@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

ברייען סטעלטער פון CNN זאגט אז קריס קאומאו וועלכע איז געווארן סוספענדירט קען זיין צוריק אזוי שנעל ווי אין יאנואר.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:וויצע פרעזידענט העריס'ס טשיף ווארטזאגער, סאמאון סענדערס, וועט פארלאזן איר פאזיציע ענדע יאר. דאס קומט קוים א חודש נאך וואס די וויצע פרעזידענט'ס קאמיוניקאציע דירעקטאר האט אויך געמאלדן אז זי וועט פארלאזן איר פאזיציע אין דעצעמבער.

נאך צוויי הויכע געהילפן צו וויצע פרעזידענט העריס האבן געמאלדן אז זיי וועלן פארלאזן זייערע פאזיציעס.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך יש לו מנה »

א נחת דעי באריכטן דא.!.!.!

יישר כח גדול!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך עומד מן הצד »

באמת א געשמאק אריינצוקומען דא... קלארע באריכטן און צום פינטל.

ש'כח @אידישליך, שכרך הרבה מאוד!
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.


איך מיין דעס פאדערט א באזונדערע אשכול, עס גייט זיך טוהן אויף טישן און בענק אין די היימישע מוסדות
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17720
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אווער נייט קוגעל האט געשריבן:
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.


איך מיין דעס פאדערט א באזונדערע אשכול, עס גייט זיך טוהן אויף טישן און בענק אין די היימישע מוסדות

וואס גייט זיך טון? אין די מוסדות? אדער צווישן דער ציבור.....?
קרוב ה׳
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 5:17 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך קרוב ה׳ »

thanks your work is wonderful
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:פרישע וואקסין מאנדאטן וועט ארויפגעלייגט ווערן אין ניו יארק סיטי אויף ארבייטער אין פריוואטע שולעס, וואס דאס נעמט אויך אריין די היימישע מוסדות התורה. די 56,000 ארבייטער אין די סיטי וועלן זיך דארפן וואקסינירן ביז דעצעמבער 20 אדער ווערן אפגעזאגט.

אינטערסאנטע קעפל פונעם טיימס...

IMG_20211202_163051_093.jpg
IMG_20211202_163051_093.jpg (139.68 KiB) געזען 11598 מאל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך היכי תמצא »

א גרויסן שכ'ח אידישליך פאר'ן ברענגן קלאר און קורצע נייעס, צום פינטל ווי אנדערע האבן שוין געמערקט.

איך האב געעפנט די נייע וואקסין מאנדאטן וואס גייט אפעקטירן די היימישע מוסדות כדי מ'זאל עס קענען דארט אויסשמועסן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

קאלעראדא האט באשטעטיגט א פרישע פאל פון די אָמיקראן וואריאנט, דאס איז די דריטע פאל אין די פאראייניגטע שטאטן. דער אפעקטירטער האט זיך לעצטענס צוריקגעקערט פון סאוט אפריקע.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אמעריקע און אירע אליאירטע האבן געמאלדן אז זיי וועלן ארויפשטעלן פרישע סאנקציעס אויף בעלארוס, אין ליכט פון די לעצטערע גרעניץ קריזיס מיט פוילן, און אירע פארמערטע מענטשן רעכט פארלעצונגן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:קאנגרעס האט דערגרייכט א דיעל אויף א צייטווייליגע פאנדינג פלאן צו פארמיידן א גאווערמענט שאטדאון, אבער די ביל קען דורכפאלן אין סענאט, צוליב די רעפאבליקאנער וועלכע ווילן אפשטעלן די וואקסין מאנדאטן, און יעדע סענעטאר האט די מעגליכקייט צו שטערן די ביל עס זאל נישט קענען שנעל דורכגיין.

קאנגרעס האט באשטעטיגט 221-212 א קורץ טערמיניגע ספענדינג ביל אויף ביז פעברואר 18, וואס דאס וועט אפהאלטן א רעגירונג שאטדאון. די ביל גייט יעצט צום סענאט ווי עס דארף דורכגיין בעפאר פרייטאג מיטלנאכט.

מעקאנעל האט היינט ווידעראמאל פארשפראכן אז עס וועט נישט זיין קיין שאטדאון.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

גאווערנער האוקול האט געמאלדן אז עס זענען באשטעטיגט געווארן 5 פעלער פון די נייע אָמיקראן וואריאנט אין ניו יארק, 3 דערפון אין ניו יארק סיטי.

IMG_20211202_182458_809.jpg
IMG_20211202_182458_809.jpg (150.81 KiB) געזען 11393 מאל
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: אידישליך נייעס

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:די ביידען אדמיניסטראציע פלאנט ארויפצולייגן פרישע מאנדאטן אויף אלע מענטשן וואס קומען אריין אין די פאראייניגטע שטאטן, נישט קיין חילוק פון וואו, אדער צו מען איז וואקסינירט, אין ליכט פון די פרישע אָמיקראן וואריאנט.

צווישן אנדערע וועט מען זיך דארפן טעסטן איין טאג בעפאר מען קומט אן קיין אמעריקע, און ווי אויך וועט מען זיך מעגליך דארפן טעסטן צווישן 3 און 5 טעג נאכן אנקומען. די אדמיניסטראציע קוקט אויך אריין אין ארויפלייגן א 7 טאג'יגע קוואראנטין אויף אלע וואס קומען אריין, אריינגערעכנט אמעריקאנע בירגער, אפילו אויב מען האט געטעסט נעגאטיוו.

למעשה האט ביידען געמאלדן אז מען וועט זיך דארפן טעסטן אינעם טאג וואס מען קומט אריין אין די פאראייניגטע שטאטן, נישט קיין חילוק פון וואו, בירגערשאפט אדער וואקסינאציע סטאטוס.

די ווייסע הויז האט געזאגט אז דערווייל וועט מען נישט פארלאנגן קיין טעסטס אדער קוואראנטין נאכ'ן אנקומען. ווי אויך האט ביידען געזאגט אז מען וועט נישט אויסברייטערן די פעדעראלע מאסק מאנדאטן וועלכע ווערט יעצט איבערגעקוקט אין די געריכטן אין לאנד.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

ניו יארק האט היינט באריכטעט פרישע 11,331 קאוויד פעלער, די גרעסטע איין טאג העכערונג זינט יאנואר.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג איבער די סקאנדאלן וועלכע האבן געפירט צו געוועזענע גאווערנער קאומאו'ס רעזיגנאציע. דאס איז אין צוגאב צו די אויספארשונג וואס זיי פירן אן איבער די נורסינג היימען סקאנדאל.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:קאנגרעס האט באשטעטיגט 221-212 א קורץ טערמיניגע ספענדינג ביל אויף ביז פעברואר 18, וואס דאס וועט אפהאלטן א רעגירונג שאטדאון. די ביל גייט יעצט צום סענאט ווי עס דארף דורכגיין בעפאר פרייטאג מיטלנאכט.

מעקאנעל האט היינט ווידעראמאל פארשפראכן אז עס וועט נישט זיין קיין שאטדאון.

סענאט האט געשטימט 69-28 צו פאר א צייטווייליגע פאנדינג פלאן ביז פעברואר 18 אויסצומיידן א שאטדאון. פרעזידענט ביידען איז ערווארטעט דאס אונטערצושרייבן בעפאר פרייטאג 12 ביינאכט.

די ביל איז אריבער נאך וואס דעמאקראטן האבן געווינען 50-48 קעגן א רעפובליקאנע פרואוו צו בלאקירן פאנדינג פאר ביידענ'ס וואקסין מאנדאט.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

עומד מן הצד האט געשריבן:באמת א געשמאק אריינצוקומען דא... קלארע באריכטן און צום פינטל.

ש'כח @אידישליך, שכרך הרבה מאוד!

יש לו מנה האט געשריבן:א נחת דעי באריכטן דא.!.!.!

יישר כח גדול!

קרוב ה׳ האט געשריבן:thanks your work is wonderful


א דאנק יעדער איינער! עס געבט כוח אויף ווייטער...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך נארמאליזעם »

יישר כח פאר דיינע קלארע באריכטן נאכדערצו אז די מישט נישט אריין קיין פאליטיק שכח נאכאמאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

דר. פאוטשי האט היינט אין אן אינטערוויו מיט MSNBC קריטיקירט פאקס נייעס פארן זיך האלטן שטיל און נישט קאמענטירן אדער דיסציפלינירן זייער האוסט לארא לאוגען וועלכע האט צוגעגליכן פאוטשי צום טרויעריג בארימטער נאצי דאקטער מענגעלע ימ"ש.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

מערערע סקול דיסטריקטס אין מישיגען האבן געמאלדן אז מען וועט לערנען רימאוטלי היינט און מארגן פרייטאג, אויס מורא פון סטראשענונגען וואס צירקולירן אויף סאציאלע מידיע אין ליכט פון די אקספארד סקול שיסעריי.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4970
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך מים חיים »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:דר. פאוטשי האט היינט אין אן אינטערוויו מיט MSNBC קריטיקירט פאקס נייעס פארן זיך האלטן שטיל און נישט קאמענטירן אדער דיסציפלינירן זייער האוסט לארא לאוגען וועלכע האט צוגעגליכן פאוטשי צום טרויעריג בארימטער נאצי דאקטער מענגעלע ימ"ש.

ווען cnn וועט דיסציפלינירן די וואס האבן צוגעגליכן טראמפ צו היטלער
( וואס איז די פארגלייך, טראמפ איז דאך באמת היטלער?... )

יישר כח פארן ברענגען די נייעס
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

די אמעריקאנע עקענאמיע האט געזעהן פרישע 210,000 דזשאבס אין נאוועמבער, דאס איז ווייניגער ווי די געשאצטע 550,000.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

פלארידע גאווערנער דיסענטיס האט פארגעשלאגן צו אויפשטעלן א ציווילע מיליטערישע קראפט, גערופן 'די פלארידע סטעיט גארד' וועלכע זאלן נישט זיין אונטער די פענטאגאן, נאר אונטער זיין פירערשאפט.
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”