נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש ,אחראי ,געלעגער
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 8:15 pm
ברעיקינג: די אקאונט פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ איז צוריק אויף טוויטער.
IMG_20221119_201444_300.jpg (74.26 KiB) געזען 11771 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 10:53 am
א מאסן שיסעריי איז פארגעקומען אין א פארברענג ארט אין קאלאראדא, ווייניגסטנס 5 זענען אומגעקומען און נאך 18 זענען פארוואונדעט געווארן.
פאליציי אין א פרעסע קאנפערענץ האבן געזאגט אז זיי האבן אידענטיפיצירט דעם 22 יעריגן שיסער, און געפונען 2 ביקסן אויפן סצענע.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 1:20 pm
נאכן מעלדן אז זיי סוספענדירן זייערע אקטיוויטעטן אויף טוויטער, האט CBS געמאלדן אז זיי קומען צוריק און וועלן פארזעצן צו נאכקוקן די סיטואציע.
IMG_20221120_131937_001.jpg (234.02 KiB) געזען 10609 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 2:04 pm
דער 46'סטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, דזשאו ביידען, סעלעברירט היינט זיין 80'סטע געבורטסטאג.
דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס אן אמעריקאנער פרעזידענט דערגרייכט דעם עלטער זייענדיג אין אפיס.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 3:48 pm
א ריכטער האט געאורטיילט אז געוועזענע ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר דזשען פסאקי דארף זיך צושטעלן צו א סובפינע און קומען אויפטרעטן אין די אנקלאגע פון די אטורני דזשענעראלס פון מיזורי און לואיזיאנא וועלכע באשולדיגט אז די ביידען אדמיניסטראציע האט געארבעט צו צענזורירן קאנסערוואטיוון אויף סאציאלע מידיע.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » זונטאג נאוועמבער 20, 2022 6:16 pm
א שטורעם איז אנטשטאנען נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז אנדערש ווי פארשפראכן, האט קאטאר פארבאטן געקאכטע כשר'ע עסן און פובליק תפילות פאר אידישע שפילער און באטייליגער ביי די 'ווארלד קאפ' פארמעסטן וואס ווערט דארט אפגעהאלטן.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 1:24 am
רעפפער קאניעי וועסט אין א פרישע ווידעא זאגט אז ער פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2024.
וועסט איז שוין געלאפן אין 2020 פאר פרעזידענט, אבער האט זיך דערמאנט צו שפעט און איז נאר אנגעקומען אויף די בעלאט אין 12 שטאטן, און ערהאלטן 70,000 שטימען אלעס צוזאמען.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 10:26 am
ווייניגסטנס 60 זענען אומגעקומען און נאך הונדערטער זענען פארוואונדעט געווארן ווען א 5.6 ערדציטערניש האט באטראפן די מערב דזשאווא פראווינץ אין אינדאנעזיע.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 10:31 am
קורדישע קרעפטן האבן אריינגעשאסן ראקעטן אין טערקיי, פון וועלכע 3 מענטשן זענען אומגעקומען.
דאס קומט נאך וואס טערקיי האט אין די לעצטערע טעג דורכגעפירט לופט אטאקעס קעגן קורדישע צילן אין סיריע און איראק, זאגנדיג אז זיי צילן די פאראנטווארטליכע אין די טויטליכע
איסטאנבול באמבע עטליכע טעג צוריק.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 11:24 am
אין א פרישע באריכט זאגט CBS אז זיי האבן דורכגעפירט זעלבסטשטענדיגע איבערזיכטן, און גערעדט דירעקט מיט דער וואס האט איבערגעגעבן די לעפטאפ פון האנטער ביידען צו די FBI, און עס צייגט אז די לעפטאפ איז עכט און איז טאקע פון האנטער ביידען.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 11:25 am
רעפובליקאנער קאנגרעס פירער קעווין מקארטי זאגט אז ער וועט אראפשטעלן דעמאקראטישע קאנגרעספרוי אילאן אומאר, קאנגרעסמאן עדעם שיף און עריק סוואלוואל פון זייערע קאמיטע פאזיציעס ווען ער ווערט קאנגרעס ספיקער.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 12:59 pm
סאודיע אראביע האט קאטעגאריש אפגעלייקנט באריכטן אז זיי דיסקוסירן מיט אנדערע OPEC מיטגלידער די מעגליכקייט צו העכערן די אויל פראדוקציע מיט 500,000 פעסלעך א טאג.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 1:09 pm
פרעזידענט ביידען האט באשטעטיגט אן עמערדזשענסי דעקלעראציע פאר ניו יארק, אין ליכט פון די מאסיווע שניי שטורעם וועלכע האט באטראפן טיילן פון די שטאט.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 1:16 pm
אילאן מאסק האט צוריקגעשטעלט די פערזענליכע אקאונט פון רעפובליקאנע קאנגרעספרוי מארדזשערי טעילאר גרין וועלכע איז אפגעשפארט געווארן צוליב מיסאינפארמאציע.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 3:03 pm
איינער איז אומגעקומען און 16 זענען פארוואונדעט געווארן ווען א קאר האט אריינגעקראכט אין אן 'עפל' געשעפט אין מאסאטשוסעטס.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 5:40 pm
א בלומבערג באריכט גיבט אן אז פעדעראלע פראקורארן פון מאנהעטן פארשן שוין די קריפטא קאמפאני FTX פאר לאנגע מאנאטן איידער די צוזאמפאל פארגאנגענע וואך.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 10:05 pm
באריכטן אז די AP האט אפגעזאגט דעם זשורנאליסט, דזשעימס לעפארטע, וועלכער האט געברענגט די באריכט אז די מיסיל וועלכע האט געלאנדעט אין פוילן איז געווען א מיסיל פון רוסלאנד, פון וועלכע די AP האט שפעטער געדארפט צוריקציען.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 10:41 pm
א קאמפיין פינאנץ טשיף פון די האוקול קאמפיין האט זיך אין א בריוו אויפגעטון אז גאווערנער האוקול'ס קאמפיין האט אויפגעטריבן א רעקארד-ברעכענדע $60 מיליאן דאלאר אין די פארלאפענע גאר נאנטע גאווערנער פארמעסט קעגן דער רעפובליקאנער לי זעלדין.
דאס מיינט אז האוקול האט אויפגעטריבן, און ווארשיינליך אויסגעגעבן, נאנט צו $20 פאר יעדע פון די 3 מיליאן שטימען וואס זי האט באקומען.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 9:34 am
ביי א זיצונג נעכטן אין טוויטער האט אילאן מאסק געמאלדן אז ער איז געענדיגט מיטן אפזאגן ארבעטער, נאכן פארבלייבן מיט ארום 2,700 פון די ארגינעלע 7,500 טוויטער ארבעטער, און טוויטער וועט צוריק אנהייבן אויפנעמען נייע ארבעטער, מערסטנס אין די אינדזשענירונג און סעילס אפטיילונגען.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 9:55 am
נאך די מיסיל וועלכע האט געלאנדעט אין פוילן, האט א רוסישער לץ אנגערופן דער פוילישער פרעזידענט דודא, און געשפילט כאילו ער איז דער פראנצויזישער פרעזידענט מאקראן, און גערעדט מיט דודא פאר 7 און א האלב מינוט.
טייל פון די געשפרעך
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 10:37 am
אמעריקע האט געמאלדן פרישע 4.5 ביליאן דאלער אין דירעקטע הילף פאר די אוקריינישע רעגירונג בודזשעט.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 10:53 am
צוויי קאונטיס אין אריזאנע האט געשטימט צו אפשטופן דאס סערטיפייען זייערע וואלן רעזולטאטן ביז די נאוועמבער 28 דעדליין, אלס פראטעסט צו די פראבלעמען וועלכע האבן זיך אפגעשפילט אין מאריקאופע קאונטי.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 10:54 am
די טויט צאל פון די ערדציטערניש וועלכע האט באטראפן אינדאנעזיע איז געשטיגן צו 268 מיט נאך ארום 1000 פארוואונדעטע, און 151 מענטשן וואס פעלן נאך.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:02 am
אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר לואיד אויסטין האט זיך געטראפן מיטן כינעזער פארטיידיגונגס מיניסטער אין קאמבאדיע. דאס קומט אין די צייט וואס די אנגעצויגענע באציאונגען צווישן אמעריקע און כינע זינט פעלאסיס באזוך אין טייוואן, גייט צום בעסערונג.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:12 am
ענגלאנד האט געמאלדן א ברייטע אויספארשונג איבער די אויסשליסליכע דאמינאנץ וואס עפל און גוגל פארמאגן אויף די מאביל בראוזער אינדוסטריע.