@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען אין א סטעיטמענט איבער די סוקסעספולע אטאקע באשולדיגט אז די טאליבאן האבן פארלעצט די אפמאך מיט אמעריקע מיט דעם וואס זיי האבן געהאלטן דעם אל-קאידע פירער אין אפגאניסטאן.

IMG_20220801_235313_099.jpg
IMG_20220801_235313_099.jpg (137.74 KiB) געזען 6982 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רויטערס באריכטעט אז אמעריקע האט געשטעלט די USS ראנעלד רעיגען עיר קרעפט קעריער, מיט נאך 3 קריגס שיפן, צווישן זיי א גיידעד מיסיל קרוזער און א דעסטרויער שיף אין די פיליפינע וואסערן מזרח פון טייוואן.

כינע האט לויט די ארטיגע מידיע ארויסגענומען זייערע 2 עיר קרעפט קעריער שיפן פון זייערע פארטן.

דאס קומט אין די צייט וואס הויז ספיקערן פעלאסי איז ערווארטעט צו אנקומען אין די טייוואנער הויפט שטאט שפעטער אין טאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

כינעזע סטעיט מידיע באריכטעט איבער כינעזע SU-35 קאמפס פליגער וועלכע שפרייזן אריבער די טייוואן סטרעיט, אין די צייט וואס פעלאסי איז ערווארטעט צו לאנדן אין טייוואן אין די קומענדיגע מינוטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ברעיקינג: אמעריקאנע הויז ספיקער נענסי פעלאוסי האט געלאנדעט אין טייוואן, טראץ גאר שארפע ווארענונגען פון כינע קעגן דעם באזוך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הויז ספיקער נענסי פעלאסי מיט אן אפ-עד אין די וואשינגטאן פאוסט: פארוואס איך פיר די קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע קיין טייוואן.

צווישן אנדערע שרייבט זי: "אין ליכט פון די כינעזע קאמוניסטישע פארטיי'ס פארמערטע אגרעסיעס, זאל אונזער קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציעס באזוך געזעהן ווערן ווי אן אומצוויידייטיגע סטעיטמענט, אז אמעריקע שטייט מיט טייוואן, אונזערע דעמאקראטישע שותפים, ווען זיי פארטיידיגן זיך און זייער פרייהייט".

IMG_20220802_123423_144.jpg
IMG_20220802_123423_144.jpg (24.34 KiB) געזען 5344 מאל

פאוסט ארטיקל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אין א פרישע בריוו פון די פירער פון די היימלאנד זיכערהייט קאנגרעס קאמיטע, און קאנגרעס אווערסייט קאמיטע באשולדיגן זיי אז הויעכראנגיגע באאמטע פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל אפיס האבן פרובירט צו שטערן די פרואוון צו צוריקברענגען די פארמעקטע סיקרעט סערוויס טעקסט מעסעדזשעס, און האבן געארבעט אויף א קאווער-אפ צו פארדעקן זייערע אקטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט א בילד פון א זיצונג יולי איינס צווישן פרעזידענט ביידען און זיין נאציאנאלע זיכערהייט טיעם, איבער די אפעראציע צו אומברענגען דעם אל-קאידע פירער איימאן אל-זאוואהירי.

IMG_20220802_134944_155.jpg
IMG_20220802_134944_155.jpg (68.73 KiB) געזען 4847 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די רוסישע סופרים קאורט האט באצייכענט די אוקריינישע אזאוו גרופע אלס א טעראריסטישע גרופע, וואס דאס קען ברענגען טעראריזם אנקלאגעס אויף די אזאוו מיטגלידער וועלכע זענען פארכאפט ביי די רוסן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

פענסעלוועניע סופרים קאורט האט מיט 5-2 איבערגעדרייט די אורטייל פון א נידעריגערע געריכט, וועלכע האט געזאגט אז די ארטיגע מעיל-אין בעלאטן געזעצן איז נישט קאנסטיטוציאנאל, און די סופרים קאורט אורטייל זאגט אז אלע ארטיגע בירגער קענען שטומען דורך מעיל-אין בעלאטן אין קומענדיגע וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טראנספארטאציע סעקראטאר פיט בוטעדזשעדזש זאגט אז די ביידען אדמיניסטראציע נעמט די ערשטע טריט אין אהערשטעלן א שנעל-צוג באן סיסטעם איבערן לאנד, און אז דער פרעזידענט איז גאר ענטוזיאסטיש דערפאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט אן 'אלוועלטליכע פארזיכטיגקייט' אלערט ווארענענדיג אמעריקאנער בירגער ארום די וועלט איבער מעגליכע טעראר אטאקעס און אנטי אמעריקאנער געוואלדטאטן אין ליכט פון די געלונגענע אטענטאט אויף דער אל-קאידע פירער איימאן אל-זאוואהירי.
IMG_20220802_184152_091.jpg
IMG_20220802_184152_091.jpg (83.78 KiB) געזען 3947 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרישע געריכט דאקומענטן צייגן אז די פענטאגאן האט פארמעקט דאטא אין פארבינדונג מיט די יאנואר 6 אומרוען פון טעלעפאנען פון הויעכראנגיגע באאמטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע אריינגערעכנט פארטיידיגונגס סעקרעטאר קריסטאפער מילער, און אנדערע וועלכע זענען געווען פאראנטווארטליך אויפן מאביליזירן די נעשאנעל גארד טרופן יענעם טאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די סטעיט דעפארטמענט האט באשטעטיגט א מעגליכע פארקויף פון 300 פאטריאט מיסילס פאר סאודיע אראביע פאר 3.05 ביליאן דאלער, און 96 THHAD מיסיל רונדעס און קאנטראל צענטערן פאר די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן פאר 2.25 ביליאן דאלאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

שפעקולאציעס צירקולירן ארום די סארט וואפן וואס אמעריקע האט גענוצט צו אומברענגען איימאן אל-זאוואהירי, דער אל-קאידע פירער.

אדמיניסטראציע באאמטע האבן געזאגט אז 2 העלפייער מיסילס זענען געשאסן געווארן פון א דראון אויף אל-זאוואהירי ווען ער איז געשטאנען אויף א באלקאן אויף די צווייטע שטאק פון זיין הויז.

בילדער פון נאך די אטאקע צייגן נישט קיין שאדן צו די סטרוקטור פון דעם געביידע, בלויז אויסגעשאסענע פענסטער. געווענליכע העלפייער מיסילס שאפן שטארקע שאדן צו אלעס ארום. דאס מאכט עקספערטן זאגן אן מען האט זיך באנוצט מיט די פארגעשריטענע העלפייער מיסיל, גערופן RX9, וועלכע טראגן נישט קיין אויפרייס מאטריאל, נאר קומען אויסגעשטאט מיט זעקס שארפע מעסערס, וואס ערמארדן דירעקט דעם ציל און שאפן נישט קיין שווערע שאדנס ארום.

גאר ווייניג איז באקאנט איבער די ספעציפישע מיסיל, און די מיליטער האט נישט געוואלט באשטעטיגן אויב זיי האבן עס גענוצט, אבער האבן געזאגט אז די ספעציעלע אפעראציעס קאמענד פארמאגט דעם סארט מיסיל.

אנגעבליכע בילדער פון די געביידע וואו אל-זאוואהירי האט זיך געפונען נאך די אמעריקאנער אטאקע:
IMG_20220802_224940_333.jpg
IMG_20220802_224940_333.jpg (37.18 KiB) געזען 3360 מאל
די מיסיל:
IMG_20220802_224945_088.jpg
IMG_20220802_224945_088.jpg (40.58 KiB) געזען 3360 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מיט 86-11 האט סענאט דורכגעפירט א ביל וועלכע וועט צושטעלן העלט קער בענעפיטן פאר מיליאנען אמעריקאנער וועטעראנען וועלכע זענען געווען אויסגעשטעלט צו פארפעסטעטע לופט און שטויבן דינענדיג אין די מיליטער.

דאס קומט עטליכע טעג נאך וואס רעפובליקאנער האבן עס אפגעהאלטן פון דורכגיין אין סענאט צוליב זארגן איבער וואו די געלט דערפאר וועט קומען.

די ביל גייט יעצט צום פרעזידענט פאר אן אונטערשריפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פעדעראלע גרעד דזשורי האט געשיקט א סובפינע פאר געוועזענער טראמפ ווייסע הויז קאונסיל פעט סיפילאון אין פארבינדונג מיט די אויספארשונג ארום די פרואוון צו איבערדרייען די 2020 וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין אן אפיציעלע סטעיטמענט ארויסגעגעבן דורך די כינעזער אויסערן פאליטיק מיניסטעריום פארדאמען זיי גאר שארף ספיקער פעלאוסי'ס באזוך אין טייוואן, זאגענדיג אז דאס איז גאר א שטארקע קלאפ פאר די "איין כינע" וואס זיי אנערקענען, וועלכע "איז די נארמאלע אנגענומענע הסכמה אינטערנאציאנאל", און אז דאס שטיצט די "סעפערעטיסטישע כוחות" וואס זוכן זיך אפצוטיילן פון כינע.

זיי זאגן אז די באזוך ברעכט אן אונטערנעמונג פון די פאראייניגטע שטאטן פון 1992 אז זיי וועלן נישט האבן אפיציעלע פאליטישע פארבינדונגען מיט טייוואן, און אז די רייזע איז א פאליטישע אויפרעגעניש, צוליב וואס דאס איז די מערסט סענסיטיווע אישו פאר כינע, און אז דאס איז נישט די וועג פאר וועלט'ס גרויסמאכטן צו האנדלען.

באזונדער האט די כינעזער אויסערן פאליטיק מיניסטעריום געזאגט:
"סיי וועלכע קאנטער-אקט וואס כינע וועט נעמען וועט זיין בארעכטיגט און וויכטיג אלץ זעלבסט-שוץ".

"אויב די פאראייניגטע שטאטן וויל דוקא נאכפאלגן דעם אומריכטיגן וועג פון טוהן זאכן, דאן זאל עס זיין פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע ערנסטע קאנסעקווענסן וואס קומען ארויס דערפון."

סטעיטמענט:
IMG_20220803_092124_117.jpg
IMG_20220803_092124_117.jpg (168.48 KiB) געזען 2948 מאל
ספיקער פעלאסו האט פארלאזט טייוואן און איז אויפן וועג קיין דרום קארעא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די טויט צאל פון די מעקקינני פייער, א וואלדפייער וועלכע פלאקערט אין קאליפארניע, איז ארויף צו 4, נאך וואס אויטאריטעטן האבן געפונען 2 מענטשן פארברענט אין זייער היים, רח"ל.

די פייער פלאקערט אויף ארום 56,165 אקער לאנד, און אויטאריטעטן האבן נאכנישט באוויזן צו באקומען קאנטראל אויף קיין שום טייל פון די פייער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נעכטן זענען אפגעהאלטן געווארן נאך א רייע פריימערי וואלן אין עטליכע שטאטן איבער'ן לאנד; אין מישיגען, מיזורי, אריזאנע און וואשינגטאן.

מישיגען

אמטירנדע דעמאקראטישע גאווערנער וויטמער איז געלאפן אין די פריימעריס אן קיין קעגנער, און פארמאגט די פארטיי'ס נאמינאציע צו לויפן פאר נאך א טערמין אלס גאווערנער.

אויף די רעפובליקאנער זייט האבן זיך ארגינעל פארמאסטן 10 קאנדידאטן, אבער נאר 5 האבן באוויזן צו צוזאמנעמען גענוג אונטערשריפטן צו ערשיינען אויפ'ן שטים צעטל.
טודאר דיקסאן, א באקאנטע ביזנעס פרוי אין די סטעיט און געוועזענע רעפארטער אויף א קאנסערוואטיווע טשענעל, איז דערקלערט געווארן געווינערין אין די פארמעסט. זי האט אין די לעצטע טעג פון די קאמפיין ערהאלטן טראמפ'ס אינדארסירונג וואס האט איר ארויפגעשטופט אין די אנקעטעס, זי האט ארויסגעצויגן א מאסיווע זיג אין די פארמעסט.

די איבריגע קאנדידאטן זענען: קעווין רינק אויך א ביזנעסמאן, וועלכער איז געלאפן אויף א פראָ ביזנעס פלאטפארמע, און איז אריינגעקומען ווארשיינליך אין 2'טן פלאץ; גערעט סאלדאנא, א ארטיגער קייראפראקטער און שרייבער, וועלכער איז מיינסטנס צייט געשטאנען פאראויס סיי מיט פאנדרעיזינג און סיי אין די אנקעטעס האט אבער גאר שוואך אנגעצויגן און איז אריינגעקומען דריטער, און רייען קעלי, אן ארטיגער ריעל עסטעיט בראוקער און ביזנעסמאן האט אויך שוואך אנגעצויגן אריינקומענדיג פערטער.

- קאנגרעסיאנאלע פריימערי פארמעסטן - די סטעיט פארמאגט 14 זיצן אין קאנגרעס וועלכע איז איצט צוטיילט 7-7 צווישן ביידע פארטייען, אבער האט פארלוירן א זיץ נאך די לעצטע צענזוס ציילונג.

אין די 11'טע דיסטריקט וואו עס האבן זיך פארמאסטן 2 אמטירנדע דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגלידער, האט די מעסיגע קאנדידאט אמטירנדע קאנגרעספרוי העילי סטיווענס, געוואונען די פארמעסט באזיגנדיג דעם פראגרעסיווער קאנגרעסמאן ענדי לעווין, וועלכער פארטרעט איצט די (געוועזענע) 9'טע דיסטריקט. די פארמעסט האט געצויגן גאר אסאך אויפמערקזאמקייט צוליב וואס דארט האט זיך אויסגעשפילט די אינערליכע קאמף אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי צווישן די מעסיגע און די ראדיקאלע פליגלען, און אויך צוליב וואס די פראגע איבער די שטאנד פון די דעמאקראטישע פארטיי איבער אמעריקע'ס מיליטערישע שטיצע צו מדינת ישראל האט שטארק דאמינירט די פארמעסט, מיט עטליכע מדינת ישראל'ישע לאביאירונג ארגאניזאציעס קעמפנדיג צווישן זיך, ווען 'עיפעק' (AIPAC) שטיצט גאר שטארק סטיווענס, און די רעלאטיוו נייע לינקע ארגאניזאציע 'דזשעי סטריט' (J Street) שטיצט לעווין.

אין די 3'טע דיסטריקט אויף די רעפובליקאנער זייט, האט דער טראמפ געשטיצטער קאנדידאט דזשאן גיבס, א געוועזענער סאפטוועיר אינדזשעניר און פאליטישער קאמענטאטאר, און געוועזענער טראמפ אדמיניסטראציע באאמטער, געוואונען און שמאל באזיגט דעם אמטירנדער קאנגרעסמאן פיטער מאיער. טראמפ האט געפירט א שווערע קאמף ארויס צו דערזעהן מאיער צוליב וואס ער האט געשטימט צו אימפיטשען טראמפ אין די 2'טע אימפיטשמענט.

- -

אין מיזורי זענען פארגעקומען סענאט און קאנגרעס פריימערי פארמעסטן אין ביידע פארטייען, אבער די רעפובליקאנער סענאט פריימערי פארמעסט איז די הויפט צוליב וואס דער רעפובליקאנער נאמינאציע איז ווארשיינליך דער געווינער אין די אלגעמיינע וואלן.

נאך וואס לאנגיעריגער רעפובליקאנער סענעטאר ראי בלאנט האט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג האבן זיך געיאוועט קאנדידאטן צו איבערנעמען די זיץ, אזויפיל ווי 21 קאנדידאטן זענען ארויף אויפ'ן שטים צעטל.
דער דערקלערטער געווינער איז עריק שמידט, דער אמטירנדער אטוירני דזשענעראל אין די סטעיט, ער האט ארויסגעצויגן א באקוועמע זיג. אין צווייטן און דריטן פלאץ זענען אריינגעקומען מיזורי קאנגרעספרוי וויקי הערצלער און דער געוועזענער גאווערנער עריק גרייטענס, וועלכער איז געצווינגען געווארן צו רעזיגנירן אין 2018 צוליב סקאנדאלן איבער שמוציגע אויפפירונג. ווי באריכטעט האט טראמפ אינדארסירט 'עריק' אן אנגעבן וועמען ער מיינט, אנגעבנדיג אז ער פארלאזט זיך אויף די מיזורי בירגער צו פאסן די ריכטיגע באשלוס.


אין די 1'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט, האט אמטירנדע ראדיקאלע קאנגרעספרוי קארי בוש ארויסגעצויגן א מאכטפולע זיג באזיגנדיג איר קעגנער, אן ארטיגער סטעיט סענעטאר, סטיוו ראבערטס, וועלכער איז געווען דער יונגסטער שווארצער מאן צו דינען אין די מיזורי סטעיט סענאט.

- -

אין קענזעס, וועלכע איז געווען די ערשטע סטעיט צו אפהאלטן א 'בירגער אנפראגע' איבער די טעמע פון אבאורשן, אין ליכט פון די היסטארישע סופרים קאורט אורטייל צו אנולירן ראו ווס. וועיד. האט די 'נישט טוישן די קאנסטיטוציע' געוואונען מיט איבער 60% בירגער.

די פראגע צו די בירגער איז געווען צי מען זאל צולייגן צו די קאנסטיטוציע אן אמענדמענט וואס זאל לויטן אז די די פראצעדור איז נישט קיין קאנסטיטוציאנאלע רעכט, וואס דאן מיינט עס אז די סטעיט לעגיסלאטור קען אדורכפירן געזעצן צו גענצליך פארבאטן די פראצעדור, אדער זאל מען לאזן די קאנסטיטוציע אזוי ווי עס איז יעצט, וואס דאן אפילו אויב די לעגיסלאטור, וועלכע איז איצט קאנטראלירט דורך רעפובליקאנער, פירט אריבער געזעצן צו איינצוימען די פראצעדור וועלן זיי דאס נישט קענען גענצליך פארבאטן.

- -

אין אריזאנע זענען פארגעקומען פארמעסטן אין ביידע פארטייען אויפ'ן גאווערנער זיץ, צו ערזעצן דעם ארויסגייענדיגער רעפובליקאנער גאווערנאר דאג דוסי וועלכער קען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג נאכן אויסדינען די מאקסימום טערמינען. אזוי אויך איז פארגעקומען סענאט און קאנגרעס פריימערי פארמעסטן.

- גאווערנער פארמעסטן

אויף די דעמאקראטישע זייט האט קעיטי האָבס, אמטירנדע סעקרעטערי אוו סטעיט, ברייט געוואונען די פארטיי'ס נאמינאציע פאר גאווערנער.

אויף די רעפובליקאנער זייט האט זיך אפגעשפילט איינס פון די מערסט פראמינענטע פאליטישע פארמעסטן צווישן געוועזענער פרעזידענט טראמפ און זיין וויצע־פרעזידענט פענס, ווען טראמפ האט הייס אינדארסירט און פערזענליך אראפגעקומען קאמפיינען פאר זיין קאנדידאט, קערי לעיק, א געוועזענע זשורנאליסט, און פענס האט אינדארסירט קערין טעילאר-ראובסאן, א לויער און איינגעשטעלטע אין די ארטיגע באורד אוו רידזשענטס, זי האט אויך געהאט די פולע שטיצע פונעם אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנער דוסי. די קאמפיין איז געווען גאר א היציגע, און אן קיין קלארע 'פראנט ראננער', ווען די אנקעטעס גייען ארויף און אראפ גיבנדיג אביסל מער שטארקייט פאר לעיק.

ביזדערווייל, איז די פארמעסט נאכנישט גערופן געווארן זייענדיג צי נאענט צו דערקלערן א זיכערע געווינערין, אבער יעצט שטייט לעיק מיט א 1.8% אויבערהאנט, ווען לעיק האט 46.2% און ראובסאן 44.4%.


- סענאט פארמעסטן

אויף די דעמאקראטישע זייט איז אמטירנדער סענאטאר מארק קעלי געלאפן אן קיין פריימערי קעגנער.

אויף די רעפובליקאנער זייט האבן זיך פארמאסטן 5 הויפט קאנדידאטן. דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט בלעיק מעסטערס, א ביזנעסמאן און אינוועסטירער; דזשים לעימאן א מיליטערישער וועטעראן; מארק בערנאוויטש, דער אמטירנדער אטוירני דזשענעראל. בלעיק מעסטערס איז דערקלערט געווארן געווינער, מיט 39.0% קעגן 28.8% פאר לעמאן וועלכער איז אריינגעקומען די צווייטער.


- סעקרעטערי אוו סטעיט

אויף די רעפובליקאנער זייט האבן זיך פארמאסטן 4 הויפט קאנדידאטן, דער טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט מארק פינטשעם, אן ארטיגער סטעיט לעגיסלאטור; באו לעין; שאָנאַ באליק, אן ארטיגע סטעיט לעגיסלאטור; מישעל יודזשענטי-ריטא, אן ארטיגע סטעיט סענאטאר. פינטשעם איז דערקלערט געווארן זיגער מיט א באדייטענדע אויבערהאנט איבער די איבריגע קאנדידאטן.

אויף די דעמאקראטישע זייט פארמעסטן זיך 2 קאנדידאטן, געוועזענער מאריקאופע קאונטי באאמטער עידריען פאנטעס און אן ארטיגער סטעיט לעגיסלאטור רעדזשינאלד באלדינג. די פארמעסט איז נאכנישט גערופן געווארן, אבער פאנטעס האלט אן אן אויבערהאנט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די גאזאלין פרייזן אין די פאראייניגטע שטאטן זעצן פאר צו פאלן שוין פאר 50 טעג אין א צו, שטייענדיג יעצט ביי אן עוורידזש פון $4.16, וואס דאס איז מיט 17% נידריגער ווי די $5.02 פון יוני 14.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער אריזאנע אטורני דזשענעראל, מארק ברנאוויטש זאגט אז אן איבערזיכט אין די 2020 וואלן צייגט אז בלויז איין שטומע איז אפגעגעבן געווארן אויף א טויטע מענטש'ס נאמען, און נישט 282 ווי מאנכע האבן געזאגט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט אפגעזאגט אן איינלאדענונג פון טעקסאס גאווערנער גרעג עבבאט צו קומען באזוכן דעם גרעניץ.

דאס קומט נאך וואס עדעמס האט באשולדיגט טעקסאס אין שיקן באסעס מיט אימיגראנטן קיין ניו יארק, א זאך וואס עבבאט לייקענט.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך אוגוסט 03, 2022 11:46 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שטעכעריי אטאקע אין א קינדערגארטן אין די יאיאנגשי פראווינץ אין כינע האט איבערגעלאזט 3 טויטע און נאך 6 פארוואונדעטע.

די יארגאנג פון די באטראפענע איז דערווייל נישט באקאנט, און פאליציי זוכן נאך דעם מערדער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן א פרישע עקזעקיוטיוו ארדער וועלכע צילט צו פארזיכערן מענטשן וועלכע וואוינען אין שטאטן וועלכע פארבאטן רציחה פראצעדורן, צו קענען צוקומען צו די סערוויס אין אנדערע שטאטן וועלכע ערלויבן עס יא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אויטאריטעטן האבן געפונען 2 טויטע קערפער אין א מאָביל היים פון א 37 יעריגער מאן אין אלאבאמא, נאך וואס א 12 יעריגע מיידל וועלכע ער האט פארכאפט פאר איבער א וואך האט באוויזן זיך צו באפרייען און אנטלויפן דורכ'ן קייען מיט די ציין די קייטלעך וועלכע האבן איר פארבינדן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”