Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

לעבעדיג אין קאנגרעס

שבת אוגוסט 02, 2008 10:46 pm

די פרייטאג איז פארגעקומען הויך יום טוב אין קאנגרעס ווען די דעמאקראטן האבן געוואלט שוין גיין אויף וואקאציע און די רעפובליקאנער האבן נישט געוואלט ווילאנג מען ברענגט נישט ארויף אויפן טיש די וויכטיגע ביל צו לאזן גראבן אויל אין אמעריקע, דער וואנזיניגער פעלאוסי האלט אבער אז דורכפירן א ביל אז קאנגרעס זאל גיין אויף וואקאציע איז וויכטיגער ווי אז אונז זאלמיר האבן ביליגע געז פרייזן ממילא האט זי עס נישט געלאזט ארויפברענגען, לכבוד דעם האבן די רעפובליקאנע קאנגרעסלייט באשלאסן צו בלייבן אין קאנגרעס אפילו ווען עס איז שוין אפיציעל צייט אהיימצוגיין, צו אויסדריקן זייער פראטעסט אקעגן די לייכטזיניקייט פון די דעמאקראטן, אבער פארשטייט זיך אז פאר די דעמאקראטן האט דאס נישט געשמעקט און עס האט זיך אנגעפאנגען צו טון לעבעדיג מען האט אויסגעלאשן די לעקטער כדי זיי זאלן נישט קענען ממשיך זיין מיט זייערע דרשות און ווי אויך אז די מידיע זאל עס נישט דעקן אבער די רעפובליקאנער האבן זיכער געמאבט עס צוריק אנצוצינדען, בקיצור עס איז געווען ישמחו השמים
http://www.expat.ru/forum/world-news/95 ... t-you.html
איך ברענג נאר איין לינק אבער מען קען עס זעהן אין אלע נייעס סטעישנס ווער עס וויל קען ברענגען נאך לינקס

Advertisement

שבת אוגוסט 02, 2008 10:53 pm

ס'מיר א פלא אז האסט נישט געפונען עפעס נענטערע קוועלער ווי א מאסקאווער נייעס סטאנציע...

דא האסטו די באשרייבונג אויף POLITICO: http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... lking.html

איך האב דאס געהערט פרייטאג אויף די קאכלעפל (אדער טשיקאווע) פון קול מבשר, יענער לייגט עס גוט אראפ.

זונטאג אוגוסט 03, 2008 12:30 am

קרעמער שכוח פארן ברענגען אביסל מער א היימישע לינק, צו קען מען זעהן ערגעץ א ווידיאו פון וואס עס איז פארגעגאנגען דארט? אויב יא ביטע ברענג עס אויך אראפ דא, עס וואלט געווען זייער אינטערסאנט מיטצוהאלטן

זונטאג אוגוסט 03, 2008 3:04 pm

דערווייל האב איך נאר געפונען א ווידיאו וואו מען קען הערן ארום 20 סעקונדעס פון די סעמאטוכע (איין קאנגרעסמאן שרייט דארט אז דאס איז אונזער באסטאנער טיי אווענט), אבער דאס איז אויך נאר אויף יו-טוב, וואס מיר לינקן נישט.

זונטאג אוגוסט 03, 2008 6:28 pm

סאיז ערווארטעט צי אז די עקשאן זאל ווערן קאנטניוט מארגען אין קאנגרעס
ס'איז די רעפאבליקאנערס איינציגע האפונונג היי יאר.

זונטאג אוגוסט 03, 2008 9:39 pm

נו יאסל, פאר מיר אראפ? וועט זיין באסעס?

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 8:33 am

נאר מיט שווים הויזען, קיין נעקטייס ערלויבט....

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 9:26 am

פארגעס נישט אויך מיטצונעמען דיין פלעשלייט...

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:12 am

איז די קאנגרעס טאקע א שטח הפקר? פארמאגן זיי דען נישט קיין שלאס? קען זיך יעדער מאן-דהוא אריינריקן דארט ווען די קאנגרעסלייט בראטן זיך אונטערן זון?

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:16 am

וואס איז די פראגע ס'איז זייער ארבעטס פלאץ אין זיי קענען קימען אין גיין ווען זיי ווילען
מהאט זיי געגעבן רשות צי נעמען וואקאציע ווילען זיי אבער נישט
ענדערש טרייען זיי צי סקארען אפאר פאליטיקעל פוינטס

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:19 am

וואס איז טאקע דער מצב יעצט דארט? איז ווייטער דא פאן אדער נישט? לויט ווי ראביי שטייף אויף קאלא וואסער האט נעככטן געזאגט האבן זיך עטליכע קאנגרעסלייט פארפליכטעט ווייטער אנצוהאלטן די יום טוב אין קאנגרעס היינט אויך, איז עפעס געווארן דערפון אדער נישט

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:29 am

ראביי שטייף? מיהו זה?

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:36 am

ראביי שטייף איז דער וואס עס רעדט אויף די פאליטישע שעפלעפל לויט באריכטן הייסט ער ר' בערל שטייף פון מאנסי (ר' זלמן האט אין אנפאנג ווען ער האט געמאכט מיט אים א אינטערוויו איבער די מאנסיע וואלן געזאגט אז ער גייט יעצט האבן א שמועס מיט ר' בערל שטייף פון מאנסי)

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:36 am

שכויעך ר' חיים פאר די נייעס.

ר' יוסל. איך וואלט עס נישט אנגערופן "סקארען אפאר פאליטיקעל פוינטס". איך וואלט ענדערש געשריבן "דורכפירן א קריטיש וויכטיגע ביל"


אנדערע זאגן אז די רעפובליקאנער זענען נישט אויסגעהינגערט פאר וויקאציע יעצט, צוליב די פאקט אז זיי גייען גיין וויקאציע די קומענדיגע פיר יאר... אנדערש איז עס אבער מיט דעמאקראטן. :wink:

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:37 am

דערווייל זעט נישט אויס אז עפעס איז שוין געווען
דא איז די רעפארט אויף פאליטיקא אז זיי פלאנען נאך אן אקציע אויף היינט
http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... rices.html

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:43 am

חיים;

איך גלייב אז שטייף איז א פיקטיווע נאמען.

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:32 am

קרעמער האט געשריבן:איך גלייב אז שטייף איז א פיקטיווע נאמען.
איר זענט נישט דער איינציגער מאמין.

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 4:18 pm

א שטיקעל אפדעיט פון היינט
http://www.politico.com/blogs/thecrypt/ ... takes.html

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 4:48 pm

יאפ, פונעם באריכט פארשטייען מיר אז עס גייט אנגיין ווייטער אין די קומענדיגע וואך אויך. דאס מיינט זיבן טאג יו"ט, געהעריג ווי - להבדיל - פסח און סכות.

א מודעה ליינט זיך אז חול המועד וועט אי"ה פארקומען א העכסט דראמאטישער אינטערסאנטער שפיל. געשפילט דורך עטליכע קאנגרעסלייט, עס וועט געשפילט ווערן אין די גרויסע זאל פון קאנגרעס. די גאנצע זאך איז אונטער די שטרענגע קאנטראל און איבערגעקוקט דורך די מנהלים און פירער פון די רעפובליקאנער פארטיי.

(די הכנסה דערפון גייט פאר א וויכטיגע צדקה-צוועק. א עלטערער מענטש וואס פלאגט זיך שוין נעבעך דאס גאנצע יאר צוזאמצושלעפן אפאר דאללער פאר זיין פרעזידענט קאמפיין)

אין די צייט וואס נאכנישט אלע שפילער זענען אנגעקומען צום זאל און עס איז נאך ניטאמאל באוויסט ווער עס גייט אלץ אנטייל נעמען אונעם שפיל איז שוין אבער געמאלדן געווארן אז טיקעט'ס צום שפיל איז שוין אויספארקויפט און עס איז מער נישטא קיין פלאץ פאר פשוטי המון עם.

אינטערסאנט איז אויב עס וועט געהעריג געלונגען. ווייל די שפילער האבן נישט קיין סאך פראקטעצירט. איין שפילער - פיטער ראסקעם פון אילענוי - האט געזאגט היינט אז ווי נאר ער האט באקומען נעכטן נאכט די קאל האט ער זיך גלייך אריינגעזעצט אין אויטא און אראפגעדרייווט קיין וואשינגטאן די גאנצע נאכט, ווי ער איז אנגעקומען נאך בעפאר די זוהן אויפגאנג.

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 7:13 pm

טיפיקל צייטליך...

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 8:07 pm

א הערליכע צייטליך. יישר כח.

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 8:17 pm

צייטליך האט געשריבן: האט ער זיך גלייך אריינגעזעצט אין אויטא און אראפגעדרייווט קיין וואשינגטאן די גאנצע נאכט, ווי ער איז אנגעקומען נאך בעפאר די זוהן אויפגאנג.
זאג נאר צייטליך איז ער אנגעקומען באצייטנס.

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 9:41 pm

גוט גוט צייטליך.

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 9:51 pm

צייטליך;

ק.נ.א. זוכט א רעפארטער וואס איז וויליג אהינצופארן מיט א נאטיץ ביכל (זינט קאמערעס זענען נישט ערלויבט), וואלסטו גענומען א וואך אורלויב פון דיין לאקאלע אמט צו דעקן די קאנגרעס אלימפיקס?

מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:06 pm

לא"ה פאר די "קאנגרעס אלימפיקס".
שרייב א תגובה

Advertisement