"בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

"בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:33 am

ווי באקאנט האט קאנגרעס דורכגעפירט מיט עטליכע טעג צוריק א קרוב צו 2 טריליאן דאלערדיגע ביל וואס אויב גייט דאס דורך ענדגילטיג וועט דאס מאכן אן ערדציטערניש וואס מ'האט שוין נישט געזעהן צענדליגער יארן, איז כדאי אויסצושמועסן די דעטאלן וואס ליגט אלס דערין, און וואס אחב"י וועלן קענען נהנה זיין.

נעמנדיג אין באטראכט וואסארא מהפיכה דער 1 טריליאן דאלערדיגע אינפערסטרוקטור ביל האט געמאכט, מיט אנאנסירטע פראיעקטן רעכטס און לינקס, קען מען זיך פארשטעלן וואספארא געים טשענדזשער אזא ריזן פעקל ווי דאס, וואס איז געצילט דירעקט צום טאש פון אלגעמיינע בירגער, וועט מאכן.

איז לאמיר איבערגיין אויפן שפיץ גאפל די ראשי פרקים.

פרייע קינדערגארטן:

דער פלאן שטעלט צו אומזיסטע קינדערגארטן שולע פאר קינדער אינעם 3'טע און 4'טע יארגאנג סיי מטעם אפיציעלע אנשטאלטן און סיי פריוואטע שולעס און קינדער צענטערן.

דאס הייסט אז סייוועלעכע עסטאביליזירטע קינדער צענטער/שולע וועט זיך קענען איינגעבן אלס פראוויידער, און די גאווערמענט וועט זיי באצאלן דירעקט פאר יעדן איינגעשריבענעם קינד די פולע קאסטן פונעם שכר לימוד.

אין אנדערע ווערטער די א.ג. נורסערי יארגאנג, און די קינדערגארטן יארגאנג וועט פון היינט אן ווייטער זיין געדעקט פאר יעדעם איינעם, ארעם און רייך צוגלייך, דורכאויסן לאנד.

די פראגראם איז די גרעסטע אויסברייטערונג אין עדזשיוקעישאן זינט די גרינדונג פון פובליק שולע מיט 200 יאר צוריק.

טשיילדקעיר:

די פעדעראלער גאווערמענט וועט פון היינט און ווייטער דעקן אלע שכ"ל אויסגאבן וואס באטרעפט העכער %7 פון א משפחה'ס אינקאם. דאס הייסט אז א מענטש וואס פארדינט $60,000 קען ער נישט צאלן מער ווי $4,200 פאר זיין טשיילדקעיר עקספענסעס.

איז לדוגמה, א מענטש וואס פארדינט 60 אלפים און פארמאגט 5 קינדער קע"ה, דער מוסד טשארדזשד $12,000 א יאר פער קינד, וואס קומט אויס א ס"ה פון $60,000 א יאר, וועט למראית העין דער טאטע צאלן $4,200 און די איבעריגע $55,800 וועט די גאווערמענט צאלן דירעקט פארן מוסד/טשיילדקעיר צענטער.

יעצט אויבן אויף וועט ווי עס שיינט זיין א חילוק פון אן 1-5 יאריג קינד און עלטערע, וויבאלד די קליינע וועט די מוסד קענען בילן פול פרייז און די עלטערע נאר פאר עפטער האוערס נאך די אפיציעלע פובליק סקול שעה'ן, אבער כמעשהו בהוואוטשערס בלייבט נאך אלס איבער א גענוג שיינע פארציע פארן מוסד צו בילן אפילו פאר די דערמאנטע שעות ביי די עלטערע קינדער.

שטייצעך דאס גייט ברענגען א רעוועלוציע ביי שולעס און עלטערן דורכאויסן לאנד, בפרט די וואס שיקן אין פריוואטע שולעס, און בעיקר די געגענטער ווי ס'איז נישט געווען עוועילעבל קיינע וואוטשערס ביז היינט, אדער האבן פארדינט מער, אדער סתם אזוי נישט קוואליפיצירט צוליב די ארבייט פארלאנג פראוויזיעס וכדו' וואס וועלן פון היינט און ווייטער זעהן א ריזן רעדוקציע אין זייער שכ"ל אויסגאבן, אדער בכלל נישט ברויכן באצאלן.

די פראגראם וועט אנגיין פאר משפחות וואס פארדינען ביז $300,000 א יאר.

טשיילד טעקס קרעדיט:

די ביל שטעלט צו די שוין היינט באקאנטן טשיילד טעקס קרעדיט פון מאנאטליכע $300 פער קינד אונטער 6 און $250 פער קינד העכער 6, און ברייטערט עס אויס פאר נאך א יאר פאר פארמעגליכע מענטשן און מאכט עס פערמענאנט פאר נידעריגע פארדינער קלאס משפחות.

ערענד אינקאם קרעדיט:

די ערענד אינקאם קרעדיט איז א ריפאנד פאר נידעריגע פארדינער און איז היי יאר ביים קאוויד רעליעף פעקעדזש געטריפלט געווארן צו ארום $1500 א קינד און אויסגעברייטערט דער אינקאם עליזשעביליטי קעפ מיט נאך ארום $8,000 אינקאם פער קינד.

די יעצטיגע ביל ברייטערט דאס אויס פאר נאך א יאר, אזוי ווי דער טשיילד טעקס קרעדיט.

באצאלטע פאמיליע און מעדיקעל אורלויב:

לע"ע איז אמעריקא פון די איינציגסטע פארבליבענע אנטוויקלטע וועלט לענדער ווי ס'ווערט נישט צוגעשטעלט קיין פאמיליע און מעדיקל וועקאציע. א לעצטערע שטודיע צייגט אז בלויז %23 ארבייטער אין אמעריקא קריגן די א.ד. אורלויב פון זייערע ארבייטסגעבער. דאס קלאפט די מערסטע אויס אויף פרויען ארבייטארער וואס ביים האבן א קינד דארף מען גיין וואכן אן באצאלט.

דער ביל שטעלט צו אזויפיל ווי %90 פון אן ארבייטערס געהאלט פאר א משך פון 4 וואכן אין פאל פון א פאמיליע אדער מעדיקעל עמערזשענסי ווען מ'דארף נעמען אורלויב.

פאר העכערע קלאס פארדינער איז דער פראצענט באצאלטע וועידזש נידעריגער, און אזוי ווייטער ווי העכערע אינקאם ווערט דער פראצענט באצאלט מטעם די גאווערמענט נידעריגער.

העלט קעיר אינשורענס:

דער ביל מאכט א קרוב צו $200 ביליאן דאלארדיגע אינוועסמענט אינעם עפארדעבל קעיר אקט פעדעראלער מארקעטפלעיס, וואס טראנסאלירט זיך אין אן עוורידזש חודישליכע $250 דאלערדיגע פרימיום רעדוקציע פער משפחה פון 4.

מעדיקעיר:

דער ביל לייגט צו, צום ערשטן מאל זינטן מעדיקעיר גרינדונג, קאווערידזש פאר הערינג עידס אלס פערמענאנטע חלק פון דעם פראגראם.

פרעסקריפציע דראג פרייזן:

דראג פירמעס וועלן לויט דעם נייעם געזעץ מער נישט קענען הייבן די פרייזן אן א חשבון, אווי ביז היינט, אויף עסטאביליזירטע דראגס. די גאווערמענט לייגט ארויף א קעפ פון א געוויסע פראצענט ערלויבטע אינקריעס.

עקסטער טוט דער געזעץ ארויפלייגן א קעפ אויפן דראג הנקרא 'אינסולין', א לעבנסקריטישן מעדעצין פאר מענטשן מיט דייעביטיס. דער ביל שליסט דעם פרייז פאר חודישליכע אינסולין ביי בלויז $35, א דראמאטישע רעדוקציע פון די הינדעטער דאלער וואס א דאזע קאסט היינט צוטאגס.

היים באדינונג פאר עלטערע און דיסאבילירטע:

די לעצטע יארן הערשט א מאנגל אין סלאטס דורכאויס מעדיקעיד און מעדיקעיר פאר האומקעיר, און אזויפיל ווי כמעט א מיליאן באדערפיגטע שטייען אין די ליניע דערפאר אן קיין ערפאלג.

די ביל שטעלט צו $150 ביליאן טאלער צו צוריק אנפילן דעם חלל און צושטעלן די פאנדינג פאר די אלע סלאטס.

האוזינג הילף:

די ביל שטעלט צו פאנדינג אויפצובויען א מיליאן נייע קאנדא יוניטס און סינגל פעמילי הייזער, פאר עפארדעבל רענט און פאר עפארדעבל סעיל.

עקסטער שטעלט עס צו פרישע 800,000 סעקשאן 8 סארט וואוטשער סלאטס, און עטליכע טויזענט דאלאר פאר דאון פעימענט פאר ערשטע מאל היים קויפער.

פראפערטי טעקס קאט:

דער 2017 טעקס ביל האט שטארק באגרעניצט א ברייט באניצטע טעקס קאט ביים היימישן ציבור ניו יארק און ניו זשערזי איינוואינער, ה"ה דער פראפערטי שטייער בענעפיט הנקרא "סאלט טעקס דידאקשען", דאס איז א דעדוקציע פון די פראפערטי טעקס אויפן פעדעראלער טעקס ביל. דער דעמאלטסדיגער ביל האט אראפגענידערט דעם דעדאקשאן צו בלויז $10,000.

די יעצטיגע ביל רוקט עס צוריק ארויף צו א סכום פון $80,000, גיי ווייס ווער ס'צאלט אזא סכום...

דער פראוויזיע שטייט אויס צו ווערן עטוואס געטוישט אין סענאט ווי סיי דער ליבעראלער סענדערס און סיי דער מעסיגער מענטשין פארלאנגען אויסצושליסן דעם בענעפיט פון די גאר רייכע.

סאלער ענערגיע סובסעדיען:

דער פלאן שטעלט צו פרישע %30 סובסעדיען אויף יעדן שטיקל סאלער פאנעל וואס א היים אייגענטומער אינסטולירט. דאס וועט דראמאטיש רעדוצירן ענערגיע קאסטן, און צום ערשטן מאל ברענגען א קלארע סעווינגס פון אינסטולירן סאלער וו"ס טראדיציאנאלע ענערגיע.

דער ביל שטעלט אויך צו פאנגינג פאר סאלער מעניופעקטשורינג פירמעס מיט פעדעראלע סובסעדיען וואס זאל מאכן זיך לוינען צו פראדוצירן די סאלער פאנעלן דאהי ענדערש ווי אין טשיינע וכו'

עקסטער טוט עס אויפשטעלן א "ציווילע קליימעט קארפס" ארבייטס קראפט פון 300,000 ארבייטער וואס וועלן זיך אפגעבן מיט צורעקשטעלן חרובע וועלדער און פארלאזטע וועט לענדס.

עלעקטריק קאר סובסעדיען:

יעדע עלעקטריק קאר וואס מ'קויפט פון היינט און ווייטער וועט אטאמאטיש זיין עלעזשיבל פאר א $12,500 פעדעראלע וואוטשער.

עלעקטריק קאר טשארזשערס:

עלעקטריק קארן איז אן קיין ספק דער פיוטשער פון קאר טראנספארטאציע און טשארזשינג סטאנציעס איז א קריטישע באשטאנדטייל צו קענען עס צושטאנד ברענגען מכח אל הפועל.

דער ביל, אינאיינעם מיטן אינפערסטרוקטור ביל, פינאנצירט דאס אויפבויען אזויפיל ווי א מיליאן טשארזשינג סטאנציעס דורכאויסן לאנד.

פינאנצירונג:

דער ביל ווערט פינאנצירט דורך א נייע %15 טעקס אויף קארפאראציעס מיט פראפיטס העכער $1 ביליאן טאלער, אן %1 טעקס אויף פירמעס סטאק צוריקקויף, א %5 טעקס אויף אינדעווידואלן מיט אינקאם העכער $10 מיליאן, און אן עדישענעל %3 אויף פארדינער העכער $25 מיליאן.

שוין, עד כאן וואס זעהט אויס אויבן אויף אינטערסאנט פארן אלגעמיינעם ציבור פון דעם ביל, און היות ס'איז ערווארטעט עטליכע טוישונגען נאכן ארויסקומען פון סענאט, ספעציעל די פאמיליע אורלויב און סאלט טעקס פראוויזיע, איז וועלן מיר בעז"ה צוריקקומען אין עטליכע וואכן מיט די פרישע הערות איינמאל דער איבערגעארבייטער פיינעל פראדוקט איז אינדרויסן פונעם סענאט, אויפן וועג צו פרעזידענט ביידען'ס טישל.

גם כי אלך
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 13, 2021 1:32 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך גם כי אלך » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:00 am

זייער שיין רבי חפצעם דיין ביידען האט פיין דעליווערט

טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 10:01 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך טאטע העלף » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:04 am

רעכטס לינקס אין די זייט געלייגט דער האט א פיינע פעדער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 16063
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:13 am

זעהר קלאר
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:16 am

ווען די אדמיניסטראציע האט ווען איין כאפצעם וואס ברענגט קלאר ארויס די ביל, וואלטן זיי בעסער געשטאנען.

אפשר שיק אריין אן אפליקאציע
שויתי ה' לנגדי תמיד

בעל מדרגה
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך בעל מדרגה » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:38 am

Goodmorning האט געשריבן:ווען די אדמיניסטראציע האט ווען איין כאפצעם וואס ברענגט קלאר ארויס די ביל, וואלטן זיי בעסער געשטאנען.

אפשר שיק אריין אן אפליקאציע


זיי האבן, זיי שרייבן עס נאר אין הויעכע ווערטער, מען דארף האבן כאפצעם עס אראפצולייגן פאר אונז פשוטע מענטשן...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו baalmadraige@gmail.com.

בעל מדרגה
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך בעל מדרגה » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 2:39 am

יישר כח כאפצעם.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו baalmadraige@gmail.com.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 6:08 am

זייער שיין כאפצעם, קלאר עז יוזשעל
צום ווידערזען נאך חנוכה בעזהשי"ת

האטס א לעכטיגן יו"ט!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 16173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 8:36 am

שכח שכח

כ'האב בעיקר געצילט אויפן תוכן, אבער אויב איינער איז אינטערסירט אויף די אויסגאבן וואס עס גייט קאסטן די באזינדערע סעיפים, אט איז א ליסטע
צוגעלייגטע
20211123_011539.jpg
20211123_011539.jpg (115.24 KiB) געזעהן 1294 מאל

בן טוב
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך בן טוב » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 9:37 am

זייער קלאר, קען טאקע שטארק ארויסהעלפן די היימישע ציבור
כ'האף נאר אז דאס מאל וועט שומער אויך אינזין האבן די היימישע עולם און נישט צולאזן א מאקסימום קינדער אויף טשיילד קעיר אזוי קענען אויך גאר שיינע פארדינער בענעפעטירן
לגבי די עלעקטריק קארס, הייסט עס אז יעדער וואס קויפט אזא קאר וועט באקומען א גרענד פון 12,500, כ'וואלט מסופק געווען צו סוועט טאקע אויסמאכן אסאך אינעם קאנסומערס קעשענע, ווייל אויב באקומסטו סייווי א גרענד איז דא גרויסע אויסזיכטן אז די פיינעל דעסטינעישאן פינעם גרענד וועט אנקומען צו די קאר קאמפאני און דער קאנסומער וועט צאלן מער
לעצט פאראכטן דורך בן טוב אום דינסטאג נובעמבער 23, 2021 9:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נא_שכל
שר ששת אלפים
תגובות: 6704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 9:38 am

יישר כח פאר די קלארע באריכט.

יעצט לאמיר זען אויב מ'קען אויך שרייבן קלאר וויאזוי זיי גייען דעקן דעם ביל, און וואס גייט זיך טוישן פון ביז יעצט לגבי נאכקוקן יעדנ'ס פינאנצן און אינפארסמענט וכדומה.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

חסד השם
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 9:43 am

שכח כאפצעם זייער קלאר!
די שכ"ל קרעדיט מיינט אז סאיז פארטיג מיט וואוטשערס?
און די אומזיסטע קינדערגארטן מיינט אז סאיז פארטיג מיט העדסטארט?
דרך אגב פאר אפסטעיט וואס האבן נישט קיין וואוטשערס גייט עס זיין א ריזיגע ישועה.

לאמיר נאר האפן סזאל אריבערגיין קוקט אויס ווי די עולם גייט שטארק נהנה זיין פון דעים גאנצן דיעל
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

אוועטאר
לייטער
שר ששת אלפים
תגובות: 6271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך לייטער » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 10:07 am

אויב עס גייט אריבער ווען גייט למעשה אנהייבן צו פליסן די פייפליין פון געלט? בעיקר וואס איך וויל וויסן איז לגבי שכ'ל
וואטעווער...

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 10:23 am

איך קען שוין סטאפן מיין אויטא פאעי ביי די מסודות?..
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי



קוק אויף דיך אליינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 10:50 am

די רעפובליקאנער פאבריזאו פאולסטער האט דורך געפירט 2024 אנקעטעס פון די 5 סווינג סטעיטס וואס טראמפ האט שמאל פארלוירן אין 2020:

6.PNG
6.PNG (162.43 KiB) געזעהן 909 מאל

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 10:59 am

שכח כאפצעם, ס'סאונד אמחי', איך גיי בלי"נ לינקן די אשכול פאר פאר מיין מוסד די נעקסטע מאל זיי בילן מיר..

קוק אויף דיך אליינס
שר שבעת אלפים
תגובות: 7164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך קוק אויף דיך אליינס » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:00 am

@כאפצעם גאר קלאר.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 17280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:06 am

זייער קלאר כאפצעם. שכח.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:06 am

אויב דאס גייט דורך... א מחיה,
האבן זיי דאך נאר געמיינט גוט מיטן גנב'נען די עלעקשאנס..
א כפר"ה אויף אייוועלט...

אוועטאר
ר' זעקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4613
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:24 am

פעיק ניוז האט געשריבן:זייער קלאר כאפצעם. שכח.
פארברענגט מיט די היימישע קליקע אויף וואצעפ...

פאר מער פרטים קומט אין אישי.

מגדים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך מגדים » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:33 am

יישר כח @כאפצעם פארן אזוי שיין און קלאר ארויסברענגען אלע דעטאלן.

חסד השם
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך חסד השם » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:41 am

פאקטען האט געשריבן:אויב דאס גייט דורך... א מחיה,
האבן זיי דאך נאר געמיינט גוט מיטן גנב'נען די עלעקשאנס..

יא יא, אויב דאס גייט דורך בינעך זיי מוחל אויף די גאנצע עלעקשען גניבה.....
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך דער בדחן » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 11:46 am

חסד השם האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:אויב דאס גייט דורך... א מחיה,
האבן זיי דאך נאר געמיינט גוט מיטן גנב'נען די עלעקשאנס..

יא יא, אויב דאס גייט דורך בינעך זיי מוחל אויף די גאנצע עלעקשען גניבה.....


א גנב באצאלט כפל!

אוועטאר
פארצייטיש
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך פארצייטיש » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:18 pm

מגדים האט געשריבן:יישר כח @כאפצעם פארן אזוי שיין און קלאר ארויסברענגען אלע דעטאלן.

טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2020 12:08 am

Re: "בוי צוריק בעסער" ביל; וואס מיינט עס פאר אונז?

תגובהדורך טאוסטעד » דינסטאג נובעמבער 23, 2021 12:35 pm

שכח @כאפצעם

די עיקר שאלה האסטו נישט אויסגעשמיעסט

וואס זענען די שאנסן אדער האט עס בכלל שאנסן צו פעסן?

איז נישט די ביל טויט צוליב מענשין? (און בערני)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: itsi, john, אבן יקרה, בבקשה, בעל דמיון, בר דעת, יודלייב, כ''ק אדמו''ר, מודה ומהלל, מרדכי ש, פאליטישע עקספערט, פישל, קאלערדיג און 71 געסט