@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פרעזידענט ביידען מיט א סטעיטמענט נאך וואס אמעריקע האט אפיציעל באריכטעט א מיליאן קאוויד טויט פעלער.
דער פרעזידענט איז ערווארטעט היינט ארויסצושטעלן א פראקלאמאציע צו נידערן די אמעריקאנער פענער ביים ווייסן הויז און אלע פעדעראלע געביידעס, צו האלב.
דער פרעזידענט איז ערווארטעט היינט ארויסצושטעלן א פראקלאמאציע צו נידערן די אמעריקאנער פענער ביים ווייסן הויז און אלע פעדעראלע געביידעס, צו האלב.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א סעטעלמענט איז געשלאסן געווארן אין די קלעס עקשאן אנקלאגע פון איבערלעבער און פאמיליע פון אומגעקומענע אין די צוזאמפאל פון די סורפסייד אפארטמענט געביידע אין פלארידע, אין וועלכע די אנקלעגער וועלן באקומען 997 מיליאן דאלער, וואס װעט צוטיילט ווערן צווישן אלע קלעגער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די פעדעראלע סטאק עקסטשעינדזש קאמיסיע (SEC) האט געעפענט אן אויספארשונג איבער אילאן מאסק'ס אפקויף פון טוויטער סטאקס בעפאר ער האט אפגעקויפט די פירמע, צוליב וואס ער מיטגעטיילט דאס אפקויף פון אזויפיל סטאקס 10 טעג שפעטער ווי די רעגולאציע פארלאנגט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין געמיינזאמע סטעיטמענט, רופן דער פרעזידענט און פרעמיער מיניסטער פון פינלאנד פאר זייער לאנד זיך צו אפיציעל אנשליסן אין נאטא.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די לאנדאנע פאליציי האט געמאלדן אז זיי האבן אויסגעטיילט צענדליגע פרישע געלט שטראפן פאר באאמטע אין פארבינדונג מיט די 'פארטיגעיט' סקאנדאל, ברענגענדיג צו א טאטאל פון איבער 100 קנסות אויסגעטיילט צוליב די פארטיס אין די צייט פון קאוויד לאקדאונס.
פארגאנגענע מאנאט האט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן אויך ערהאלטן א געלט שטראף, וועלכע ער האט שוין באצאלט, און איז אפיציעל דער ערשטער בריטישער פרעמיער מיניסטער צו ברעכן דאס געזעץ.
פארגאנגענע מאנאט האט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן אויך ערהאלטן א געלט שטראף, וועלכע ער האט שוין באצאלט, און איז אפיציעל דער ערשטער בריטישער פרעמיער מיניסטער צו ברעכן דאס געזעץ.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין א היסטארישע שריט, האט די יאנואר 6 קאמיטע געשיקט סובפינעס פאר רעפובליקאנער קאנגרעס מינאריטעט פירער קעווין מקארטי, און פאר רעפובליקאנער קאנגרעסלייט סקאט פערי, מו בראקס, ענדי ביגס און דזשים דזשארדען.
דאס קומט נאך וואס די קאמיטע האט זיי אלע געבעטן צו קומען אויפטרעטן פאר די קאמיטע פרייוויליג, און זיי האבן דאס אפגעזאגט.
דאס קומט נאך וואס די קאמיטע האט זיי אלע געבעטן צו קומען אויפטרעטן פאר די קאמיטע פרייוויליג, און זיי האבן דאס אפגעזאגט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די קאוסט גארד, מיט די הילף פון קאסטומס און בארדער פאטראל, צוזאמען מיט די פארטא ריקא פאליציי, רעאגירן צו א געזינקענע שיף וועלכע איז פארדעכטיגט צו האבן געטראגן אומלעגאלע אימיגראנטן, נעבן פארטא ריקא.
באריכטן געבן אן 3 טויטע און 25 געראטעוועטע, און עס איז נישט קלאר וויפיל עס געפונען זיך נאך אין וואסער.
באריכטן געבן אן 3 טויטע און 25 געראטעוועטע, און עס איז נישט קלאר וויפיל עס געפונען זיך נאך אין וואסער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:אין א געמיינזאמע סטעיטמענט, רופן דער פרעזידענט און פרעמיער מיניסטער פון פינלאנד פאר זייער לאנד זיך צו אפיציעל אנשליסן אין נאטא.
רוסלאנד האט אנגערופן די מעלדונג פון פינלאנד איבער נאטא א דירעקטע סכנה פאר רוסלאנד, און געווארענט אז זיי וועלן זיך אויסגלייכן, אריינגערעכנט מיליטערישע שריט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פעדעראלע פראקורארן האבן אוועקגעשטעלט א גרענד דזשורי אויספארשונג אויב די קלאסיפיצירטע ווייסע הויז דאקומענטן וועלכע זענען געפונען געווארן אין טראמפ'ס מאר-א-לאגא רעזארט היים אין פלארידע, זענען אומריכטיג באהאנדעלט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
דער CEO פון טוויטער, פאראג אגרעוואל, האט אויפגעזאגט צוויי הויכע עקזעקיוטיוון פון די קאמפאני און איינגעפרוירן דאס אויפנעמען פרישע איינגעשטעלטע, אנגעבנדיג אין א אינערליכע נאטיץ אז דאס איז א פרואוו פון די קאמפאני צו שניידן קאסטן און טוישן איר ביזנעס דירעקציע נאכ'ן אויסקויף דורך אילאן מאסק.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:צפון קארעא האט צום ערשטן מאל זינט די אנהייב פון די פאנדעמיק געמאלדן אז זיי האבן באשטעטיגט א קאוויד פאל אין זייער לאנד.
צפון קארעא, וועלכע האט הערשט נעכטן באריכטעט זייער ערשטע קאוויד פאל, זאגט אז זיי האבן באשטעטיגט 18,000 פאזיטיווע קאוויד פעלער, און 6 קאוויד טויט פעלער, און האבן אפיציעל פארארדענט א נאציאנאלע לאקדאון.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רעפובליקאנער סענאטאר מארקאָ רוביאו אין א בריוו צו פרעזידענט ביידען רופט איינצושטעלן די 'פארטיידיגונגס פראדוקציע אקט', צו אדרעסירן די שטארקע מאנגל אין בעיבי פאָרמולע אין לאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אילאן מאסק אין א טוויט זאגט אז די דיעל אפצוקויפן טוויטער איז צייטווייליג אויף אפשטעל, צוליב וואס ער וויל דערגיין אויב די פאלשע ספעם אקאונטס און באטס זענען טאקע ווייניגער פון 5% פון טוויטער באנוצער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
טערקישער פרעזידענט ערדואן האט געזאגט אז ער איז נישט אין שטיצע אז פינלאנד און שוועדן זאלן זיך אנשליסן אין נאטא, זאגענדיג אז די לענדער שטיצן גרופעס וואס טערקיי באצייכענט אלס טעראר גרופעס, א שטייגער ווי די קורדן.
פאר א לאנד צו ווערן אנגענומען אין נאטא, דארף מען האבן די צושטימונג פון אלע נאטא מיטגלידער.
פאר א לאנד צו ווערן אנגענומען אין נאטא, דארף מען האבן די צושטימונג פון אלע נאטא מיטגלידער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:די קאוסט גארד, מיט די הילף פון קאסטומס און בארדער פאטראל, צוזאמען מיט די פארטא ריקא פאליציי, רעאגירן צו א געזינקענע שיף וועלכע איז פארדעכטיגט צו האבן געטראגן אומלעגאלע אימיגראנטן, נעבן פארטא ריקא.
די קאוסט גארד זאגט אז זיי האבן געראטעוועט 31 מענטשן פון די שיפל מיט אימיגראנטן וועלכע האט געזינקען נעבן פארטא ריקא, און 11 זענען אומגעקומען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א זוכעריי קומט פאר אין טעקסאס נאך וואס אן ארעסטאנט וועלכע איז געפונען געווארן שולדיג אויף מארד, האט דערשטאכן א טורצע אפיציר, זייענדיג אויף א טורמע טראנספארטאציע באס, און איז אנטלאפן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א ווייסער איגנטליכער באקליידעט מיט מיליטערישע קליידער האט געעפענט פייער אין א טאפס געשעפט אין באפעלאו ניו יארק, און אומגעברענגט 10 מענטשן און פארוואונדעט נאך 3. ער האט געסטריעמט לעבעדיג די שיסעריי אויף די טוויטש פלאטפארמע, ביז נאך 2 מינוט האבן זיי עס אפגעהאקט.
פאליציי זאגט אז דאס איז געווען א ראסע באזירטע אקט, און 11 פון די 13 געשעדיגטע זענען געווען שווארצע.
דער איגנטליכער האט זיך אונטערגעגעבן פאר די פאליציי, און איז ערשינען פאר א ריכטער, און האט זיך דערקלערט נישט שולדיג אויף ערשטע דעגרי מארד קלאגעס.

לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מוצ"ש מאי 14, 2022 10:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א קליינער פליגער מיט 3 מענטשן דערויף האט געקראכט אויף א ברידזש אין פלארידע, און פארוואונדעט 6 מענטשן, נאך וואס עס האט זיך צוזאמעגעשטויסן מיט א קאר אויף די בריק.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט אפגעהאלטן א סופרייז באזוך אין אוקריינע, צוזאמען מיט רעפובליקאנער סענאטארן סוזען קאללינס, דזשאן קארנין און דזשאן באראסאו, און זיך געטראפן מיטן ארטיגן פרעזידענט זעלענסקי.
זעלענסקי האט ביי די באזוך געבעטן אז אמעריקע זאל דערקלערן רוסלאנד אלס א טעראריסטישע לאנד.
זעלענסקי האט ביי די באזוך געבעטן אז אמעריקע זאל דערקלערן רוסלאנד אלס א טעראריסטישע לאנד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אויב איינער זוכט די רובי רידזש מעשה (האפענטליך...)
נאך וואס אסאך האבן געזאגט אז עס קומט אין א באזונדערע אשכול, און נישט אזוי פארווארפן דא צווישן די נייעס, האט מען עס אריבערגעפירט צו א באזונדערע אשכול.
ליינט און האט הנאה...
נאך וואס אסאך האבן געזאגט אז עס קומט אין א באזונדערע אשכול, און נישט אזוי פארווארפן דא צווישן די נייעס, האט מען עס אריבערגעפירט צו א באזונדערע אשכול.
ליינט און האט הנאה...
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פינלאנד האט היינט ענדגילטיג אפיציעל געמאלדן אז זיי וועלן אריינגעבן אן אפליקאציע זיך צו אנשליסן אין נאטא.
די פינישע פארלאמענט וועט די וואך אפהאלטן א פארמאלע אפשטימונג דערויף, וועלכע איז ערווארטעט דורכצוגיין.
דער פינישער פרעזידענט האט נעכטן אנגערופן פוטין אים איינמעלדן אז פינלאנד וועט זיך אנשליסן אין נאטא, און פוטין האט אים געזאגט אז "דאס איז א טעות, זינט עס איז נישט דא קיין שום זיכערהייט סכנה פאר פינלאנד".

די בריטישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום זאגט אז רוסלאנד האט שוין ווארשיינליך פארלוירן א דריטל פון זייערע ערד קרעפטן אין אוקריינע.
אזוי אויך זאגן זיי אז די רוסישע דאנבאס אטאקע האט פארלוירן מאמענטום, און איז שטארק צוריקגעבליבן פון די ארגינעלע פלאן.
אזוי אויך זאגן זיי אז די רוסישע דאנבאס אטאקע האט פארלוירן מאמענטום, און איז שטארק צוריקגעבליבן פון די ארגינעלע פלאן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:טערקישער פרעזידענט ערדואן האט געזאגט אז ער איז נישט אין שטיצע אז פינלאנד און שוועדן זאלן זיך אנשליסן אין נאטא, זאגענדיג אז די לענדער שטיצן גרופעס וואס טערקיי באצייכענט אלס טעראר גרופעס, א שטייגער ווי די קורדן.
פאר א לאנד צו ווערן אנגענומען אין נאטא, דארף מען האבן די צושטימונג פון אלע נאטא מיטגלידער.
סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיטן אויסערן מיניסטער פון טערקיי, איבער דאס אנשליסן פון פינלאנד און שוועדן אין נאטא, און זאגט אז ער גלייבט שטארק אז מען וועט קומען צו א פאראייניגונג, און זיי וועלן זיך קענען אנשליסן אין נאטא.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די פירנדע פארטיי אין שוועדן האט געמאלדן היינט אין א סטעיטמענט אז די פארטיי וועט ארבעטן אז שוועדן זאל זיך אנשליסן אין נאטא.
מארגן וועט מען עס דיסקוסירן אין די ארטיגע פארלאמענט, און דערנאך וועט דער ארטיגער פרעימיער מיניסטער ארויסלייגן א מעלדונג.
מארגן וועט מען עס דיסקוסירן אין די ארטיגע פארלאמענט, און דערנאך וועט דער ארטיגער פרעימיער מיניסטער ארויסלייגן א מעלדונג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענע ערשטע פרוי, מעלאניע טראמפ, האט צום ערשטן מאל אפגעהאלטן אן אינטערוויו זינט זי האט פארלאזט דעם ווייסן הויז.
אין די אינטערוויו האט זי געזאגט אז די מצב מיט דזשאו ביידען טויג נישט, און ווען זי איז געפרעגט געווארן אויב זי קען וואוינען פאר נאך 4 יאר אין די ווייסע הויז, האט זי געענטפערט "זאג קיינמאל נישט קיינמאל".