@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טעסלא CEO אילאן מאסק פארעפנטליכט די ערשטע פראטאטייפ פון די מענטשליכע ראבאט "אפטימוס" וועלכע נוצט די טעכנאלאגיע פון די טעסלא קארן.
IMG_20221001_221052_667.jpg
IMG_20221001_221052_667.jpg (34.7 KiB) געזען 5908 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען און ערשטע פרוי דזשיל ביידען וועלן מאנטאג באזוכן פארטא ריקא צו זעהן די שאדן פון האריקעין פיאנע, און מיטוואך באזוכן פלארידע צו זעהן די שאדן פון האריקעין איען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

לויט די פארבס 400 ליסטע איז דער 80 יעריגער מייקל בלומבערג די רייכסטער מענטש אין ניו יארק, 9'טער רייכסטער מענטש אין אמעריקע, און דער 11'טער רייכסטער מענטש אין דער וועלט מיט א ווערד פון $76 ביליאן.

קאליפארניע פארמאגט די מערסטע ביליאנערן - 80, נאכגעפאלגט ביי ניו יארק - 65, דערנאך טעקסאס - 43 און פלארידע - 42.

אילאן מאסק איז ווייטער דער רייכסטער מענטש אין דער וועלט, ביי $251 ביליאן, און דזשעף בעזאס איז צווייט מיט $151 ביליאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע יוגאוו - יאהו אנקעטע צייגט אז 51% וויילער האלטן אז טראמפ זאל נישט ערלויבט ווערן צו זיין ווידעראמאל פרעזידענט, קעגן 35% וואס האלטן אז יא. 44% האלטן אז ער זאל אנגעקלאגט ווערן קעגן 31% וואס זאגן אז נישט.

אין א פארמעסט צווישן ביידען און טראמפ אין 2024 זאגן 47% אז זיי וואלטן געשטימט פאר ביידען, קעגן 45% וואס וואלטן געשטימט פאר טראמפ.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סאטעלייט בילדער פון די איזרעלי 'אימעדזש סעט' פירמע צייגן אז רוסלאנד האט אריבערגעברענגט זייערע TU-160 און TU-95 באמבאדיר פליגערס צו די אלעניא באזע אין רוסלאנד, וואו רוסלאנד האט צווישן אנדערע אסאך סטראטעגישע נוקלעארע מיסילס. מאנכע קוקן דאס אן ווי א צייכן אז פוטין גרייט זיך טאקע צו נוצן נוקלעארע וואפנס קעגן אוקריינע.

סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקען זאגט אז אמעריקע האלט א נאנטע אויג אויף די רוסישע אקטיוויטעטן און נעמט גאר ערנסט פוטין'ס נוקלעארע סטראשונקעס, אבער דערווייל זעהט מען נישט קיין באווייזן אז עס איז ערנסט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

19 מענטשן זענען אומגעקומען, לויט באריכטן איז צווישן זיי דער איראנער קאמאנדיר אלי מוסאווי, וועלכע האט געפירט די איראנער רעוואלוציאנערע גארד שפיאנאזש יוניט, ווען זיי זענען געשאסן און אומגעברענגט געווארן דורך באוואפנטע אנטי-איראנער קעמפער אין א פאליציי סטאנציע אין זשאדאן, איראן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער פרעזידענט פון אינדאנעזיע האט פארארדענט א פולע אויספארשונג, און צייטווייליג אפגעשטעלט אלע פוטבאל שפילן אין לאנד, אין ליכט פון די שווערע ראיאטן און פאליציי טרערן גאז וועלכע האט אומגעברענגט 125, אריינגערעכנט 2 פאליציאנטן, און נאך הונדערטער פארוואונדעטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א גרופע סייבער קרימינאלן וועלכע האבן אריינגעהעקט אין די לאס אנדזשעלעס יוניפייד סקול דיסטריקט, די צווייט גרעסטע אין לאנד, האבן ארויסגעלייגט טייל פון סענסעטיווע דאטא וואס זיי האבן גערויבט, נאך וואס די סקול דיסטריקט האט געזאגט אז זיי גייען נישט באצאלן די געלטער וואס די גרופע פארלאנגט בעפאר די דעדליין מארגן מאנטאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די נאציאנאלע ארכיוון זאגט אז זיי האבן נאכנישט צוריקבאקומען אלע פרעזידענטליכע רעקארדס פון די טראמפ אדמיניסטראציע, און וועט זיך באראטן מיט די יוסטיץ דעפארטמענט וויאזוי צו האנדלען איבער דעם.

זיי זאגן אז טייל טראמפ באאמטע האבן גענוצט פריוואטע קאמיוניקאציע מיטלען פאר אפיציעלע אנגעלעגנהייטן, און געוויסע האבן דאס נישט קאפירט פאר די נאציאנאלע ארכיוון, וואס דאס איז א פארלעצונג פון די פרעזידענטליכע רעקארדס אקט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

היינט זענען אפגעהאלטן געווארן וואלן אין בראזיל, צווישן דער אמטירנדער פרעזידענט באלסאנערא, און דער לינקער געוועזענער פרעזידענט לאלע דע סילווע.

לאלע האט באקומען 47.9% פון די שטימען, קעגן 43.7% פאר באלסאנערא. וויבאלד קיינער האט נישט באקומען קיין 50% וועט פארקומען א ראנאף פארמעסט אום אקטאבער 30.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק אויף טוויטער שלאגט פאר א שלום פלאן צווישן רוסלאנד און אוקריינע.
IMG_20221003_122654_096.jpg
IMG_20221003_122654_096.jpg (303.05 KiB) געזען 3127 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער איראנער סופרים פירער כומעיני האט געגעבן זיין פולע שטיצע פאר די פאליציי צו קאנפראנטירן די פראטעסטירער אין איראן, און באשולדיגט אמעריקע און מדינת ישראל אין אנדרייען די ראיאטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

3 אמעריקאנער פאסט ארבעטער זענען ארעסטירט געווארן אין א 1.3 מיליאן דאלערדיגע שווינדל און אידענטיטעט רויב, און 5 אנדערע ווערן געזוכט.

די יוסטיץ דעפארטמענט זאגט אז די פאסט ארבעטער האבן גערויבט קרעדיט קארדס פון די פאסט, און עס גענוצט צו קויפן פון טייערע געשעפטן אין ניו יארק און ניו דזשערסי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די רוסישע פארלאמענט האט איינשטימיג באשטעטיגט די אנעקסירונג פון די 4 אוקריינישע טעריטאריעס, כארסאן, זאפארזשיע, דאנעטסק און לוהאנסק, עס מאכענדיג אפיציעל א טייל פון רוסלאנד.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי און קאנגרעסמאן עדעם קינזינגער אין רעאקציע צו אילאן מאסק'ס פארשלאג.
IMG_20221003_160940_464.jpg
IMG_20221003_160940_464.jpg (90.04 KiB) געזען 2675 מאל
IMG_20221003_160943_809.jpg
IMG_20221003_160943_809.jpg (156.38 KiB) געזען 2675 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער CIA דירעקטאר און רעטייערטער 4 שטערנדיגע ארמיי גענעראל, דעוויד פעטרעיאָס זאגט אין אן אינטערוויו מיט ABC אז ער האט נישט גערעדט מיט נאציאנאלע סעקיוריטי עדווייזער דזשעק סאליוואן איבער אן אמעריקאנער רעאקציע צו א טאקטישע נוקלעארע רוסישע אטאקע אין אוקריינע, אבער אמעריקע און נאטא וועלן שארף רעאגירן א שטייגער ווי גענצליך פארניכטן אלע רוסישע קרעפטן אין אוקריינע און קרימיע, און זינקען זייער גאנצע שווארצע ים פלאטע.

ער האט געזאגט אז א נוקלעארע אטאקע אויף אוקריינע וועט נישט אקטיוויזירן ארטיקל 5 פון די נאטא אליאנץ, וואס באדייט אז נאטא שליסט זיך אפיציעל אן אין די קריג, אבער זאגט אז אויב ראדיאציע פארשפרייט זיך אריין אין נאטא טעריטאריע, וועט דאס מעגליך יא אקטיוויזירן ארטיקל 5.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט אריינגעגעבן א 475 מיליאן דאלאר'דיגע דעפעמעישן אנקלאגע קעגן CNN אין וועלכע ער זאגט אז CNN האט אנגעהויבן מיט א קאמפיין קעגן אים צוליב וואס זיי האבן מורא אז ער וועט לויפן אין 2024.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די UN קאנפערענץ אויף טרעיד און דעוועלאפמענט (UNCTAD) האט גערופן צו די אמעריקאנער פעדעראלע רעזערוו און אנדערע צענטראלע בענק נישט צו פארזעצן מיט די אינטערעס ראטעס העכערונג, וויבאלד דאס קען צוברענגען צו א גלאבאלע רעסעסיע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

יאפאנעזער רעגירונג האט פארארדענט אלע אירע בירגער צו אריינגיין אין שעלטערס, נאך וואס צפון קארעא האט ארויסגעשאסן א מיסיל אין ריכטונג פון יאפאן.

די מיסיל איז אריבער געפלויגן יאפאן און האט געקראכט אין די פאסיפיק אקעאן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איטאליענישע 'לא ריפובליקא' צייטונג באריכטעט אז נאטא האט ארויסגעשיקט א שפיאנאזש ווארענונג צו מיטגלידער אין די אליאנץ אז די רוסישע K329 בעלגארד נוקלעארע סובמארין האט פארלאזט איר באזע, און געפינט זיך אין די ארקטיק ים.

די ווארענונג געבט אן אז די סובמארין, וועלכע איז די וועלט'ס גרעסטע, גרייט זיך מעגליך דורכצופירן א פראבע אויף די מאכטפולע Status-6 נוקלעארע וואפן, אדער ווי עס ווערט גערופן "דומסדעי", וועלכע איז א קליינע דראון סובמארין וואס קומט מיט א מאכטפולע נוקלעארע שפיץ וואס קען שאפן א נוקלעארע צונאמי ביי פארט שטעט, און קען גאר שווער אויפגעכאפט ווערן נאכן ארויסשיסן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א קליינע פליגער האט געקראכט אויף א הויז אין הערמענטאון, מינעסאטע, אומברענגנדיג אלע 3 רייזנדע. 2 מענטשן וועלכע זענען געשלאפן אין די הויז האבן שמאל אויסגעמיטן די קראך און האבן איבערגעלעבט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בד"ה: א שוידערליכע טראגעדיע האט פאסירט אין וויליאמסבורג, ווען א טראק ביי בעדפארד און פלאשינג האט אראפגעקלאפט א 63 יעריגער איד, ר' בנימין אליעזר ב"ר יחזקאל בערגער ע"ה, וועלכער איז ליידער אומגעקומען אויפן ארט רח"ל.

שנשמע ונשבשר בשורות טובות.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בלומבערג: אילאן מאסק האט פארגעשלאגן פאר טוויטער ווייטער צו גיין מיט די ארגינעלע דיעל אפצוקויפן טוויטער פאר $54.20 א שעיר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ביבי נתניהו איז האספיטאליזירט געווארן נאך וואס ער האט זיך נישט גוט געשפירט דורכאויס יום כיפור פאסטנדיג אין שול.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

3 מאנאטן נאך וואס פרעזידענט ביידען האט באזוכט סאודי אראביע, האט OPEC+ געמאלדן אז זיי וועלן שניידן אויל פראדוקציע מיט 2 מיליאן פעסלעך א טאג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”