בלאט 1 פון 252

@אידישליך: נייעס און באריכטן

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:26 am
דורך אידישליך
ברוכים הבאים צו אידישליך נייעס.

מיר עפענען אויף דעם אשכול, אידישליך נייעס, וואס דא וועלן מיר לייגן פארשידענע נייעס און באריכטן אויף א רעגלמעסיגע פארנעם, אז ווען איר האט אן איבריגע מינוט דורכצוגיין די נייעס, און ווילט נישט דורכזוכן די הונדערטער אשכולות וועלכע זענען צוזייט און צושפרייט, איז אט דא אייער ארט.

אונזער ציל איז נישט צו ברעכן קיין נייעס אדער דעקן אלעס, בלויז צו אפדעיטן רעגלמעסיג דעם ברייטן ציבור.

הערות, קאמענטארן, געדאנקן, זענען מער פון וועלקאם, און מיר האפן איר וועט הנאה האבן.

(א דאנק הרב פאלעקס!...)

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:28 am
דורך אידישליך
אין אן אינטערוויו מיט די פיינענטשל טיימס האט דער CEO פון מאדערנע געזאגט אז די וואקסינען וועלן ווארשיינליך נישט ארבייטן אזוי גוט צו באשיצן פון די פרישע אָמיקראן וואריאנט.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:28 am
דורך אידישליך
טוויטער אין א בלאג פאוסט האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט ערלויבן צו פאוסטן בילדער און ווידעאוס פון פריוואטע מענטשן אן זייער רשות.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:28 am
דורך אידישליך
נאטא האט ארויסגעשטעלט א ווארענונג צו רוסלאנד אז זיי וועלן צאלן א טייערע פרייז אויב זיי וועלן אנגיין מיט די אגרעסיווע אקטן קעגן אוקריינע, און געווארענט אז רוסלאנד זאל פארמיידן א קאסטבארע טעות.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:29 am
דורך אידישליך
אין א פרישע בוך, געשריבן דורך א לאנגיעריגע געוועזענע CIA אפיציר, און פובליצירט דורך די CIA ריסערטש צענטער, ווערט צווישן אנדערע אויפגעדעקט אז געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט מער נישט באקומען קיין אינטעלידזשנס באריכטן נאך די יאנואר 6 אומרוען.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:29 am
דורך אידישליך
די פענטאגאן האט געמאלדן אז די אמעריקאנע מיליטער וועט אויפבויען שטערקערע לופט באזעס אין גוואם און אין אויסטראליע צו קאנפראנטירן כינע.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:30 am
דורך אידישליך
דאקומענטן ארויסגעגעבן דורך די ניו יארק אטוירני דזשענעראל ווייזן אז CNN האוסט קריס קאומאו, א ברידער פון געוועזענער גאווארנער קאומא, האט גענוצט זיינע קוועלער אין די מידיע צו אידענטיפיצירן די וואס באקלאגן זיך אויף זיין ברודער, דאן דער גאווערנער, וועמענס אידענטיטעטן זענען געהאלטן געווארן געהיים ווי עס פירט זיך אין אזעלכע פעלער, דורכן שטיין אין פארבינדונג מיט איינס פון די גאווארנער'ס הויעכראנגיגע געהילפן און איבערגעבן וואס ער ווייסט.

אנהייב פון די קאומא סקאנדאל איז אויך געווען באריכטן אז קריס האט געהאלפן זיין ברודער'ס טיעם וויאזוי צו רעאגירן צו די באשולדיגונגען און דערנאך אויספארשונג, און האט אפילו געשריבן די סטעיטמענטס וואס דער גאווערנער'ס אפיס האט ארויסגעשטעלט, אבער ער האט עס דאן אפגעלייקנט.

די CNN שטאב האט געמאלדן אז זיי קוקן אריין אין די פרישע דאקומענטן, און וועלן האבן מער קלארקייט אין די קומענדיגע טעג.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 10:49 am
דורך אידישליך
א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט היינט אנגעהויבן אויסהערן די ארגומענטן פון געוועזענע פרעזידענט טראמפ'ס לויער צו אפהאלטן די רעקארדס פון טראמפ פון אנקומען צו די יאנואר 6 קאמיטע.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:07 am
דורך ר' זעקל
א דאנק @אידישלעך פאר די נייעס'לעך. אויב שייך צו מסביר זיין די ציהל פון דעם אשכול וו.ס קורצע אינטערסאנטע נייעס אשכול.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:15 am
דורך עירוב תבשילין
זייער שיין, איך טוה ווארעם באגריסן די נייע אשכול, און וואס מער כשר'ע נייעס שרייבער אלס בעסער.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:22 am
דורך אידישליך
ר' זעקל האט געשריבן:אויב שייך צו מסביר זיין די ציהל פון דעם אשכול וו.ס קורצע אינטערסאנטע נייעס אשכול.

דאס איז נישט נאך א נייעס אשכול פאר יעדעם צו לייגן, דאס איז נייעס וואס איך שרייב במילא אויף אנדערע פלאטפארמעס, און איך האף עס יעצט צו אנהייבן פאוסטן אויך אויף אייוועלט...

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 11:23 am
דורך ר' זעקל
גאט איט.
עלה והצלך אונז קוק מיר ארויס צו הנאה האבן דערפון.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:00 pm
דורך פאליטישע עקספערט
זעמיר דא, סובסקרייבד!

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:04 pm
דורך אידישליך פאליטיק
געוועזענע טשיף אוו סטעף אונטער טראמפ, מארק מעדאוס, האט געמאלדן אז ער וועט יא קאפארירן מיט די יאונאר 6 קאמיטע, אנדערש ווי ביז יעצט, וואס ער האט זיי איגנארירט ווי אנדערע טראמפ באאמטע און אליאירטע.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:04 pm
דורך IMBZ
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:זעמיר דא, סובסקרייבד!

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:11 pm
דורך א דאך
סאיז א כבוד צי אייך האבן דא

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:11 pm
דורך אידישליך פאליטיק
די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע האט ארויסגעגעבן פרישע אנווייזונגען אין וועלכע זיי זאגן אז מענטשן פון 60 און העכער זאלן אפשטופן טרעוול אין ליכט פון די פרישע אָמיקראן וואריאנט.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:21 pm
דורך אידישליך פאליטיק
א שיסעריי האט אויסגעבראכן אין אקספארד הויעך שולע ווען איינער האט געפענט פייער און געשאסן 4-6 סטודענטן, עס איז דערווייל נישט באריכטעט קיין פאטאליטעטן, און דער שיסער איז ארעסטירט געווארן.

אפדעיט: שעריף זאגט אז 3 זענען אומגעקומען און 6 פארוואונדעט.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:25 pm
דורך אידישליך פאליטיק
די ניינטע סירקוט אפעלאט געריכט האט געאורטיילט 8-3 צו אנהאלטן די פארבאט אין קאליפארניע אויף גרעסערע וואפן מאגאזינען פאר ביקסן. זאגענדיג אז עס איז נישטא קיין שום באווייזן אז האבן א קלענערע קוילן מאגאזין אינעם ביקס האט איינעם אפגעהאלטן פון סעלף דעפענס.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 2:29 pm
דורך אידישליך פאליטיק
די ווייב פון די מעקסיקאנער דראג לארד על טשאפאו איז געווארן פאראורטיילט צו 3 יאר טורמע נאכן זיך דערקלערן שולדיג אויף דראג שמוגלערייען און מאני לאנדרינג קלאגעס עטליכע חדשים צוריק.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:05 pm
דורך נארמאליזעם
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:זעמיר דא, סובסקרייבד!

אלטס דער שרייבער?

שכח אידישלעך סוסקרייבט

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:10 pm
דורך אידישליך פאליטיק
א פרוי פון אלאבאמא וועלכע איז פאלטש באשולדיגט געווארן אין רויבן פון א וואלמארט געשעפט, און געווארן געסטראשעט דורך די פירמע נאך וואס א ריכטער האט ארויסגעווארפן די קעיס, איז באלוינט געווארן מיט 2.1 מיליאן דאלער דורך א דזשורי.

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:14 pm
דורך פאליטישע עקספערט
נארמאליזעם האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:זעמיר דא, סובסקרייבד!

אלטס דער שרייבער?

שכח אידישלעך סוסקרייבט

אלץ ליינער

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:21 pm
דורך מים חיים
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:טוויטער אין א בלאג פאוסט האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט ערלויבן צו פאוסטן בילדער און ווידעאוס פון פריוואטע מענטשן אן זייער רשות.

הלוואי זאל דאס קענען ווערן אויסגעפירט דורך זיי און אנדערע זייטלעך - אריינגערעכנט אייוועלט - און אויסגאבעס, און מיט דעם צוריקשטעלן די מענטשליכע רעכט פאר פריוואטקייט

איימעניט אפשר האב איך נישט גוט פארשטאנען די נייעס, רעדט מען פון רשות פון דער וואס האט גענומען דעם בילד, אדער פון דעם פון וועם מען האט עס גענומען?

Re: אידישליך נייעס

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 4:27 pm
דורך אידישליך פאליטיק
מים חיים האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:טוויטער אין א בלאג פאוסט האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט ערלויבן צו פאוסטן בילדער און ווידעאוס פון פריוואטע מענטשן אן זייער רשות.


איימעניט אפשר האב איך נישט גוט פארשטאנען די נייעס, רעדט מען פון רשות פון דער וואס האט גענומען דעם בילד, אדער פון דעם פון וועם מען האט עס גענומען?

פון זייער בלאג פאוסט:
NEW: media of private individuals without the permission of the person(s) depicted.


דאס מיינט מען טאר נישט פאוסטן מידיע פון א פריוואטן אינדיווידועל אן רשות פון דעם וואס מען זעהט אויפן בילד.