@אידישליך: נייעסן און באריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » זונטאג אוגוסט 07, 2022 8:30 pm

פאליציי אין ניו מעקסיקא האבן ארויסגעגעבן בילדער פון א קאר וואס זיי פארדעכטיגן צו זיין פארבינדן מיט די טויט פון 4 מוסלמענער מענער.

די ערשטע מארד איז פארגעקומען פארגאנגענע יאר נאוועמבער, די צווייטע יולי 26, די דריטע אויגיסט 1, און די לעצטע האט פאסירט פארגאנגענע פרייטאג.

לאקאלע און פעדעראלע אויטאריטעטן האבן געעפענט א ברייטע אויספארשונג זאגענדיג אז זיי גלייבן אז די 4 אינצידענטן זענען פארבינדן.

פרעזידענט ביידען אין א טוויט האט שארף פארדאמט די מערדערייען זאגענדיג אז האס האט נישט קיין ארט אין אמעריקע.

IMG_20220807_202953_190.jpg
IMG_20220807_202953_190.jpg (85.67 KiB) געזעהן 2709 מאל

IMG_20220807_202954_736.jpg
IMG_20220807_202954_736.jpg (40.38 KiB) געזעהן 2709 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:12 am

אידישליך האט געשריבן:

עגיפטן האט אויסגעארבעט א פייער שטילשטאנד צווישן מדינת ישראל אין עזה, נאך 3 טעג פון אטאקעס.

נאך וואס די פייער שטילשטאנד איז אריין אין קראפט און האט אנגעהאלטן איבערנאכט, האט מדינת ישראל געעפנט די בלאקאדע וועלכע זיי האבן איינגעשטעלט 6 טעג צוריק, און אנגעהויבן אריינלאזן הומאניטארישע הילף און גאזאלין טראקס אין עזה.

לויט די מדינת ישראל מיליטערישע ציפערן האט די איסלאמישע דזשיהאד טעראר גרופע, די קלענערע און מער ראדיקאלע פון די צוויי הויפט מיליטאנטישע גרופעס אין עזה, אריינגעשאסן העכער 1,100 ראקעטן זייט פרייטאג.

פאלעסטינער געזונטהייט מיניסטעריום זאגט אז די מדינת ישראל אטאקעס איז עזה האבן אומגעברענגט ווייניגסטנס 44 מענטשן אריינגערעכנט עטליכע קינדער.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:13 am

אידישליך האט געשריבן:

ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס באשולדיגט אז דורכאויס די וויקענד זענען 68 אומלעגאלע אימיגראנטן אנגעקומען צו די סיטי דורך באסעס פון טעקסאס, און טייל פון זיי זענען ארויפגעצווינגען געווארן אויף די באסעס.

טעקסאס האט שוין ביז היינט געשיקט איבער 5,100 באסעס קיין וואשינגטאן די סי, און האט פרייטאג אנגעהויבן שיקן קיין ניו יארק.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:15 am

מעדיסאן קאונטי, נארט קאראליינע שעריף דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי וועלן האלטן AR-15 סעמי-אויטאמאטישע ביקסן אין אלע 6 קאונטי שולעס, פאר שולע אפיצירן צו קענען נוצן אין פאל פון א שולע שיסעריי.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:16 am

כינע האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן אויסברייטערן די פראוואקירנדע מיליטערישע איבונגען ארום טייוואן, וועלכע וועט אויך ארייננעמען אנטי סובמארין דרילס.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 11:18 am

אוקריינע האט באשולדיגט רוסלאנד אין ווידער אטאקירן די נוקלעארע פלענט אין זאפארזשיע, די צווייטע מאל אין עטליכע טעג. רוסלאנד באשולדיגט אוקריינע אז זיי האבן עס אטאקירט.

אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי האט גערופן צו איינשטעלן א די-מיליטעריזירטע זאנע ארום די פלענט צו פארמיידן א קאטאסטראפע.

דער UN סעקרעטערי גענעראל אנטאניא גוטטערעס האט היינט ביי א פרעסע קאנפערענץ אין יאפאן געווארנט אז אטאקירן די נוקלעארע פלענט איז זעלבסטמארד.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 12:08 pm

אידישליך האט געשריבן:

טרעוויס מעקמייקל, איינע פון די 3 מענער וועלכע זענען געפונען געווארן שולדיג אין די טויט פון אכמעד ארבערי, איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע מיט נאך 10 יאר אויף פעדעראלע האסן קלאגעס.

ער דינט שוין א לעבנסלענגליכע טורמע טערמין אויף סטעיט מארד קלאגעס.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 2:03 pm

ניו יארק טיימס רעפארטער מעגי העבערמאן האט מיטגעטיילט עטליכע בילדער פון צוריסענע דאקומענטן אנגעבליך אין ווייסע הויז טוילעטס.

די בילדער שטיצן אונטער אירע באריכטן אין א בוך וואס זי גרייט זיך ארויסצוגעבן, אין וועלכע זי שרייבט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ פלעגט צורייסן אפיציעלע דאקומענטן און זיי אריינווארפן אין ווייסע הויז בתי כבוד.

IMG_20220808_140339_647.jpg
IMG_20220808_140339_647.jpg (25.56 KiB) געזעהן 1845 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 2:04 pm

אקסיאס מידיע פירמע וועט אפגעקויפט ווערן דורך 'קאַקס' דיגיטאלע מידיע קאמפעני, פאר 525 מיליאן דאלער.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 3:59 pm

די ביידען אדמיניסטראציע האט געמאלדן א פרישע ביליאן דאלערדיגע וואפן פעקל פאר אוקריינע.

אויך וועט אמעריקע שיקן א פרישע 4.5 ביליאן דאלאר'דיגע פעקל פאר די אוקריינישע רעגירונג פאר זייער בודזשעט.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 4:04 pm

אידישליך האט געשריבן:

א CNN באריכט געבט אן אז דער אדוואקאט פון די אנקלעגער אין די אלעקס דזשאונס פראצעס האט איבערגעגעבן פאר די יאנואר 6 קאמיטע טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס פון ארום 2 יאר פון אלעקס דזשאונס, וואס זיי האבן בטעות ערהאלטן פון זיינע אדוואקאטן.

דער אדוואקאט האט דאס נישט געוואלט באשטעטיגן אבער האט געזאגט אז ער קאאפערירט מיט די קאמיטע.

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 5:42 pm

א באריכט אין די ניו יארקער פארציילט איבער די געפעכט וואס טראמפ האט געהאט מיט זיינע גענעראלן איבער א יולי 4 מיליטערישע פאראדע אין וואשינגטאן, וואס טראמפ האט שטארק געוואלט, אבער זיינע גענעראלן האבן אים געזאגט אז "דאס איז וואס דיקטאטורן טוען צו צייגן ווער ס'האט די ביקסן, אבער אין אמעריקע טוט מען דאס נישט".

צווישן אנדערע באריכטן זיי אז טראמפ האט זיך אנגעבליך אמאל אפגערעדט צו דאן טשיף אוו סטעף דזשאן קעלי, פארוואס זיינע גענעראלן זענען נישט אזוי לאיאל צו אים, ווי די דייטשע גענעראלן צו היטלער ימש"ו ביי די צווייטע וועלט קריג.

IMG_20220808_173320_404.jpg
IMG_20220808_173320_404.jpg (85.02 KiB) געזעהן 1091 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 7:28 pm

די FBI פירט דורך אן אבלאווע אויף טראמפ'ס מאר-א-לאגא היים אין פלארידע.

IMG_20220808_192815_038.jpg
IMG_20220808_192815_038.jpg (96.27 KiB) געזעהן 618 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 7:34 pm

אידישליך האט געשריבן:

א ניו יארק טיימס באריכט געבט אן אז די זוכעריי איז פארבינדן מיט די 15 באקסעס פון מאטריאל וואס טראמפ האט מיטגענומען פון די ווייסע הויז.

IMG_20220808_193511_984.jpg
טיימס באריכט
IMG_20220808_193511_984.jpg (74.42 KiB) געזעהן 574 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג אוגוסט 08, 2022 10:14 pm

אידישליך האט געשריבן:

רעפובליקאנער פאליטיקאנטן רעאגירן אויף די אבלאווע:

רעפובליקאנער קאנגרעס פירער קעווין מקארטי:
Screenshot_20220808-213119.jpg
Screenshot_20220808-213119.jpg (381.81 KiB) געזעהן 440 מאל

IMG_20220808_220459_730.jpg
IMG_20220808_220459_730.jpg (222.59 KiB) געזעהן 440 מאל


IMG_20220808_221333_085.jpg
IMG_20220808_221333_085.jpg (127.26 KiB) געזעהן 440 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:26 am

נאך וואס בילדער האבן צירקולירט פון איבערבלייבענישן פון אמעריקאנער אנטי ראדאר מיסילס אין אוקריינע, האט די פענטאגאן באשטעטיגט אז זיי האבן שוין געשיקט פאר אוקריינע פארשידענע אנטי ראדאר מיסילס, וועלכע זיי האבן נישט געהאט געמאלדן פארן פובליק.

די פענטאגאן האט נישט אנגעגעבן ווען זיי האבן דאס געשיקט אדער וועלכע מיסיל דאס איז, אבער פארטיידיגונגס באאמטע האבן געזאגט פאר CNN אז דאס איז די אמעריקאנער AGM-88 היי-ספיד אנטי ראדיאציע מיסיל (HARM), וועלכע איז אן ערד-צו-לופט מיסיל וועלכע זוכט און פארניכט פיינטליכע ראדאר אויסגעשטאטע לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Ban Mazel, burich mechel, john, myrtle, SemrushBo, TipTop, בן כלבא שבוע, ברוך, גאלדגרוב, יונער, מיט וועמען, נאהאד, נישטאמת, קומט אריין קלאר, תרמב און 83 געסט