@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך שמייכל תמיד »

טענקס אידישליך
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6432
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:ברוכים הבאים צו אידישליך נייעס.

מיר עפענען אויף דעם אשכול, אידישליך נייעס, וואס דא וועלן מיר לייגן פארשידענע נייעס און באריכטן אויף א רעגלמעסיגע פארנעם, אז ווען איר האט אן איבריגע מינוט דורכצוגיין די נייעס, און ווילט נישט דורכזוכן די הונדערטער אשכולות וועלכע זענען צוזייט און צושפרייט, איז אט דא אייער ארט.

אונזער ציל איז נישט צו ברעכן קיין נייעס אדער דעקן אלעס, בלויז צו אפדעיטן רעגלמעסיג דעם ברייטן ציבור.

הערות, קאמענטארן, געדאנקן, זענען מער פון וועלקאם, און מיר האפן איר וועט הנאה האבן.

(א דאנק הרב פאלעקס!...)


ייש"כ הפלא ופלא!
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

ניו יארק סטעיט האט היינט באריכטעט 9,320 פרישע קאוויד פעלער, די גרעסטע שפרינג אין א טאג זינט פעברואר 10, און 45 קאוויד טויט פעלער.

גאווערנער האוקול האט אריינגעברענגט 60 מעדיצינישע טיעמס פון די נעשאנעל גארד צו ארויסהעלפן נירסינג היימען וועלכע מיטשענען זיך מיט ארבייטער אין ליכט פון די פרישע אויפשטייג.

אין אנדערע קאוויד נייעס:

דענמארק האט היינט באריכטעט פרישע 5,120 קאוויד פעלער, די העכסטע 24 שעה שפרינג אין זייער רעקארד. 87% פון זייער פאפולאציע זענען פולקאם וואקסינירט.

סאוט קאריע האט באריכטעט פרישע 5,266 קאוויד פעלער, די גרעסטע 24 שעה שפרינג אויף זייער רעקארד.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

וויצע פרעזידענט העריס'ס טשיף ווארטזאגער, סאמאון סענדערס, וועט פארלאזן איר פאזיציע ענדע יאר. דאס קומט קוים א חודש נאך וואס די וויצע פרעזידענט'ס קאמיוניקאציע דירעקטאר האט אויך געמאלדן אז זי וועט פארלאזן איר פאזיציע אין דעצעמבער.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די יאנואר 6 קאמיטע האט געשטימט צו האלטן געוועזענע יוסטיץ דעפארטמענט באאמטער אונטער טראמפ, דזשעפרי קלערק, אונטער קרימינאלע קאנטעמפט אוו קאנגרעס.

די קאמיטע האט געגעבן פאר קלערק נאך איין שאנס צו קומען צו א היערינג קומענדיגע שבת, און וועט אפהאלטן די פולע הויז אפשטימונג איבערן קרימינאלע קאנטעמפט ביז נאכדעם, נאך וואס קלערק האט געשיקט א פרישע בריוו אין וועלכע ער זאגט אז ער וויל אויסניצן זיין פינפטע אמענדמענט רעכט פון שווייגן.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך יקוש פייוויש »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:ניו יארק סטעיט האט היינט באריכטעט 9,320 פרישע קאוויד פעלער, די גרעסטע שפרינג אין א טאג זינט פעברואר 10, און 45 קאוויד טויט פעלער.

גאווערנער האוקול האט אריינגעברענגט 60 מעדיצינישע טיעמס פון די נעשאנעל גארד צו ארויסהעלפן נירסינג היימען וועלכע מיטשענען זיך מיט ארבייטער אין ליכט פון די פרישע אויפשטייג.
וואקסין מאנדאט
אין אנדערע קאוויד נייעס:

דענמארק האט היינט באריכטעט פרישע 5,120 קאוויד פעלער, די העכסטע 24 שעה שפרינג אין זייער רעקארד. 87% פון זייער פאפולאציע זענען פולקאם וואקסינירט.

סאוט קאריע האט באריכטעט פרישע 5,266 קאוויד פעלער, די גרעסטע 24 שעה שפרינג אויף זייער רעקארד.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:א גרופע רעפאבליקאנער סענאטארן סטראשענען מיט א רעגירונג שאטדאון אויב וועט מען נישט אנולירן די וואקסין מאנדאט אויף פריוואטע ביזנעסער.

מיטש מעקאנעל האט נעכטן פארשפראכן אז מען וועט נישט פירן צו א שאטדאון, אבער א גרופע רעפאבליקאנער אין שפיץ פון ראדזשער מארשעל פון קענזעס האבן אין א בריוו צו מעקאנעל געזאגט אז זיי וועלן נישט שטיצן, און וועלן טון אלעס צו שטערן, לעגיסלאציע וועלכע שטעלט צו פאנדן צו העלפן אדער ערמעגליכן די וואקסין מאנדאט.

קאנגרעס האט דערגרייכט א דיעל אויף א צייטווייליגע פאנדינג פלאן צו פארמיידן א גאווערמענט שאטדאון, אבער די ביל קען דורכפאלן אין סענאט, צוליב די רעפאבליקאנער וועלכע ווילן אפשטעלן די וואקסין מאנדאטן, און יעדע סענעטאר האט די מעגליכקייט צו שטערן די ביל עס זאל נישט קענען שנעל דורכגיין.

IMG_20211202_103455_284.jpg
IMG_20211202_103455_284.jpg (38.95 KiB) געזען 8253 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

דייטשלאנד האט היינט געמאלדן א נאציאנאלע לאקדאון אויף אומוואקסינירטע בירגער.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:יאפאן האט סוספענדירט אלע רעזערוואציעס פאר פרישע פליגער אריינצוקומען אין לאנד ביז ענדע דעצעמבער, אין ליכט פון די פרישע אָמיקראן וואריאנט.

יאפאן האט צוריקגעצויגן פון פארבאטן פרישע רעזערוואציעס, בלויז איין טאג נאכן עס מעלדן, נאכן אויסשטיין גרויסע קריטיק.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אמעריקע און מעקסיקא האבן געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט א דיעל צו צוריק אנהייבן די טראמפ 'רימעין אין מעקסיקא' פאליסי. דאס קומט נאכדעם וואס טעקסאס און מיזורי האבן געקלאגט די אדמיניסטראציע פארן עס אפשטעלן, און א פעדעראלע ריכטער האט געצווינגען די אדמיניסטראציע עס צוריק אנצוהייבן.

(דאס מיינט אז אימיגראנטן וועלכע זוכן אמעריקאנע שיץ און ווארטן אויף א געריכט אורטייל, דארפן פארבלייבן אין מעקסיקא ביז די אורטייל.)
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די יו.ען. הויפטקווארטיר אין מאנהעטן איז ארומגענומען מיט פאליציי נאך באריכטן איבער א מאן מיט א וואפן זיך ארומדרייען.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

צווייטע אָמיקראן פאל אין אמעריקע איז באשטעטיגט געווארן אין מינעסאטע, דער אנגעשטעקטער האט זיך לעצטענס צוריקגעקערט פון ניו יארק.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

א געוועזענע אוהייאו דעפיוטי איז געווארן אנגעקלאגט דורך א גרענד דזשורי מיט צוויי קלאגעס פון מארד און איינס אויף רעקלעס האמעסייד, נאכן דערשיסן צום טויט דעצעמבער 4 2020, אפריקאנער אמעריקאנער 23 יעריגער טשעיסי גודסאן, אין זיין דרייוועי, דורכאויס א זיכעריי אפעראציע וואס האט גארנישט געהאט מיט דעם געשאסענעם.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די יו.ען. הויפטקווארטיר אין מאנהעטן איז ארומגענומען מיט פאליציי נאך באריכטן איבער א מאן מיט א וואפן זיך ארומדרייען.

IMG_20211202_130856_865.jpg
IMG_20211202_130856_865.jpg (63.13 KiB) געזען 8090 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די גארדיען באריכטעט אז אין די פרישע מעמואר וואס מארק מעדאוס, טראמפ'ס טשיף אוו סטעף, גרייט זיך צו ארויסגעבן דעקט ער אויף אז טראמפ האט געטעסט פאזאטיוו צו קאוויד 3 טאג בעפאר די ערשטע דעבאטע מיט ביידען, אבער מען האט עס נישט פובליצירט נאכדעם וואס א צווייטע טעסט איז יא צוריקגעקומען נעגאטיוו.

מארק מעדאוס ריטוויט די סטעיטמענט פון טראמפ אין וועלכע ער לייקענט אפ די גארדיען באריכט.

אין אן אינטערוויו נעכטן מיט נויזמעקס ווען מעדאוס איז געפרעגט געווארן איבער דאס וואס טראמפ האט געזאגט אז די באריכט איז פאלטש, האט ער גענטפערט: 'דער פרעזידענט איז גערעכט, ס'איז טאקע פאלטשע נייעס'.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

טוויטער און פעיסבוק האבן געמאלדן אז זיי האבן פארמעקט טויזענטער אקאונטס וועלכע זענען געווען פארבינדן מיט א כינעזע פראפעגאנדע און אינפארמאציע קאמפיין.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

א שאקירנדע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין פלארידע, ווען א 57 יעריגער מאן האט גערופן 911 פארציילן אז ער האט פאטאל דערשאסן זיין ווייב און 2 עלטערע קינדער. ווען אויטאריטעטן זענען אנגעקומען האבן זיי אים געפונען ליגן אין זיין דרייוועי מיט די הענט אין די הייעך, אומבאוואפענט.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

העכסטע געריכט אין מדינת ישראל האט אפגעווארפן א פארלאנג פון רעכטע גרופעס צו אפהאלטן די צייטווייליגע ערלויבעניש וואס איז געגעבן געווארן פאר די שין בית צו נאכגיין מענטשן דורך זייערע פריוואטע טעלעפאן נומערן צו אפשטעלן די אָמיקראן וואריאנט.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די יו.ען. הויפטקווארטיר אין מאנהעטן איז ארומגענומען מיט פאליציי נאך באריכטן איבער א מאן מיט א וואפן זיך ארומדרייען.

דער מאן האט זיך אונטערגעגעבן און איז אונטער ארעסט.

IMG_20211202_140305_998.jpg
IMG_20211202_140305_998.jpg (130.6 KiB) געזען 7936 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

ביידען האט נארוואס ביי א פרעסע קאנפרענס געמאלדן די פרישע מאסנאמען וואס וועלן אונטער גענומען ווערן אין ליכט פון די פארשפרייטונג פון די אָמיקראן וואריאנט. דאס נעמט אריין די פאלגענדע 9 פונקטן:

IMG_20211202_141552_164.jpg
IMG_20211202_141552_164.jpg (52.4 KiB) געזען 7889 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די יו.ען. הויפטקווארטיר אין מאנהעטן איז ארומגענומען מיט פאליציי נאך באריכטן איבער א מאן מיט א וואפן זיך ארומדרייען.

דער מאן האט זיך אונטערגעגעבן און איז אונטער ארעסט.

ווידעא וויאזוי דער אינגערמאן ווערט אריינגעפירט אין אמבולאנס נאך וואס ער האט זיך אונטערגעגעבן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:העכסטע געריכט אין מדינת ישראל האט אפגעווארפן א פארלאנג פון רעכטע גרופעס צו אפהאלטן די צייטווייליגע ערלויבעניש וואס איז געגעבן געווארן פאר די שין בית צו נאכגיין מענטשן דורך זייערע פריוואטע טעלעפאן נומערן צו אפשטעלן די אָמיקראן וואריאנט.

די רעגירונג האט געמאלדן אז זיי וועלן אפשטעלן דאס נאכגיין מענטשן דורך זייערע פריוואטע טעלעפאן נומערן. דאס קומט אין די צייט וואס מען האט געפונען די דריטע אָמיקראן וואריאנט פאל אין לאנד.
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך זעהער »

שכח אידישליך פאר די געשמאקע באריכטן
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

זעהער האט געשריבן:שכח אידישליך פאר די געשמאקע באריכטן

א דאנק, פאר דיר און אלע דאנקערס יעדער איינער פערזענליך.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

פעיק ניוז האט געשריבן:שכח אידישלעך. א געוואלדיגער ארבעט וואס דו טוסט.

ראות ניקך לא פללתי...
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”