט דער מאריטאריעם פון זיך אליינס אפלויפען, און יעדער סטעיט וועט קענען לאזען דרילען אויב זיי ווילען, אהן א צירוקאלט פונעם פעדעראל גווערנמענט

דאס איז גענומען פון דעם סייט וואס יאסעל דערמאנט

Indeed, Congress must vote before Sept. 30 to renew the annual moratorium; otherwise, it will lapse on its own, giving states the right to decide whether private companies can search for potential drilling sites three miles offshore

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 7:11 pm
דורך קרעמער
וואס איז דאן די גרויסע גדולה מיט די אפשטימונג, אויב עס וועט ממילא אויסלויפן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 7:43 pm
דורך ביקסאד
אז די רעפובליקאנער האבן עס דורך געפירט.



אט מי די איצטיגע תגובה גייען מיר דורך די ארבע מאות שקל כסף.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:18 pm
דורך scy4851
אויב עס וועט נישט זיין קיין אנדערע ברירה, וועלען די ריפאבליקאנער ווארשיינליך נישט קומען ווען מען וועט דארפען באשטעטיקען אויף ווייטער, און עס וועט נישט זיין קיין קארעם,
עט עס ממילא אפלויפען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 8:35 am
דורך Joba
נויט גינגריטש איז שוין דארט און ער סטראשעט אז די ריפאבליקענ'ס גייען אפשפארן די קאנגרעס.

http://www.cnn.com/2008/POLITICS/08/06/ ... index.html

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:06 am
דורך בןהרחמן
איך האב געזעהן דארט ביי CNN א לינק צו א סייט וואס אקטיוויסטן האבן גע-עפנט דעם דינסטאג מיט פארשידענע אינפארמאציע נייעס און קליפס

http://dontgomovement.com/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:59 am
דורך יאסל
קרעמער האט געשריבן:וואס איז דאן די גרויסע גדולה מיט די אפשטימונג, אויב עס וועט ממילא אויסלויפן?

דא גייט פאר צוויי ענינים
1) די אישו פון ענערדשי ביל וואס די רעפאבליקאנער האבען געוואלט אמענדען די ביל מיט צילייגען אפשאר דריילינג אין היות ספיקער פעלאסי האט מורה געהאט אז די אמענדמענט וועט דארעך גיין האט זי אהיים געשיקט קאנגרעס אן א גארנישט טיען אין די נושא פון ענערדשי אין דערוף טרייען די רעפאבליקאנער צי שלאגען קאפיטאל
2) איז א פרישער עסק וואס גינגריטש שטיפט
דאס איז אז זינט דאכט זיך 1968 ווען סאיז פארגעקומען די אויל ספיל אין סאנטא בארבארא האט קאנגרעס ארויף געלייגט א קאנגרעשונעל בען אויף אפשאר דרילינג וואס מ'ברויף איטליכער יאר באנייען, אין די 80' יארן איז פארגקומען יעדעס יאר גרויסע מלחמות פאר מהאט עס געברויכט באנייען ווען בוש הראשון איז איז געקומען צי מאכט האט ער צי געלייגט אויך אן עקזעקעטיוו בען אין אזוי ארום אפגעשטעלט די מלחמות אין קאנגרעס, יעצט היות די מצב פון אויל איז זייער נישט גיט האט זיין זון בוש השני מורד געווען אין זיין פאטער אין אראפ גענומען די עקזעקטיוו בען
איז נאר געבליבן די קאנגרעשענל בען וואס עקספייערט סעפטעמבער 30 למספרם
וואס אויב דאס איז וואס געשעט וועט יעדע סטעיט קענען אליין באשליסען וואס ער וויל טיען מיט זיינע בארטענס אין סאיז דא היבש קאנסערוואטווע סטעיטס ווי די קארליינעס דשארדזשיע אין היינט שוין אויך פלארידע וואס וועלען זיך ציכאפען דערויף.
פארשטייט זיך אז די וואס דינען די ענוויירעמענטעל גלויבען וועלען אזאנס נישט צילאזען
איז אבער א פראבלעם ווייל א ביל דירעקט צי באנייען די בען וועט לכאורה נישט דארעך גיין בעת ווען סאיז דא 75 פראצענט שטיצע יא צי לאזען גראבען אזוי אויך וועט דאס זיין פאר מערערע קאנגרעסלייט ממש סועסייד
איז וואס טיט מען געווענליך מריקט עס אריין און די באדזשעט ביל וואס אויב איז נישא דא קיין באדזשעט שפארט זיך די רעגירונג אפ אין דאס איז שוין א געמבעל ס'וועט נישט זיין נאר עמורדזשענסי סורוועס דאס מיינט למשל אז די אלע עלטערע לייט וואס באקומען סאשעל סעקיורעטי טשעקס וועלען מיזען ווארטען אביסל ביז די צוויי פארטייען מאכן א דיל אין אזוי ווייטער אין מערערע נושאים וואס ס'עפעקט דעם אלגעמיינעם ציבור
איז די שאלה צי די רעפאבליקאנער אדער די דעמאקראטען זענען גרייט דערויף אין ווער סשטייט צי פארדינען דערפון
דער געוועזענער ספיקער גינגריטש שטיפט דערפאר אין סבלייבט איבער צי זעהן צי די היינטיגע רעפאבליקאנער פירער וועלען מסכים זיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 1:58 pm
דורך קרעמער
שרייבט אונטער אויף די פעטיציע צוריקצורופן קאנגרעס:
http://www.callbackcongress.com/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:17 pm
דורך יאנאש
אפגעגעבן מיינע פינף שטימען (כאילו עס גייט עפעס אויסמאכן) דערווייל האלט עס ביי 27483 וואוטער'ס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:21 pm
דורך יאסל
דא איז א רעפארט פון היינט
http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... ssion.html

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 5:14 pm
דורך scy4851
יאנאש האט געשריבן:אפגעגעבן מיינע פינף שטימען (כאילו עס גייט עפעס אויסמאכן) דערווייל האלט עס ביי 27483 וואוטער'ס.

עס האלט שוין 28017

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 1:43 pm
דורך יאסל
דער רעפאבליקאנער פירער אין קאנגרעס האט פארשפראכען אנציהאלטען די פראטעסט ביז ספיקער פעלאסי ברעכט זיך
דא איז די רעפארט
http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... _back.html

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 10:51 am
דורך צייטליך
מיר האבן אום יעצט ארויפגערוקט צו די נומער פון 31261

די שאלה איז, אויב פון די מיליונען אמעריקאנער וועלן איין און דרייסיג טויזענט שטימעס קענען טוישן עפעס. איך מיין אז נישט. אבער די רבי ז"ל האט דאך שוין געזאגט דעראויף אז "מ'דארף טוען, נישט אויפטוען"

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 3:00 pm
דורך יאסל
די פראטעסט אין קאנקרעס אדער די פאולס וואס ווייזען אן אווערוועלמינג מעדזשארעטי אין פעיווער פאר דרילינג הייבט אן צי א שטיקעל עפעקט אפילו אויף די שטייפע ספיקער פעלאסי,
נעכטען אין אן אינטערוויו מיט לערי קינג האט זי שוין געדרייט מיטן צינג אין שוין נישט געוויזען די עקשנותדיגע שטעלונג אנקעגען פרישע אויל גרובינגען.
דא איז די רעפארט
http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... tions.html
איין פראבלעם וואס בלייבט, איז ווער וועט יעצט טראגען די אחריות פונעם וואוילזיין פון אינזער פלאנט