@אידישליך: נייעסן און באריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 3:05 pm

ברייען סטעלטער פון CNN זאגט אז קריס קאומאו וועלכע איז געווארן סוספענדירט קען זיין צוריק אזוי שנעל ווי אין יאנואר.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 3:11 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:וויצע פרעזידענט העריס'ס טשיף ווארטזאגער, סאמאון סענדערס, וועט פארלאזן איר פאזיציע ענדע יאר. דאס קומט קוים א חודש נאך וואס די וויצע פרעזידענט'ס קאמיוניקאציע דירעקטאר האט אויך געמאלדן אז זי וועט פארלאזן איר פאזיציע אין דעצעמבער.

נאך צוויי הויכע געהילפן צו וויצע פרעזידענט העריס האבן געמאלדן אז זיי וועלן פארלאזן זייערע פאזיציעס.

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 4:00 pm

א נחת דעי באריכטן דא.!.!.!

יישר כח גדול!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!

אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך עומד מן הצד » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 4:09 pm

באמת א געשמאק אריינצוקומען דא... קלארע באריכטן און צום פינטל.

ש'כח @אידישליך, שכרך הרבה מאוד!
https://www.charidy.com/ivelt/OMH

זייט אייך משתתף מיט א ברייט האנט!

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 4:18 pm

פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.

אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 4:27 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.


איך מיין דעס פאדערט א באזונדערע אשכול, עס גייט זיך טוהן אויף טישן און בענק אין די היימישע מוסדות

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר שמונת אלפים
תגובות: 8082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 4:28 pm

אווער נייט קוגעל האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.


איך מיין דעס פאדערט א באזונדערע אשכול, עס גייט זיך טוהן אויף טישן און בענק אין די היימישע מוסדות

וואס גייט זיך טון? אין די מוסדות? אדער צווישן דער ציבור.....?
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

קרוב ה׳
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 5:17 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך קרוב ה׳ » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 4:29 pm

thanks your work is wonderful

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 4:31 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.

אינטערסאנטע קעפל פונעם טיימס...

IMG_20211202_163051_093.jpg
IMG_20211202_163051_093.jpg (139.68 KiB) געזעהן 1871 מאל

אוועטאר
היכי תמצא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך היכי תמצא » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 4:51 pm

א גרויסן שכ'ח אידישליך פאר'ן ברענגן קלאר און קורצע נייעס, צום פינטל ווי אנדערע האבן שוין געמערקט.

איך האב געעפנט די נייע וואקסין מאנדאטן וואס גייט אפעקטירן די היימישע מוסדות כדי מ'זאל עס קענען דארט אויסשמועסן.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 5:24 pm

קאלעראדא האט באשטעטיגט א פרישע פאל פון די אָמיקראן וואריאנט, דאס איז די דריטע פאל אין די פאראייניגטע שטאטן. דער אפעקטירטער האט זיך לעצטענס צוריקגעקערט פון סאוט אפריקע.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 5:32 pm

אמעריקע און אירע אליאירטע האבן געמאלדן אז זיי וועלן ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס אויף בעלארוס, אין ליכט פון די לעצטערע גרעניץ קריזיס מיט פוילן, און אירע פארמערטע מענטשן רעכט פארלעצונגן.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 5:49 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:קאנגרעס האט דערגרייכט א דיעל אויף א צייטווייליגע פאנדינג פלאן צו פארמיידן א גאווערמענט שאטדאון, אבער די ביל קען דורכפאלן אין סענאט, צוליב די רעפאבליקאנער וועלכע ווילן אפשטעלן די וואקסין מאנדאטן, און יעדע סענעטאר האט די מעגליכקייט צו שטערן די ביל עס זאל נישט קענען שנעל דורכגיין.

קאנגרעס האט באשטעטיגט 221-212 א קורץ טערמיניגע ספענדינג ביל אויף ביז פעברואר 18, וואס דאס וועט אפהאלטן א רעגירונג שאטדאון. די ביל גייט יעצט צום סענאט ווי עס דארף דורכגיין בעפאר פרייטאג מיטלנאכט.

מעקאנעל האט היינט ווידעראמאל פארשפראכן אז עס וועט נישט זיין קיין שאטדאון.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 6:19 pm

גאווערנער האוקול האט געמאלדן אז עס זענען באשטעטיגט געווארן 5 פעלער פון די נייע אָמיקראן וואריאנט אין ניו יארק, 3 דערפון אין ניו יארק סיטי.

IMG_20211202_182458_809.jpg
IMG_20211202_182458_809.jpg (150.81 KiB) געזעהן 1666 מאל

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 7:59 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די ביידען אדמיניסטראציע פלאנט ארויפצולייגן פרישע מאנדאטן אויף אלע מענטשן וואס קומען אריין אין די פאראייניגטע שטאטן, נישט קיין חילוק פון וואו, אדער צו מען איז וואקסינירט, אין ליכט פון די פרישע אָמיקראן וואריאנט.

צווישן אנדערע וועט מען זיך דארפן טעסטן איין טאג בעפאר מען קומט אן קיין אמעריקע, און ווי אויך וועט מען זיך מעגליך דארפן טעסטן צווישן 3 און 5 טעג נאכן אנקומען. די אדמיניסטראציע קוקט אויך אריין אין ארויפלייגן א 7 טאג'יגע קוואראנטין אויף אלע וואס קומען אריין, אריינגערעכנט אמעריקאנע בירגער, אפילו אויב מען האט געטעסט נעגאטיוו.

למעשה האט ביידען געמאלדן אז מען וועט זיך דארפן טעסטן אינעם טאג וואס מען קומט אריין אין די פאראייניגטע שטאטן, נישט קיין חילוק פון וואו, בירגערשאפט אדער וואקסינאציע סטאטוס.

די ווייסע הויז האט געזאגט אז דערווייל וועט מען נישט פארלאנגן קיין טעסטס אדער קוואראנטין נאכ'ן אנקומען. ווי אויך האט ביידען געזאגט אז מען וועט נישט אויסברייטערן די פעדעראלע מאסק מאנדאטן וועלכע ווערט יעצט איבערגעקוקט אין די געריכטן אין לאנד.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 8:01 pm

ניו יארק האט היינט באריכטעט פרישע 11,331 קאוויד פעלער, די גרעסטע איין טאג העכערונג זינט יאנואר.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 8:03 pm

די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג איבער די סקאנדאלן וועלכע האבן געפירט צו געוועזענע גאווערנער קאומאו'ס רעזיגנאציע. דאס איז אין צוגאב צו די אויספארשונג וואס זיי פירן אן איבער די נורסינג היימען סקאנדאל.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 10:54 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:קאנגרעס האט באשטעטיגט 221-212 א קורץ טערמיניגע ספענדינג ביל אויף ביז פעברואר 18, וואס דאס וועט אפהאלטן א רעגירונג שאטדאון. די ביל גייט יעצט צום סענאט ווי עס דארף דורכגיין בעפאר פרייטאג מיטלנאכט.

מעקאנעל האט היינט ווידעראמאל פארשפראכן אז עס וועט נישט זיין קיין שאטדאון.

סענאט האט געשטימט 69-28 צו פאר א צייטווייליגע פאנדינג פלאן ביז פעברואר 18 אויסצומיידן א שאטדאון. פרעזידענט ביידען איז ערווארטעט דאס אונטערצושרייבן בעפאר פרייטאג 12 ביינאכט.

די ביל איז אריבער נאך וואס דעמאקראטן האבן געווינען 50-48 קעגן א רעפובליקאנע פרואוו צו בלאקירן פאנדינג פאר ביידענ'ס וואקסין מאנדאט.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 10:59 pm

עומד מן הצד האט געשריבן:באמת א געשמאק אריינצוקומען דא... קלארע באריכטן און צום פינטל.

ש'כח @אידישליך, שכרך הרבה מאוד!

יש לו מנה האט געשריבן:א נחת דעי באריכטן דא.!.!.!

יישר כח גדול!

קרוב ה׳ האט געשריבן:thanks your work is wonderful


א דאנק יעדער איינער! עס געבט כוח אויף ווייטער...

אוועטאר
נארמאליזעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9058
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך נארמאליזעם » דאנארשטאג דעצמבער 02, 2021 11:08 pm

יישר כח פאר דיינע קלארע באריכטן נאכדערצו אז די מישט נישט אריין קיין פאליטיק שכח נאכאמאל
פארט איר אויף מיאמי אדער אנדערע פלעצער און איר זיכט א האטעל פאר ביליג?
גייט אריין אין דיע וועבסייט
זיי האבן גאר גאר גוטע פרייזן
אדער קומט אין אישי פאר הילף און פאר אלעס ארום
זה נהנה וזה נהנה

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » פרייטאג דעצמבער 03, 2021 2:07 am

דר. פאוטשי האט היינט אין אן אינטערוויו מיט MSNBC קריטיקירט פאקס נייעס פארן זיך האלטן שטיל און נישט קאמענטירן אדער דיסציפלינירן זייער האוסט לארא לאוגען וועלכע האט צוגעגליכן פאוטשי צום טרויעריג בארימטער נאצי דאקטער מענגעלע ימ"ש.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » פרייטאג דעצמבער 03, 2021 2:12 am

מערערע סקול דיסטריקטס אין מישיגען האבן געמאלדן אז מען וועט לערנען רימאוטלי היינט און מארגן פרייטאג, אויס מורא פון סטראשענונגען וואס צירקולירן אויף סאציאלע מידיע אין ליכט פון די אקספארד סקול שיסעריי.

אוועטאר
מים חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך מים חיים » פרייטאג דעצמבער 03, 2021 10:50 am

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:דר. פאוטשי האט היינט אין אן אינטערוויו מיט MSNBC קריטיקירט פאקס נייעס פארן זיך האלטן שטיל און נישט קאמענטירן אדער דיסציפלינירן זייער האוסט לארא לאוגען וועלכע האט צוגעגליכן פאוטשי צום טרויעריג בארימטער נאצי דאקטער מענגעלע ימ"ש.

ווען cnn וועט דיסציפלינירן די וואס האבן צוגעגליכן טראמפ צו היטלער
( וואס איז די פארגלייך, טראמפ איז דאך באמת היטלער?... )

יישר כח פארן ברענגען די נייעס

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » פרייטאג דעצמבער 03, 2021 11:41 am

די אמעריקאנע עקענאמיע האט געזעהן פרישע 210,000 דזשאבס אין נאוועמבער, דאס איז ווייניגער ווי די געשאצטע 550,000.

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » פרייטאג דעצמבער 03, 2021 11:45 am

פלארידע גאווערנער דיסענטיס האט פארגעשלאגן צו אויפשטעלן א ציווילע מיליטערישע קראפט, גערופן 'די פלארידע סטעיט גארד' וועלכע זאלן נישט זיין אונטער די פענטאגאן, נאר אונטער זיין פירערשאפט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”