@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דייטשלאנד האט באשטעלט 40,000 וואקסין דאזעס צו זיין גרייט אין פאל פון אן ערנסטע מאנקיפאקס אויסברוך ביי זיי אין לאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א פרישע מעלדונג זאגט MSNBC אז געוועזענע ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר פסאקי וועט אנהייבן א נייע סטרימיענג שאו אויף זייער נעטווארק אין 2023.

זי וועט אויך ערשיינען אויף NBC אוו MSNBC דורכאויס זייער פריים-טיים פראגראם ביי די מיד-טוירם וואלן און 2024 פרעזידענטליכע וואלן.

IMG_20220524_103004_284.jpg
IMG_20220524_103004_284.jpg (125.94 KiB) געזען 5776 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

IMG_20220524_103130_903.jpg
IMG_20220524_103130_903.jpg (6.17 KiB) געזען 5708 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דער טאליבאנער פרעימיער מיניסטער פון אפגאניסטאן האט געמאלדן אז זיי גרייטן זיך צו אונטערשרייבן אן אפמאך מיט די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן אז די עמיראטן וועלן אנפירן מיט די לופטפעלדער אין אפגאניסטאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דעמאקראטישע סאציאליסטישע קאנגרעס קאנדידאט פון וואשינגטאן, רעבעקא פערסאן, האט געשאפן א שטורעם נאך וואס זי האט גערופן פאר מענטשן זיך צו איינברעכן און אקופירן ליידיגע הייזער, אלס אן ענטפער פאר היימלאזיקייט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

11 מענטשן זענען אומגעקומען, און 2 פארוואונדעט, נאך וואס 15 מענער האבן געעפענט פייער אין 2 רעסטעראנטן אין מעקסיקא, אין א גענג פארבינדעטע אטאקע.

IMG_20220524_114351_984.jpg
IMG_20220524_114351_984.jpg (155.12 KiB) געזען 5601 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ענערגיע דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי וועלן ארויסלאזן פרישע 40 מיליאן פעסלעך קרוד אויל פון די סטראטעגישע פאטראליום רעזערוו, צו ארויסהעלפן מיט הויכע אויל פרייזן אין לאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אונגארישער פרעימיער מיניסטער האט דערקלערט א קריגס צייט סטעיט אוו עמערדזשענסי, אין ליכט פון די קריג אין אוקריינע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרישע אויפגעדעקטע FBI דאקומענטן צייגן אז זיי האבן ארעסטירט און באוויזן אפצושטעלן א פלאן פון אן אייסיס אפעראטיוו וועלכער האט געפלאנט צו אומברענגען געוועזענער פרעזידענט בוש, אלס נקמה פאר די איראקע קריג.

דער מאן איז פארגאנגענע נאוועמבער געפארן קיין דאלאס און אפגעכאפט ווידעא פון בוש'ס היים, און פרובירט צו רעקרוטירן מיטארבעטער וועלכע זאלן אים העלפן אריינשמוגלען וואפן פון מעקסיקא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:די ניו יארקע פאליציי האט ארויסגעלייגט א בילד פון דעם פארדעכטיגטן מערדער, וועלכער האט געעפענט פייער נעכטן זונטאג אויף א ניו יארקער סאבוועי Q באן, און דערשאסן צום טויט אן 48 יעריגער מאן וועלכער האט געארבעט אין גאלדמאנ'ס סאקס.

דער 25 יעריגער פארדעכטיגטער אין די ניו יארקע סאבוועי שיסעריי פארלאפענע זונטאג האט זיך אונטערגעגעבן צו די פאליציי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 קינדער זענען אומגעקומען און 13 פארוואונדעט, אין א שיסעריי אין א טעקסאס עלעמענטרי שולע. פאליציי האט איינעם ארעסטירט.

דער שיסער האט לויט באריכטן קודם געשאסן איינעם א בלאק אוועק פון די שולע, און איז נאכדעם אריינגעלאפן און די שולע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:2 קינדער זענען אומגעקומען און 13 פארוואונדעט, אין א שיסעריי אין א טעקסאס עלעמענטרי שולע. פאליציי האט איינעם ארעסטירט.

דער שיסער האט לויט באריכטן קודם געשאסן איינעם א בלאק אוועק פון די שולע, און איז נאכדעם אריינגעלאפן און די שולע.

טעקסאס גאווערנער באשטעטיגט 14 סטודענטן און 1 טיטשער אומגעקומען. דער שיסער, א לאקאלע 18 יעריגער הויעך שולע סטודענט איז אויך אומגעקומען אין די שיסעריי.

דער שיסער האט בעפאר דעם געשאסן זיין באבע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:טעקסאס גאווערנער באשטעטיגט 14 סטודענטן און 1 טיטשער אומגעקומען. דער שיסער, א לאקאלע 18 יעריגער הויעך שולע סטודענט איז אויך אומגעקומען אין די שיסעריי.

דער שיסער האט בעפאר דעם געשאסן זיין באבע.

טעקסאס גאווערנער פרעסע קאנפערענץ
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:טעקסאס גאווערנער באשטעטיגט 14 סטודענטן און 1 טיטשער אומגעקומען. דער שיסער, א לאקאלע 18 יעריגער הויעך שולע סטודענט איז אויך אומגעקומען אין די שיסעריי.

דער שיסער האט בעפאר דעם געשאסן זיין באבע.

ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר:

IMG_20220524_172424_105.jpg
IMG_20220524_172424_105.jpg (169.44 KiB) געזען 4168 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט פארארדענט אראפ צו נידערן די אמעריקאנער פאן צו האלב, אין ליכט פון די שוידערליכע מאסן שיסעריי אין די שולע אין טעקסאס.

דער פרעזידענט וועט אדרעסירן דעם פאלק היינט 8:15 ביינאכט.

IMG_20220524_181200_317.jpg
IMG_20220524_181200_317.jpg (162.13 KiB) געזען 3772 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טעקסאס סטעיט סענעטאר ראנעלד גוטיערעז האט געזאגט פאר CNN אז די טויט צאל אין די שוידערליכע מאסן שיסעריי אין אן ארטיגע שולע שטייט ביי 21, מיט 18 קינדער און 3 ערוואקסענע אומגעקומען.

אויך האט ער געזאגט אז דער שיסער האט פארדעם געשאסן זיין באבע, אבער זי לעבט און איז אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד, און אז דער שיסער איז געבוירן אין נארט דעקאטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט זענען אפגעהאלטן געווארן פריימערי וואלן אין עטליכע שטאטן איבער'ן לאנד, אין דזשארדזשיע, ארקענסא, אלאבאמא און טעקסאס.

אין די דזשארדזשיע פארמעסט פאר'ן גאווערנער קאנדידאטור, אויף די רעפובליקאנער זייט האט דער אמטירנדער גאווערנאר ברייען קעמפ, וועלכער איז גאר אפט שארף און העפטיג אראפגעריסן געווארן דורך געוועזענער פרעזידענט טראמפ צוליב זיין האנדלונג נאך די 2020 וואלן, געוואונען אן איבערוויגענדע מערהייט און גרינג באזיגט דעם טראמפ אינדארסירטער קאנדידאט, דער פראמינענטער רעכטער פיגור, דעיוויד פערדוא, וועלכער האט שוין אויפגעגעבן דעם פארמעסט און פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן צו העלפן קעמפ באזיגן די דעמאקראטישע קאנדידאט, עיברעהעמס, אין די אלגעמיינע וואלן פאר'ן גאווערנער אמט.

אויף די דעמאקראטישע זייט האט סטעיסי עיברעהעמס גרינג געוואונען די פארטיי'ס נאמינאציע פאר גאווערנער, נאכן לויפן אן קיין קעגנער.

אין די רעפובליקאנער סענאט פריימערי האט דער קאנסערוואטיווער קאנדידאט הערשל וואלקער, א באקאנטער געוועזענער פוטבאָל ספארטלער, וועלכער האט ערהאלטן די טראמפ אינדארסירונג געוואונען די סענאט נאמינאציע, און וועט זיך פארמעסטן קעגן דעם אמטירנדער דעמאקראטישער סענאטאר ראפאעל ווארנהאק אין די אלגעמיינע וואלן.

אין די קאנגרעסיאנאלע פריימערי פארמעסט האט מארדזשערי טעילאר גרין ברייט געוואונען איר קאנגרעס זיץ, באזיגנדיג פינף אנדערע קאנדידאטן אין שפיץ פון א באקאנטע ביזנעס גרינדערין און פירערין דזשעניפער סטרעיהען, א מעסיגע רעפובליקאנער מיט ברייטע שטיצע פון די עסטאבלישמענט פליגל פון די פארטיי.

_

אין ארקענסא האט סארא האקאבי סאנדערס, געוועזענע ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר אונטער טראמפ וועלכער האט איר אויך הייס אינדארסירט נאך גאר פריה אין איר קאמפיין, געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר גאווערנער צו ערזעצן דעם אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנער אסא האטשינסאן, און האט באזיגט איר קעגנער פראנסיס וואשבארן, א געוועזענער ראדיא טאלק שאו האוסט פערזענליכקייט אין די סטעיט.

_

אין אלאבאמא האט די אמטירנדע גאווערנער קעי אייווי ברייט געוואונען די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר א צווייטע טערמין אלס גאווערנער.

אין די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר די אפענע סענאט זיץ, נאך וואס סענעטאר ריטשארד שעלבי האט געמאלדן אנהייב 2021 אז ער וועט נישט זוכן ווידערערוויילונג, פארמעסטן זיך אלאבאמא קאנגרעסמאן מאו ברוקס, קעיטי בריט און מייק דוראנט, און די פארמעסט וועט ווארשיינליך גיין פאר א ראנ-אף קומענדיגע מאנאט צווישן די צוויי העכסטע צוליב וואס קיינע פון די דריי וועלן ווארשיינליך נישט קריגן 50% פון די שטימען.

_

אין טעקסאס איז אפגעהאלטן געווארן ראנ-אף פריימערי פארמעסטן פאר די 28'סטע דיסטריקט'ס קאנגרעס זיץ, פאר ביידע רעפובליקאנער און דעמאקראטן.

די פארמעסט אויף די דעמאקראטישע זייט פארדינט נאציאנאלע סענזאציע צוליב וואס עס ווערט פאררעכנט אלס די ערשטע אפענע פארמעסט צווישן די ראדיקאל לינקע פליגל פון די פארטיי קעגן די צענטעריסטישע פליגל, נאך וואס קאנגרעספרוי קארטעז האט האסטיג קאמפיינט פאר די פראגרעסיווע קאנדידאט דזשעסיקע סיסנעראס וועלכע לויפט צו ארויסוועלן דעם אמטירנדער דעמאקראטישן קאנגרעסמאן הענרי קוועיאר, וועלכער האט באקומען די אויסדרוקליכע שטיצע פון פארטיי פירערשאפט, און פון ספיקער פעלאסי פערזענליך. די פארמעסט איז ביזדערווייל גאר א שמאלע מיט א מילדע אויבערהאנט פאר סיסנעראס.

אויף די רעפובליקאנער זייט, פארמעסטן זיך קעיסי גארסיא, א געוועזענע געהילף צו סענעטאר קרוז, און סענדרא וויטען וועלכע האט זיך שוין פארמאסטן פאר די זיץ אין די פארגאנגענהייט און דאן פארלוירן צום דעמאקראט קוועיאר.

אזוי אויך קומט פאר א ראנ-אף פאר די אטוירני דזשענעראל אמט.

אויף די רעפובליקאנער זייט האט דער אמטירנדער אטוירני דזשענעראל, קען פעקסטאן, וועלכער האט ערהאלטן טראמפ אינדארסירונג, געוואונען ווידערערוויילונג און ברייט באזיגט זיין קעגנער דזשארדזש פרעסקאט בוש, דער ביז איצטיגער לאנד קאמישענער פון די סטעיט, וועלכער איז געװען דער לעצטער פון די פרעזידענטליכע בוש פאמיליע מיטגלידער נאך צו זיין אין פאליטישע אמט.

אויף די דעמאקראטישע זייט פארמעסטן זיך ראשעל גארזא און דזשאו דזשאווארסקי, די פארמעסט איז נאכנישט גערופן געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

צפון קארעא האט דורכגעפירט פרישע מיסיל פראבעס, און ארויסגעשאסן אן אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסיל, און נאך 2 קורץ שטרעקיגע מיסילס, עטליכע שטונדן נאך וואס פרעזידענט ביידען האט פארלאזט דעם ראיאן נאך א באזוך אין אזיע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:היינט זענען אפגעהאלטן געווארן פריימערי וואלן אין עטליכע שטאטן איבער'ן לאנד, אין דזשארדזשיע, ארקענסא, אלאבאמא און טעקסאס.

אין דזשארדזשיע, האט דער אמטירנדער סעקרעטערי אוו סטעיט, ברעד ראפענסבערגער, וועמען טראמפ האט שארף אראפגעריסן און געזוכט צו ארויס דערזעהן פון אמט, געוואונען די פריימערי פארמעסט מיט 51.9% קעגן 33.8% פאר דעם טראמפ געשטיצטער קאנדידאט, דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאודי הייס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי איבער די שוידערליכע שיסעריי אין די טעקסאס שולע.

IMG_20220525_094747_655.jpg
IMG_20220525_094747_655.jpg (165.63 KiB) געזען 1949 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

מער דעטאלן קומען ארויס איבער די שיסעריי, און אויטאריטעטן געבן אן אז די 19 אומגעקומענע קינדער, און 2 טיטשערס זענען אלע געווען אין די זעלבע פערטע קלאס צימער, ווען דער ברוטאלער מערדער איז אריינגעקומען, צוגעשפארט די טיר, און אנגעהויבן שיסן אויף יעדעם.

דער ברוטאלער מערדער האט זיך איינגעהאנדעלט מאי 17, א טאג נאך וואס ער איז געווארן 18, איין AR-15, דערנאך מאי 18 האט ער געקויפט 350 רונדעס אמוניציע, און אום מאי 20 האט ער געקויפט נאך אן AR-15. ביידע רייפלס זענען געפונען געווארן אויפן סצענע, איינס האט ער איבערגעלאזט אין זיין קאר אינדרויסן, און איינס האט ער גענוצט ביי די ברוטאלע מאסן שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:דער שיסער האט בעפאר דעם געשאסן זיין באבע.

יוניווערסעטי העלט שפיטאל אין טעקסאס זאגט אז א 66 יעריגע פרוי, געגלייבט צו זיין דעם ברוטאלער מערדערס באבע, און א 10 יעריג קינד, האבן זיך ביידע פארבעסערט, און זענען ארויס פון א קריטישע צושטאנד, און אריין אין א בעסערע, אבער ערנסטע צושטאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ניו יארקער מאן איז געפונען געווארן שולדיג דורך א פעדעראלע דזשורי פארן ארויסהעלפן אייסיס, רעקרוטירן פרישע אייסיס מיטגלידער, זיי צושטעלן וואפן, עקוויפמענט און שפיאנאזש. ער שטייט אויס לעבנסלענגליכע טורמע.

מירסאד קאנדיק, איז אין 2013 געגאנגען קיין סיריע און זיך אנגעשלאסן אין אייסיס. אין 2017 איז ער ארעסטירט געווארן אין באסניע, און ארויסגעליפערט געווארן צו די פאראייניגטע שטאטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דעמאקראטישער קאנדידאט פאר גאווערנער אין טעקסאס, בעטא אורראק, האט אריין שפאצירט און איבערגעהאקט א פרעסע קאנפערענץ דורך גאווערנער אבבאט איבער די נעכטיגע טראגישע שיסעריי אין די טעקסאס שולע.

ער האט אנגעהויבן פארהאלטן דעם גאווערנער "אז איצט איז די צייט צו פארמיידן קומענדיגע שולע שיסעריי און דו טוסט נישט גארנישט, די שלאגט גארנישט פאר." ער איז פארשריגן געווארן דורך דעם לוטענאנט גאווערנער און דורך סענאטאר קרוז איידער'ן ארויסגעפירט ווערן דורך די פאליציי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:קורנעל האסאן סאיאד קודיארי, פון די איראנער רעוואלוציאנערישע גארד, איז געשאסן געווארן 5 מאל און אומגעברענגט געווארן זיצענדיג אין א קאר פארענט פון זיין הויז אין טערהאן, דורך 2 מענטשן וועלכע זענען געפארן אויף א מאטארביציקל.

די ניו יארק טיימס באריכטעט אז מדינת ישראל האט אינפארמירט אמעריקע אז זיי זענען געשטאנען אונטער די אטענטאט אויף קורנעל האסאן סאיאד קודיארי, אין איראן.

האסאן איז געווען דער פירער פון א ספעציעלע גרופע וועלכע איז געווען געשטעלט אויף פארכאפן און אומברענגען ישראלישע בירגער, און אנדערע בירגער פון ארום די וועלט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”