ווי פארשפראכן, איז ארויסגעשטעלט געווארן א לענגערע טוויטער טרעד מיט דאקומענטן איבער די צענזור וואס טוויטער האט ארויפגעשטעלט אויף די האנטער ביידען לעפטאפ געשיכטע.
די דאקומענטן צייגן אז דער גרינדער און געוועזענער פירער דזשעק דארסי איז נישט געווען פארמישט אין די באשלוס, נאר עס איז אממערסטנס געווען וועדזשייע געד, וועלכע איז אויפגעזאגט געזאגט געווארן דורך מאסק גראד נאכ'ן איבערנעמען פירערשאפט.
די דאקומענטן צייגן אז די ערשטע אנגעבליכע אורזאך איז געווען וועגן טוויטער פאליסי קעגן 'געהעקטע מאטריאל', אבער ביז "עטליכע שטונדן האט שוין יעדער געוויסט אז דאס וועט נישט האלטן", און אינערליכע דיסקוסיעס זענען געגאנגען אהין און צוריק איבער די באשלוס.
די דאקומענטן צייגן אבער אז די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע (DNC) און די ביידען קאמפיין האבן געהאט א דירעקטע ווארט אויף טוויטער און פארלאנגט צו אפשפארן געוויסע אקאונטס און מען האט זיי געפאלגט.
מאסק אין א טוויט האט פארשפראכן אז עס וועט קומען א פארזעצונג.
- IMG_20221203_192156_399.jpg (99.24 KiB) געזען 10811 מאל