"בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך פאטעיטא טשיפס » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:36 pm

באמת, ווען די ווייסע הויז נוצט אזעלכע פשוטע הסבר פאר די ביל וואלט געווען אסאך מער שטיצע, אבער זיי ווערן נעבעך איינגעטונקען אין פאליטישע רעטאריק וואס געווענליכע המון עם האט נישט ארויס.
אין עוד מלבדו

ממה נפשך
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:22 pm

ווערטס נאכנישט עקסייטעד, סאדארק רחמים ס'זאל בכלל גיין ווייטער עז איז.

@כאפצעם, פארוואס פרי קינדער גארטן איז דא פאר פריוואטע סקולס אזויווי פאבליק סקולס, אבער העכערע קלאסן יעצט זענען נישט געספאנסערט ביי די גאווערמענט?
קומט אריין דאנקען דעם באשעפער אויף קלייניגקייטן, און זעט גרויסע ישועות וואס זענען באמת קלייניגקייטן פארן בורא כל העולמים.

עקסטער לכבוד חנוכה: קבעו שיר ורננים

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:24 pm

ממה נפשך האט געשריבן:@כאפצעם, פארוואס פרי קינדער גארטן איז דא פאר פריוואטע סקולס אזויווי פאבליק סקולס, אבער העכערע קלאסן יעצט זענען נישט געספאנסערט ביי די גאווערמענט?

ווייל ס'דאך נישטא קיין פובליק פרי קינדערגארטן

מקץ
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך מקץ » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:32 pm

כאפצעם זייער שיין. מי יתן והי'.

וואס זענען למעשה די שאנסן אז דאס זאל אריבערגיין ? איז דא אפילו א פופציג פראצענט שאנס אדער דאס אויך נישט ?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:38 pm

מקץ האט געשריבן:כאפצעם זייער שיין. מי יתן והי'.

וואס זענען למעשה די שאנסן אז דאס זאל אריבערגיין ? איז דא אפילו א פופציג פראצענט שאנס אדער דאס אויך נישט ?

אוודאי, ס'דאך דא 51 קאמיטעט שטימען, די פראגע איז נאר די טיימינג. צו שוין יעצט אדער 2022.

דערווייל נייגט עס מער אויף יעצט.

טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:08 am

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך טאוסטעד » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:47 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מקץ האט געשריבן:כאפצעם זייער שיין. מי יתן והי'.

וואס זענען למעשה די שאנסן אז דאס זאל אריבערגיין ? איז דא אפילו א פופציג פראצענט שאנס אדער דאס אויך נישט ?

אוודאי, ס'דאך דא 51 קאמיטעט שטימען, די פראגע איז נאר די טיימינג. צו שוין יעצט אדער 2022.

דערווייל נייגט עס מער אויף יעצט.

מענשין איז דען א יא?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 1:48 pm

אויפן אוועראלל פראדוקט, יא.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:06 pm

פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:באמת, ווען די ווייסע הויז נוצט אזעלכע פשוטע הסבר פאר די ביל וואלט געווען אסאך מער שטיצע, אבער זיי ווערן נעבעך איינגעטונקען אין פאליטישע רעטאריק וואס געווענליכע המון עם האט נישט ארויס.

כ'זע אז אפילו אן די הסבר איז פובליק שטיצע הויך, כ'דענק נישט די מספר דעמאקראטן אבער לויט א פאקס אנקעטע שטיצן עס האלב רעפובליקאנער
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !

אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

אוועטאר
עומד מן הצד
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך עומד מן הצד » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:08 pm

זייער שיין כאפצעם, ש'כח!
https://www.charidy.com/ivelt/OMH

זייט אייך משתתף מיט א ברייט האנט!

אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך פאטעיטא טשיפס » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:12 pm

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:באמת, ווען די ווייסע הויז נוצט אזעלכע פשוטע הסבר פאר די ביל וואלט געווען אסאך מער שטיצע, אבער זיי ווערן נעבעך איינגעטונקען אין פאליטישע רעטאריק וואס געווענליכע המון עם האט נישט ארויס.

כ'זע אז אפילו אן די הסבר איז פובליק שטיצע הויך, כ'דענק נישט די מספר דעמאקראטן אבער לויט א פאקס אנקעטע שטיצן עס האלב רעפובליקאנער

געמיינט צו זאגן אז סוואלט געווען גענוג מער שטיצע אז אפילו רעפובליקאנער אין קאנגרעס זאלן עס וועלן שטיצן.
אין עוד מלבדו

ישמח מלך
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך ישמח מלך » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:33 pm

די עיקר שאלה איז צו רעליגיעזע מוסדות זענען אויסגעשלאסען

נאוועמבער 15 האט אגודת ישראל געשריבען אז דערוויל ליידער איז די ביל געשריבען אויף א וועג, וואס קען מאכן אז רעליגיעזע ענטיטיעס זאלן נישט קענען נהנה זיין פון די UPK פראגראמען.

https://agudah.org/action-alert-tell-co ... -programs/

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 3:04 pm

ישמח מלך האט געשריבן:די עיקר שאלה איז צו רעליגיעזע מוסדות זענען אויסגעשלאסען

נאוועמבער 15 האט אגודת ישראל געשריבען אז דערוויל ליידער איז די ביל געשריבען אויף א וועג, וואס קען מאכן אז רעליגיעזע ענטיטיעס זאלן נישט קענען נהנה זיין פון די UPK פראגראמען.

https://agudah.org/action-alert-tell-co ... -programs/

טאקע א חוצפה, אבער די פראוויזיע איבער רעליגיע באציעט זיך אויף פאנדינג אויפצובויען דעם עצם סקול בנין. די שכ"ל קאסטן איז יעדער געהעריג עליזשיבל.

ישמח מלך
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך ישמח מלך » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 8:40 pm

כאפצעם האט געשריבן:
ישמח מלך האט געשריבן:די עיקר שאלה איז צו רעליגיעזע מוסדות זענען אויסגעשלאסען

נאוועמבער 15 האט אגודת ישראל געשריבען אז דערוויל ליידער איז די ביל געשריבען אויף א וועג, וואס קען מאכן אז רעליגיעזע ענטיטיעס זאלן נישט קענען נהנה זיין פון די UPK פראגראמען.

https://agudah.org/action-alert-tell-co ... -programs/

טאקע א חוצפה, אבער די פראוויזיע איבער רעליגיע באציעט זיך אויף פאנדינג אויפצובויען דעם עצם סקול בנין. די שכ"ל קאסטן איז יעדער געהעריג עליזשיבל.

נישט ריכטיג ליין דא

https://jewishinsider.com/2021/11/ortho ... ck-better/
צוגעלייגטע
Jewish Insider.pdf
(137.78 KiB) דאונלאודעד 12 מאל

יצחק אייזיק
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך יצחק אייזיק » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 8:54 pm

קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אין וויסטן חלום אז ס'גייט קאסטן א פעני ווייניגער שכר לימוד.

די מוסדות גייט געבן א שטיקל הנחה (א הנחה צום נייעם געטאפלטן פרייז...) אנדערע אויסגאבן גייען מיסטעריעז ארויפגיין, ס'גייט צוקומען פרישע התחייבות'ן, מ'גייט מאכן א מלמדים פאנד (ענליך צום קרן הבנין פאנד פאר די בנינים וואס זענען 6 מאל אויסגעצאלט) און מ'גייט צאלן עקסטערע 150 א חודש פער מלמד, ס'גייט צוקומען א חודש'ליכע דינער טשארדזש אויסצוצאלן די קאפעליעס און יושב ראש ביים דינער אויסצוגראמען די תומכים, א באס דרייווער פאנד, מארטגעדזש פאנד, קלינינג פאנד, קאווע פאנד, און נאך הוצאות וואס שטייגן אוסטראנאמיש יערליך כידוע ווי מ'הערט אלץ וויינען ביים דינער.
כָּל הַשֹּׁמֵעַ יִצְחַק לִי

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך ישרן » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 9:03 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אין וויסטן חלום אז ס'גייט קאסטן א פעני ווייניגער שכר לימוד.

וואס איז עס אנדערש פון יעצט פאר די וואס האבן וואוטשערס?

יצחק אייזיק
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך יצחק אייזיק » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 9:06 pm

ישרן האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אין וויסטן חלום אז ס'גייט קאסטן א פעני ווייניגער שכר לימוד.

די מוסדות גייט געבן א שטיקל הנחה (א הנחה צום נייעם געטאפלטן פרייז...) אנדערע אויסגאבן גייען מיסטעריעז ארויפגיין, ס'גייט צוקומען פרישע התחייבות'ן, מ'גייט מאכן א מלמדים פאנד (ענליך צום קרן הבנין פאנד פאר די בנינים וואס זענען 6 מאל אויסגעצאלט) און מ'גייט צאלן עקסטערע 150 א חודש פער מלמד, ס'גייט צוקומען א חודש'ליכע דינער טשארדזש אויסצוצאלן די קאפעליעס און יושב ראש ביים דינער אויסצוגראמען די תומכים, א באס דרייווער פאנד, מארטגעדזש פאנד, קלינינג פאנד, קאווע פאנד, און נאך הוצאות וואס שטייגן אוסטראנאמיש יערליך כידוע ווי מ'הערט אלץ וויינען ביים דינער.

וואס איז עס אנדערש פון יעצט פאר די וואס האבן וואוטשערס?

ווייל ס'איז איינער יא און איינער נישט, און ס'מוז זיין א חילוק. אגב אסאך מוסדות האבן אנגעהויבן א miscellaneous fee וואס יעדער דארף צאלן חודש'ליך, אפי' מיט וואוטשערס. און קרן הבנין דארף טאקע אויך יעדער צאלן...

וויפיל מוסדות בעטן גארנישט פאר העד סטארט אדער upk וואס די שטאט צאלט טבין ותקילין? ס'איז דא אבער ווייניג.
כָּל הַשֹּׁמֵעַ יִצְחַק לִי

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך ישרן » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 9:10 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אין וויסטן חלום אז ס'גייט קאסטן א פעני ווייניגער שכר לימוד.

די מוסדות גייט געבן א שטיקל הנחה (א הנחה צום נייעם געטאפלטן פרייז...) אנדערע אויסגאבן גייען מיסטעריעז ארויפגיין, ס'גייט צוקומען פרישע התחייבות'ן, מ'גייט מאכן א מלמדים פאנד (ענליך צום קרן הבנין פאנד פאר די בנינים וואס זענען 6 מאל אויסגעצאלט) און מ'גייט צאלן עקסטערע 150 א חודש פער מלמד, ס'גייט צוקומען א חודש'ליכע דינער טשארדזש אויסצוצאלן די קאפעליעס און יושב ראש ביים דינער אויסצוגראמען די תומכים, א באס דרייווער פאנד, מארטגעדזש פאנד, קלינינג פאנד, קאווע פאנד, און נאך הוצאות וואס שטייגן אוסטראנאמיש יערליך כידוע ווי מ'הערט אלץ וויינען ביים דינער.

וואס איז עס אנדערש פון יעצט פאר די וואס האבן וואוטשערס?

ווייל ס'איז איינער יא און איינער נישט, און ס'מוז זיין א חילוק. אגב אסאך מוסדות האבן אנגעהויבן א miscellaneous fee וואס יעדער דארף צאלן חודש'ליך, אפי' מיט וואוטשערס. און קרן הבנין דארף טאקע אויך יעדער צאלן...

וויפיל מוסדות בעטן גארנישט פאר העד סטארט אדער upk וואס די שטאט צאלט טבין ותקילין? ס'איז דא אבער ווייניג.

ניין ווייל וואוטשערס צאל פיל מער ווי א עוורידש אדער אפילו שיינער פארדינער באצאלט.
אויב זאל די דאזיגע ביל צאלן אזעלכע סכומים שטייען מיר גוט אי"ה.
איך ווייס פון מוסדות וואס בעטן נישט קיין פ"א פון איינעם מיט וואוטשערס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 9:11 pm

ישמח מלך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די פראוויזיע איבער רעליגיע באציעט זיך אויף פאנדינג אויפצובויען דעם עצם סקול בנין. די שכ"ל קאסטן איז יעדער געהעריג עליזשיבל.

נישט ריכטיג ליין דא

https://jewishinsider.com/2021/11/ortho ... ck-better/

זיינע שפעקולאציעס, דהיינו אז ס'קען בעתיד קאמפליצירן דירעקטע פאנדינג פאר רעליגיעזע פראגראמען אבער נישט די עצם שכ"ל. אבער אפילו דאס ווערט אויך אדרעסירט מיט די סענעטארן און כגלייב ס'וועט ווערן צוריק געטוישט די לשון אינעם פיינעל ביל.

די אגודה האט א זיץ ביים טישל, זיי זענען אפטימיסטיש צו ארלעדיגן זייערע טוישונגען.

ישמח מלך
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:32 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך ישמח מלך » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 10:53 pm

אפילו אויב אגודה וועט מצליח זיין איז א שאלה צו ס'וועט זיין גענוג גוט פאר סאטמאר וכדומה
די סאטמארע דיינים האבען אינטערגעשריבען אקעגען די UPK פון די סיטי, זעה בייגעלייגט
צוגעלייגטע
upk.pdf
(159.07 KiB) דאונלאודעד 36 מאל

חסד השם
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:42 pm

ישרן האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אין וויסטן חלום אז ס'גייט קאסטן א פעני ווייניגער שכר לימוד.

די מוסדות גייט געבן א שטיקל הנחה (א הנחה צום נייעם געטאפלטן פרייז...) אנדערע אויסגאבן גייען מיסטעריעז ארויפגיין, ס'גייט צוקומען פרישע התחייבות'ן, מ'גייט מאכן א מלמדים פאנד (ענליך צום קרן הבנין פאנד פאר די בנינים וואס זענען 6 מאל אויסגעצאלט) און מ'גייט צאלן עקסטערע 150 א חודש פער מלמד, ס'גייט צוקומען א חודש'ליכע דינער טשארדזש אויסצוצאלן די קאפעליעס און יושב ראש ביים דינער אויסצוגראמען די תומכים, א באס דרייווער פאנד, מארטגעדזש פאנד, קלינינג פאנד, קאווע פאנד, און נאך הוצאות וואס שטייגן אוסטראנאמיש יערליך כידוע ווי מ'הערט אלץ וויינען ביים דינער.

וואס איז עס אנדערש פון יעצט פאר די וואס האבן וואוטשערס?

ווייל ס'איז איינער יא און איינער נישט, און ס'מוז זיין א חילוק. אגב אסאך מוסדות האבן אנגעהויבן א miscellaneous fee וואס יעדער דארף צאלן חודש'ליך, אפי' מיט וואוטשערס. און קרן הבנין דארף טאקע אויך יעדער צאלן...

וויפיל מוסדות בעטן גארנישט פאר העד סטארט אדער upk וואס די שטאט צאלט טבין ותקילין? ס'איז דא אבער ווייניג.

ניין ווייל וואוטשערס צאל פיל מער ווי א עוורידש אדער אפילו שיינער פארדינער באצאלט.
אויב זאל די דאזיגע ביל צאלן אזעלכע סכומים שטייען מיר גוט אי"ה.
איך ווייס פון מוסדות וואס בעטן נישט קיין פ"א פון איינעם מיט וואוטשערס.

עפ"י חשבון גייט דעי ביל צאלן אסאך מער ווי וואוטשערס, ווייל וואוטשערס איז דאך נאר פאר עפטער סקול אפיציעל, און אויב פאר עפטער סקול האלטן זיי איז דאס די קאסט, וועט בפשטות פול שכ"ל קרעדיט זיין היפש מער געלט.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

חסד השם
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:43 pm

יצחק אייזיק האט געשריבן:קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אין וויסטן חלום אז ס'גייט קאסטן א פעני ווייניגער שכר לימוד.

די מוסדות גייט געבן א שטיקל הנחה (א הנחה צום נייעם געטאפלטן פרייז...) אנדערע אויסגאבן גייען מיסטעריעז ארויפגיין, ס'גייט צוקומען פרישע התחייבות'ן, מ'גייט מאכן א מלמדים פאנד (ענליך צום קרן הבנין פאנד פאר די בנינים וואס זענען 6 מאל אויסגעצאלט) און מ'גייט צאלן עקסטערע 150 א חודש פער מלמד, ס'גייט צוקומען א חודש'ליכע דינער טשארדזש אויסצוצאלן די קאפעליעס און יושב ראש ביים דינער אויסצוגראמען די תומכים, א באס דרייווער פאנד, מארטגעדזש פאנד, קלינינג פאנד, קאווע פאנד, און נאך הוצאות וואס שטייגן אוסטראנאמיש יערליך כידוע ווי מ'הערט אלץ וויינען ביים דינער.

איך רעד מיך יא איין, ווייל סגייט זיכער קאסטן ביליגער, פונקט ווי וואוטשער עלטערן צאלן ביליגער, און ווי איך פארשטיי גייט דעי ביל צאלן נאך מער ווי וואוטשערס....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:47 pm

הגם וואוטשערס פאר קליינע קינדער איז אויך פול דעי שכ"ל.

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך געוואלטיג » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 12:17 am

וואס דו מוסדות אין אפסטעיט וועלן טוהן איבער הנחה ווייסעך נישט אפשר זענען זיי גערעכט ווייל מצאלט גאנץ ווייניג פער קינד לפי וואס קאסט אבער דאס אהיימשיקן קינער וואס די עלטערן האבן ליידער נישט דאס וועט לכאורה קומען צי אן ענדע
און פארדעם אליין דארף מען מתפלל זיין להצלחת הביל הזה
לעצט פאראכטן דורך געוואלטיג אום מיטוואך נובעמבער 24, 2021 12:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 12:31 am

די מוסדות מעגן ארויפגיין וויפיל זיי ווילן, יעדער גייט נאר צאלן 7% פון זייער אינקאם, די גאווערמענט וועט דארפן באצאלן די העכערע פרייזן.

זאת ועוד, ביי וואוטשערס און העד סטארט ווי די געלט גייט דורך קאמפליצירטע צינורות, בלייבט גאר אסאך איבער אין די צינורות, דא זעהט אויס ווי דאס געלט וועט גיין מער דירעקט.

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 12:33 am

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:די רעפובליקאנער פאבריזאו פאולסטער האט דורך געפירט 2024 אנקעטעס פון די 5 סווינג סטעיטס וואס טראמפ האט שמאל פארלוירן אין 2020:

6.PNG

אויב איז עס אמת, איז עס דאך א win win סיטואציע, סיי אונז באקומער די גוטע זאכן, און סיי ביידען'ס אפראוועל בלייבט אין דער ערד, וואס קען זיין בעסער דערפון...

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Potus און 11 געסט