@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
געוועזענער וויצע פרעזידענט פענס ביי אן אויפטריט האט גערופן צו קאלעגע רעפובליקאנער אויפצוהערן ארינטער רייסן און פאליטיזירן די FBI איבער די מאר-א-לאגא אבלאווע, זאגענדיג אז דאס האט בלויז מיט אטוירני דזשענערעל מעריק גארלענד.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אין אלאסקע זענען נעכטן פארגעקומען פריימעריס פאר גאווערנער, סענאט און די סטעיט'ס איינציגסטע קאנגרעס זיץ. די פריימערי סיסטעם איז אן אומפארטייאישע וואו יעדער איינוואוינער שטימט פאר איין קאנדידאט אפגעזעהן פארטיי אפיליאציע, און די 4 העכסטע קאנדידאטן פארמעסטן זיך אין די אלגעמיינע וואלן אין נאוועמבער.
אויך איז אפגעהאלטן געווארן 'ספעציעלע וואלן' צו אויספילן די פארבליבענע קאנגרעס טערמין פונעם לאנגיעריגער קאנגרעסמאן דאן יאנג וועלכער איז געשטארבן מיט א צייט צוריק, און אין די פארמעסט וועט צום ערשטן מאל גענוצט ווערן אין די סטעיט די רעלאטיוו נייע 'ראַנג אויסוואל' סיסטעם אין פאל קיינע פון די קאנדידאטן עררייכט נישט 50% פון די שטימען.
סענאט פארמעסט
פאר די סענאט זיץ האבן זיך פארמאסטן 20 קאנדידאטן, אין שפיץ פון אמטירנדע סענעטאר ליסע מארקאוסקי, וועלכע איז אריינגעקומען אין ערשטן ארט מיט איבער 40% זיך פארזיכערנדיג צו לויפן אין נאוועמבער. אין צווייטן ארט, אויך מיט 40% איז אריינגעקומען איר הויפט רעפובליקאנער קעגענער, קעלי שיבאקע, געוועזענע טראנספארטאציע קאמישענער פון די סטעיט, וועלכע איז אויך פארזיכערט צו לויפן אין נאוועמבער. אין דריטן ארט, מיט קוים 6% איז א דעמאקראטישע קאנדידאט פעטרישע טשעסברא, וועלכע איז אויך פארזיכערט צו לויפן אין נאוועמבער. די פערטע קאנדידאט צו פארזעצן אין די נאוועמבער וועלן איז נאך ביזדערווייל נישט אנטשידן געווארן.
קאנגרעסיאנאלע פארמעסט
אויף די סטעיט'ס איינציגסטע קאנגרעס זיץ האבן זיך פארמאסטן 22 קאנדידאטן, פון וועלכע 4 וועלן פארזעצן אין נאוועמבער. א באזונדערע 'ספעציעלע פארמעסט' איז אפגעהאלטן געווארן צו ערפילן און אויסענדיגן די איצטיגע קאנגרעס טערמין נאך וואס לאנגיעריגער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דאַן יאנג איז געשטארבן מיט א צייט צוריק.
אין די פריימעריס צו קענען לויפן אין נאוועמבער איז אין ערשטן ארט אריינגעקומען א דעמאקראטישע קאנדידאט, מערי סעטלער פעלטולאַ, א געוועזענע סטעיט לעגיסלאטור. אין צווייטן ארט איז אריינגעקומען די טראמפ אינדארסירטע רעפובליקאנער קאנדידאט סערא פעילין, די געוועזענע גאווערנער פון די סטעיט. אין דריטן און פערטן ארט זענען אריינגעקומען רעפובליקאנער קאנדידאטן, ניק בעגיטש און טערע סוויני. די 4 קאנדידאטן וועלן פארזעצן און זיך פארמעסטן אין די נאוועמבער וואלן.
ספעציעלע וואלן
אין די 'ספעציעלע וואלן' האבן זיך פארמאסטן 3 קאנדידאטן פעלטולאַ, פעילין און בעגיטש, נאך וואס זיי זענען אריינגעקומען די העכסטע אין די פריימערי פארמעסט פארלאפענעם יוני, אבער די פארמעסט איז נאך ביזדערווייל נישט גערופן געווארן. אין פאל קיינע פון די קאנדידאטן עררייכן נישט קיין 50% פון די שטימען פון די 'ערשטע אויסוואל' שטימען וועט מען זיך באנוצן מיט די 'ראַנג אויסוואל' סיסטעם.

געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט אינדארסירט דעניעל גאלדמאן אין די דעמאקראטישע פריימערי פארמעסט פאר די ניו יארקע 10'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט וועלכע נעמט אריין טיילן פון בארא פארק.
גאלדמאן איז געווען די דעמאקראטישע הויז טשיף קאונסיל דורכאויס די ערשטע אימפיטשמענט.
אויך האט טראמפ אינדארסירט דעמאקראטישע קאנגרעספרוי קעראלין מעלאני וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג אין די 12'טע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין ניו יארק, קעגן דזשערי נאדלער.
מעלאני אין א טוויט האט אפגעווארפן די אינדארסירונג און געזאגט אז טראמפ זאל זיך מער זארגן איבער די אויספארשונג וואס זי פירט אן איבער די מאר-א-לאגא דאקומענטן דינענדיג אלס די טשעיר פון די אווערסייט קאמיטע.
מעלאני טוויט:

אידישליך האט געשריבן:
געוועזענער טראמפ ארגענעזאציע CFO עלען ווייסעלבערג האט זיך דערקלערט שולדיג אויף 15 פעלאני קלאגעס פון טעקס פראד, און וועט דארפן אויפטרעטן אין די פראצעס קעגן די טראמפ ארגענעזאציע, אבער ער וועט נישט ברענגען פרישע אינפארמאציע אויף טראמפ אדער די ארגענעזאציע.
אין אויסטויש פארלאנגען פראקורארן א טורמע טערמין פון 5 מאנאטן 5 יאר פראבעישן, און 1.9 מיליאן דאלער אין געלט שטראפן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א שטורעם איז אנטשטאנען אין פינלאנד נאך וואס ווידעאוס צירקולירן וויאזוי די ארטיגע 36 יעריגע פרעימיער מיניסטער טאנצט ארום ביי א פארטי.
איינע פון די אפאזיציע פירער האבן פארלאנגט אז זי זאל נעמען א דראג טעסט, אבער זי האט אפגעלייקנט אז דראגס זענען געווען פארמישט, און געזאגט אז זיי זענען פשוט געווען אביסל צולאזט.
אנדערע אפאזיציע פאליטיקאנטן זענען געווען בייז סיי אויף זייער פירער און סיי אויף די פרעמיער מיניסטער זאגענדיג אז מען זאל ביטע אויפהערן רעדן פון פארטיס און זיין פארנומען מיט וויכטיגערע דאמעסטישע פראבלעמען.

דער CNN האוסט ברייען סטעלטער וועט פארלאזן די נעטווארק נאך וואס זיי האבן געקענסלט זיין וועכנטליכע שאו.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פעדעראלע ריכטער זאגט אז ער וויל נישט לאזן די מאר-א-לאגא עפידעיוועט אינגאנצן באהאלטן, און האט געהייסן די יוסטיץ דעפארטמענט אריינגעגעבן א רעדאקטירטע ווערסיע ביז קומענדיגע וואך דאנערשטאג, און זיך גרייטן צו ערקלערן פארוואס די טיילן דארפן זיין פארמעקט.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום זאגט אז זיי האבן אוועקגעשטעלט דריי MiG-31 קאמפס פליגערס אויסגעשטאט מיט הייפערסאניק קינזעל מיסיליס, אין א לופט באזע אין קאלינינגראד וועלכע גרעניצט זיך מיט פוילן און ליטע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
באריכטן געבן אן אז רוסלאנד האט באפוילן ארבעטער פון די נוקלעארע פלענט אין זאפארזשיע צו פארבלייבן מארגן אינדערהיים און נישט קומען צו די ארבעט, צוליב א פארדעכטיגטע אטאקע פון אוקריינע.
אוקריינע זאגט אבער אז דאס צייגט אז די רוסן גרייטן זיך מארגן צו דורכפירן דארט פראוואקאציעס און עס אנלייגן אויף אוקריינע.
אוקריינע זאגט אבער אז דאס צייגט אז די רוסן גרייטן זיך מארגן צו דורכפירן דארט פראוואקאציעס און עס אנלייגן אויף אוקריינע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ניו יארק גאווערנער האוקאל האט היינט אונטערגעשריבן א גאר וויכטיגע ביל וועלכע טוישט די ווארט 'סעילסמאן' צו 'סעילספערזאן' אין די ניו יארקע געזעצן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א גענג אין אינדיע האט אפערירט מיט א פאלשע פאליציי סטאנציע פאר 8 מאנאטן, בארויבנדיג הונדערטער מענטשן.
די גענג האט אפערירט פון אן ארטיגע האטעל, נישט ווייט פון די היים פון דער עכטער לאקאלע פאליציי שעף, און האבן פארמאגט פאליציי קליידונג, ראנגען און ביקסן, און פלעגן בעטן געלט פון מענטשן וועלכע זענען אריינגעקומען מאכן א פאליציי באריכט אד"ג, און נאך פארשידענע שווינדלערייען.
זיי זענען געכאפט געווארן ווען אן עכטער פאליציאנט האט באמערקט 2 פון די פאלשע פאליציאנטן און געזעהן אז זיי טראגן נישט קיין אפיציעלע אויסגעטיילטע פאליצייאישע ביקסן.
6 זענען ארעסטירט געווארן, אבער דער פירער פון די גענג האט באוויזן צו אנטלויפן.

פלארידע גאווערנער דיסענטיס האט געמאלדן אז די ארטיגע 'וואלן פאליציי', וועלכע איז לעצטענס געעפענט געווארן, וועלן אין זייער ערשטע אפיציעלע אקט ארעסטירן 20 מענטשן וועלכע זענען באגאנגען וואלן שווינדל און געשטימט אומלעגאל אין די 2020 וואלן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
די TSA אין די לאוגען אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין באסטאן האט אפגעשטעלט א רייזנדער נאך וואס זיי האבן אויפגעכאפט א וואפן אין זיין רענצל. די וואפן שטעלט זיך אויס צו זיין אן איינצעלענע-שאס ביקס וועלכע איז אזוי גרויס ווי א פען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
פראמינענטער לינקער פיליזאף סעם העריס, אין א לעצטיגע אינטערוויו, איז מודה אין די מידיע צענזור אויף די האנטער ביידען לעפטאפ געשיכטע, און זאגט אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו מאכן קאנספיראציעס צו פארדעקן די ביידען אדמיניסטראציע'ס פעלערן, ווייל ס'קומט נישט צו צו טראמפ'ס קארופציע, און עס פארדרייען איז א טובה פאר'ן כלל.
"האנטער ביידען וואלט אזש געקענט האבן די קערפער פון קינדער אין זיין בעיסמענט און ס'וואלט מיר נישט אנגעגאנגען. ס'איז נישט געווען דזשאו ביידען, אבער אפילו אויב יא, נישט קיין חילוק ווי גרויס זיין קארופציע איז קומט עס נישט צו צו טראמפ".
"האנטער ביידען וואלט אזש געקענט האבן די קערפער פון קינדער אין זיין בעיסמענט און ס'וואלט מיר נישט אנגעגאנגען. ס'איז נישט געווען דזשאו ביידען, אבער אפילו אויב יא, נישט קיין חילוק ווי גרויס זיין קארופציע איז קומט עס נישט צו צו טראמפ".
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
עפל האט נעכטן ארויסגעלייגט א פרישע אפדעיט פאר זייערע אייפאונס, אייפעדס און קאמפיוטערס צוליב צוויי לעכער וואס העקערס האבן געפונען און גענוצט.
איינס איז אין וועב-קיט, די ענדזשין פון די סאפארי בראוזער, און די צווייטע איז אין די קערנעל פון די אפערעיטינג סיסטעם. דאס האט ערלויבט העקערס איבערצונעמען פולע קאנטראל פון דעווייסעס מיט עדמין צוטריט, און פעלשן כאילו דער באנוצער טוט זאכן דערויף.
איינס איז אין וועב-קיט, די ענדזשין פון די סאפארי בראוזער, און די צווייטע איז אין די קערנעל פון די אפערעיטינג סיסטעם. דאס האט ערלויבט העקערס איבערצונעמען פולע קאנטראל פון דעווייסעס מיט עדמין צוטריט, און פעלשן כאילו דער באנוצער טוט זאכן דערויף.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א באריכט פון די אינספעקטאר דזשענעראל פון די פארטיידיגונגס דעפארטמענט זאגט אז אמעריקע האט איבערגעלאזט אין אפגאניסטאן ארום 7.12 ביליאן דאלער ווערט פון מיליטערישע עקוויפמענט וואס איז געווען ביי די אפגאנע רעגירונג און איז אריינגעפאלן אין די הענט פון די טאליבאן.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
3 מענטשן זענען אומגעקומען נאך וואס 2 קליינע פליגער האבן זיך צוזאמגעקראכט אין די לופטן, העכער וועטסאונוויל מוניציפאלע לופטפעלד אין קאליפארניע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פרעמיער מיניסטער פון פינלאנד זאגט אז זי האט גענומען א דראג טעסט און האט נאך קיינמאל נישט גענומען קיין אומלעגאלע דראגס. זי זאגט אז אויב וואלט זי געדארפט גיין צו די ארבעט אינמיטן די פארטי וואלט זי געגאנגען.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
רעפובליקאנער סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט געזאגט אז ער גלייבט אז די רעפובליקאנער האבן א גרעסערע שאנס צו געוואונען קאנגרעס ווי געוואונען סענאט אין נאוועמבער, זאגענדיג אז "קאנדידאטן קוואליטעט" שפילט א ראלע אין די אויסקום.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
א פעדעראלע ריכטער אין ווירדזשיניע האט פאראורטיילט א בריטישער מיטגליד פון די ברוטאלע אייסיס צעל באקאנט אלס 'ביעטלס' צו 8 לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען, צוליבן פארכאפן, פייניגן און אומברענגען 4 אמעריקאנער בירגער אין סיריע.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פאליציי אין בערלין האבן אונגעהויבן מיט אן אויספארשונג אויף פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס פארן מעגליך אויפרייצן האס, אין ליכט פון זיינע קאמענטארן אז מדינת ישראל האט דורכגעפירט 50 האלאקאסטס קעגן די פאלעסטינער.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פוילישער פרעימיער מיניסטער פארטיידיגט די פינישע פרעימיער מיניסטער און זאגט אז זי האט געהאט א גוטע אורזאך צו האצקענען ביי די פארטי ווייל איר לאנד שליסט זיך אן אין נאטא...
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
א פעדעראלע אפעלאט געריכט אין די סי האט געאורטיילט אין שטיצע פון א נידריגערע געריכט וועלכע פארלאנגט פון די יוסטיץ דעפארטמענט ארויסצוגעבן די 2019 מעמארענדום וועלכע האט אונטערגעשטיצט דאן אטורני דזשענעראל ביל באר'ס באשלוס נישט אנצוקלאגן פרעזידענט טראמפ אויף אבסטראקשן אוו דזשאסטיט אין די מולער אויספארשונג.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
ווייניגסטנס 20 זענען ערמארדעט געווארן און איבער 50 פארוואונדעט ווען אל-שאבאב טעראריסטן האבן פארכאפט אן האטעל אין מאגאדישו, סאמאליע.
2 קאר באמבעס האבן אויפגעריסן פארענט פון די האטעל, און דערנאך זענען באוואפענטע טעראריסטן אריין אין האטעל און אנגעהויבן שיסן און פארכאפט משכונות.
נאך איבער 24 שעה האבן ארטיגע קרעפטן באוויזן צו עלימינירן די טעראריסטן און באפרייען די פארבליבענע משכונות.
2 קאר באמבעס האבן אויפגעריסן פארענט פון די האטעל, און דערנאך זענען באוואפענטע טעראריסטן אריין אין האטעל און אנגעהויבן שיסן און פארכאפט משכונות.
נאך איבער 24 שעה האבן ארטיגע קרעפטן באוויזן צו עלימינירן די טעראריסטן און באפרייען די פארבליבענע משכונות.
Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן
16 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך 29 פארוואונדעט ווען א טראק האט אריינגעקראכט אין א גרופע מענטשן אין טערקיי, נאך וואס די ברעיקס האבן אויפגעהערט ארבעט.