@אידישליך: נייעסן און באריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 4:29 pm

געוואלדיג, יישר כח פארן אויסקלארן און פאר די נייעס באריכטן

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 4:36 pm

זונטאג האט די ניינטע סירקוט אפעלאט געריכט צייטווייליג בלאקירט די סאן דיעגא יוניפייד סקול דיסטריקט'ס וואקסין מאנדאט, בלויז איין טאג פאר עס האט געזאלט אריינגיין אין אפעקט.

די אינדזשאנקשין איז דערווייל אין אפעקט בלויז ווילאנג די סקול האט אן עקזעמפשן פאר סטודענטן אין אנדערע אומשטענדן, אבער נישט קיין עקזעמפשן פאר רעליגיעזע אורזאכן. די סקול דיסטריקט לויער זאגט אז די שולע וועט אראפנעמען די מעגליכקייט פאר אן עקזעמפשן פאר סטודענטן אין אנדערע אומשטענדן, און די אינדזשאנקשין וועט שנעל אראפגענומען ווערן.
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 4:46 pm

אויטאריטעטן אין בראזיל האבן באשטעטיגט 2 פעלער פון די פרישע אָמיקראן וואריאנט, די ערשטע פעלער און לאטיין אמעריקע.
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 4:48 pm

קאנאדע האט געמאלדן אז אנגעהויבן היינט, וועט יעדער פון 12 יאר און העכער מוזן צייגן וואקסינאציע באווייז צו קענען רייזן אויף א פליגער אדער באן פון אדער אין קאנאדע, און א נעגאטיווע קאוויד טעסט וועט מער נישט העלפן אלס אן אלטערנאטיוו.
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 5:51 pm

רויטערס באריכטעט אז א ריכטער אין לוזיאנע האט בלאקירט ביידענ'ס וואקסין מאנדאט אויף העלט קעיר ארבייטער אין גאנץ אמעריקע.

IMG_20211130_175034_612.jpg
IMG_20211130_175034_612.jpg (43.95 KiB) געזעהן 4714 מאל
לעצט פאראכטן דורך אידישליך פאליטיק אום דינסטאג נובעמבער 30, 2021 6:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 13421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 5:56 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:טוויטער אין א בלאג פאוסט האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט ערלויבן צו פאוסטן בילדער און ווידעאוס פון פריוואטע מענטשן אן זייער רשות.


איימעניט אפשר האב איך נישט גוט פארשטאנען די נייעס, רעדט מען פון רשות פון דער וואס האט גענומען דעם בילד, אדער פון דעם פון וועם מען האט עס גענומען?

פון זייער בלאג פאוסט:
NEW: media of private individuals without the permission of the person(s) depicted.


דאס מיינט מען טאר נישט פאוסטן מידיע פון א פריוואטן אינדיווידועל אן רשות פון דעם וואס מען זעהט אויפן בילד.

וועלכע קארפן קאפ גייט באשליסן ווער ס'גייט אריין בגדר פריוואט? און וויפיל מענטשן גייען זיין באליידיגט אז מ'אנערקענט זיי נישט אלץ פובליק פיגורן? וויאזוי ווייסן זיי צי איך האב יא אדער נישט רשות? כ'דארף קומען מיט א צעטל? א פאבליק פיגור וואס גליטשט זיך אויס קען באשליסן זיך צו דערקלערן פריוואטע פיגור?

עפעס מאכט דא נישט קיין סענס, ס'איז דאך נישט ענפארסעבל
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

אוועטאר
אזוי זאג איך
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אזוי זאג איך » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 6:12 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:זעמיר דא, סובסקרייבד!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

אוועטאר
גדל
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך גדל » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 6:16 pm

יישר כח keep on !!!

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 6:30 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:דאקומענטן ארויסגעגעבן דורך די ניו יארק אטוירני דזשענעראל ווייזן אז CNN האוסט קריס קאומאו, א ברידער פון געוועזענער גאווארנער קאומא, האט גענוצט זיינע קוועלער אין די מידיע צו אידענטיפיצירן די וואס באקלאגן זיך אויף זיין ברודער, דאן דער גאווערנער, וועמענס אידענטיטעטן זענען געהאלטן געווארן געהיים ווי עס פירט זיך אין אזעלכע פעלער, דורכן שטיין אין פארבינדונג מיט איינס פון די גאווארנער'ס הויעכראנגיגע געהילפן און איבערגעבן וואס ער ווייסט.

אנהייב פון די קאומא סקאנדאל איז אויך געווען באריכטן אז קריס האט געהאלפן זיין ברודער'ס טיעם וויאזוי צו רעאגירן צו די באשולדיגונגען און דערנאך אויספארשונג, און האט אפילו געשריבן די סטעיטמענטס וואס דער גאווערנער'ס אפיס האט ארויסגעשטעלט, אבער ער האט עס דאן אפגעלייקנט.

די CNN שטאב האט געמאלדן אז זיי קוקן אריין אין די פרישע דאקומענטן, און וועלן האבן מער קלארקייט אין די קומענדיגע טעג.

ברעיקינג: CNN האט סוספענדירט קריס קאומאו אויף דערווייל, ביז א ברייטערע אויספארשונג וועט פארקומען, אין ליכט פון די פרישע דאקומענטן וואס צייגן אז ער איז געווען טיפער אריינגעמישט אין זיין ברודער, געוועזענע גאווערנער קאומאו'ס, סקאנדאל.

IMG_20211130_182819_696.jpg
IMG_20211130_182819_696.jpg (122.77 KiB) געזעהן 4677 מאל
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
eller
שר שמונת אלפים
תגובות: 8908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 6:34 pm

WOW I'm signing up!
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
---
לאמיר אינאיינעם מיט טויזענטער אידן די קומענדיגע 40 טעג דאנקן אונזער גוטער באשעפער דאנקן השי"ת

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 7:29 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:טוויטער אין א בלאג פאוסט האט געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט ערלויבן צו פאוסטן בילדער און ווידעאוס פון פריוואטע מענטשן אן זייער רשות.


וועלכע קארפן קאפ גייט באשליסן ווער ס'גייט אריין בגדר פריוואט? און וויפיל מענטשן גייען זיין באליידיגט אז מ'אנערקענט זיי נישט אלץ פובליק פיגורן? וויאזוי ווייסן זיי צי איך האב יא אדער נישט רשות? כ'דארף קומען מיט א צעטל? א פאבליק פיגור וואס גליטשט זיך אויס קען באשליסן זיך צו דערקלערן פריוואטע פיגור?

עפעס מאכט דא נישט קיין סענס, ס'איז דאך נישט ענפארסעבל


פון זייער בלאג פאוסט:
When private information or media has been shared on Twitter, we need a first-person report or a report from an authorized representative in order to make the determination that the image or video has been shared without their permission. Learn more about reporting on Twitter.

Sharing private media
When we are notified by individuals depicted, or by an authorized representative, that they did not consent to having their private image or video shared, we will remove it. This policy is not applicable to media featuring public figures or individuals when media and accompanying Tweet text are shared in the public interest or add value to public discourse.
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 8:19 pm

מים חיים האט געשריבן:געוואלדיג, יישר כח פארן אויסקלארן און פאר די נייעס באריכטן

ס'איז געבויעט אויף דעם פרישן געדאנק פון NFT

אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 9:22 pm

היכי תמצא האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:געוואלדיג, יישר כח פארן אויסקלארן און פאר די נייעס באריכטן

ס'איז געבויעט אויף דעם פרישן געדאנק פון NFT

:?: :?:

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 21661
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 9:24 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:דאקומענטן ארויסגעגעבן דורך די ניו יארק אטוירני דזשענעראל ווייזן אז CNN האוסט קריס קאומאו, א ברידער פון געוועזענער גאווארנער קאומא, האט גענוצט זיינע קוועלער אין די מידיע צו אידענטיפיצירן די וואס באקלאגן זיך אויף זיין ברודער, דאן דער גאווערנער, וועמענס אידענטיטעטן זענען געהאלטן געווארן געהיים ווי עס פירט זיך אין אזעלכע פעלער, דורכן שטיין אין פארבינדונג מיט איינס פון די גאווארנער'ס הויעכראנגיגע געהילפן און איבערגעבן וואס ער ווייסט.

אנהייב פון די קאומא סקאנדאל איז אויך געווען באריכטן אז קריס האט געהאלפן זיין ברודער'ס טיעם וויאזוי צו רעאגירן צו די באשולדיגונגען און דערנאך אויספארשונג, און האט אפילו געשריבן די סטעיטמענטס וואס דער גאווערנער'ס אפיס האט ארויסגעשטעלט, אבער ער האט עס דאן אפגעלייקנט.

די CNN שטאב האט געמאלדן אז זיי קוקן אריין אין די פרישע דאקומענטן, און וועלן האבן מער קלארקייט אין די קומענדיגע טעג.

ברעיקינג: CNN האט סוספענדירט קריס קאומאו אויף דערווייל, ביז א ברייטערע אויספארשונג וועט פארקומען, אין ליכט פון די פרישע דאקומענטן וואס צייגן אז ער איז געווען טיפער אריינגעמישט אין זיין ברודער, געוועזענע גאווערנער קאומאו'ס, סקאנדאל.

IMG_20211130_182819_696.jpg

WOW
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 11:04 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:א שיסעריי האט אויסגעבראכן אין אקספארד הויעך שולע ווען איינער האט געפענט פייער און געשאסן 4-6 סטודענטן, עס איז דערווייל נישט באריכטעט קיין פאטאליטעטן, און דער שיסער איז ארעסטירט געווארן.

אפדעיט: שעריף זאגט אז 3 זענען אומגעקומען און 6 פארוואונדעט.

עטליכע דעטאלן איבער די שיסעריי היינט אין א הויעך שולע אין מישיגען;

3 טויטע און 8 פארוואונדעטע.
איין 14 יעריגער איז קריטיש.
די פיסטאל גענוצט אינעם שיסעריי איז געקויפט געווארן 4 טאג צוריק דורכ'ן פאטער פונעם שיסער.
דער פארדעכטיגטער שיסער און זיין פאמיליע ארבייטן נישט מיט מיט די פאליציי און האבן אויפגענומען אדוואקאטן.
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 11:11 pm

די ביידען אדמיניסטראציע פלאנט ארויפצולייגן פרישע מאנדאטן אויף אלע מענטשן וואס קומען אריין אין די פאראייניגטע שטאטן, נישט קיין חילוק פון וואו, אדער צו מען איז וואקסינירט, אין ליכט פון די פרישע אָמיקראן וואריאנט.

צווישן אנדערע וועט מען זיך דארפן טעסטן איין טאג בעפאר מען קומט אן קיין אמעריקע, און ווי אויך וועט מען זיך מעגליך דארפן טעסטן צווישן 3 און 5 טעג נאכן אנקומען. די אדמיניסטראציע קוקט אויך אריין אין ארויפלייגן א 7 טאג'יגע קוואראנטין אויף אלע וואס קומען אריין, אריינגערעכנט אמעריקאנע בירגער, אפילו אויב מען האט געטעסט נעגאטיוו.

IMG_20211130_230923_699.jpg
IMG_20211130_230923_699.jpg (48.93 KiB) געזעהן 4395 מאל
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 13421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 11:38 pm

א דאנק אידישלעך!
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 11:41 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק אידישלעך!

א דאנק פארן דאנק! פאר דיר און אלע אנדערע אידן וועלכע האבן זיך באדאנקט און זיך געלאזט הערן! עס געבט חיזוק און מוט צו קענען ווייטער אנגיין.
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 13421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 11:43 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק אידישלעך!

א דאנק פארן דאנק! פאר דיר און אלע אנדערע אידן וועלכע האבן זיך באדאנקט און זיך געלאזט הערן! עס געבט חיזוק און מוט צו קענען ווייטער אנגיין.

געדענק נאר אז פאר יעדע דאנק וואס ווערט געזאגט זענען דא מינימום הונדערט אומגעזאגטע.

כאפ נאר א בליק וויפיל מאל די בילדער זענען געזען געווארן....
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

נעם אין אכט
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך נעם אין אכט » דינסטאג נובעמבער 30, 2021 11:56 pm

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:אין א פרישע בוך, געשריבן דורך א לאנגיעריגע געוועזענע CIA אפיציר, און פובליצירט דורך די CIA ריסערטש צענטער, ווערט צווישן אנדערע אויפגעדעקט אז געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט מער נישט באקומען קיין אינטעלידזשנס באריכטן נאך די יאנואר 6 אומרוען.

סאו ווער איז געווען פרעזידענט פון דעמאלטס…?

נאך מער, באקומען נישט אפי׳ די געוועזינע פרעזידענטן בריעפינגס?


א גרויסן שכח!!!

אוועטאר
פון אמעריקע
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך פון אמעריקע » מיטוואך דעצמבער 01, 2021 12:03 am

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק אידישלעך!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג

אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך ווענגלייך » מיטוואך דעצמבער 01, 2021 12:06 am

פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק אידישלעך!
יענעמס נאז איז גרינער…

א גולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3520
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך א גולם » מיטוואך דעצמבער 01, 2021 9:09 am

ווענגלייך האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק אידישלעך!

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובהדורך אידישליך פאליטיק » מיטוואך דעצמבער 01, 2021 11:30 am

די גארדיען באריכטעט אז אין די פרישע מעמואר וואס מארק מעדאוס, טראמפ'ס טשיף אוו סטעף, גרייט זיך צו ארויסגעבן דעקט ער אויף אז טראמפ האט געטעסט פאזאטיוו צו קאוויד 3 טאג בעפאר די ערשטע דעבאטע מיט ביידען, אבער מען האט עס נישט פובליצירט נאכדעם וואס א צווייטע טעסט איז יא צוריקגעקומען נעגאטיוו.

IMG_20211201_112819_499.jpg
IMG_20211201_112819_499.jpg (115.11 KiB) געזעהן 4098 מאל
איט איז וואט איט איז...

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אידישליך נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » מיטוואך דעצמבער 01, 2021 11:31 am

א גולם האט געשריבן:
ווענגלייך האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:א דאנק אידישלעך!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Like news, moshenies, אפענקייט, ואגדלה, זעלבע, יונער, יוסי26, יעקב פריינד, לפנות בוקר, עירמאנט'ער, צהלתו בפניו, שואלכענין, שמחה פריילעך, שתקן און 71 געסט