בלאט 1 פון 1
פרעזידענט בוש זענט איר צופרידן מיט אים?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 2:45 pm
דורך חיים
פאר אלע איינוואוינער דא אין די קרעטשמע
וואס איז אייער מיינונג איבער פרעזידענט בוש יר"ה צו טויג ער צו פירן אמעריקע אדער נישט, אין אנדערע ווערטער איז די שאלה צו די מידיע האט א השפעה אויף אייך אויך אדער צו האט איר נאך אייער אייגענע מיינונג
זעהט צו וואוטן גלייך ווען איר קומט אריין באזוכן די קרעטשמע ווייל נאכן טרינקן האט מען שוין נישט די קאפ אויפן פלאץ....
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 2:49 pm
דורך קרעמער
נאכן אפגעבן מיין שטומע (מיטן רוב, פארשטייט-זיך), וויל איך קאנגראטורלירן חיימ'ן אויפן סקר, האסט זיך געמוטשעט אבער אז עס איז דא א ווילן איז דא א וועג. גיי אן!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 2:50 pm
דורך סתם_אזוי
איך האב געשטימט די ערשטע.
איך האב א קשאי וואס איך וויל וויסן אן ענטפער, וויאזוי קען זיין אז נאר 25% פונעם פאלק זענען צופרידן פונעם פרעזידענט, אונדערצייט וואס קיינער האט מיך אדער מיינע באקאנטע (וואס האלטן אויך פון בוש) קיינמאל נישט געקאלט פרעגן מיין מיינונג?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:00 pm
דורך צייטליך
שוין געשטימט, איך דארף נישט זאגן פארוועם, דערווייל האט נאר איין זייט באקומען אלע שטומעס.
סתם אזוי; דער גרעסטע סקר אין די גויאישע וועלט ענהאלט טויזענט אויסגעפרעגטע, און דאס איז פון גאנצן לאנד. פארשטיייט זיך אז אין דעם ווערט אריינגערעכענט אלע ראסן, קאלירן, מענער פרויען, אלע גלויבענס, אידן און להבדיל קריסטן, מוסלעמענער אא"וו. און ביי רוב פעלער איז עס קוים הונדערט אויסגעפרעגטע.
ווילסטע אז פון די טויזענט - צו ווייניגער - זאל מען פונקט דיך אנטרעפן? ביסטאך קיינמאל נישט אינדערהיים..
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:01 pm
דורך חיים
oh קרעמער טענק יו ווערי מאטש פאר די קאנגראלאציע און שכוח פאר די אינפארמעישן
און צו סתם אזוי איך האב אויך די זעלבע קשיא ווי דיר איך האב שוין געשמועסט מיט אסאך און גאר אסאך מענטשן וועגן דעם און זיי האבן אלע איין מיינונג איבער בוש איך האב געטראכט אז עס קען זיין ווייל אסאך היימישע אידן ליינען נישט אזי סאך די גויאישע ניוס פעיפערס ממילא איז זייער מח בכלל נישט געבינדן און קאנטראלירט דורך די איינזייטיגע שרייבערס, זיי נוצן אליינס זייער קאפ
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:06 pm
דורך שלעפער
זייער גוט צו זעהן אז דא אין קרעטשמע לאזט מען זיך נישט פירן דורך דו גאס, און פרעזידענט בוש ווערט געשטוצט דורך רוב וויילער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:11 pm
דורך סתם_אזוי
צייטליך האט געשריבן:סתם אזוי; דער גרעסטע סקר אין די גויאישע וועלט ענהאלט טויזענט אויסגעפרעגטע, און דאס איז פון גאנצן לאנד. פארשטיייט זיך אז אין דעם ווערט אריינגערעכענט אלע ראסן, קאלירן, מענער פרויען, אלע גלויבענס, אידן און להבדיל קריסטן, מוסלעמענער אא"וו. און ביי רוב פעלער איז עס קוים הונדערט אויסגעפרעגטע.
ווילסטע אז פון די טויזענט - צו ווייניגער - זאל מען פונקט דיך אנטרעפן? ביסטאך קיינמאל נישט אינדערהיים..
און פון אויספרעגן הונדערט אדער אפילו טויזענט מענטשן, קען מען זאגן אז נאר 25% האלטן פון בוש?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:14 pm
דורך צייטליך
פון יענע עטליכע הונדערט מענטשן האט ער באקומען די ראטע, וואס פארשטיייסטו נישט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:15 pm
דורך חיים
יא יא פונעם שמייכל פון דער פרעזידענט קוקט אויך אויס אז ער לאכט זיך אויס פון די אנקעטעס ווען עס גייט אויף אזא סיסטעם
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:43 pm
דורך לעווי
וואס טוט מען אויב מען איז צופרידן פון געוויסע זאכן און ביי געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:59 pm
דורך סתם_אזוי
חיים האט געשריבן:יא יא פונעם שמייכל פון דער פרעזידענט קוקט אויך אויס אז ער לאכט זיך אויס פון די אנקעטעס ווען עס גייט אויף אזא סיסטעם
איך פערזענליך האלט אז די שמייכל איז נישט א אמת'דיגע, ווייל וויפיל שקר עס זאל ליגן אין דעם שמעקט נישט פאר קיין שום מענטש אז מען באשמיצט זיין נאמען
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 5:51 pm
דורך שוועמל
עולם גולם איז נאך פארשיכורט פונעם סטימיולעס פעימענט דעריבער קען מען נישט וואוטן מיט אן אמת. כי השוחד יעור עיני 'חכמים'
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 8:50 pm
דורך איך_הער
שוועמל, לפי דבריך, זע איך אז עטליסט עטליכע טפשים האמער דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 11:03 pm
דורך שוועמל
ניין, דאס זענען די וואס האבן 'נאכנישט' געקריגן דעם סטימיולעס טשעק..
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 11:32 pm
דורך חיים
שוועמל בראווא, ...
מיט די זאך האלטן מיר אייניג אז די האסט גיט געענטפערט...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 11:41 pm
דורך שמערי בערי
שוועמל האט געשריבן:ניין, דאס זענען די וואס האבן 'נאכנישט' געקריגן דעם סטימיולעס טשעק..
נו, וואו איז וויכי, פאר וועם האט ער געשטימט? אה, ער האטעך שוין באקומען די סטענסל פלען, אקעי וויכי, פאר וועכע זייט האסטו געשטימט....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 9:08 am
דורך יצמח
לעווי האט געשריבן:וואס טוט מען אויב מען איז צופרידן פון געוויסע זאכן און ביי געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 1:01 pm
דורך שמערי בערי
גיי מער ארויס געבן א ק.נ.א. אנקעטע וואס ווייזט אז 80 פראצענט אמעריקאנע זענען צופרידן מיט בוש.....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 1:03 pm
דורך שמערי בערי
יצמח האט געשריבן:לעווי האט געשריבן:וואס טוט מען אויב מען איז צופרידן פון געוויסע זאכן און ביי געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן?
מען מאכט א קאלקולאציע פון די זאכן וואס מען איז יא און נישט צופרידן, און מען לייגט עס ארויף אויף א וואגשאהל, און מען זעהט וועלכע עס וועגט איבער, לאמיר זאגן אז די אירק מלחמה געפעלט אייך נישט און זיינע סאשעל אישוס געפעלט אייך יא (לדוגמא...), דאן קוקט וועלכע ס'איז בעסער פאר אייך, און זעהט צו ער איז גוט פאר אייך אדער נישט....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 2:18 pm
דורך סתם_אזוי
וויאזוי קען זיין 80% זענען יא צופרידן, און 19% נישט, וואו איז די איבריגע איין פראצענט?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 2:19 pm
דורך לעווי
שמערי בערי האט געשריבן:יצמח האט געשריבן:לעווי האט געשריבן:וואס טוט מען אויב מען איז צופרידן פון געוויסע זאכן און ביי געוויסע אישוס איז מען נישט צופרידן?
מען מאכט א קאלקולאציע פון די זאכן וואס מען איז יא און נישט צופרידן, און מען לייגט עס ארויף אויף א וואגשאהל, און מען זעהט וועלכע עס וועגט איבער, לאמיר זאגן אז די אירק מלחמה געפעלט אייך נישט און זיינע סאשעל אישוס געפעלט אייך יא (לדוגמא...), דאן קוקט וועלכע ס'איז בעסער פאר אייך, און זעהט צו ער איז גוט פאר אייך אדער נישט....
עס שטייט 'זייער' צופרידן אדער 'זייער' נישט צופרידן. איך בין נישט 'זייער' קיין שום וועג.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 2:26 pm
דורך אלץ-ווייסער
א דאנק חיים פאר דיין סקר.
אבער דו האסט אריינגעווארפן זייער א בייעסד קאמענטאר אין די פראגע:
אין אנדערע ווערטער איז די שאלה צו די מידיע האט א השפעה אויף אייך אויך אדער צו האט איר נאך אייער אייגענע מיינונג
אויב איז איינער נישט צופרידן פון פרעזידענט בוש, מוז עס זיין אז ס'איז פון די השפעה פון די מידיא.
פארוואס זאל איך האלטן פונעם פרעזידענט, ווען ער לאזט צו מיליאנען דזשאבס קיין כינע; ווען א פעסל אויל איז געשטיגן איבער דאפעלט אין זיין קאדענץ און נאך.