@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די ביידען אדמיניסטראציע קוקט אריין אין א רייע גאר שווערע סאנקציעס אין פאל וואס רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע, צווישן אנדערע און די שארפסטע, איז זיי אויסשליסן פון די אינטערנאציאנאלע SWIFT פעימענט סיסטעם, וואס בענק ארום די וועלט ניצן פאר אינטערנאציאנאלע געלט טרענספערס.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך היכי תמצא »

שכ'ח פאר די פראפעסיאנעלע נייעס באריכטן.

איך האב ספעציעל הנאה אז דו ענטפערסט נישט אויף קאמענטארן. דאס פארמיידט דעבאטעס, און דו האנדלסט עס זייער גוט.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

קרישקעלעך איבער די אקספארד שיסעריי:

דער 'טיפסטער' וועלכע האט געפירט צו די ארעסט פון די עלטערן פונעם שיסער וועט ווערן באלוינט מיט צווישן 10 און 20 טויזענט דאלער.

פאליציי האט ארעסטירט אן ארטיסט וואס די עלטערן פונעם שיסער האבן זיך באהאלטן אין זיין ארט גאלערי.

די פראסעקיוטער האט געזאגט אז זיי לאזן אפן די מעגליכקייט צו אנקלאגן ארטיגע סקול באאמטע, וועלכע האבן פארזעהן קלארע ראיות אז דער סטודענט פלאנט א שיסעריי, און וואלטן עס שטארק מעגליך געקענט פארמיידן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

היכי תמצא האט געשריבן:שכ'ח פאר די פראפעסיאנעלע נייעס באריכטן.

איך האב ספעציעל הנאה אז דו ענטפערסט נישט אויף קאמענטארן. דאס פארמיידט דעבאטעס, און דו האנדלסט עס זייער גוט.

שכח הרב היכי!

זמן אידישליך לחוד וזמן פאליטיק לחוד...
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די ווייסע הויז האט געמאלדן א דיפלאמאטישע בויקאט אויף די בענדזשינג אלימפיק שפילן, אין ליכט פון די אנגייענדע כינעזע מענטשן רעכטן פארלעצונגן.

כינע האט געסטראשעט מיט נקמה.

(דאס מיינט אז קיין שום אמעריקאנע דיפלאמאט וועט זיך נישט באטייליגן דארט און רעפרעזענטירן אמעריקע, אבער אין אלגעמיין מעגן אמעריקאנע בירגער אנטייל נעמען אין די שפילן)
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך ווענגלייך »

שכח אידישליך, כבין זיך מחי׳.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די יוסטיץ דעפארטמענט האט אנגעקלאגט טעקסאס איבער די פרישע רעפאבליקאנע עפראָווטע רידיסטרקטינג מאפעס, צוליב וואס עס אנערקענט נישט די וואוקס פון די לאטינא פאפולאציע און עס איז קעגן די 'שטימען רעכטן אקט'.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

ווענגלייך האט געשריבן:שכח אידישליך, כבין זיך מחי׳.

א דאנק!
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:פרעזידענט ביידען וועט אפהאלטן א ווידעא געשפרעך מיט פוטין קומענדיגע דינסטאג צו דיסקוסירן די אנגעצויגענע סיטואציע צווישן רוסלאנד און אוקריינע.

די וואשינגטאן פאוסט באריכטעט אז פוטין איז ערווארטעט צו פארלאנגען פון ביידען א צוזאג אז נאטא וועט קיינמאל נישט ארייננעמען אוקריינע, אז נישט וועט רוסלאנד מעגליך אטאקירן איר שכן.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך נארמאליזעם »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:שכח הרב היכי!

זמן אידישליך לחוד וזמן פאליטיק לחוד...

:grin: :grin: :grin:
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די ביידען אדמיניסטראציע האט ארויסגעגעבן אן ערשטמאליגע סטראטעגיע וויאזוי צו באקעמפען קארופציע.

זעהט דא.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אין א פרישע מעמא אריינגעגעבן געווארן צו די יאנואר 6 קאמיטע, באשולדיגט א געוועזענער הויעכראנגיגער מיטגליד אין די די. סי. נעשאנעל גארד, אז די גענעראלן האבן ליגענט געזאגט פאר קאנגרעס צו באשיצן א הויעכראנגיגער מיליטערישע באאמטער וועלכע האט דירעקט אפגעהאלטן די מיליטער'ס רעאקציע יענעם טאג.

IMG_20211206_153708_234.jpg
IMG_20211206_153708_234.jpg (41.43 KiB) געזען 890 מאל

לעצטע בלאט פון די מעמא:
IMG_20211206_153802_954.jpg
IMG_20211206_153802_954.jpg (102.05 KiB) געזען 890 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
אין א סטעיטמענט מעלדט CNN אז זיי האבן פולקאם אפגעזאגט קריס קאומאו, צוליב די ראלע וואס ער האט געהאט אין זיין ברודער'ס סקאנדאל.

קריס קאומאו האט זיך אפגעזאגט פון זיין ראדיאו שאו.

דאס קומט נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז אייניגע טעג בעפארן אפגעזאגט ווערן דורך CNN צוליבן העלפן זיין ברודער דער געוועזענער גאווערנער אין זיין סקאנדאל, זענען ארויפגעשווימען קעגן קריס קאומא אליינס ענליכע באשולדיגונגען.

IMG_20211206_154938_737.jpg
IMG_20211206_154938_737.jpg (61.79 KiB) געזען 1000 מאל
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6526
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך גיי פארשטיי »

היכי תמצא האט געשריבן:שכ'ח פאר די פראפעסיאנעלע נייעס באריכטן.

איך האב ספעציעל הנאה אז דו ענטפערסט נישט אויף קאמענטארן. דאס פארמיידט דעבאטעס, און דו האנדלסט עס זייער גוט.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:וויצע פרעזידענט העריס'ס טשיף ווארטזאגער, סאמאון סענדערס, וועט פארלאזן איר פאזיציע ענדע יאר. דאס קומט קוים א חודש נאך וואס די וויצע פרעזידענט'ס קאמיוניקאציע דירעקטאר האט אויך געמאלדן אז זי וועט פארלאזן איר פאזיציע אין דעצעמבער.

נאך צוויי הויכע געהילפן צו וויצע פרעזידענט העריס האבן געמאלדן אז זיי וועלן פארלאזן זייערע פאזיציעס.

די וואשינגטאן פאוסט האט אויסגעפרעגט 18 געוועזענע און יעצטיגע ארבייטער ביי וויצע פרעזידענט העריס, וועלכע האבן אראפגעמאלן א גאר שווארצע בילד פון די סיטואציע דארט און פון איר אויפירונג צו אירע ארבייטער און געהילפן, וואס צוליב דעם פארלאזן אזויפיל ארבייטער דאס ארט.

צווישן אנדערע האט איינער געזאגט:
With Kamala you have to put up with a constant amount of soul-destroying criticism and also her own lack of confidence. So you’re constantly sort of propping up a bully and it’s not really clear why.”
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן דעווין נאנעס, דער הויפט רעפאבליקאנער אויפן שפיאנאזש קאמיטעט, וועט פארלאזן קאנגרעס צו גיין דינען אלס CEO פון טראמפ'ס נייע מידיע קאמפאני.

אין אנדערע נייעס איז היינט געמאלדן געווארן אז די SPAC וועלכע פלאנט זיך צוזאמצושטעלן מיט טראמפ'ס סאציאלע פלאטפארמע ווערט אויסגעפארשט דורך פעדעראלע רעגולאטארן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

3 פון די 17 אמעריקאנע בירגער פון א קריסטליכע גרופע וועלכע זענען פארכאפט געווארן דורך א גענג אין האיטי אין אקטאבער, זענען באפרייט געווארן, דאס איז אין צוגאב צו 2 וועלכע זענען באפרייט געווארן פארגאנגענע מאנאט.

די גרופע וועלכע האט דאס געמאלדן אין א סטעיטמענט, האט נישט אנגעגעבן מער דעטאלן וויאזוי די באפרייאונג איז צוגעגאנגען, און צו אויסלייז געלט איז באצאלט געווארן. די סטעיט דעפארטמענט האט באשטעטיגט די באריכט, אבער האט זיך אפגעזאגט פון געבן מער דעטאלן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

איינע פון די ערפינדער פון די עסטרע-זענקע קאוויד וואקסין האט געווארענט אז א קומענדיגע וויירוס קען זיין אסאך ערגער און טויטליכער ווי די יעצטיגע קאוויד פאנדעמיק, זאגענדיג אז מען דארף באצייטענס אויספירן די נויטיגע ריסערטש און שטודיעס צו זיין גרייט אויף נאך אן אלוועלטליכע מעדעצינישע קריזיס רח"ל.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

CNN באריכטעט אז דער טשיף אוו סטעף פון געוועזענע וויצע פרעזידענט מייק פענס, מארק שארט, ארבייט מיט מיט די יאנואר 6 קאמיטע, און זיי האבן אים געשיקט א סובפינע עטליכע וואכן צוריק.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אינדיע און רוסלאנד האבן פארשטערקערט זייערע מיליטערישע פארבינדונגען, ווען פוטין האט היינט געמאלדן ביי א באזוך אין אינדיע א דיעל אין וועלכע רוסלאנד וועט פארקויפן פאר אינדיע א מיסל דעפענס סיסטעם פאר 5.4 ביליאן דאלער, טראץ די ריזיקע פון סאנקציעס אויף אינדיע פון אמעריקע און אירע אליאירטע.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

גיי פארשטיי האט געשריבן:

א דאנק!
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

באריכטן געבן אן אז וואס שיינט צו זיין א גאר פונקטליכע אטאקע אויף איינריכטונגען סטאנציאנירט אין לאטאקיע פּאָרט אין סיריע, האבן די איזראעלי לופט כוחות צושטערט שיפמענטס פון סאפיסטיקירטע איראנער וואפן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

פרעזידענט ביידענ'ס קאמיסיע איבערן סופרים קאורט וועט מארגן שטימען אויף אירע ענדגילטיגע באשלוסן און רעקאמענדאציעס איבער די פארשידענע טוישונגען אין די געריכט סיסטעם וואס זענען פארגעשלאגן געווארן.

---

די באריכט וואס זיי האבן שוין פובליצירט פון פאראויס איז זייער א פארעווע, און וועט ווארשיינליך פארדינען קריטיק פון ביידע זייטן, צוליב וואס עס נעמט נישט קיין קלארע שטעלונג אין די הויפט קאנטערווערסיאלע טעמעס איבער וואס זי איז מלכתחילה אוועקגעשטעלט געווארן.

די קאמיסיע נעמט נישט קיין שטעלונג איבער אויסברייטערן די צאל ריכטער אויפן געריכט, אבער שליסט דאך נישט אויס אז קאנגרעס האט די לעגאלע מאכט עס צו טון.

איבער איינשטעלן טערמין לימיטס פאר ריכטער קלערן זיי אז עס פארלאנגט זיך צוצולייגן אן אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע עס אדורכצופירן, און שטעלן פאר פראקטישע שוועריקייטן וואס עס וועט ברענגן מיט זיך, ווי צום ביישפיל אז עס וועט אויסקומען אז א טייל ריכטער זענען נאר אויפן געריכט פאר א באשטימטע צייט אפשניט ווען זייערע קאלעגעס, די אמטירנדע ריכטער, זענען דארט פארן גאנצן לעבן, אבער זיי שטעלן אויך פאר די בענעפיטן דערפון.

די באריכט נעמט אבער יא שטעלונגען איבער אנדערע ווייניגער קאנטערווערסיאלע טעמעס, און שלאגט שטארק פאר מען זאל אוועקשטעלן כאטש א פארגעשלאגענע "קאוד אוו עטיקס" צו וואס ריכטער וועלן זיין געבינדן, און שלאגט אויך פאר פארשידענע טוישונגען אין וויאזוי די געריכט באהאנדלט עמערדזשענסי פארלאנגען, און אז רעקארדירונגען פון געריכט זאלן ווערן באפרייט פאר די פאבליק.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ש'כח פאר דיינע הערליכע קלארע דעטאלירטע באריכטן.

קורץ און שארף וואס מאכט עס גאר אנגענעם צו לעזן.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך פון אמעריקע »

עירוב תבשילין האט געשריבן:ש'כח פאר דיינע הערליכע קלארע דעטאלירטע באריכטן.

קורץ און שארף וואס מאכט עס גאר אנגענעם צו לעזן.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”