נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש ,אחראי ,געלעגער
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:15 pm
אידישליך האט געשריבן: אמעריקע האט ארויפגעשטעלט פרישע סאנקציעס אויף 6 קארעאנער און איין רוסישער בירגער, און אויף א רוסישע פירמע, צוליבן צושטעלן מאטריאל פון רוסלאנד און כינע פאר די צפון קארעא וואפן פראגראם, אין ליכט פון די 6 מיסילס וואס זיי האבן שוין ארויסגעשאסן זינט סעפטעמבער.
כינע און רוסלאנד האבן היינט אפגעהאלטן אן אמעריקאנער פארשלאג צו ארויפשטעלן UN סאנקציעס אויף 5 צפון קארעאנער בירגער, וואס וואלט זיי פארבאטן צו רייזען און האנדלען גלאבאל. דאס קומט א טאג נאך וואס צפון קארעא האט געמאלדן אז אז זי וועט ווייטער פאראויס גיין מיט טעסטס אויף נוקלעארע וואפן און לאנג שטרעקיגע מיסילס.
אמעריקע האט עטליכע טעג צוריק ארויפגעלייגט אייגענע סאנקציעס אויף די 5 און נאך איין צפון קארעאנער.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:24 pm
א ניו יארקער קאנגרעסמאן, דזשאמאל באומאן, איז ארעסטירט געווארן היינט אינאיינעם מיט נאך 20 אקטיוויסטן, ביי א וואלן רעכטן פראטעסט ביי די קעפיטאל געביידע.
IMG_20220120_162354_248.jpg (29.64 KiB) געזען 2463 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:29 pm
די ניינטע סירקוט אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז 2 קאונטיס אין קאליפארניע האבן פארלעצט די צווייטע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע, ווען זיי האבן דורכאויס קאוויד געהייסן וואפן און אמוניציע געשעפטן זיין פארשפארט צוליב וואס עס איז נישט 'עסענטשעל'.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:48 pm
טראמפ היינט אין אן אינטערוויו פאר שאן הענעטי פון פאקס נייעס, האט געענטפערט ביים ווערן געפרעגט אויב ער וועט לויפן אין 2024: "כ'מיין דו וועסט זיין פרייליך, אבער מיר וועלן דיר לאזן וויסן ביי א שפעטערע דאטום".
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:53 pm
די אינטערנעט ארבעט נישט איבער גאנץ תימן נאך א לופט אטאקע פון דער סאודיש געפירטער קאאליציע אויף א טעלעקאמוניקאציע געביידע אין די פארט שטאט אל-הודיידה.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:53 pm
פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק האבן אנגעקלאגט פיר בעלארוסישע באאמטע אויף קאנספיראציע צו באגיין פארכאפונג אויף די רייענעיר פליגער וואס איז אראפגעצוואונגען געווארן לעצטע יאר העכער בעלארוס.
IMG_20220120_235318_803.jpg (280.86 KiB) געזען 2178 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:59 pm
ניו יארקער גאווערנער האוקול האט געזאגט אז זי וועט אריינשיקן די סטעיט פאליציי קיין ניו יארק סיטי, ארויס צו העלפן די לעצטיגע פלייץ פון וואפן, נאך וואס מעיאר עריק עדעמס האט געבעטן הילף.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:43 am
געוועזענער פרעזידענט טראמפ לייקענט שארף אפ די באריכטן אז ער קומט זיך נישט אויס מיט פלארידע גאווארנער ראן דיסענטיס, און זאגט אז עס איז "פעיק ניוז".
ווידעא
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:59 am
אייסיס טעראריסטן האבן זיך איינגעבראכן און אומגעברענגט 11 איראקער זעלנער אין זייער שלאף אין א מיליטערישע באראק אין א באזע צפון פון באגדאד.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » פרייטאג יאנואר 21, 2022 9:47 am
סעקרעטערי אוו סטעיט, ענטאני בלינקען, האט זיך היינט געטראפן מיטן רוסישן אויסערן מיניסטער אין דזשעניווע.
בלינקען האט געזאגט אז אמעריקע וועט געבן פאר רוסלאנד א געשריבענע ענטפער קומענדיגע וואך אויף זייערע פארלאנגען און פארשלאגן, און האט קלארגעשטעלט אז אמעריקע וועט ענטפערן גאר שארף אויף רוסישע אגרעסיעס.
דער רוסישער אויסערן מיניסטער האט געזאגט אז רוסלאנד פלאנירט נישט צו אינוואדירן אוקריינע, און זיי האבן קיינמאל נישט געסטראשעט די אוקריינע בירגער.
IMG_20220121_094659_850.jpg (109.49 KiB) געזען 1892 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » פרייטאג יאנואר 21, 2022 10:30 am
סקאט ווינער, א סטעיט סענעטאר פון קאליפארניע, האט פארגעשלאגן א ביל וואס וועט ערלויבן קינדער פון 12 און עלטער צו ווערן וואקסינירט אן רשות פון די עלטערן, דאס איז די יונגסטע יארגאנג פון אלע סטעיטס.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » פרייטאג יאנואר 21, 2022 12:29 pm
א פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס האט צייטווייליג אפגעשטעלט די ביידען אדמיניסטראציע וואקסין מאנדאט אויף פעדעראלע ארבעטער איבער'ן גאנצן לאנד.
IMG_20220121_122906_923.jpg (93.27 KiB) געזען 1594 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » פרייטאג יאנואר 21, 2022 1:46 pm
די CDC זאגט אז פרישע דאטא פון 3 שטודיעס צייגן אז א באָסטער שאט פון פייזער און מאדערנע זענען גאר אפעקטיוו און פארמיידן אזויפיל ווי 90% האספיטאליזאציעס פון די אמיקראן וואריאנט.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:18 pm
פאליטיקאו באריכטעט אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט אנגעגרייט א דרעפט עקזעקיוטיוו ארדער סוף 2020, וואס וואלט באפוילן צו קאנפיסקירן אלע וואלן מאשינען וואס זענען געניצט געווארן ביי די פרעזידענטליכע וואלן, און וואלט געגעבן 60 טעג פאר דעם פארטיידיגונגס סעקרעטאר צו אהערשטעלן א באריכט איבער די פארלאפענע וואלן.
IMG_20220121_141714_480.jpg (245.51 KiB) געזען 1443 מאל
IMG_20220121_141716_379.jpg (184.97 KiB) געזען 1443 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » פרייטאג יאנואר 21, 2022 2:28 pm
איינס האט געשריבן: דראמאטישע משכונות סיטואציע אין טעקסאס האלט געשפאנט דאס לאנד - פרידליכע אויסגאנג - אידישליך ווער האט פארראטן אננא פראנק? - איז די מיסטעריע ענדליך געלעזט געווארן? - אידישליך
זעהט די צוויי ארטיקלען אינעם
שרייבער אויסגאבע
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 6:36 pm
ענגלאנד זאגט אז זיי האבן אינפארמאציע וואס צייגט אז רוסלאנד וויל איינשטעלן א פרא-רוסישער פירערשאפט אין אוקריינע.
IMG_20220122_183436_265.jpg (135.82 KiB) געזען 1279 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 6:49 pm
איין ניו יארקער פאליציאנט איז אומגעקומען, און א צווייטער איז פארוואונדעט געווארן, ווען זיי זענען אטאקירט געווארן אין אן אפארטמענט אין הארלעם, אין די צייט וואס זיי האבן געענטפערט א רוף איבער א דאמעסטישע אינצידענט.
א דריטער פאליציאנט האט געשאסן און פארוואונדעט דעם מערדער.
מעיאר עדעמס האט פארארדענט אראפ צו נידערן די פענער אין די סיטי צו האלב אין ליכט פון די טויטליכע שיסעריי.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 6:58 pm
באריכטן געבן אן אז די סטעיט דעפארטמענט האט פארארדענט די פאמיליעס פון אמעריקאנער אמבאסאדע איינגעשטעלטע אין אוקריינע צו אנהייבן עוואקואירן דאס פלאץ אנגעהויבן מאנטאג. אזוי אויך ווערט באריכטעט אז די סטעיט דעפארטמענט וועט קומענדיגע וואך ארויסלייגן א מעלדונג פאר אמעריקאנער בירגער וועלכע געפינען זיך דארט, אז זיי זאלן אנהייבן אהיים קומען מיט קאמערציאלע פליגערס.
לעצט פארראכטן דורך
אידישליך אום מוצ"ש יאנואר 22, 2022 7:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 7:09 pm
די FBI האט געמאלדן אז די
'געבי פעטיטא' קעיס איז אפיציעל געשלאסן נאך וואס זיי האבן אויפגעדעקט שריפטן וואס ברייען לאנדרי האט איבערגעלאזט נאך זיך וועלכע צייגן קלאר אז ער איז געווען פאראנטווארטליך פאר די טויט פון געבי פעטיטא.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:30 pm
א מיניווען האט אויפגעריסן אין אפגאניסטאן, אומברענגנדיג 6 מענטשן, און פארוואונדעט נאך 9.
די אורזאך פון די אויפרייס איז דערווייל אומבאקאנט.
IMG_20220122_233004_985.jpg (55.22 KiB) געזען 1002 מאל
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:46 pm
נאך געשלעגן אינעם ארטיגן קאנגרעס איבער ווער עס זאל דינען אלס פרעזידענט פון די געזעץ הויז, האט די אמעריקאנער אמבאסאדע אין האנדוראס גערופן צו ארטיגע פאליטיקאנטן צו זיין איינגעהאלטן. פרעזידענט עלעקט קאסטרא האט געשלאסן אן אפמאך מיט די 'סאלוואדאר' פארטיי אז זיי וועלן איר שטיצן פאר פרעזידענט בתנאי אז איר פארטיי וועט נישט ארויסשטעלן א קאנדידאט פאר פירער פון קאנגרעס, נאר עס לאזן פאר זיי. למעשה האט די קעגנערישע 'נאציאנאלע פארטיי' מיט 18 מיטגלידער פון איר 'ליבערטי און ריפאנדעישן' פארטיי זיך צוזאמגעשטעלט און יא ערוועלט איינעם פאר פרעזידענט פון קאנגרעס פון די ליבערטי פארטיי, ברעכענדיט קאסטרא'ס אפמאך.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:57 pm
קעי-יואכים שונבאך, דער וויצע אדמיראל פון די דייטשע נעיווי האט רעזיגנירט נאך וואס זיינע ווערטער האבן פאראורזאכט א דיפלאמאטישע אנגעצויגנקייט צווישן דייטשלאנד און אוקריינע. דורכאויס א רייזע קיין אינדיע האט ער זיך אויסגעדרוקט אז רוסלאנד וועט קיינמאל נישט צוריקגעבן די קרימיע האלב-אינזל פאר אוקריינע. אויך האט ער געזאגט ער האלט אז פוטין וויל נאר אז די מערב וועלט זאל אים אפגעבן מינימאלע רעספעקט, און מ'זאל אים עס געבן ווייל מען וועט דארפן צוקומען צו רוסלאנד אין די געשפרעכן קעגן כינע.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » זונטאג יאנואר 23, 2022 12:11 am
פראנקרייך, דייטשלאנד, אוקריינע און רוסלאנד וועלן אפהאלטן א סעריע געשפרעכן איבער די אנגייענדע סיטואַציע צווישן רוסלאנד און אוקריינע, די זיצונגען וועלן פארקומען אין פאריז אום יאנואר 25-26.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:04 am
ניו זילאנד פרעמיער מיניסטערין, דזשעסינדע ארדערן, האט אפגעשטופט איר חתונה צו א שפעטערדיגן אומבאוואוסטן דאטום, נאך וואס זי האט פראקלאמירט פרישע צוימונגען איבערן לאנד צוליב די אָמיקראן אויפשטייג אין לאנד.
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am
תגובה
דורך אידישליך » זונטאג יאנואר 23, 2022 2:27 am
די דעמאקראטישע פארטיי עקזעקיוטיוו בארד אין אריזאנע האט געמאלדן אז זיי האבן פארמאל פארדאמט (censured) דעמאקראטישע סענעטאר סינעמע, צוליב וואס זי האט געשטימט קעגן די פיליבאסטער רול טויש, און מיט דעם געשטערט די דעמאקראטישע וואלן לעגיסלאציעס פון דורכגיין.