צולייגער האט געשריבן:צולייגער האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:ביז דערווייל לאמיר האלטן דעם כלל פונעם רמב"ם פאר די אויגן, ענדערש זאלן טויזנט פארברעכער גיין פריי ווי איין אומשולדיגער מענטש זאל באשטראפט ווערן (אפשר ליגט אויך אין דעם אז אפילו א שולדיגער מענטש זאל נישט באשטראפט ווערן אומפראפארציאנעל).
וואו זאגט עס דער רמב"ם? און לגבי וואס?
כ'פרעג סתם ווייל איך ווייס נישט און איך בין נייגעריג.
נעווער מיינד. געטראפן
דער רמב"ם זאגט עס, ווי כ'האב זיך פארגעשטעלט, לגבי הרג'נען. דער צושטעל פון דעם צו צוריקהאלטן א נידריגער פארברעכער פון אנקומען אין דזשעיל, איז ניטאמאל אבסורד. סתם גערעדט.
איך האב געמיינט אז מען וועט זיך וועלן דינגען אויף מיין צושטעל פון א מענטש וואס איז יא שולדיג. אבער דאס וואס דו זאגסט, איז לדעתי ממש אבסורד. צו מיין מזל האט דער רמב"ם אליין גערעדט זייער קלאר און דייטליך, און איך דארף נישט זיך שטעלן טענה'ן דאס אויפצואווייזן. וזה לשונו הזהב:
אילו הרשתה תורה לקיים עונשים באפשר הקרוב מאד…כי אז היו מקיימים את העונשים במה שהוא יותר רחוק מזה ובמה שהוא עוד יותר רחוק, עד שיקיימו את העונשים וימיתו בני אדם בעוול באומדן קל לפי דמיון השופט. לפיכך סתם יתעלה את הפתח הזה
וציווה שלא יקיים שום עונש אלא עד שיהיו שם עדים המעידים שברור להם אותו המעשה, ברור שאין בו שום ספק. ואי אפשר להסבירו אחרת בשום אופן.
ואם לא נקיים את העונשים באומד החזק מאד – הרי
לא יוכל לקרות יותר משנפטר את החוטא; אבל אם נקיים את העונשים באומד ובדימוי אפשר שביום מן הימים נהרוג נקי – ויותר טוב ויותר רצוי לפטור אלף חוטאים, מלהרוג נקי אחד ביום מן הימים"
צוליב דעם חשש פון "להרוג נקי אחד" איז ענדערש אנצונעמען אזא סארט צוגאנג צו יוסטיץ וועלכע ערלויבט נישט צו געבן קיין שום עונש ווי לאנג עס איז הונדערט פראצענט זיכער אז עס קומט זיך טאקע פאר יענעם, אפילו אויב דאס באדייט אז טויזנט פארברעכער - אדער כלשונך: "נידריגע פארברעכער" - וועלן נישט באקומען זייער ערליך פארדינטע שטראף.