כ"א כסלו אין סאטמאר - בלויז נייעס - קיין ויכוחים ערלויבט.

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 3:57 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:וואס איז געווען כ"א כסלו? וועלכע רבי איז געראטעוועט געווארן?
(איך מעג שוין פרעגן אדער איך זאל נאך ווארטן א פאר יאר?

יארצייט פונעם פריערדיגע סטולינער.

Kollel
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך Kollel » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 7:52 am

לא ימושו מפיך האט געשריבן:סאטמאר מהר״א

פארוואס קען מען עס נישט מאכן אין ביהמ"ד הג' הופער אזויווי די גרויסע חתונה עטליכע וואכן צוריק?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
לא ימושו מפיך
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך לא ימושו מפיך » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 8:10 am

Kollel האט געשריבן:
לא ימושו מפיך האט געשריבן:סאטמאר מהר״א

פארוואס קען מען עס נישט מאכן אין ביהמ"ד הג' הופער אזויווי די גרויסע חתונה עטליכע וואכן צוריק?

די דינער איז אפגערופן לאור המצב, די רבי גייט אי״ה פירן טיש לכבוד היום נאכנישט קלאר ווי.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 2:14 pm

און אויב מאכט מען יא, איז נישט כדאי עס צו מעלדן אויף א צעטל.

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך אייגנארטיג » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 2:16 pm

און אפשר איז שוין צייט אז כ"א זאל געפראוועט ווערן עקסקלאסיוו ווי א יום הצלה, א שטייגער ווי י"ט כסלו אין חב"ד
אהן געלט אקציעס און שווארצע טישטיכער, מוזיקאנטן און זינגערס

אפשר איז דער סאטמאר רב ווערד א טאג אן די אלע דרעיפערי און פאמפעראציעריי

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 2:37 pm

י''ט כסלו איז יום הולדת החסידות
כ''א כסלו איז יום השכחת החסידות (נשתכח)
קומט אויס אז חסידות איז א בר בי רב דחד יומא ''כ' כסלו'' כאפטס אריין אין דעם טאג
ווער ספארנעמט נישט קיין ווערטלעך זאל צוריק גיין קיין דעברעצין
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 3:09 pm

איך זעה אז א חלק עולם מאכט (צווישן די שורות) ליצנות פון די יערליכע "סטעי אף די יוניאן" רעדע.
אפשר מעג איך פרעגן, וואס איז טאקע פשט? די רבי'ס רעדן געווענליך נישט קיין נייעס נאר זאגן איבער דאס וואס זיי האבן שוין געזאגט (דאס יאר און אלע יארן) ביים באגלייטן מוצאי סוכות: צניעות, לימוד התורה און כלים טמאים, אודאי מאכטצעך אמאל אנויסנאם, ווי מעלדן א נייע שטעטל, אבער געווענליך איז עס היפש בארינג, כ'האב געמיינט אמאל אז נאר פאר מיר אבער איך זעה א גרויסע עולם שמייכלט זיך אונטער, סאו נעם איך די חוצפה צו פרעגן.

ווי אזוי זאגט נאר סארקאזי\סארקאסטיש: ווער עס פארנעמט עס נישט קען צוריקגיין צו רעבעצין!

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 3:21 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך זעה אז א חלק עולם מאכט (צווישן די שורות) ליצנות פון די יערליכע "סטעי אף די יוניאן" רעדע.
אפשר מעג איך פרעגן, וואס איז טאקע פשט? די רבי'ס רעדן געווענליך נישט קיין נייעס נאר זאגן איבער דאס וואס זיי האבן שוין געזאגט (דאס יאר און אלע יארן) ביים באגלייטן מוצאי סוכות: צניעות, לימוד התורה און כלים טמאים, אודאי מאכטצעך אמאל אנויסנאם, ווי מעלדן א נייע שטעטל, אבער געווענליך איז עס היפש בארינג, כ'האב געמיינט אמאל אז נאר פאר מיר אבער איך זעה א גרויסע עולם שמייכלט זיך אונטער, סאו נעם איך די חוצפה צו פרעגן.

ווי אזוי זאגט נאר סארקאזי\סארקאסטיש: ווער עס פארנעמט עס נישט קען צוריקגיין צו רעבעצין!

עס זענען דא מענטשן וואס הערן אויס זייער רבינס דרשה נאר כא כסלו
בעת מאכע הערן די זעלבע דברי חיזוק והדרכה יעדע וואך ביי של"ש
עס זענען אויך דא וואס הערן נאר גרעסערע דרשות

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 3:22 pm

סארקאזי האט געשריבן:י''ט כסלו איז יום הולדת החסידות
כ''א כסלו איז יום השכחת החסידות (נשתכח)
קומט אויס אז חסידות איז א בר בי רב דחד יומא ''כ' כסלו'' כאפטס אריין אין דעם טאג
ווער ספארנעמט נישט קיין ווערטלעך זאל צוריק גיין קיין דעברעצין


דאס ווערטל איז שוין באלד עלטער ווי יט/כא כסליו...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך פארפלאנטערט » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 3:32 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך זעה אז א חלק עולם מאכט (צווישן די שורות) ליצנות פון די יערליכע "סטעי אף די יוניאן" רעדע.
אפשר מעג איך פרעגן, וואס איז טאקע פשט? די רבי'ס רעדן געווענליך נישט קיין נייעס נאר זאגן איבער דאס וואס זיי האבן שוין געזאגט (דאס יאר און אלע יארן) ביים באגלייטן מוצאי סוכות: צניעות, לימוד התורה און כלים טמאים, אודאי מאכטצעך אמאל אנויסנאם, ווי מעלדן א נייע שטעטל, אבער געווענליך איז עס היפש בארינג, כ'האב געמיינט אמאל אז נאר פאר מיר אבער איך זעה א גרויסע עולם שמייכלט זיך אונטער, סאו נעם איך די חוצפה צו פרעגן.

ווי אזוי זאגט נאר סארקאזי\סארקאסטיש: ווער עס פארנעמט עס נישט קען צוריקגיין צו רעבעצין!

איך ווייס נישט וועלכע תורה איר לערנט...
אבער איך ב"ה לערן די זעלבע תורה וואס מיין טאטע, זיידע, און עלטער זיידע, ולמעלה בקודש האבן געלערנט
און טאקע די זעלבע תורה וואס איך האב געלערנט פאריאר און 2 יאר צוריק א.א.וו.

אוועטאר
פריטלעך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך פריטלעך » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 3:56 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
סארקאזי האט געשריבן:י''ט כסלו איז יום הולדת החסידות
כ''א כסלו איז יום השכחת החסידות (נשתכח)
קומט אויס אז חסידות איז א בר בי רב דחד יומא ''כ' כסלו'' כאפטס אריין אין דעם טאג
ווער ספארנעמט נישט קיין ווערטלעך זאל צוריק גיין קיין דעברעצין


#ווי איז די לייק קנעפל?

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך פיטום » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 4:08 pm

פריטלעך האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
סארקאזי האט געשריבן:י''ט כסלו איז יום הולדת החסידות
כ''א כסלו איז יום השכחת החסידות (נשתכח)
קומט אויס אז חסידות איז א בר בי רב דחד יומא ''כ' כסלו'' כאפטס אריין אין דעם טאג
ווער ספארנעמט נישט קיין ווערטלעך זאל צוריק גיין קיין דעברעצין


#ווי איז די לייק קנעפל?

;l;p-
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 4:36 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך זעה אז א חלק עולם מאכט (צווישן די שורות) ליצנות פון די יערליכע "סטעי אף די יוניאן" רעדע.
אפשר מעג איך פרעגן, וואס איז טאקע פשט? די רבי'ס רעדן געווענליך נישט קיין נייעס נאר זאגן איבער דאס וואס זיי האבן שוין געזאגט (דאס יאר און אלע יארן) ביים באגלייטן מוצאי סוכות: צניעות, לימוד התורה און כלים טמאים, אודאי מאכטצעך אמאל אנויסנאם, ווי מעלדן א נייע שטעטל, אבער געווענליך איז עס היפש בארינג, כ'האב געמיינט אמאל אז נאר פאר מיר אבער איך זעה א גרויסע עולם שמייכלט זיך אונטער, סאו נעם איך די חוצפה צו פרעגן.

ווי אזוי זאגט נאר סארקאזי\סארקאסטיש: ווער עס פארנעמט עס נישט קען צוריקגיין צו רעבעצין!

איך ווייס נישט וועלכע תורה איר לערנט...
אבער איך ב"ה לערן די זעלבע תורה וואס מיין טאטע, זיידע, און עלטער זיידע, ולמעלה בקודש האבן געלערנט
און טאקע די זעלבע תורה וואס איך האב געלערנט פאריאר און 2 יאר צוריק א.א.וו.

אממ, איך מיין איך לערן אויך די זעלבע תורה,
אבער עס מאכט זיך אמאל אז די זעלבע תורה הייסט א סטעיט אף די יונאן?
געווענליך ווייסן מיר אין ביהמ"ד בלא חידוש, וואס איז דער חידוש אין די כ"א כסלו דרשות?
איז עס נישט עפעס וואס יעדער ווייסט שוין פאר דעם אויסענווייניג?

אוועטאר
sheetrock
שר שמונת אלפים
תגובות: 8614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך sheetrock » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 11:01 pm

איך וויל געבן מיין נדבה פאר די דינער מהרי"י אין ווילי דורך קעש (אן עמאונט וואס מ'לאזט אריין). עני איידיע אחוץ אריינגיין אין אפיס?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

מענל׳ס
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 9:11 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך מענל׳ס » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 11:06 pm

פיטום האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
סארקאזי האט געשריבן:י''ט כסלו איז יום הולדת החסידות
כ''א כסלו איז יום השכחת החסידות (נשתכח)
קומט אויס אז חסידות איז א בר בי רב דחד יומא ''כ' כסלו'' כאפטס אריין אין דעם טאג
ווער ספארנעמט נישט קיין ווערטלעך זאל צוריק גיין קיין דעברעצין


#ווי איז די לייק קנעפל?

;l;p-

אפשר פארנעם איך ווערטלך אבער די ווערטל האט אדם געזאגט פאר חוה און זי האט געזאגט דאס איז שוין א אלטע

IMBZ
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 11:07 pm

sheetrock האט געשריבן:איך וויל געבן מיין נדבה פאר די דינער מהרי"י אין ווילי דורך קעש (אן עמאונט וואס מ'לאזט אריין). עני איידיע אחוץ אריינגיין אין אפיס?

ביים דינער אליינס וועט מען אויך קענען געבן

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 11:07 pm

דא האסטו א פאון נאמבער, רוף אריין

unnamed.gif
unnamed.gif (685.96 KiB) געזעהן 1812 מאל
ברעך, ברעח, וויאזוי די ווילסט, אבער נישט נעבן מיר.

אוועטאר
sheetrock
שר שמונת אלפים
תגובות: 8614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך sheetrock » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 11:15 pm

IMBZ האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:איך וויל געבן מיין נדבה פאר די דינער מהרי"י אין ווילי דורך קעש (אן עמאונט וואס מ'לאזט אריין). עני איידיע אחוץ אריינגיין אין אפיס?

ביים דינער אליינס וועט מען אויך קענען געבן

א דאנק
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

חמרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך חמרא » דינסטאג דעצמבער 01, 2020 11:18 pm

מענל׳ס האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
סארקאזי האט געשריבן:י''ט כסלו איז יום הולדת החסידות
כ''א כסלו איז יום השכחת החסידות (נשתכח)
קומט אויס אז חסידות איז א בר בי רב דחד יומא ''כ' כסלו'' כאפטס אריין אין דעם טאג
ווער ספארנעמט נישט קיין ווערטלעך זאל צוריק גיין קיין דעברעצין


#ווי איז די לייק קנעפל?

;l;p-

אפשר פארנעם איך ווערטלך אבער די ווערטל האט אדם געזאגט פאר חוה און זי האט געזאגט דאס איז שוין א אלטע

וואס ווילסטו פון איהם? ער איז דאך הערשט ארויס פון דעברעצין... ער האט עס ערשט יעצט געכאפט

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלפיים
תגובות: 2476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך קאץ און מויז » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 8:06 am

דער איד מעלדט פארעווע די טאג כ"א כסלו אן פין פאוינטן
צוגעלייגטע
9b8d2d865f674d6c86069b7f8abc9b50.jpg
9b8d2d865f674d6c86069b7f8abc9b50.jpg (142.97 KiB) געזעהן 1614 מאל

אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך אינטער שמש » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 8:37 am

ווי איך געדענק פון ישיבה איז כ"א כסליו א גרויסער טאג צו פייערען דעם סיום הזמן

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 8:46 am

sheetrock האט געשריבן:איך וויל געבן מיין נדבה פאר די דינער מהרי"י אין ווילי דורך קעש (אן עמאונט וואס מ'לאזט אריין). עני איידיע אחוץ אריינגיין אין אפיס?

קענסט אריינווארפן אין די וואנט פושקע אין בית מדרש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; ריף מיך צוריק נאכמיטאג

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 8:48 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך זעה אז א חלק עולם מאכט (צווישן די שורות) ליצנות פון די יערליכע "סטעי אף די יוניאן" רעדע.
אפשר מעג איך פרעגן, וואס איז טאקע פשט? די רבי'ס רעדן געווענליך נישט קיין נייעס נאר זאגן איבער דאס וואס זיי האבן שוין געזאגט (דאס יאר און אלע יארן) ביים באגלייטן מוצאי סוכות: צניעות, לימוד התורה און כלים טמאים, אודאי מאכטצעך אמאל אנויסנאם, ווי מעלדן א נייע שטעטל, אבער געווענליך איז עס היפש בארינג, כ'האב געמיינט אמאל אז נאר פאר מיר אבער איך זעה א גרויסע עולם שמייכלט זיך אונטער, סאו נעם איך די חוצפה צו פרעגן.

ווי אזוי זאגט נאר סארקאזי\סארקאסטיש: ווער עס פארנעמט עס נישט קען צוריקגיין צו רעבעצין!

איך געדענק אויף די פלאקאטן שרייבט מען אז רבנו וועט משמיע זיין הדרכת השנה, סטעיט אוו די פארטיי בלע"ז

באמת וויבאלד די מסיבה איז א קאמבינאציע פון יום הצלה מיט דינער פאר די מוסדות ווערט אויטאמאטיש רוב טאפיקס געקאווערט אין די דרשה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; ריף מיך צוריק נאכמיטאג

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך דעצמבער 02, 2020 10:42 am

אז מען רעדט שוין, איך זעה מען גייט פארטיילן ביים דינער די נייע ספר 'דולה ומשקה' פונם פאיע רב ז"ל.

די ערשטע מהודורה איז שוין געדריקט געווארן בשנת תשע"א, אין א קונטרס פארמאט, כפארשטיי יעצץ גייט עס ארויס אין א געהעריגע איבערגעארבעטע ספר פארמאט.

וואלט געווען אינטרעסאנט אויב זיי האבן אלעס געלאזט דארט, למשל, סאיז דא דארט שילדערונגען פון פאיע רב פון די רבי אין די בראשית יארן, און די רדיפות וואס די רבי האט געהאט אויסצושטיין פון די אמעריקאנע אידן, עס איז זייער גרעפיקלי געשריבן און עס האט זיך מיר ממש געגאסן טרעטן פון רחמנות אויפן רבי'ן וואס ער האט דא אלט'ס מיטגעמאכט. וכדו' וכדו' מעשיות פון שונאים פון די רעביצן כו' בקיצור, כוואלט געווען נייעגעריג אויב אין די נייע פארמאט האבן זיי ארויסגענומען פארשידענע שטיקלעך אדער געלאזט ארגינעל.

אגב וועגן די רדיפות אין די בראשית יארן וואלט ווען אפשר יא געווען א טובה אז די אינגער דור זאל וויסן וואס די רבי איז אריבער דא, און ער איז נישט געווארן א מלך ישראל איבערנאכט.

והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאד.
על "טעם וריח" אין להתווכח

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: חגיגת יום הצלה כ"א כסלו תשפ"א לאור המצב

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2020 2:37 am

למעשה וועט אדמו"ר מ'סאטמאר מהרי"י פירן טיש אין וויליאמסבורג אין מהר"א אין ק"י


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט