@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג ינואר 23, 2023 12:48 pm

טשארלס מעקגאניגעל, א געוועזענער FBI אגענט און פירער פון די ניו יארקער FBI קאונטער-אינטעלעדזשנס אפטיילונג, איז ארעסטירט געווארן איבער זיינע פארבינדונגען מיט'ן רוסישער אליגארך אָלעג דעריפאסקא וועמען ער האט געהאלפן אויסמיידן אמעריקאנער סאנקציעס.

IMG_20230123_124734_237.jpg
IMG_20230123_124734_237.jpg (215.31 KiB) געזעהן 12145 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג ינואר 23, 2023 6:12 pm

צוויי סטודענטן זענען אומגעקומען און א לערער איז פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין א פריוואטע שולע אין דעס מאינס, איאווע. צוויי פארדעכטיגטע זענען ארעסטירט געווארן.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג ינואר 23, 2023 8:01 pm

4 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אין 2 פארבינדעטע שיסערייען אין העלף מאָן בעי אין קאליפארניע.

פאליציי האט ארעסטירט דעם פארדעכטיגטן שיסער נאך וואס ער איז זיך געקומען אונטערגעבן ביי אן ארטיגע פאליציי סטאנציע.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג ינואר 23, 2023 8:06 pm

די FDA האט פארגעשלאגן א פלאן צו מאכן יערליכע קאוויד וואקסינס, א שטייגער ווי די פלו וואקסינס.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מאנטאג ינואר 23, 2023 8:06 pm

מעיאר עריק עדעמס ביי א פרעסע קאנפערענץ אין סיטי האל נעכטן זונטאג האט אויסגעלויבט די ארבעט פון די אידישע 'משביע' ארגאניזאציע פאר זייער ארבעט מיטן העלפן אזיל-זוכער.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 10:41 am

א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז אמעריקע באטראכט די מעגליכקייט צו שיקן אן ערנסטע צאל פון זייערע מאכטפולע עבראמס M1 טאנקען קיין אוקריינע, און א מעלדונג קען קומען אזוי פרי ווי די וואך.

לויט די באריכט וועט די מעלדונג זיין א טייל פון א דיפלאמאטישע אפמאך מיט דייטשלאנד, וועלכע וועט שיקן עטליכע פון זייערע לעפערד 2 טאנקען, און וועט ערלויבן פוילן און א קאאליציע פון אנדערע לענדער צו שיקן מערערע דערפון, עפעס וואס זיי האבן ביז יעצט נישט ערלויבט.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 10:52 am

די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט געמאלדן אז איינע פון זייערע דאקטוירים איז פארכאפט געווארן אין מענעקא, מאלי, און זיי ארבעטן מיט לאקאלע אויטאריטעטן צו אויספארשן די פארכאפונג.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 11:14 am

6 דעפיוטי מיניסטארן און 5 גאווערנערס זענען אפגעזאגט געווארן אין אוקריינע, אין א ברייטע קארופציע אויפשאקלונג וואס פרעזידענט זאלענסקי און ארטיגע אויטאריטעטן האבן אונטערגענומען אינערהאלב די רעגירונג.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 11:33 am

3 זענען אומגעקומען אין א שיסעריי אין יעקימע, וואשינגטאן, ווען א מאן האט אריינשפאצירט אין א געשעפט און אנגעהויבן שיסן אויף אנוועזנדע.

נאך די שיסעריי אין די געשעפט איז דער שיסער ארויסגעגאנגען און אריינגעשאסן און פארכאפט א קאר. לויט אויטאריטעטן איז די צושטאנד און לאקאציע פון די דרייווער פון די קאר וואס דער שיסער האט פארכאפט נישט באקאנט, און איז מעגליך די 4'טע פאטאליטעט.

א ברייטע זוכעריי איז געעפענט געווארן נאך דעם שיסער. מאטיוון זענען דערווייל נישט באקאנט.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 12:55 pm

א היימישע אינגערמאן איז אראפגעפירט געווארן פון א דעלטא פליגער פון פארט לארענדעיל צו לאגווארדיע, נאך וואס זיי האבן אים באשולדיגט אז ער נעמט אויף צופיל פלאץ אין די האנט באגאזשן אפטיילונג פאר זיין שטריימל באקס, הוט, רעקל און רענצל.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 12:58 pm

אדוואקאטן פונעם געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס האבן אינפארמירט קאנגרעס און די יוסטיץ דעפארטמענט אז זיי האבן געפונען א בינטל קלאסיפיצירטע דאקומענטן אין זיין היים אין אינדיאנע, און זיי האבן דאס איבערגעגעבן פאר די FBI.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 1:08 pm

אידישליך האט געשריבן:

אויטאריטעטן האבן פובליצירט א בילד פון דער שיסער אין וואשינגטאן.

IMG_20230124_130736_589.jpg
IMG_20230124_130736_589.jpg (47.46 KiB) געזעהן 6029 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 1:21 pm

איינער איז אומגעקומען און 7 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שיסעריי אין א וועלערא גאז סטאנציע אין אוקלענד, קאליפארניע, ביים פילמירן א מוזיק ווידעא. פאליציי זוכט דעם שיסער.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 1:24 pm

אידישליך האט געשריבן:

דראמאטישע ווידעא צייגט וויאזוי דער פארדעכטיגטער שיסער אין די נעכטיגע העלף מאָן בעי שיסעריי אין קאליפארניע, וועלכע האט איבערגעלאזט 7 טויטע און 8 פארוואונדעטע, ווערט ארעסטירט נאכן זיך איבערגעבן פאר פאליציי.

ווידעא

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 1:31 pm

די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט און נאך אכט אמעריקאנער שטאטן האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן גוגל אין וועלכע זיי באשולדיגן אז די טעכנעלאגיע ריז האלט אָן אן אומלעגאלע מאנאפאל אויף די אנליין אדווערטייזמענט מארקעט.
לעצט פאראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך ינואר 25, 2023 12:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » דינסטאג ינואר 24, 2023 7:44 pm

אידישליך האט געשריבן:

די סענאט דזשודישיערי קאמיטע האט היינט אפגעהאלטן א היערינג אין וועלכע זיי האבן אראפגערופן די פירער פון טיקעט-מעסטער, און זיי אויסגעפרעגט איבער די סומאטוכע מיט די סוויפט טיקעטס, און זיי באשולדיגט אין אנהאלטן א מאנאפאל אויף די אינדוסטריע.

טיקעט-מעסטער פירער האבן באשולדיגט אז די סומאטוכע מיט די סוויפט טיקעטס איז געקומען צוליב א פלייץ פון באטס וועלכע האבן געזוכט צו כאפן טיקעטס צו קענען ווייטער פארקויפן פאר טייערער, און דאס האט געפירט אז זייער סיסטעם זאל קראכן.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 12:19 am

הויז ספיקער קעווין מעקקארטי האט פארמאל אפגעזאגט דעמאקראטישע קאנגרעסלייט עדעם שיף און עריק סוואלוואל פון דינען אויף די קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע, נאך א בריוו וואס האקים דזשעפריס, דעמאקראטישע קאנגרעס פירער, האט אים געשיקט און זיי רעקאמענדירט.

IMG_20230125_001841_763.jpg
IMG_20230125_001841_763.jpg (189.39 KiB) געזעהן 2104 מאל

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 12:22 am

אויטאריטעטן אין צפון קארעא האבן געמאלדן א 5 טאגיגע לאקדאון אויף די הויפט שטאט פיאנגיענג, צוליב א שטארק פארשפרייטענדע אטעמען קרענק.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 12:50 am

רעפובליקאנער סענאטאר דזשאש האולי האט פארגעשלאגן א ביל גערופן "די פעלאסי אקט" וועלכע וועט פארבאטן קאנגרעס מיטגלידער און זייערע געהייראטע צו האנדלען אדער באזיצן סטאקס.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 10:51 am

אידישליך האט געשריבן:

נאך לאנגע וואכן פון שטארקע דרוק און פארהאנדלונגען, האט דער דייטשער קאנצלער אלעף שולץ געמאלדן אז דייטשלאנד וועט צושטעלן פאר אוקריינע 14 לעפערד 2 טאנקען, און וועט ערלויבן אנדערע לענדער צו שענקען זייערע לעפערד טאנקען פאר אוקריינע.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 11:00 am

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען וועט אדרעסירן דעם פאלק היינט אום 12 אזייגער מיטאג איבער די ווייטערדיגע שטיצע פאר אוקריינע, אין די צייט וואס אמעריקע גרייט זיך צו שיקן 30 פון די אמעריקאנער עיברעהעמס M1 טאנקען קיין אוקריינע.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 11:15 am

2 זענען אומגעקומען און 5 זענען פארוואונדעט געווארן אין א שטעכעריי אטאקע אין א באן אויפן וועג קיין האמבורג אין דייטשלאנד. פאליציי האט ארעסטירט דעם שטעכער.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 12:47 pm

אידישליך האט געשריבן:

פרעזידענט ביידען האט געמאלדן אז אמעריקע וועט שיקן 31 עיברעהעמס M1 טאנקען קיין אוקריינע, זאגענדיג אז דאס וועט פארשטארקן זייערע מעגליכקייטן צו פארטיידיגן זייער טעריטאריע.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 12:54 pm

נאך וואס זיי האבן אראפגעווארפן די רעכט געשטימטע OANN נעטווארק מיט עטליכע מאנאטן צוריק, האט 'דירעקט טיווי' געמאלדן אז זיי ווארפן אראפ די רעכט געשטימטע ניוזמעקס נעטווארק פון זייער פלאטפארמע.

לויט ווי זיי גיבן אן קומט דאס צוליב וואס די צוויי זייטן האבן נישט קענען קומען צו א פארשטענדעניש. ניוזמעקס האט געפאדערט צו העכערן די אפצאל ראטע וואס 'דירעקט טיווי' דארף מיטטיילן מיט זיי, עפעס וואס דירעקט טיווי טענה'ן וועט העכערן זייערע קאסטן צו האלטן די נעטווארק אנליין.

דאס קומט טראץ אינטענסיווע ווענדונגען דורך א רייע רעפובליקאנער פיגורן דאס צו פארמיידן. אין א בריוו צו די 'דירעקט טיווי' פירערשאפט אונטערגעשריבן דורך איבער 40 רעפובליקאנער קאנגרעס מיטגלידער טענה'ן זיי אז דאס אראפווארפן די נעטווארק וועט שעדיגן זייערע מעגליכקייט צו דערגרייכן זייערע וויילער.

אוועטאר
אידישליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5375
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובהדורך אידישליך » מיטוואך ינואר 25, 2023 1:07 pm

דער דעפיוטי טשערמאן פון די טערקישע 'מוטערלאנד פארטיי', עטעם סאנדזשאק, זאגט אז טערקיי קען מעגליך פארלאזן נאטא ביז 5-6 מאנאטן, צוליב פארמערטע פראוואקאציעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, איכאדאמרי, סטיטשינער, עד סנאודען, קן קולמסא, שופר און 58 געסט