נייע "חתונה פלאן" פון הרב קלצקין - לטובת גאנץ כלל ישראל

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: נייע "חתונה פלאן" פון הרב קלצקין - לטובת גאנץ כלל ישראל

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 1:33 pm

בבקשה האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:Yiddish please


ער מאכט א חשבון אז ס'איז דא בערך 5,000 חתונות א יאר, דהיינו 10,000 מחותנים, און אז ס'איז דא בערך 200,000 חרדישע משפחות אין אמעריקע, ער וויל אז די 200,000 חרדישע משפחות זאל יעדער געבן א קווארדער פאר יעדער חתונה, ער פארשטייט אז נישט "יעדער" גייט געבן, מילא רעכענט ער זיך אויף האלב, דהיינו 100,000 מענטשען זאלן געבן א קוואדער פאר יעדער מחותן וואס איז א נצרך, לויט זיין חשבון, זענען האלב מחותנים נצרכים, מילא רעדט מען פון 5,000 נצרכים א יאר, דאס קומט אויס, אז צו געבן פאר יעדער מחותן א קוואדער, וועט אויסקומען $100 א חודש. מילא וויל ער מאכן אן ערבים סטייל ארגענאזאציע, 100,000 מענטשען זאל געבן א קוואדער, קומט אויס צו $25,000, דערנאך זאל אן עושר מאכן א מעטש, וועט יעדער מחותן נצרך באקומען $50,000.

עס איז דא 200,000 חרדישע משפחות אין אמעריקע? און אויב יא, איז דאס פון קרייזן וואס 50 אלפים דעקט עכ״פ רוב הוצאות החתונה?

אוועטאר
בבקשה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייע "חתונה פלאן" פון הרב קלצקין - לטובת גאנץ כלל ישראל

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 1:35 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:עס איז דא 200,000 חרדישע משפחות אין אמעריקע? און אויב יא, איז דאס פון קרייזן וואס 50 אלפים דעקט עכ״פ רוב הוצאות החתונה?


דאס איז זיין חשבון. נישט מיינס.

אוועטאר
בבקשה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייע "חתונה פלאן" פון הרב קלצקין - לטובת גאנץ כלל ישראל

תגובהדורך בבקשה » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 1:44 pm

לוט מיין חשבון, קומט אויס אזוי, אז 20 מענטשען וואס נעמען זיך צוזאם, קען אויסהאלטען 1 נצרך חתונה יעדער יאר לויט די חשבון פון $100 א חודש. דאס איז מיט א מעטש, אדער אז יעדער נצרך באקומט בלויז $25,000, די שאלה איז טאמער דער חשבון שטימט (אז אין א רענדעם גרופע וועט מען אין עוורידזש טרעפן אז איינס פון 20 דארף'ן געלט חתונה צו מאכן), עס פעלט נישט אויס קיין 100,000 מענטשען זאלן אויסהאלטען 5,000 חתונות.

גיי פארשטיי
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייע "חתונה פלאן" פון הרב קלצקין - לטובת גאנץ כלל ישראל

תגובהדורך גיי פארשטיי » פרייטאג נובעמבער 26, 2021 10:16 am

בבקשה האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:עס איז דא 200,000 חרדישע משפחות אין אמעריקע? און אויב יא, איז דאס פון קרייזן וואס 50 אלפים דעקט עכ״פ רוב הוצאות החתונה?


דאס איז זיין חשבון. נישט מיינס.


דא שטעקט די גרעסטע טעות פון די חשבון עס זענען דא בערך 50,000 משפחות צווישן די היימישע געגנטער אין ניו יארק\דזשערסי!

מיכל
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: נייע "חתונה פלאן" פון הרב קלצקין - לטובת גאנץ כלל ישראל

תגובהדורך מיכל » פרייטאג נובעמבער 26, 2021 10:59 am

אז איר מיט פינף חברים ווילן קויפן יעדער א קאווע, איז דא צוויי ברירות: אדער צאלט יעדער זיין 'גאנצע' עקספענס, אדער צאלט ער 'נאר' א פיפטל פאר זיין קאווע, און ער טשיפט אריין מיט א פיפטל פאר יעדן איינעם, וועלכעס איז ביליגער?

____

בערך דאס איז דער פלאן פון הרב קלעצקין, מיט איין אויסנאם אז עס וועט האפנטליך זיין מעטשינג פאנדס.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: נייע "חתונה פלאן" פון הרב קלצקין - לטובת גאנץ כלל ישראל

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג נובעמבער 26, 2021 11:49 am

גיי פארשטיי האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:עס איז דא 200,000 חרדישע משפחות אין אמעריקע? און אויב יא, איז דאס פון קרייזן וואס 50 אלפים דעקט עכ״פ רוב הוצאות החתונה?


דאס איז זיין חשבון. נישט מיינס.


דא שטעקט די גרעסטע טעות פון די חשבון עס זענען דא בערך 50,000 משפחות צווישן די היימישע געגנטער אין ניו יארק\דזשערסי!

איר האט א ברעיקדאון?
מיר שיינט אז דער ציפער איז אינעם אכציגער רעינדזש. אבער דאס איז אמאל יא אמת, קיין 200 זיכער נישט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

געבורטסטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: נייע "חתונה פלאן" פון הרב קלצקין - לטובת גאנץ כלל ישראל

תגובהדורך געבורטסטאג » פרייטאג נובעמבער 26, 2021 2:18 pm

דער עיקר איז אז קיינער וועט זיך נישט דארפן רוקן קיין כלשהו פון די פארהייליגטע נומער $50,000.00 כמימים ימימה בדרך אבותינו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט